בוקאַרעשטער שריפֿטן

עמיל קאַלין

קאַפּיטל איינס

אַנאַ איז געשטאַנען אויף דער שוועל; דאָס מויל — אַ ביסל פֿאַרקרימט. צוויי דינע טרערן-שנירלעך שלענגלען זיך אויף די אָנגעפּודערטע באַקן. זי האָט שטיל געמורמלט, אַז מע האָט זי „דעמאַסקירט‟ אויף דער אַרבעט. דאָס דעמאַסקירן אַליין איז נישט געווען קיין סורפּריז פֿאַר אונדז. מיר האָבן ביידע ווויל געוווּסט, אַז דאָס איז אומפֿאַרמײַדלעך פֿון דעם מאָמענט אָן, ווען זי האָט דערלאַנגט אַ בקשה צו באַקומען אַ פּאַספּאָרט, כּדי צו פֿאָרן קיין ישׂראל.

איך האָב גערעכנט, לויט מײַן פֿריִערדיקער דערפֿאַרונג מיט דער רומענישער מלוכישער ביוראָקראַטיע, אַז דער פּראָצעס קען זיך ציִען יאָרן און, אין קיין שום פֿאַל ניט, נישט ווייניקער ווי דרײַ חדשים. איך האָב זיך אײַגערעדט, אַז עס בלײַבט אונדז נאָך נישט ווייניק צײַט צו זײַן אין איינעם. כ׳האָב זיך אָבער גוט באַנאַרישט;
ווײַזט זיך אַרויס, אַז אין געוויסע פֿאַלן קען די ביוראָקראַטיע אַרבעטן בליץ-שנעל.

אַנאַ האָט געזאָגט, אַז די דעמאַסקירונג איז נישט געווען אַזוי געפֿערלעך. ס׳איז אַריבער און שוין. עס אַרט זי נישט איצט, אָבער איר פּנים איז געווען בלאַס ווי נאָך אַ שלאַפֿקייט. זי האָט געטראָגן אין דער רעכטער האַנט אַ נישט גרויסע וואַליזע — איר גאַנצן האָב-און-גוטס, און מיר פֿײַערלעך אָנגעזאָגט די בשׂורה: זי קלײַבט זיך אַריבער צו מיר. זי קען נישט מער בלײַבן אין איר צימער בײַ פֿרוי הערשקאָוויטש. ס׳איז אוממעגלעך אויסצוהאַלטן די אַלטע פּלאַפּלעניצע מיטן גרויסן פּיסק, וואָס האַלט אין איין גראַגערן.

פֿרוי הערשקאָוויטש שטופּט איר לאַנגער נאָז אַהין וווּ מע דאַרף נישט, קוקט, ווען אַנאַ גייט אַוועק און ווען זי קומט צוריק. זי וועט זיך, געוויס, אינטערעסירן, פֿאַר וואָס אַנאַ בלײַבט אין צימער אַ גאַנצן טאָג און גייט נישט צו דער אַרבעט. אויב די עלטערן וועלן זיך דערוויסן, אַז מע האָט אָפּגעזאָגט זייער ליבער טאָכטער פֿון דער אַרבעט, וועט געשען אַן אומגליק: איר טאַטע וועט האָבן אַ האַרץ-אַטאַק, און די מאַמע קען נאָך, חלילה, אַראָפּ פֿון זינען פֿאַר זאָרג. דאַנקען גאָט, וואָס זיי וווינען נאָך אַלץ אין יאַס און די ידיעות וועגן דעם, וואָס עס טוט זיך אָפּ אין דער הויפּטשטאָט דערגייען צו זיי מיט אַ מערקווערדיקער פֿאַרשפּעטיקונג.

איך האָב געעפֿנט דאָס מויל עפּעס זאָגן, נישט וויסנדיק וואָס מע זאָגט אין אַזוינע פֿאַלן. איר פֿאַרזאָרגט פּנים איז געווען נאָך שענער ווי פֿריִער. אין קיך, נאָך דעם ווי דער שטורעם האָט זיך אַ קאַפּעלע אײַנגעשטילט, האָט אַנאַ אָנגעהויבן דערציילן וועגן דער דעמאַסקירונג און נישט געזשאַלעוועט קיין פּרטים.

ווען איר קאָלעגע, אַ בעל-קורא, האָט פֿאַרענדיקט פֿאָרצולייענען דעם לעצטן הויפּט-אַרטיקל אין „סקינטעאַ‟ [1], איז אויפֿגעשטאַנען איר שעף, א ליסע דבֿר-אַחר מיט ממזרישע אויגן, און אָנגעהויבן גיסן פּעך און שוועבל אויפֿן באַקאַנטן שטייגער: „חבֿרים, איך וויל אײַך אַלעמען לאָזן וויסן, אַז אנומלטן האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז דאָ, אין אונדזער אינסטיטוציע, אַרבעט אַ געפֿערלעכער עלעמענט…‟.

ער האָט דראַמאַטיש אַ טײַטל געטאָן אויף אַנאַ: „חבֿרטע רײַך, איר האָט זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר אַ פֿײַנטלעכן עלעמענט, וואָס פֿאַרמאָגט פֿאַרדאָרבענע, נאַציאָנאַליסטישע אידעען, וועלכע שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ קלאָרע געפֿאַר פֿאַר אונדזער יונגער סאָציאַליסטישער מדינה… דערצו, — האָט ער שווערלעך געאָטעמט, — האָט איר נישט געטרײַ אויסגעפֿירט אײַער פֿליכט פֿאַר דער פּאַרטיי און פֿאָלק. נישט זעלטן בין איך געווויר געוואָרן, אַז איר זענט געגאַנגען אײַנקויפֿן אין שטאָט בשעת איר האָט געדאַרפֿט זײַן אויף דער אַרבעט… אויך בײַ דער אַרבעט פּטרט איר צו פֿיל צײַט אויף טרינקען קאַווע און פֿאַרנעמט זיך מיט ענינים, וואָס האָבן נישט קיין שײַכות מיט אייער פּאָסטן.‟

נאָכן שעף איז אויפֿגעשטאַנען אַ קאָלעגע, וואָס אַנאַ האָט איר גראַדע סימפּאַטיזירט.

„חבֿרטע אַנאַ רײַך, — האָט זי אַ שמיץ געטאָן מיטן קול, און די פֿעטע שיכטן שמינקעס אויף איר פּנים האָבן געשײַנט, צוגעבנדיק איר דעם אויסזען פֿון אַ טאָק, וואָס פֿאַרמאָגט נישט קיין שׂכל, — מיר זענען געווען באַפֿרײַנדעט אַ שטיקל צײַט. לכתּחילה, האָב איך אײַך געהאַלטן פֿאַר אַן אָרנטלעכער פֿרוי. ליידער, מיט דער צײַט האָט איר אַנטפּלעקט אײַער אמתע צורה: איר האָט אָפֿט אַרויסגעזאָגט קאַפּיטאַליסטישע, קאָסמאָפּאָליטישע און דעקאַדענטישע מיינונגען… פֿאַרשפּרייט פֿאַלשע פּראָפּאַגאַנדע צווישן די מיטאַרבעטער און זיך באַצויגן גלײַכגילטיק צו אײַער אַרבעט. איר האָט זיך אויך אומפֿאַרשעמט אַרויסגעדרייט פֿון אײַער וויכטיקן פֿליכט צו שפּאַנען אַקסל צו אַקסל מיט אַלע חבֿרים אויף דער דעמאָנסטראַציע פֿון ערשטן מײַ…‟

נאָך דער געוועזענער חבֿרטע האָבן זיך אויפֿגעהויבן צוויי אַנדערע באַשולדיקערס און געהאַלטן לאַנגע דרשות וועגן די קאַפּיטאַליסטישע זינד, וואָס אַנאַ איז באַגאַנגען. איין מענטש האָט זי בכלל געזען צום ערשטן מאָל, אָבער אויך ער האָט איר אַרײַנגעזאָגט ווי עס דאַרף צו זײַן.

אַנאַ איז אַנטשלאָפֿן געוואָרן אויף דער קאַנאַפּע אין איין סעקונדע. איר פּנים איז געווען איצט גלאַט און רויִק, ווי בײַ אַ קליין מיידעלע, וואָס האָט נאָך נישט פֿאַרזוכט פֿון עץ-הדעת.

איך האָב נישט געקענט אָפּרײַסן פֿון איר קיין אויג. ערשט דעמאָלט האָב איך זיך אָפּגעגעבן אַ חשבון, אַז איך האָב זיך אַרײַנגעפּלאָנטערט אין אַ צרה. אַ צרה — נישט פֿון די קליינע. די גאַנצע פּרשה האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ תּמימותדיקע קינדער-שפּיל, און איצט שלאָפֿט בײַ מיר אויף דער קאַנאַפּע אַ דעמאַסקירטע מויד, אַ געפֿערלעכער עלעמענט מיט דעקאַדענטישע אידעען.

דאָס וואָס עס האָט מיך לכתחילה נישט געצויגן צו דער ציוניסטישער אונטערערדישער טעטיקייט, איז נישט געווען אידיאָלאָגיע אָדער הייסע בענקשאַפֿט נאָך מערת-המכפּלה, אָדער צו מאַמע רחלס קבֿר אויפֿן וועג קיין בית-לחם; נאָר גראַדע אַ מיידל — אַ פֿאַרברענטע ציוניסטקע, אין וועלכער איך בין געווען פֿאַרליבט. איך האָב געהאָפֿט, אַז מײַן „טעטיקייט‟ וועט פֿאַרהאַרטעווען מײַן ווייכן, עטוואָס פֿאַרחלומטן כאַראַקטער. איך וועל וואַקסן אין אירע אויגן, ווײַל אַצינד וועט זי מיך זען אין גאָר אַן אַנדער ליכט.

זי וועט געוויס אָפּשאַצן מײַן מענערישקייט, די גרייטקייט אָנצונעמען ריזיקאַלישע טריט און באַשלוסן, כּדי צו פֿאַרווירקלעכן דעם טרוים פֿון די פֿריִערדיקע דורות, דעם אײַזערנעם כאַראַקטער, די ווײַט-גרייכנדיקע וויזיעס. דאָס מיידל האָט אָבער אין גיכן פֿאַרלאָזט די אונטערערדישע טעטיקייט און מער האָב איך זי נישט געזען. צווישן די חבֿרים האָט מען גערעדט, אַז איר טאַטע-מאַמע זאָלן האָבן אַרײַנגעמישט זײַן אינעם געפֿינען פֿאַר איר אַ לײַטישן שידוך אין „קאָלאָזשוואַר‟ [2].

אַזוי אַרום זענען אין דער אָרגאַניזאַציע פֿאַרבליבן פֿופֿצן אַקטיווע מיטגלידער: פֿינעף מיידלעך און צען בחורים.

וויבאַלד קיינער פֿון די בחורים האָט זיך נישט באַצויגן גלײַכגילטיק צום שענערן מין, איז אָנגעגאַנגען אַ שטילער, פֿאַרבאַהאַלטענער ברידער-קריג, וואָס האָט זיך אויסגעדריקט בדרך־כּלל מיט דורכפֿירן הייסע און אומענדלעכע וויכּוחים: געזאָגט האָט מען בן-גוריון און געמיינט האָט מען מירעלע.

איך האָב זיך אויך באַטייליקט אין די ווערטער-געפֿעכטן, אָבער מיט אַ קנאַפּן סוקצעס. קיינער האָט נישט געהאַט קיין שום שאַנס אַקעגן דעם „אידעאָלאָג‟. אונדזער „אידעאָלאָג‟ איז געווען אַ כיטרע יונגערמאַנטשיק מיט אַ פּרצוף פֿון אַ חמור-אייזל און שוויציקע הענט. דער טיטל „אידעאָלאָג‟ האָט אים גוט געהאַסט. ער איז געווען אַ מענטש, וואָס פֿאַרמאָגט שטײַפֿע דעות, אַ באַגרענעצטן וויסן און קנאַפּע פֿאַרשטענדעניש. פֿון דעסטוועגן, האָט ער געהאַט אַ גלאַטע צונג און אַ גרויס מויל, וואָס האָט געשיט נײַן מאָס רייד, ווי לויט אַ באַפֿעל.

ער האָט געהאַלטן אין איין טענהן, אַז מע וועט באַפֿעסטיקן די עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער מדינה נאָר און בלויז דורכן רײַסן מאַראַנץ פֿון די ביימער און אַקערן די ערד אין די קיבוצים. אויף איין טרעפֿונג, נאָכן איבערגעחזרן זײַן טעאָריע צום צענטן מאָל, האָב איך אויפֿגעהויבן די האַנט און געפֿרעגט צי בײַ אונדז אין רומעניע טוען נישט די פּויערים דאָס זעלבע? ער האָט געוואָרפֿן אויף מיר אַ פֿינצטערן בליק און אָפּגעענטפֿערט, אַז ס׳איז נישט שייך. אַלע האָבן געקוקט אויף מיר ווי אויף אַ קליין קינד.

די מיידלעך האָבן געהאַלטן פֿון אים אַ וועלט. זיי האָבן זיך פֿאַרמאָסטן ווער עס וועט זיך צוטוליען צו אים אין אַ מער דערנידעריקן אופֿן. על־כּל־פּנים, אַ וואָך נאָך דער דעבאַטע אַרום די מאַראַנצן איז ער געוואָרן אויס ציוניסט. די סעקוריטאַטע-לײַט [3] האָבן אָנגעקלאַפּט אין זײַן טיר און אים גענומען אויף אַ „פֿאַרהער‟. עס איז געוואָרן אַ יעלה צווישן די חבֿרים: עס זענען אַרומגעגאַנגען קלאַנגען, אַז מע האָט אים עקזעקוטירט. נאָך צוויי טעג האָט מען זיך דערוווּסט, אַז ער איז צוריק געקומען אַהיים מיט גאַנצע ביינער. ווײַזט אויס, מע האָט אים גוט אָנגעשראָקן אין דער „סעקוריטאַטע‟, ווײַל ער האָט איבערגעריסן יעדע ציוניסטישע טעטיקייט און אין גיכן איז ער געוואָרן אַן איבערצײַגטער קאָמוניסט.

מיט אַנאַ האָב איך זיך באַקענט, אַ דאַנק מײַן ראָלע אין דער אונטערערדישער אָרגאַניזאַציע. כ׳פֿלעג שרײַבן פֿאַר אונדזער „צײַטונג‟ — אַ צוויי-שפּראַכיק בלאַט, וואָס איז טאַקע באַשטאַנען פֿון איין בלאַט, געדרוקט פֿון ביידע זײַטן אויף אַ שרײַב-מאַשינקע. איך פֿלעג זיך אַרומדרייען אין צימער מיט פֿאַרלייגטע הענט און דיקטירן אַנאַן דעם אינהאַלט מיט אַן אַלץ-וויסנדיקן טאָן:

„איצטער, נאָך דער ניסימדיקער אַנטשטייונג פֿון דער ייִדישער מדינה זענען מיר אומבאַדינגט פֿאַרפֿליכטעט צו פֿאַרשטאַרקן דעם פֿונדאַמענט פֿון איר געזעלשאַפֿט. אַ שטאַרקע, פֿעסטע געזעלשאַפֿט צייכנט זיך אויס נישט נאָר מיט אירע עקאָנאָמישע און וויסנשאַפֿטלעכע דערגרייכונגען, נאָר איבערהויפּט מיט אירע מאָראַלישע פּרינציפּן. מיר מוזן זען, אַז די הילכיקע ווערטער פֿון ישעיהו הנבֿיא זאָלן נישט בלײַבן בלויז ווערטער, נאָר פֿאַרוואַנדלט ווערן אין מעשׂים‟.

דאָס בלאַט האָבן מיר קיינמאָל נישט צעטיילט, אַפֿילו נישט צו די סאַמע נאָענטע. אויב די פּאָליציי וואָלט עמעצן געפּאַקט מיט אַזאַ פּאַפּיר, וואָלט דאָס געווען זײַן סוף. צווישן מיר און אַנאַ האָבן זיך אַנטוויקלט באַציִונגען פֿון שעף און סעקרעטאַרשע; בליקן זענען געוואָרן זיסע רייד, זיסע רייד זענען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין גלעטן. ווי מײַן פֿרומער טאַטע פֿלעג זאָגן: „מצווה גוררת מצווה — עבירה גוררת עבירה‟. דער וועג איז געווען גליטשיק, און איך האָב ווויל געוווּסט, אַז זיך אַרײַנפּלאָנטערן איז לײַכטער ווי אַרויסקריכן. דער שׂכל-הישר האָט געזאָגט — „ניין‟, און דער ליבידאָ האָט גראַדע געהאַלטן, אַז „יאָ‟.

זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז דער ליבידאָ האָט געהאַט די אויבערהאַנט: מיר האָבן אויפֿגעהערט גיין אויף די ציוניסטישע טרעפֿונגען און פֿאַרבראַכט די אָוונטן אין אַנאַס צימער, בײַ פֿרוי הערשקאָוויטש אין שטוב. עס האָט געהייסן, אַז איך העלף אַנאַן מיט איר פּאָעזיע. זי האָט געשריבן שלעכטע לידער און איך האָב אָפּלאָדירט מיט באַגײַסטערונג יעדן סקריפּענדיקן גראַם און יעדע אומגעלומפּערטע שורה. נאָר אַז די שאָרעניש פֿון די שטעקשיך אינעם קאָרידאָר האָט זיך דערווײַטערט, האָב איך געעפֿנט די טיר, אויף אַ שפּאַרונע, כּדי זיך איבערצײַגן, אַז מע זעט שוין נישט פֿרוי הערשקאָוויטשס געשוואָלענע צורה און נישט איר ברייטן, קוואַדראַטיקן רוקן. דעמאָלט, אַז איך האָב זיך איבערצײַגט, אַז דער קאָרידאָר איז פֿרײַ, האָב איך זיך שטיל ארויסגעשאַרט פֿון אַנאַס צימער און אין אַן אויגנבליק בין איך שוין געווען פֿון יענער זײַט טיר.

אַנאַ האָט אַרויסגערעדט עטלעכע אומקלאָרע ווערטער פֿון שלאָף. איך האָב אַ קוק געטאָן אויפֿן זייגער. דער גרויסער ווײַזער איז געשטאַנען אויף זעקס און פֿון די פֿענצטער האָט אַרײַנגעקוקט אַ טיפֿע בלויקייט, וואָס האָט בשתּיקה באַגלייט די לעצטע זון-שטראַלן.

איך האָב זיך אַוועקגעזעצט צום טיש אין קיך און זיך גענומען איבערשרײַבן די ליד, וואָס איך בין געווען „שולדיק‟ מאָריסן. זײַן ליטעראַרישן סאַלאָן וועט זיך צונויפֿקומען איבערמאָרגן, און איך האָב נישט באַוויזן צו פֿאַרענדיקן קיין איין ליד נישט. די ווערטער האָבן אַצינד אויסגעזען פֿרעמד, כאָטש איך האָב זיי אָנגעשריבן בלויז אייערנעכטן:

די מחיהדיקע זון זעצט זיך איבער די דעכער
פֿאַרטרײַבט די נאַכט, רוימט אָפּ די שפּורן
און די טײַבעלעך, דאַכט זיך, פֿליִען איצט העכער
פֿון אַ פֿינצטערן נעכטן געבליבן קוים אַ זכּרון

איך קוק דערשטוינט קען נאָך אַלץ נישט פֿאַרשטיין
וווּנדער איבער וווּנדער, מײַנע ליבע פֿרײַנט
איבער נאַכט, שנעלער ווי אַ בליץ איז דאָס געשען
דער ליכטיקער מאָרגן איז שוין געוואָרן- הײַנט

[1] „סקינטעאַ‟ (Scintea), אַ פֿונק — אַ פּאַרטיייִשע צײַטונג
[2] קאָלאָזשוואַר (Kolozsvár) — אַ שטאָט אין רומעניע. לויטן אונגאַרישן אַרויסרעד — קלויזבורג
[3] סעקוריטאַטע (רומ.) — זיכערהייטה

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s