דער נסתּרס ניט-געדרוקטע פֿאַרצײכענונג, טעקסט און קאָנטעקסט
מיכאל קרוטיקאָוו
װען די צװײטע װעלט–מלחמה האָט אױסגעבראָכן אין האַרבסט 1939, האָבן זיך מיליאָנען ייִדן געפֿונען צװישן צװײ טאָטאַליטאַרע מלוכות — היטלערס דײַטשלאַנד און סטאַלינס סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. לכתּחילה זײַנען אַ סך מענטשן געװען געפּלעפֿט, ניט װיסנדיק, װעלכער צד איז ערגער. די נײַע סאָװעטיש–דײַטשישע גרענעץ האָט איבערגעשניטן דעם אָקופּירטן פּױלן, און מען האָט זי געפּרוּװט שװאַרצן אין בײדע ריכטונגען. מן–הסתּם איז דאָס אױך געװען דער גורל פֿון שלמה פֿון טשעכאָסלאָװאַקײַ, דעם העלד פֿון דער נסתּרס פֿאַרצײכענונג. װי אַ סך ייִדישע פּליטים, האָט ער געפּראַװעט גלות אױף די ברײטע שטחים פֿונעם ריזיקן סאָװעטישן לאַנד. זײ האָבן אָפֿט מאָל ניט געהאַט קײן געהעריקע סאָװעטישע דאָקומענטן, קױם געקענט די רוסישע שפּראַך, און ניט געװען באַהאַװנט אין די הילכות פֿונעם סאָװעטישן לעבנס־שטײגער. אַ היפּשע צאָל פֿון די פּליטים האָט אַרױסגעװאַנדערט אין װאַרעמע מקומות פֿון צענטראַל–אַזיע. מען האָט זיך אָפֿט מאָל אַרומגעדרײט לעבן באַן–סטאַנציעס, װוּ מע האָט געקאָנט טרעפֿן אַנדערע ייִדן און צומאָל מאַכן אַ געשעפֿטל.
אױף אײנער פֿון אַזעלכע סטאַנציעס האָט דער נסתּר געטראָפֿן דעם העלד פֿון זײַן פֿאַרצײכענונג. שלמה איז געװען װײַט ניט דער אײנציקער פּליט, װעלכער האָט דערצײלט דעם נסתּרן װעגן זײַנע צרות אונטער דער נאַציסטישער אָקופּאַציע. אױפֿן סמך פֿון די דאָזיקע געשיכטעס האָט דער נסתּר פֿאַרפֿאַסט זײַנע אײגענע קינסטלערישע דערצײלונגען, װאָס האָבן צונויפֿגעמישט, װי עס איז געװען זײַן שטײגער, װירקלעכקײט מיט פֿאַנטאַזיע. דרײַ אַזעלכע מעשׂיות זײַנען אַרײַן אינעם ביכל „קרבנות‟, װאָס איז אַרױס אינעם מאָסקװער „עמעס‟–פֿאַרלאַג אין 1943.
אַזױ װי אַנדערע סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן, האָט דער נסתּר מיטגעאַרבעט אין דער צײַטונג „אײניקײַט‟. אָבער להיפּוך צו זײַנע מער דערפֿאָלגרײַכע און פּראָדוקטיװע קאָלעגעס, װי דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, לײב קװיטקאָ, שױן אָפּגערעדט פֿון איציק פֿעפֿער, האָט דער נסתּר פֿאַרעפֿנטלעכט בלױז פֿיר זאַכן אין „אײניקײַט‟, װי װײַט איך האָב געקאָנט פֿעסטשטעלן. װײַזט אױס, ניט אַלץ, װאָס ער האָט אָנגעשריבן, איז זוכה געװען צו דערשײַנען אין דער סאָװעטישער פּרעסע. עטלעכע ניט-געדרוקטע טעקסטן זײַנע האָבן זיך אָפּגעהיט אינעם אַרכיװ פֿון „אײניקײַט‟, װאָס איז קאָנפֿיסקירט געװאָרן דורך די סאָװעטישע זיכערהײט–אָרגאַנען אין 1949, װען מען האָט פֿאַרמאַכט אַלע ייִדיש אַנשטאַלטן און אַרעסטירט די ייִדישע ליטעראַטן און כּלל–טוער, דער נסתּר בתוכם.
פֿאַר יעדן אײנעם, װאָס איז כאָטש אַ ביסל באַקאַנט מיט דער סאָװעטישער צענזור, איז קלאָר, אַז „שלמה פֿון טשעכאָסלאָװאַקײַ‟ איז פֿון אָנהײב אָן געװען טריף–פּסול פֿונעם אידעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט. אַ טיפּישער העלד פֿונעם פֿאַרצײכענונג–זשאַנער איז געװען אַ מוסטערהאַפֿטיקער סאָװעטישער מענטש, װאָס האָט זיך אױסגעצײכנט אין שלאַכטן אָדער אױפֿן אַרבעט–פֿראָנט. אַ געבראָכענער, שװאַכער פּליט, דערצו נאָך אַ ציוניסט און אַ גלױביקער ייִד, האָט לגמרי ניט געפּאַסט פֿאַר דער סאָװעטישער פּובליקאַציע. דערצו נאָך איז שלמה געװען אַ ספּעקולאַנט, װאָס האָט געהאַנדלט אױפֿן שװאַרצן מאַרק מיט בראָנפֿן, טאַבעק און אַנדערע דעפֿיציט־זאַכן. דאָס איז געװען אַ פּאַרשױן, װאָס די סאָװעטישע ייִדישע פּרעסע װאָלט בשום אופֿן ניט געװאָלט פֿאָרשטעלן די לײענער. אַ חוץ דעם, װאָלט אַזאַ דערצײלונג אונטערגעשטיצט דעם אַנטיסעמיטישן סטערעאָטיפּ פֿון אַ ייִד, װאָס האַנדלט אין טאַשקענט אַנשטאָט צו שלאָגן זיך אױפֿן פֿראָנט. אַ סבֿרה, װען דער נסתּר האָט אָנגעשריבן די דאָזיקע פֿאַרצײכענונג, האָט ער נאָך ניט געװוּסט פֿון די גענױע טעמאַטישע און אידעאָלאָגישע גרענעצן — דאָס סדום–בעטל פֿון דער סאָװעטישער צענזור.
עס איז מערקװירדיק, װאָס דװקא דער נסתּר, װעלכער איז בטבֿע געװען װײַט פֿונעם נאַטוראַליסטישן סטיל, האָט געשאַפֿן אַזאַ בולט–רעאַליסטישן און טיף–פּסיכאָלאָגישן פּאָרטרעט פֿון אַ ייִדישן פּליט אין סאָװעטישער צענטראַל–אַזיע, אַ יוצא–במינו אין דער סאָװעטישער ליטעראַטור. אָבער שלמה איז מער װי אַ רעאַליסטישע פֿיגור, ער איז אַ סימבאָלישע געשטאַלט, װאָס פֿאַרקערפּערט דעם אײביקן ייִדישן נע–ונד; ער איז אַ גילגול פֿון די גײער–געשטאַלטן אין דער נסתּרס פֿריִערע סימבאָליסטישע מעשׂיות. עס איז אַ ביטערע איראָניע פֿון דער סאָװעטיש–ייִדישער געשיכטע, װאָס דער כּתבֿ–יד פֿונעם דאָזיקן ליטעראַרישן מײַסטערװערק האָט זיך אָפּגעהיט דװקא אינעם אַרכיװ, װאָס איז קאָנפֿיסקירט געװאָרן, װען סטאַלין האָט חרובֿ געמאַכט די סאָװעטישע ייִדישע קולטור.
דער מקור פֿון דער דאָזיקער פֿאַרצײכענונג געפֿינט זיך אינעם מלוכישן אַרכיװ פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע, פֿאָנד 8114, ליסטע 1, ענין 486. אַ קאָפּיע איז פֿאַראַן אינעם אַרכיװ פֿונעם חורבן–מוזײ אין װאַשינגטאָן, RG-22.028, טאַשמע 174. איך בין דאַנקבאַר מײַן קאָלעגע װאַדים אַלצקאַן, דעם אַרכיװיסט פֿונעם חורבן–מוזײ, פֿאַר צושטעלן מיר דעם דאָזיקן מאַטעריאַל.

דער נסתּר
שלמה פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ
(פֿאַרצייכענונג)
— מיט וואָס וועט צאָלן דער פֿאַשיזם פֿאַר די גוואַלדטאַטן, הריגות און אָנגעטאָנענע חורבנות אומעטום אין די אָקופּירטע לענדער אין אייראָפּע, און באַזונדערס, ווי סע זאָגט חבֿר מאָלאָטאָוו אין זײַן לעצטער נאָטע, בײַ אונדז אין ראַטן־פֿאַרבאַנד?
— מיט זײַן פֿולשטענדיקער פֿאַרניכטונג, אָן שפּור, אָן איבערבלײַב.
דער חשבון פֿירט זיך. דער חשבון וועט זײַן אַ גערעכטער און אינעם צעטל פֿון די באַגאַנגענע פֿאַרברעכנס וועט פֿאַרנעמען אַ „בכּבֿודיקן‟ אָרט; אויך די אַכזריות בנוגע דער פֿרידלעכער באַפֿעלקערונג, וואָס איז געווען געצוווּנגען פֿאַרלאָזן די אײַנגעזעסענע היים־ערטער און לויפֿן וווּ די אויגן טראָגן — אויך פֿריִער אין אייראָפּע, אין בעלגיע און פֿראַנקרײַך, דערנאָך בײַ אונדז.
ס׳וועט אים ניט געשענקט ווערן! די געשיכטע וועט דאָ האָבן צו פֿאַרצייכענען אַ בילד פֿון געצוווּנגענער איבערוואַנדערונג פֿון מיליאָנען נפֿשות, וואָס אַ גרויסער טייל האָט געמוזט צעריבן ווערן, מחמת אָדער צו יונג, אָדער אַלט און קראַנק; און קיין כּוח האָט ניט געקלעקט צו ציִען די קייט פֿון גלות און יסורים. האָט אָבער אויך געמוזט געבראָכן ווערן אַ טייל מער שטאַנהאַפֿטיקערע, ייִנגערע און געזונטערע.
* * *
אויף מײַן אייגענעם דערנער־וועג, וואָס איך האָב דורכגעמאַכט, פֿאַרלאָזנדיק מײַן היים אין אוקראַיִנע, ווען איך בין דורכגעפֿאָרן טויזנטער קילאָמעטער קיין קאַווקאַז, פֿון דאָרט דורכן קאַספּישן ים אין טורקמעניע, און פֿון דאָרט ווידער קיין אוזבעקיסטאַן, וווּ איך געפֿין זיך איצט, האָב איך זיך אויפֿן וועג אָנגעשלאָגן אויף איינעם אַ פּאַרשוין — שוין אַליין אַ האַלבער דאָרן.
כ׳האָב אים דערזען אויף איינער אַ סטאַנציע אין טורקמעניע, פֿאַרבײַפֿאָרנדיק די קאַראַקומער מידבר. קילאָמעטער־לאַנג ציט זיך דער באַנוועג דורך דורכגעבויטע זאַמדן, אָן ביימער, אָן סימן פֿון געוויקס. זעלטן, זעלטן זעט מען דאָרט ערגעץ וווּ אויף אַ האָריזאָנט דורכרײַטן אַ רײַטער אויף אַ קעמל. פֿון קראַסנאָוואָדסק, וווּ מע זעצט זיך אויף דער אײַזנבאַן, פֿאָרנדיק אַהין, פֿאַרגרייטן זיך פּאַסאַזשירן וואַסער, ווײַל אויפֿן גאַנצן וועג איז דאָס מין ניט צו קריגן… אויך ניט קיין עסנוואַרג. דאָס קליין־ווינציקע, וואָס סע געפֿינט זיך אויף די אָרעם־טויבע מידבר־סטאַנציעס, קלעקט ניט פֿאַר די פֿיל פּאַסאַזשירן, וועלכע לאָזן זיך גיריק צום אײַנקויפֿן, וואָס נאָר עס לאָזט זיך, און אין משך פֿון אַ פּאָר מינוט ווערן די וואָקזאַל־בופֿעטן אָפּגערוימט און ליידיק, ווי נאָך אַ היישעריק. דאָרט איז דערויף אַן אָרט פֿאַר האַנדל פֿון אונטער דער פּאָלע פֿאַר פּאַרשוינען, וואָס ווילן אַרײַנכאַפּן אַ גרינג פֿאַרדינסטל פֿונעם מאַנגל אין געברויך־זאַכן אַפֿילו אין די נאָרמאַלע צײַטן, ווען די צאָל דורכרײַזנדיקע איז נאָרמאַל, אובפֿרט איצט אין דער צײַט פֿון עוואַקואַציע, ווען טויזנטער און איבער טויזנטער רײַזן דאָ דורך און דער באַדאַרף איז אַ גוואַלדיקער, נישט אָנצוזעטן.
דאָרט האָב איך אים דערזען, דעם מענטש. ער איז געשטאַנען צווישן אַ רעדל פּאַסאַזשירן אײַנקויפֿער, און שלעפּנדיק פֿון בוזעם אַרויס אַ פֿלעשל בראָנפֿן — האָט ער פֿאָרגעלייגט בראָנפֿן פֿאַר בעלנים; פֿאַר אַנדערע, וואָס דאַרפֿן טאַבעק, האָט אויך טאַבעק פֿאָרגעלייגט; פֿאַר דריטע, וואָס פֿאַרלאַנגען אַ לימענע, האָט ווידער, פֿון זעלבן אָרט, גאָר ניט זויבער אָרט בײַם לײַב, אַרויסגעצויגן לימענעס.
שטייענדיק און קוקנדיק דורכן וואַגאָן־פֿענצטער, ווי אַזוי אָט דער פּאַרשוין מאַכט מיסחר אינעם רעדל, וואָס רינגלט אים אַרום, האָב איך קיין איבעריק אַכט אויף אים ניט געלייגט, מחמת כ׳האָב געזען, אַז זײַן „הולך‟ איז גאָר ניט קיין געהויבענער, און האָב געטראַכט: „נו יאָ, דנאָ־פּאַרשוין, וואָס אין אַזאַ צײַט און אין אַזאַ פֿאַרוואָרפֿן אָרט האָט אַלעמאָל די מעגלעכקייט אַרומצושווימען, אָפּצוטאָן די קויטיקלעכע מעשׂים און ווידער פֿאַרשווינדן.
שפּעטער האָב איך זיך מיט אים באַקענט. ניט איך מיט אים, נאָר ער — מיט מיר.
— ער האָט געהערט, — האָט ער אַ זאָג געטאָן, אַרויפֿקומענדיק אין מײַן וואַגאָן און אין מײַן קופּע, — אַז סע פֿאָרט דאָ מיט מיט אים אינעם זעלבן צוג אַ שרײַבער. איז וויל ער זיך דורכריידן און זיך פֿאָרשטעלן. ס׳האָט זיך אויסגעלאָזט, ס׳איז ניט גאָר אין גאַנצן אַזאַ, ווי איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט.
אַ מענטש פֿון אַ יאָר פֿינף, זעקס און דרײַסיק. שוואַרצע אויגן, עטוואָס גאָר אומעטיקלעך פֿאַרטראָגענע, קוקן אַרויס פֿון אַ זייער בלאַס פּנים, וואָס אַליין וואָלט עס גאָר ניט געווען אַזוי בלאַס, ווען ניט אַרומגעברוינט פֿון אַ גאָר שוואַרץ געקרײַזלט בערדל — אַלעמאָל געגאָלט, נאָר איז שוין אַ היפּשע צײַט פֿאַרלאָזט. זײַן אונטערשטע, עטוואָס פּלאַטשיקלעכע ליפּ און פֿײַן ווייך מויל זאָגן עדות אויף אַ מענטש פֿון גאָר נישט קיין געמיינע און קויטיקע פּרנסות.
ער רעדט אַ שטאַרק פֿאַרדײַטשטן פּוילישן ייִדיש — אַ סימן, אַז ער שטאַמט פֿון ערגעץ אַ געביט נאָענט צו דײַטשלאַנד. ווירקלעך: ער שטאַמט פֿון ברנאָ — אַ באַוווּסטע שטאָט אין טשעכאָסלאָוואַקײַ… און דאָ טוט ער גלײַך אַ ריס איבער זײַן ייִדיש לשון און גיט מיך אַ פֿרעג: „הדובר מר עברית?‟ צי רעד איך, הייסט עס, העברעיִש? — יאָ. — זאָג איך. איך פֿאַרשטיי, און דערמיט, פֿיל איך, ווער איך בײַ אים געהייבענער און ער אַליין ציט אָן אויף זיך „יום־טובֿ‟. ער ווײַזט מיר דערמיט, אַז ער איז ניט אַזאַ, ווי איך זע אים איצט, אין אַזאַ הולך, ווען איך קען מיינען, אַז ער קומט פֿון די מיסטן. זײַן אָנגעטאָן — שרעקלעך, געזאָגט געוואָרן אויף די, וואָס האָבן אַזוינס גאָר מעגלעך געמאַכט, דאָס הייסט, אַ מענטשן צו אַזאַ שטאַנד אַראָפּגעלאָזט, זײַנע בגדים — אַפֿילו פֿאַר אַ פּראָפֿעסיאָנעלן שלעפּער אָנגעפֿאָרן [?]. דאָס לאַנג ניט געוואַשענע, שטאַרק צעקנייטשטע רעקל כאַקי־קאָליר (סע מעג שוין הייסן כראַקי) דינט אים פֿאַר נאָך עפּעס — פֿאַר אַ העמד, וואָס מע זעט, ער האָט ניט. פֿון די צעריסענע הויזן קוקן אַרויס נאַקעטע קני. שיך פֿון זעלבן סאָרט, ווי די בגדים: מער באָרוועס, ווי שיך.
און דאָ טוט ער אַליין אויף זיך אַ קוק, ווי אַ געפֿאַלענער און זעצט פֿאָר זײַן ביאָגראַפֿיע: ער האָט יאָרנלאַנג געדינט אין אַן אַמעריקאַנער האַנדל־פֿירמע, וווּ ער האָט באַקומען אַ געהאַלט פֿון אַזויפֿיל און אַזויפֿיל דאָלער, וואָס פֿון אָט דער סומע איז צו זען, אַז ראה חיים טובים, אַז ער האָט געלעבט, הייסט דאָס, אַ לעבן — אויף אַלע זײַנע ליבע געזאָגט געוואָרן: אַ פֿינף צימער וווינונג, וואַנע־צימער און אַלערליי אַנדערע באַקוועמלעכקייטן.
און דאָ טוט ער, דאַכט זיך, שוין דעם ערשטן ווײן. שוין חדשים לאַנג, זאָגט ער, באַלד יאָרן, אַז ער איז אויף קיין מענטשלעך געלעגער ניט געשלאָפֿן. ער דערציילט: דער אומגליק האָט אים געטראָפֿן אַזוי פּלוצעם, אומגעריכט, ער האָט אַזוי שטאַרק געאײַלט זיך ראַטעווען פֿון די פֿאַשיסטישע אָנפֿאַלנדיקע רויבער, אַז אוי לו ואוי לנפֿשו — וויי צו אים און צו זײַן לעבן — אַז ער האָט אַפֿילו ניט באַוויזן געזעגענען זיך מיט ווײַב און קינדער. נאָר אַזוי ווי ער איז געגאַנגען און געשטאַנען, אַזוי איז ער פֿון געשעפֿט און פֿון שטאָט אַוועק, אָן געפּעק און געלט־מיטל, וועלכע ער וואָלט געקענט פֿאַרכאַפּן, ווען ער זאָל יאָ געווען באַווײַזן. זײַן היים איז, ווי ער האָט זיך דערנאָך דערוווּסט, פֿון די פֿאַשיסטן באַרויבט געוואָרן, ווײַב און קינדער — באַנומען, אַלדאָס אָנגעזאַמלטע שטובגוטס — פֿאַרלוירן געגאַנגען, און וואָס ווײַטער מיט זײַנע אייגענע איז געשען — ווייסט ער ניט. ער האָט זיך פֿיל אָנגעוואַלגערט און אויסגעשטאַנען, אָן פֿאַרדינסטן און אָן קיינע פֿאַרבינדונגען. אין דער פּוילישער פֿרעמד, וווּהין ער איז אָנגעקומען, לויפֿנדיק צו ערשט פֿון זײַן לאַנד טשעכאָסלאָוואַקײַ, און דערנאָך, אין אַ צײַט אַרום, ווען היטלער איז אָנגעפֿאַלן אויך אויף פּוילן, האָט ער גענומען לויפֿן פֿון אָרט צו אָרט, פֿון שטאָט צו שטאָט, ווײַל די ערד האָט דאָרט געברענט, ביז ער האָט זיך צוגעשלאָגן קיין לוואָוו, וווּ ער האָט אַ קליין ביסל אָפּגערוט שוין אונטער דער שוץ פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד.
ער האָט פֿון יענער צײַט איבערגעטאָן כּל־מיני אַרבעטן. געווען אַ סטרוזש אין אַ פֿאַבריק, באַדינט אַן אויטאָמאָביל־גאַראַזש, צוגעהאָלפֿן אַ שטריקל־דרייער, געטריבן פּליטן אויף דער וויסלע, געהיט מתים אין אַ מאָרג און נאָך און נאָך. ער געדענקט שוין ניט די פֿיל מלאָכות, וואָס ער האָט איבערגעטאָן, ביז היטלער איז אויך אָנגעפֿאַלן אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד. און ווען אויך דאָרט האָט די ערד אונטער אים גענומען ברענען, ווען ניט די דאָקומענטן, וועלכע ער טראָגט בײַ זיך אין בוזעם־קעשענע, וואָלט ער שוין אַפֿילו פֿאַרגעסן פֿון וואַנען ער שטאַמט און וואָס פֿאַראַ אָרט און געזעלשאַפֿטלעכע לאַגע ער האָט אַמאָל פֿאַרנומען.
זיך צו דערמאָנען: ער האָט דאָך פֿיל יאָרן אי גוט געלעבט, אי גוט קינדער דערצויגן, אי אויך נאָך אָפּגעשפּאָרט אַ געוויסן קאַפּיטאַל, כּדי זיך צו דערווערבן אַ נחלה אין ארץ־ישׂראל, וווּהין ער האָט געהאַט בדעה, איידער דער אומגליק האָט אים געטראָפֿן, זיך אַריבערקלײַבן מיט זײַן פֿאַמיליע. ער האָט דעם געוויטער אין אייראָפּע, זאָגט ער, שוין פֿון לאַנג פֿאָרויסגעפֿילט, און ער האָט זיך אויך פֿאָרויסגעזען באַוואָרענען. איצט איז ער נקי, ריין, הייסט עס, און אַרויס מיט גאָר נישט: קיין היים, קיין אייגענע און אַליין אַזוי פֿאַרוואָרלאָזט, אַז ער האָט מורא אויף זיך אין שפּיגל אַ קוק טאָן. סע דאַכט אים: אַז ער איז ניט ער. ער האָט אַפֿילו מורא אויף זײַן אייגן פֿאָטאָגראַפֿיש בילד, וואָס ער טראָגט אויך מיט זיך פֿאַרהיט צווישן זײַנע דאָקומענטן, אַ קוק טאָן, ווײַל ער גלייבט די אויגן ניט. און ווען יאָ, טוט אים גוואַלדיק וויי.
און דאָ טוט דער מענטש אַרײַן די האַנט אין בוזעם, באַקומט פֿון דאָרט דעם טײַסטער, באַקומט אויך זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס מיר באַווײַזט ער זי און אַליין קערעוועט ער פֿון איר די אויגן אָפּ. „זוהי תּמונתי אישתי ושתי בנותי‟. איך טו אַ קוק: ריכטיק, דער מענטש האָט זיך פֿון וואָס אָפּצוקערעווען: צוויי טײַערע שוין דערוואַקסענע טעכטערלעך, ציכטיק געקליידטע פֿרוי, און ער אַליין האָט מיט דעם, וואָס אויפֿן בילד, בלויז אפֿשר נאָר די איינציקע שײַכות, וואָס יענער, וואָס אויפֿן בילד, געפֿינט אַן אָרט בײַ אים אין בוזעם, וואָס אָן אַ העמד.
נישט גלייבנדיק, אַז דאָס איז טאַקע דער, וועמעס בילד עס ווערט מיר דאָ באַוויזן, טו איך אויף אים אַ קוק, כּדי צו פֿאַרגלײַכן, און כאָטש אַרויסגעפֿינען אַ וואָסער ניט איז ענלעכקייט. און איך דערזע: דער מענטש וויינט, שוין ניט שטיל, ניט אין זיך, ווי פֿריִער, נאָר אַ שטראָם טרערן גיסט זיך אים איבערן פּנים מיט אַ דערשיטערנדיקן כליפּ פֿון אינעווייניק אַרויסגעקומען.
ער זאָגט מיר, אַזוי וויינענדיק: „אני שלמה (אַגבֿ, מע רופֿט אים טאַקע שלמה). הייתי מלך בירושלים‟, מיינענדיק דערמיט, אַז ער איז געגליכן צו מלך שלמה, וואָס די לעגענדע דערציילט וועגן אים, אַז דער אַשמדאַי האָט אים אַמאָל פֿאַרוואָרפֿן אין אַן אָרט, וווּ מע קען אים ניט, און אַז אומעטום, וווּ ער האָט זיך ניט באַוויזן און זיך פֿאַררופֿן אויף זײַן נאָמען און מלכות, האָט אים קיינער ניט געגלייבט. אַזוי אויך ער. ניין, ערגער — זאָגט דער מענטש — סע האַלט שוין דערבײַ, אַז ער אַליין גלייבט זיך ניט. און דאָס איז דאָך די ערגסטע קללה. ער איז זיך מודה — זאָגט ער — אַז ווען עס טרעט אים אַמאָל שטאַרק צו, אַזוי געפֿינט ער קיין אַנדער תּרופֿה ניט, ווי אויסטרינקען. יאָ, יאָ, סע מאַכט זיך אים שוין די לעצטע צײַט…
ס׳איז דאָך אים ניט איבערטראָגן: פֿרוי און קינדער זײַנען פֿאַרבליבן דאָרט, בײַ אים, בײַ היטלערן, בײַם קוילער, ימח שמו, און וואָס ער טוט מיט פֿרויען און קינדער, מיט עלנטע און שוצלאָזע — איז דאָך באַוווּסט, אַלנפֿאַלס, קאָן ער טאָן. און וויי אים — דעם מאַן פֿון זײַן פֿרוי און דעם טאַטן פֿון זײַנע קינדער — וואָס ער איז אַזוי ווײַט פֿון זיי און אַליין אומבאַהאָלפֿן.
ער וויינט שוין כּמעט אויף אַ קול, דער מענטש. „השמיים והאָרץ, — זאָגט ער, — בוכים על גורלם המר של אנשים אומללים כמוני…‟ הימל און ערד, הייסט עס, דאַרפֿן וויינען אויף אַזוינע לײַדנדיקע, ווי ער. ער גלייבט שוין ניט, ער זאָל ווען אַמאָל נאָך צוריק אויפֿקומען און דאָס ערגסטע פֿאַר וואָס ער האָט מורא איז, ער זאָל אין איצטיקן גלות־היטלער ניט פֿאַרלירן דאָס לעצטע, וואָס דעם מענטשן דאַרף זײַן אַמטײַערסטן: דאָס מאָראַליש מענטשלעכע פּנים…
— יאָ, — פֿרעג איך אים, — איז פֿאַרוואָס זשע זײַט איר ניט אָנקומען אויף אַן אָרט, אויף וואָסערע ניט איז אַרבעט, וועלכע אונדזער מלוכה גיט יעדערן די מעגלעכקייט צו קריגן, סײַ בײַ זײַן פֿאַך, אויב ער איז פֿאַכמאַן, סײַ בכלל, וווּ ניט איז אויף אַרבעט אין שטאָט, צי אויף ערד־אַרבעט אין קאָלווירט?
ער פֿאָרט איצט טאַקע אין אַ קאָלווירט — ענטפֿערט מיר דער מענטש, דער שלמה פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, און בעת־מעשׂה קערעוועט ער אָפּ דאָס פּנים, און איך הער, אַז דער ענטפֿער קומט אים ניט פֿון אינעווייניק, נאָר בלויז פֿונעם אייבערשטן טייל גאָרגל — אַ סימן, אַז ניט אמת, און אַז דער מענטש האַלט ניט דערבײַ…
ווירקלעך: באַלד ווי נאָר ער באַמערקט, אַז דער צוג פֿאַרהאַלט דעם גאַנג און דערנענטערט זיך ווידער צו אַ סטאַנציע, אַזוי פֿאַרלאָזט ער מיך אין סאַמע מיט געשפּרעך, אַליין ערגעץ אַוועק, און ווען דער צוג בלײַבט שטיין, אַזוי דערזע איך אים ווידער אויפֿן וואָקזאַל צווישן אַ רעדל פּאַסאַזשירן און ווידער אַרויסבאַקומענדיק עפּעס פֿאַרשיידענע קויף־און־פֿאַרקויף זאַכן פֿון בוזעם.
— ניין, — טראַכט איך, — דער מענטש פֿאָרט שוין ניט אין קאָלווירט. ער איז שוין צו פֿאַרטאָן אין עסק, מעגלעך ניט אַזוי צוליב ספּעקולאַנטישע צילן און גיריקייט, נאָר אַליין טאַקע צוליבן עסק, וועלכע מאַכט זיך אים פֿאַרגעסן, אַזוי ווי דער טרונק, וועלכן ער האָט פֿריִער דערמאָנט.
יאָ, אַ האַלב־געפֿאַלענער, שוין אַ שטיק וואַנדלגראָז, און אָט באַלד שוין קאַנדידאַט אויף סאָציאַלער פֿאַרלוירנקייט און אויף פֿאַרבאָטענעם בוזעם־מיסחר, וואָס באַלד וועט זיך די מלוכה אויף אים אומקוקן, זיך אַרײַנמישן און אים שטערן אין זײַן מיסחר. מחמת יאָ, ס׳אַ שאָד צו לאָזן זינקען אַזאַ איינעם, וואָס איז שוין ניט בלויז איינער אין אָט דעם צוג, אין וועלכן איך פֿאָר אַצינד, נאָר פֿיל און פֿיל אַנדערע צוגן, וואָס קורסירן אין לאַנד און אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען.
אַ שאָד דער מענטש, וואָס טליִעט נאָך אין אים, און וואָס אַן עדות דערפֿון זײַנען די טרערן, וואָס ווײַזן זיך אים אָפֿט, ווען ער דערקלײַבט זיך מיט זײַן זכּרון צו זײַן נעכטן.
און ווידער ווירקלעך: אַז דער צוג גייט אָפּ אויך פֿון דער צווייטער סטאַנציע, וווּ דער מענטש איז אויסגעשטיגן אַזוי, דערזע איך אים ווידער פֿאַר זיך צוקומען מיט דעם איבערגעבליבענעם ביסל טרערן, וועלכע האָבן, דאַכט זיך, נאָך ניט באַוויזן אויסצוטריקענען.
ער וויינט ניט, זאָגט ער, פֿאָרזעצנדיק, צי וועט אים נאָך גליקן זיך אומקערן אַהיים און צו געפֿינען די זײַניקע גאַנץ. כאָטש אין זיג איבער היטלערן איז ער זיכער. „נישקשה, — זאָגט ער, — היטלערס אורטייל איז שוין אונטערגעשריבן און ליגט אים אָפּגעהיט, ווי אין אַ סייף.‟ (אַגבֿ, ער איז אַ ביסל באַלערנט, דער מענטש, אונדזער שלמה פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, ער איז מיטל־אינטעליגענט, ווייסט און אינטערעסירט זיך מיט פּאָליטיק, רעדט דײַטש, טשעכיש און העברעיִש, איז האַלב נאַציאָנאַל געשטימט און האַלט אויך רעליגיעז, פֿרומלעך, ווי פֿיל אַזוינע דאָרטיקע, ווי ער.) צי ס׳וועט אים גליקן — זאָגט ער — ווייסט ער ניט, נאָר אויב יאָ, רעכנט ער מיטברענגען אַהיים אָט דעם איצטיקן „הולך‟ זײַנעם. (ער באַווײַזט מיר דאָ אויך דאָס היטל מיטן דאַשעק, וואָס איז אין עטלעכע ערטער איבערגעבראָכן און געבויגן) און אים אַלס אָנדענק פֿאַרהיטן.
ער דענקט אַזוי: ער דערמאָנט זיך זײַן זיידן, אַ שטאַרק פֿרומען און פֿאַרמעגלעכן גאַליציאַנער ייִד, וואָס פֿלעג אַלע יאָר, פּסח אויף דער נאַכט, נעמען אַ שטעקן אין דער האַנט, אַ טאָרבע אויף די פּלייצעס און זיך אַרומדרייען אַרום דעם רײַך־געגרייטן, באַלויכטענעם און באַשטעלטן טיש, און דאָס גאַנצע הויזגעזינד פֿלעג זיך אים נאָכדרייען — אַ דערמאָנונג אין גלות מצרים. אויך ער רעכנט אַזוי — ער, דער, וואָס שטייט איצט פֿאַר מיר מיט די נאַקעטע קני, וואָס קוקן אים אַרויס פֿון די הויזן, און מיטן צעכראַסטעטן בוזעם אָנעם העמד, — ער זאָל אויך אַלע יאָר צום סדר אָנטאָן אָט די בגדים, זיך אַרומדרייען אַרום טיש און זײַנע אייגענע און בני־בית זאָלן זיך אים נאָכדרייען — אַ דערמאָנונג אין גלות־היטלער.
אַ, — פֿרעגט ער מיך — ווען דערלעבט מען דאָס אָבער שוין?.. און נאָך איינס — זאָגט דער מענטש, — וויל ער דערלעבן… ניט ווי אַנדערע, וועלכע דריקן אַלעמען אַרויס דעם וווּנטש צו זען היטלערן מיט זײַן רויבער־באַנד — מיט זײַנע גערינגס, געבעלסן, הימלערס — אויף טויט דערשאָסענע, און אַז אויך זיי אַליין זאָלן האָבן צו זייער טויט אַן אייגענע האַנט צוגעלייגט. ניין, ער — ניט. ער וויל זיי נאָר זען אין שטײַגן, אין אַ זאָאָלאָגישן גאָרטן ערגעץ, צי אין אַ ברנאָ, למשל, צי אין אַ פּראָג, צי (נישקשה, ער פֿאַרגינט זיי) אַפֿילו אין זייער אייגענעם בערלין — לעב נבֿלה־פֿרעסערישע היענעס, מיט העסלעכע און ווילד פֿאַרדרייטע צורות, ווי די היענעס, און מיט קעפּ אויף צוריק אויסגעקערעוועט, ניט וועלנדיק אויף די באַזוכער קוקן.
ער שטעלט זיך פֿאָר: ער וואָלט צו זיי צוגעטראָטן אַ פֿאַרנאַכט, ווען אין זאָאָגאָרטן איז שוין כּמעט קיין באַזוכער ניטאָ, און וואָלט אַ זאָג געטאָן צו אַזאַ־אָ היטלערן, למשל, זיך פֿאָרשטעלנדיק: יאָ, אני שלמה, איך בין דער, וועמען דו, אוממענטש, האָסט געוואָלט מאַכן פֿאַר אויס־מענטש, מיך, ווי דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק, ווי אויך אַנדערע פֿעלקער, מיינענדיק פֿאַרניכטן, צערײַבן און פֿאַרוואַנדלען אין פֿיסבענקעלעך צו דײַן מענטשן־פֿרעסערישער גדולה, — איז נאַ, אָט בין איך מיר אָבער צוריק איך, ייִדן — ייִדן, אַלע פֿעלקער — פֿעלקער און נאָר דו, נבֿלה־שמעקער, האָסט דערלעבט דאָס, וואָס דו האָסט באמת פֿאַרדינט: אַ שטײַג צווישן דײַן גלײַכן היענעס, מע זאָל קומען קוקן אויף דיר, ווי אויף אַ שטינקענדיקער סטראַשידלע, דיך שפּײַזן דורך אַ שפּיז און רייניקן פֿון דיר אַזוי, אַז אין קויט זאָלסטו לעבן…
דער שלמה פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ האָט איבערגעריסן, איז אַוועק, און שפּעטער האָב איך אים דערזען אויף איינער אַ סטאַנציע, אויף איינעם אַ צוג, וואָס איז אָנגעקומען פֿון אַנטקעגן, אײַנשטײַגן און צווישן אַ גרויס געדיכטן עולם פּאַסאַזשירן פֿאַרשווינדן.