לאַפּסוס־קאַקטוס — 26

גערעדט — נישט געבעבעט!

צו האַלטן אַ רעדע אָדער אויפֿטרעטן פֿאַר אַן עולם „ס׳זאָל זײַן גלאַטיק, ווי אַ וואַסערל‟, — דאַרף מען האָבן אַ באַזונדערן טאַלאַנט. ס׳איז נישט סתּם „שיטן ווי פֿון אַרבל‟; מע דאַרף איבער דעם אַ סך אַרבעטן און זיך לערנען. כ׳בין שטענדיק מקנא געווען אַזעלכע מענטשן. אָבער פֿאָרט פֿלעגט זיך צומאָל טרעפֿן, אַז דווקא אַזאַ מענטש, וואָס האָט וואָס צו זאָגן און רעדט פֿאַר אַן עולם, בלײַבט פּלוצעם שטעקן אין מיטן און אַ רגע־צוויי הערט מען פֿון אים אַ מין מעקען — „ע־ע־ע…‟ — עס שלאָגט בײַם האַרצן.

לעצטנס, האָב איך איבערגעלייענט אין אַן אַרטיקל, אַז „דאָס מענטשלעכע לשון איז אַ פּראָצעס, וואָס קומט פֿאָר אין אַ קאָנקרעטער צײַט‟; די ווערטער שטעלן זיך אויס אין אַ ליניע — איין וואָרט נאָך אַן אַנדערן, — און ווען דער רעדנער גיט זיך פּלוצעם אַ ספּאָטיקע, אָדער קערט זיך אום צום אָנהייב, אָדער חזרט ווידער אַמאָל און אָבער אַמאָל דאָס לעצטע וואָרט, מיינט עס, אַז דער „גלאַטער גאַנג‟ פֿון זײַנע געדאַנק האָט זיך איבערגעריסן און פֿאַרלוירן די פּאַסיקע קלאַנג־פֿאָרעם.

אָט דאָס „ספּאָטיקען זיך‟ קאָן אונדז לערנען, ווי אַזוי אויסצוזוכן די פּאַסיקע ווערטער אין אונדזער זכּרון; דעם אופֿן פֿון פּלאַנירן אונדזער רעדע, ווי אַזוי מיר פּרוּוון צו פֿאַראייניקן דעם זין מיטן קלאַנג און אינטאָנאַציע; און בכלל — ווי אַזוי מיר לערנען זיך רעדן אויף אַ שפּראַך.

דעריבער איז אַזוי וויכטיק, אַז די מענטשן, וואָס לערנען זיך ייִדיש, זאָלן זיך נישט בלויז לערנען לייענען און שרײַבן, נאָר אויך זיך לערנען רעדן אויף אַ קול.

רעדן און הערן זיך אַליין!

איך בין זיכער, אַז גאָר אין גיכן, וועט מען האָבן אַ כּסדרדיקן מיטשמועסער אויף ייִדיש בײַ זיך אין קעשענע. איך מיין, אונדזער טאָג־טעגלעכע חבֿרטע־מאָבילקע. און שטעלט זיך פֿאָר: איר הייבט אָן רעדן און אין אַ מאָמענט פֿאַרשטייט איר, אַז עס פֿעלט אײַך אויס אַ וואָרט, איר מעקעט־און־בעקעט, באַדעקט זיך מיט אַ קאַלטן שווייס… אַ בושה! אַ בזיון!

מײַן עצה — פֿאַלט נישט אַרײַן אין ייִאוש! הייבט אָן אויף ס׳נײַ, די מאָבילקע וועט אײַך פֿאַרשטיין און מוחל זײַן! זי איז דאָך בײַ אײַך אין קעשענע.

לאַפּסוס־קאַקטוס кактус

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s