יעווגעני קיסין
פּאָליטיק און קונסט
אין „טבֿיה דער מילכיקער‟, װען חווה פּרוּווט צו דערקלערן איר טאַטן, װאָס פֿאַר אַ װוּנדערלעכער מענטש כוועדקע איז, זאָגט זי, אַז ער איז „דער צווייטער גאָרקי‟. אויף טבֿיהס פֿראַגע, װער זשע איז געווען דער ערשטער גאָרקי, ענטפֿערט חווה אַזוי: „גאָרקי איז הײַנט שיִער ניט דער ערשטער מענטש אויף דער וועלט,‟ — און װײַזט דעם טאַטן גאָרקיס אַ פֿאָטאָגראַפֿיע.
הײַנט, מיט העכער הונדערט יאָר שפּעטער, זעט עס אויס קאָמיש. פֿון דעסטוועגן, אין יענער צײַט פֿלעגן אַ סך מענטשן, באַזונדערס די פּראָגרעסיווע רוסלענדישע יוגנט (די ייִדישע יוגנט בתוכם), טאַקע אַזוי זיך באַציִען צו מאַקסים גאָרקין. פֿאַר װאָס?
אינעם סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן פֿיל מענטשן געמיינט, אַז די עקספּלואַטאַציע פֿונעם אַרבעטער–קלאַס איז דאָס גרעסטע שלעכטס אויף דער וועלט. און וואָס אמת איז אמת: דעמאָלט האָבן ס׳רובֿ אַרבעטער געלעבט אין דחקות, און מע פֿלעגט זיי זייער שטאַרק עקספּלואַטירן (אין רוסלאַנד נאָך מער, ווי אויף מערבֿ). פֿון די אַלע דעמאָלטיקע שרײַבערס פֿלעגט דװקא גאָרקי שרײַבן, דער עיקר, וועגן די דאָזיקע פּראָבלעמען. נאָך מער: אין זײַנע ווערק פֿלעגט ער ניט בלויז באַשרײַבן די יסורים פֿון די אָרעמעלײַט, נאָר אויך רופֿן צום קאַמף קעגן די עקספּלואַטאַטאָרס, צו דער רעוואָלוציע.
פֿאַרכאַפּט מיט די זעלבע אידעען, פֿלעגן אַ סך מיטצײַטלער זײַנע אָננעמען, ווי עס טרעפֿט זיך גאַנץ אָפֿט, די סאָציאַלע אַקטועלקייט פֿון דער טעמאַטיק פֿאַר אַ ליטעראַרישן טאַלאַנט — און ווי אַ סך–הכּל, האָבן זיי געהאַלטן גאָרקין ניט בלויז פֿאַרן גרעסטן שרײַבער, נאָר אַפֿילו פֿאַר שיִער ניט דעם ערשטן מענטשן אויף דער וועלט. אָן שום ספֿק, האָט גאָרקי יאָ פֿאַרמאָגט אַ גרויסן ליטעראַרישן טאַלאַנט, נאָר אונדז איז לגמרי קלאָר, אַז ס׳איז ניט צו פֿאַרגלײַכן אים מיט אַזעלכע באמת געניאַלע שרײַבערס פֿון זײַן צײַט, ווי, למשל, טשעכאָװ אָדער בונין. אָבער אַ סך בני–דור זײַנע פֿלעגן לייענען גאָרקין מיט אַנדערע אויגן.
לויט מײַן מיינונג, האָט דאָס זעלבע זיך איבערגעחזרט אין רוסלאַנד מיט עטלעכע יאָרצענדליקער שפּעטער, ווען ס׳איז אויפֿגעקומען אַלעקסאַנדר סאָלזשעניצין. סטאַלינס „גולאַג‟ איז אין זײַן צײַט באמת געווען דאָס גרעסטע שלעכטס אויף דער װעלט (דער היטלעריזם איז, אַװדאי, געווען ניט ווייניקער אַכזריותדיק, נאָר געדויערט האָט ער אַ סך װייניקער צײַט), און פֿאַר דער פּראָגרעסיווער אינטעליגענץ אינעם ראַטן–פֿאַרבאַנד איז דאָס געווען די סאַמע אַקטועלע און אָנגעווייטיקטע טעמע.
סאָלזשעניצין פֿלעגט שרײַבן דװקא וועגן דעם „גולאַג‟, באַשרײַבנדיק זײַנע גרוילן מיט גרויסער קראַפֿט — און אַ סך ליינערס האָבן געהאַלטן, אַז ער איז אַ גאָון. איצט אָבער, כאָטש די סטאַלינישע לאַגערן זײַנען פֿאַר אונדז נאָך אַ ניט–פֿאַרהיילטע װוּנד, װערט אַלץ קלאָרער, אַז בײַ זײַן גאַנצן טאַלאַנט, איז סאָלזשעניצין קיין גאָון ניט געװען. הײַנט זעט אויס, אויב נאָך ניט קאָמיש, איז אַלנפֿאַלס שוין מאָדנע, אַז אַ מאָל פֿלעגט מען אים אויף אַן ערנסטן אופֿן רופֿן „דער צװייטער לעװ טאָלסטוי‟. געווען איז דאָס בלויז מיט עטלעכע יאָרצענדליקער צוריק…
עמאָציעס און שׂכל
דאָס, וועגן װאָס איך וועל איצט שרײַבן, איז זייער אַ קיצלדיקע פֿראַגע, װאָס קאָן אויפֿװעקן אַן אױפֿברויז פֿון עמאָציעס. דעריבער װעל איך זיך אױסדריקן ביז גאָר פֿאָרזיכטיק, אױסניצנדיק די פֿרעג–פֿאָרעם אָנשטאָט די באַהױפּטונג–פֿאָרעם.
אין פֿאַרשײדענע אײראָפּעיִשע מלוכות גילט און װערט אָנגעװענדט דאָס געזעץ, לויט וועלכן פֿאַרן לייקענען דעם חורבן װערט מען באַשטראָפֿט צו עטלעכע יאָר תּפֿיסה. אונדזער נאַטירלעכע עמאָציאָנעלע רעאַקציע אויף דעם איז: זייער גוט!
ריכטיק! אַזוי זאָל עס טאַקע זײַן! ס׳איז דאָך אַזאַ לעסטערונג צו לייקענען דעם חורבן — איז זאָל מען פֿאַר דעם אײַנזעצן אין תּפֿיסה! נאָר אויב מ׳איז ערלעך מיט זיך אַליין אין דער פֿולער מאָס, װעט בײַ אַ ציװיליזירטן מענטשן אומפֿאַרמײַדלעך זיך אַ ריר טאָן דאָס ווערעמל פֿון ספֿק: צי איז עס באמת ריכטיק און יושרדיק אײַנזעצן אין טורמע ניט פֿאַר מאָרד, ניט פֿאַר גנבֿה, ניט פֿאַר פֿאַרגװאַלטיקונג, אַפֿילו ניט פֿאַר אויפֿרופֿן צו באַגיין אַ פֿאַרברעכן, נאָר פּשוט פֿאַר אָפּלייקענען אַ היסטאָרישע געשעעניש (װי באַליידנדיק די דאָזיקע לייקענונג זאָל ניט זײַן בנוגע דעם אָנדענק פֿון מיליאָנען מענטשן)?
און אויב מ׳איז װײַטזיכטיק, איז אוממעגלעך ניט שטעלן זיך די פֿראַגע: צי איז עס גוט פֿאַר אונדז ייִדן, אַז מ׳װערט אײַנגעזעצט פֿאַר לייקענען נאָר די דאָזיקע געשעעניש, האָבנדיק אין זינען, אַז די אַנטיסעמיטן האַלטן אין אײן פֿאַרשפּרײטן די בילבולים װעגן דער אַלװעלטלעכער ייִדישער פֿאַרשװערונג, אַז די ייִדן פֿירן כּלומרשט אָן מיט דער װעלט וכדומא?
יאָ, אין אייניקע לענדער װערט מען באַשטראָפֿט אויך פֿאַר לייקענען דעם גענאָציד פֿון די אַרמענער — נאָר מיט װאָס פֿאַר אַ שטראָף? דער היסטאָריקער בערנאַרד ליויִס איז אין זײַן צײַט באַשטראָפֿט געװאָרן פֿאַר דעם אין פֿראַנקרײַך מיט אַ געלט–שטראָף אויף דער סומע פֿון… 1 פֿראַנק.
במשך פֿון יאָרצענדליקער האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס דאָזיקע געזעץ ברענגט ניט קײן שום שאָדן. נאָכן קראַך פֿון קאָמוניזם איז אין טשעכיע אָנגענומען געװאָרן דאָס געזעץ, לויט וועלכן פֿאַר לייקענען די קאָמוניסטישע פֿאַרברעכנס ווערט מען פֿאַרמישפּט אויף עטלעכע יאָר טורמע. װען כ׳האָב געלערנט װעגן דעם, האָב איך געטראַכט: אויסגעצייכנט! דװקא אַזוי זאָל עס זײַן — סײַ פֿאַר אָפּלײקענען דעם חורבן דאַרף מען אײַנזעצן, סײַ פֿאַר לייקענען די פֿאַרברעכנס פֿון קאָמוניזם!
און אָט מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן די מאַסן–מעדיאַ מיטגעטיילט װעגן די פֿאַרפֿאָלגונגען פֿון אַ כינעזישן היסטאָריקער פֿאַר ניט פֿאָלגן דער רעגירונגס אָנװײַזונגען אינעם באַלויכטן אייניקע געשעענישן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿאַרשטייט זיך, איז מען געװאָרן אויפֿגעבראַכט: ס׳איז סקאַנדאַליעז! ס׳איז אַ געפֿאַר פֿאַר דער פֿרײַהײט פֿון װאָרט און װיסנשאַפֿט!
גאָר ניט לאַנג צוריק איז אין פּוילן אָנגענומען געװאָרן דאָס געזעץ, װאָס פֿאַרװערט אָנצורופֿן אוישװיץ און אַנדערע נאַציסטישע קאַצעטן אין פּוילן „פּוילישע קאָנצענטראַציע־לאַגערן‟. װידער איז מען שטאַרק אויפֿגעבראַכט געװאָרן: פֿרײַהייט פֿון װאָרט! צוריקקער צו טאָטאַליטאַריזם! נאָר ס׳איז דאָך געװען אַ פּרעצעדענט פֿאַר דעם אַלעם — און דער דאָזיקער פּרעצעדענט, װי טרויעריק עס זאָל ניט זײַן, איז געװען דװקא דאָס „געזעץ פֿון חורבן-לייקענונג‟…
װאָס זשע װעט זײַן װײַטער? און װוּ איז דער יושר?
דער חזיר אונטערן דעמב
מיר אַלע, געבוירענע און אויפֿגעװאַקסענע אין רוסלאַנד, קענען פֿון קינדווײַז אָן איװאַן קרילאָװס [1] משל „דער חזיר אונטערן דעמב‟. אינעם דאָזיקן משל פֿרעסט זיך אָן אַ חזיר מיט אײכלען אונטער אַ דעמב; דערנאָך הייבט ער אָן אונטעררײַסן דעם דעמבס װאָרצלען, ניט פֿאַרשטייענדיק, אַז די אײכלען, װאָס ער האָט אַזוי ליב, װאַקסן טאַקע אויף דעם דאָזיקן בוים.
לייען איך אויף דער אינטערנעץ כּל–המינים אַנטיאַמעריקאַנישע קאַמענטאַרן, אָנגעשריבן פֿון רוסן, און טראַכט: צי פֿאַרשטייען זיי ניט, אַז זיצנדיק בײַ די קאָמפּיוטערס (װאָס זײַנען דערפֿונדן געװאָרן אין אַמעריקע) און זידלענדיק אַמעריקע אויף דער אינטערנעץ (װאָס מ׳האָט אויך דערפֿונדן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן), װערן זײ געגליכן צו קרילאָװס חזיר אונטערן דעמב?
פֿאַר װאָס האָט מען געקעמפֿט?
אינעם טאָג פֿון די לעצטע פּרעזידענט–װאַלן אין טשעכיע האָב איך געהאַט אַ קאָנצערט אין װין. אויפֿן אַנדערן טאָג האָבן מיר — מײַן פֿרוי, מײַן פֿרויס שװעסטער און אונדזערע מאַמעס — זיך אומגעקערט קיין פּראָג מיט דער באַן. בשעת דער נסיִעה האָבן מיר זיך דערוווּסט וועגן די רעזולטאַטן פֿון די װאַלן: געװוּנען האָט מילאָש זעמאַן. דווקא אים האָט אַן אוקראַיִניש מײדל, פּראָטעסטירנדיק קעגן זײַן פּאָליטיק, אָנגערופֿן „פּוטינס קורװע‟.
דער צוג האָט אונדז געטראָגן אין דער באַליבטער שטאָט, װאָס איז געװאָרן פֿאַר אונדז די צװײטע הײם. צערודערטע פֿון דער ידיעה, האָבן מיר ניט אָנגעהויבן צו פֿאַרשטיין: װיאַזוי האָט אַזוינס געקאָנט געשען נאָך דעם אַלעמען, װאָס די טשעכן האָבן געהאַט איבערגעלעבט פֿונעם מאָסקווער קרעמל? מיר האָבן אַרומגערעדט, װי אַזוי רוסלאַנד האָט געקאָנט װירקן אויף די װאַלן, און װעלכע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג האָבן געקאָנט אונטערהאַלטן זעמאַנען… מיר האָבן געפֿרעגט איינער דעם אַנדערן און זיך אַליין: װאָס זשע מײנט דערויף דאָס פֿאָלק?
אין יענעם אָװנט האָבן מיר באַשטעלט דאָס עסן אַהיים. אַ וווּנק געטאָן מיטן קאָפּ אויפֿן פּאַרשוין וואָס האָט עס געבראַכט, האָב איך געזאָגט צו מײַן פֿרוי: „אָט איז אַ פֿאָרשטײער פֿונעם פֿאָלק — לאָמיר אים פֿרעגן, פֿאַר װעמען האָט ער געשטימט!‟. דעם מאַנס ענטפֿער איז געװען: „כ׳האָב ניט געװוּסט, אַז עס זײַנען געװען װאַלן.‟
אַלע מענטשן זײַנען פֿאַרשײדן
ניט לאַנג צוריק האָב איך געלייענט אַן אַרטיקל פֿונעם באַרימטן רוסלענדישן ליטעראַטור–פֿאָרשער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם בענידיקט סאַרנאָװ ע״ה. צווישן אַנדערע זאַכן, דערצײלט דער מחבר װעגן דעם, װי אין די מיט 1940ער יאָרן האָט איינער אַ חבֿר זײַנער געבעטן אים אונטערצוחתמענען אַ בריװ צו שלמה מיכאָעלסן. דער בריװ איז געװען אָנגעשריבן פֿון „אַ גרופּע יונגע ייִדן, װאָס װילן שטודירן די געשיכטע און קולטור פֿון זייער פֿאָלק‟ און דעריבער בעטן זיי אַ דערלויבעניש צו באַניצן זיך מיט דער ביבליאָטעק פֿונעם „גאָסעט‟. סאַרנאָװ שרײַבט, אַז אין אונטערשייד פֿון זײַן חבֿר און דער גאַנצער „גרופּע יונגע ייִדן‟, האָט ער זיך לחלוטין ניט אינטערעסירט מיט די דאָזיקע זאַכן.
איבערגעלייענט עס, איז מײַן אומגעזאַמטע נאַטירלעכע רעאַקציע געװען: סטײַטש? היתּכן? װי האָט אַ ייִד — און ניט פּשוט אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, נאָר אַן אינטעלעקטואַל — געקאָנט ניט אינטערעסירן זיך מיט דער ייִדישער געשיכטע און קולטור?! אַ טראַכט געטאָן, האָב איך אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז אַלע מענטשן זײַנען פֿאַרשיידן. מע װאָלט געקאָנט זאָגן, למשל, אויך װעגן מיר: װי קאָן מען ניט אינטערעסירן זיך מיט פֿיזיק און כעמיע, װאָס דערקלערן, װי אַזוי ס׳איז אײַנגעאָרדנט די װעלט, אין װעלכער מיר לעבן?! און דאָך…
אָן שום ספֿק, װען אַלע מענטשן װאָלטן געװען אויף איין פּנים, װאָלט דאָס לעבן געװען זייער און זייער אַ סקוטשנע.
[1] איװאַן קרילאָװ (1769־1844) — רוסישער משלים־שרײַבער, פּאָעט, פּובליציסט