מאָנטעסקיע און דאָס ייִדנטום

לייזער לובאַרסקי

„איז ניט וווּנדערלעך דער ציל פֿון אַרבעטן, כּדי איבערצולאָזן נאָך זיך וואָס מער גליקלעכע מענטשן, ווי מיר זײַנען געווען?‟

מאָנטעסקיע

דער פֿראַנצויזישער שרײַבער, רעכטפֿאָרשער און פֿילאָסאָף שאַרל-לויִ דע סעקאָנדאַ, באַראָן דע לאַ ברעד באַראָן דע מאָנטעסקיע (Charles-Louis de Seconda, Baron de La Brède et de Montesquieu) — 1689־1755 — איז געבוירן געוואָרן ניט ווײַט פֿון דער שטאָט באָרדאָ, פֿיל יאָרן דאָרט געלעבט און זיך געלערנט. אין באָרדאָ האָבן געפֿונען אַ מקום-מיקלט די מאַראַנען, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון די אִינקוויזיציע־גזירות אין שפּאַניע און פּאָרטוגאַל.

אין יאָר 1569 איז אַרויס די באַרימטע „בולע‟ (דער דאָקומענט פֿונעם פּויפּס פּיִוס דעם Vטן וועגן אַרויסטרײַבן די ייִדן פֿון די פּויפּסטלעכע נחלות אין פֿראַנקרײַך און אִיטאַליע). אין 17טן י.ה. האָבן די ייִדן געמעגט וווינען בלויז אין געוויסע שטעט און נאָר אין אויסגעטיילטע ייִדישע קוואַרטאַלן.

Chateau_la_brede
שלאָס לאַ־ברעד, וווּ ס׳איז אויפֿגעוואַקסן דער קומעדיקער פֿילאָסאָף

מאָנטעסקיע איז געווען איינער פֿון די ערשטע פֿראַנצויזישע אינטעלעקטואַלן, וועלכער האָט געעפֿנט דעם יאָרהונדערט פֿון דער השׂכּלה, וואָס האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט אויף מיזרח־אייראָפּע, וווּ ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אַנטוויקלען אויך די ייִדישער השׂכּלה.

אַ ריי מלחמות און אויפֿשטאַנדן האָבן זיך נעגאַטיוו אָפּגערופֿן אויפֿן גורל פֿון די ייִדן אין אייראָפּע. זעקס יאָר פֿאַר מאָנטעסקיעס געבורט, אין יאָר 1683, האָט לודאָוויג דער XIVטער פֿאַרטריבן אַלע ייִדן פֿון די פֿראַנצויזישע געביטן קיין אַמעריקע. דערבײַ האָט עס געוויס ניט פֿאַרשטאַרקט דעם רעכטלאָזיקן מצבֿ פֿון די ייִדן אין אַנדערע לענדער.

אין אַזאַ אַטמאָספֿער איז דערצויגן געוואָרן מאָנטעסקיע; אָט די רעגירונגס-פֿאָרמען האָבן פֿאָרמירט די וועלט-אָנשויונגען פֿון דעם קומעדיקן קעמפֿער פֿאַר ציווילער און רעליגיעזער פֿרײַהייט. ער איז געוואָרן אַ גײַסטיקער פֿאָרגייער פֿון דער צוקונפֿטיקער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע. ס’האָט אין אים גערײַפֿט די אידעע, אַז עס מוז אָפּגעטיילט ווערן די געזעצגעבערישע מאַכט פֿון דער עקזעקּוטיווער. די דאָזיקע פּאָזיציע וועט שפּעטער געלייגט ווערן אין יסוד פֿון פֿאַרשידענע קאָנסטיטוציעס.

40 יאָר האָט מאָנטעסקיע אָפּגעלעבט אונטער דער ממשלה פֿונעם קיניג לודאָוויג דער XVטער, די עפּאָכע, ווען פֿראַנקרײַך האָט פֿאַרלוירן איר פֿריִערדיקן באַטײַט אין דער וועלט־פּאָליטיק; אין דער זעלבער צײַט האָט אויפֿגעבליט די פֿראַנצויזישע אויפֿקלערערישע ליטעראַטור און ס’האָט אויסגערײַפֿט די כּוונה צו פֿאַרוואַנדלען פֿראַנקרײַך אין אַ רעפּובליק.

מאָנטעסקיע, ווי אַ פֿאָרגייער פֿון דער השׂכּלה, האָט געפּריידיקט פֿאַר גלײַכע רעכט פֿאַר קריסטן און ייִדן. אַ סך אָבער האָבן געהאַלטן ייִדישקייט פֿאַר אַ שעדלעכן אָבערגלויבן און אַן אַנטיסאָציאַלער רעליגיע, וואָס צעשפּאַלט די געזעלשאַפֿט און אַז מען דאַרף זי אויסוואָרצלען. מאָנטעסקיע איז געווען דער איינציקער משׂכּיל אין פֿראַנקרײַך, וועלכער איז געווען גרייט אָנצונעמען די ייִדן אַזוי, ווי זיי זײַנען געווען, דאָס הייסט, ניט פֿאָדערן פֿון זיי אַ „רעפֿאָרמאַציע‟.

Voltaire, 1718 born Francois Marie Arouet (1694-1778)
וואָלטער ־ 1778-1694

די אַנדערע משׂכּילים און צווישן זיי אויך וואָלטער (1778-1694) זײַנען געווען אָפֿענע אַנטיסעמיטן, געהאַלטן די ייִדן פֿאַר שׂונאים פֿון דער מענטשהייט, פֿאַר פֿאַרברעכער, וועלכע איגנאָרירן די אמתע מאָראַל. מער פֿון אַלעמען האָט זיך אין דעם געביט אויסגעצייכנט וואָלטער. אָט ווי אַזוי ער באַשרײַבט די ייִדן: „זיי זענען די אַממערסטן פֿאַרהאַסטע בײַ אַלע שכנים און פֿאַרהאַסטן אַלעמען אַליין. זיי ווערן געבוירן מיט אַ מלא-רציחהדיקן פֿאַנאַטיזם אין זייערע הערצער, גלײַך ווי די טעווטאָנען ווערן געבוירן מיט בלאָנדע האָר אויפֿן קאָפּ. איך וועל זיך ניט פֿאַרוווּנדערן, אויב די ייִדן וועלן אַ מאָל ווערן אַ צרה פֿאַר דער מענטשהייט‟.

די שׂונאי־ישׂראל האָבן אויסגענוצט די ייִדן צו דיסקרעדיטירן די השׂכּלה, ווײַל דער אַלטער טעסטאַמענט איז דאָך געווען דער באָדן פֿאַרן אמתן קריסטנטום. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן די משׂכילים דערוויזן די פֿאַלשקייט און שעדלעכקייט פֿון אַזאַ באַציִונג. די אַנטיסעמיטן האָבן פֿאָרגעשטעלט די ייִדן מיט פֿאַראַכטונג און אין דער זעלבער צײַט האָבן זיי אונטערגעשטראָכן די ייִדישע וואָרצלען פֿונעם קריסטנטום.

אויף אַזאַ אופֿן האָבן זיי געוואָלט דורכשלעפּן דעם געדאַנק, אַז דאָס קריסטנטום איז אין תּוך די זעלבע ייִדישקייט, אַנדערש געזאָגט, די ערגסטע דערשײַנונג אין דער וועלט.

כּמעט אַלע אָנגעזעענע משׂכּילים אין 19טן י.ה. האָבן זיך באַצויגן נעגאַטיוו צו ייִדן און ייִדישקייט. דערבײַ, האָבן די גוטוויליקע, ניט געקוקט דערויף, וואָס זיי האָבן אָפּגעשאַצט ייִדישקייט ווי אַן אַממערסטן אַנטיסאָציאַלע רעליגיע, האבן זיי פֿאָרט גערעכנט, אַז די ייִדן קען מען „פֿאַרריכטן‟ און אַריבערדערציִען; ערשט נאָך דעם איז מעגלעך זיי אײַנשליסן אין דער ציוויליזירטער געזעלשאַפֿט. להיפּוך האָבן די אומפֿרײַנדלעכע השׂכּלה־אָנהענגער געשטיצט אַ ראַסן-אַנטיסעמיטיזם און אויסגעשלאָסן די מעגלעכקייט פֿון „פֿאַרריכטן‟ די ייִדן. נאָך מער: זיי האָבן דערקלערט די ייִדן פֿאַר שׂונאים פֿון לאַנד און מענטשהייט.

מאָנטעסקיע גופֿא, האָט זיך אין דער ערשטער העלפֿט 18טן י.ה. באַצויגן צו די ייִדן גוטוויליק. אין זײַן פֿילאָסאָפֿישן ראָמאַן „פּערסישע בּריוו‟ (יאָר 1721) האָט ער געשריבן וועגן זייער אומענדלעכער ליבע צו דער רעליגיע — דער מוטער פֿון קריסטנטום און איסלאַם (בּריוו נומ׳ 60). אין זײַן בוך „אין גײַסט פֿון די געזעצן‟ (1748) האָט ער אויסגעדריקט די אידעען פֿון הומאַניזם, רעליגיעזער און ראַסן־טאָלעראַנץ לטובֿות גערעכטיקייט און מענטשלעכקייט (די געדאַנקען דריקט אויס אַ פּאָרטוגעזישער ייִד, וועמענס קלוגשאַפֿט קאָנטראַסטירט שאַרף מיט דער אומטאָלעראַנטקייט און אַכזריותקייט פֿון די קריסטלעכע פֿאַנאַטיקער). אין זײַנע „ייִדישע בריוו‟ (1736) צום מאַרקיז ד’אִַרזשאַן (אַ פֿראַנצויזישער שרײַבער און פֿילאָסאָף, 1704־1771, אַ משׂכּיל) האָט מאָנטעסקיע געשריבן מיט גרויס גוטוויליקייט וועגן די ייִדישע ווערטן און די ייִדן אַליין.

שפּעטער, שוין נאָך מאָנטעסקיעס טויט, האָבן ס׳רובֿ השׂכּלה-טוער אַרויסגעוויזן אַן אָפֿענע שׂינאה צו ייִדן און אַרויפֿגעלייגט אויף זיי, ווי אויך אויף די קריסטן, דאָס אַכזריות פֿאַר דעם רעליגיעזן פֿאַנאַטיזם. וואָלטער, למשל, איז אין דעם „ענציקלאָפּעדישן ווערטערבוך (1764/69)‟ אָנגעפֿאַלן אויף דעם ייִדישן רעליגיעזן פֿאַנאַטיזם; ער האָט אויך באַשטעטיקט, אַז די קריסטן געהערן פֿאַקטיש צו ייִדישקייט, ווײַל “יעזוס דער קריסט איז געבוירן געוואָרן, געלעבט און געשטאָרבן ווי אַ ייִד‟. אָבער אין דער „פּריידיק-רעדע פֿון רבי עקיבֿה” (1764) האָט וואָלטער, ניט קוקנדיק אויף זײַן פֿערזענלעכער אומפֿרײַנדלעכקייט, פֿאַראורטיילט די רדיפֿות קעגן ייִדן.

דער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף און גײַסטיקער פֿאָרגייער פֿון דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע, זשאַן זשאַק רוסאָ (1778-1712), האָט גערופֿן אין זײַן בוך „עמיל‟ (1762) צו אַ מער גוטוויליקער און אָביעקטיווער באַציִונג צו ייִדן:

Jean-Jacques_Rousseau_(painted_portrait)
זשאַן זשאַק רוסאָ (1778-1712)

„מיר וועלן זיך ניט דערוויסן וועגן די אִינערלעכע מאָטיוון פֿון די ייִדן ביז זיי וועלן האָבן זייער אייגענעם, פֿריַיען לאַנד, זייערע שולן און אוניווערסיטעטן, וווּ זיי וועלן קענען רעדן און פֿירן וויכּוחים אָן מורא. נאָר דעמאָלט וועלן מיר זיך דערוויסן דעם אמת, וואָס זיי קענען זאָגן דער וועלט‟.

אַ ריי אַנדערע אידעאָלאָגן פֿון דער השׂכּלה האָבן אין 18טן י.ה. צוגעגרייט דעם באָדן אַרײַנצונעמען די ייִדן ווי גלײַכע צווישן גלײַכע אין דער אייראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט. די משׂכּילים האָבן פּראָקלאַמירט דעם וווילזײַן פֿון מדינות און פֿון באַזונדערע פּערזענלעכקייטן ווי אַ דערהויבענער ציל… אינעם צענטער פֿון דער ראַציונאַליסטישער אָנשויונג איז געשטעלט געוואָרן אַן „אַבסטראַקטער מענטש‟, דאָס הייסט, אַן אידעאַלע באַשעפֿעניש, אומאָפּהענגיק פֿון דער רעליגיע, שטאַנד און נאַציאָנאַליטעט. אין די ראַמען פֿון אַזאַ וועלט-אָנשויונג איז ניט געווען קיין אונטערשייד צווישן ייִדן און ניט ייִדן.

Gotthold_Ephraim_Lessing_Kunstsammlung_Uni_Leipzig
גאָטהאָלד אפֿרים לעסינג (1724־1781)

אין די שאַפֿונגען פֿון פֿאַרשידענע דײַטשישע און ענגלישע משׂכּילים פֿון 18טן י.ה. האָבן זיך צום ערשטן מאָל באַוויזן פּאָזיטיווע ייִדישע געשטאַלטן. באַזונדערס איז בּאַרימט געוואָרן דער דײַטשישער פֿילאָסאָף גאָטהאָלד אפֿרים לעסינג. קלאָר און דײַטלעך פֿאַר דעם קרײַז זײַנען די ווערטער פֿון אַן אַנדערן דײַטשישן פֿילאָסאָף יאָהאַן גאָטפֿריד פֿאָן הערדער: „עס וועלן קומען צײַטן, ווען אין אייראָפּע וועט מען מער ניט פֿרעגן, ווער איז אַ ייִד און ווער איז אַ קריסט, ווײַל דער ייִד וועט אויך לעבן לויט די אייראָפּעיִשע געזעצן און מיטווירקן אויפֿן וווילזײַן פֿונעם לאַנד. בלויז אַ באַרבאַרישער צוגאַנג קען שטערן דערצו…‟

אָן אַ ספֿק, אַז אַזעלכע אָנשויונגען האָבן געהאַט אַ גרויסע ווערט אין דעם לעבן פֿון ייִדן אין מערבֿ־אייראָפּע; אָבער זייער השפּעה איז ניט געווען אַנטשיידנדיק אין דער קריסטלעכער סבֿיבֿה. ס’איז נייטיק צו באַמערקן, אַז די פֿאַרשטאַרקונג פֿון דער ראָלע און וויכטיקייט מצד די ייִדן אין דער געזעלשאַפֿט נאָך דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע 1789, וואָס האָט אויסגעגלײַכט זייערע ציווילע רעכט, איז דערמעגלעכט געוואָרן אַ דאַנק אַזעלכע דענקער ווי מאָנטעסקיע.

סוף קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s