נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 25

איך ווינטש אַלע לייענער פֿון “ייִדיש בראַנזשע” אַ געזונט פֿרידלעך יאָר און אַ גמר חתימה טובֿה!

peysazh fun fentster
אַ בליק פֿונעם אויטאָבוס־פֿענצטער

זיבן באַלקאַנער לענדער, בתוכם אַלבאַניע

ווי שיין און פֿאַרכאַפּנדיק אַ נסיעה זאָל נישט זײַן, איז איר גרעסטע מעלה, אַז צום סוף קערט מען זיך אום אַהיים. כּמעט צוויי וואָכן אין סעפּטעמבער בין איך מיט מײַן פֿרוי רײַע אַרומגעפֿאָרן איבער די באַלקאַנען, ריכטיקער געזאָגט, באַזוכט די נײַע זעקס לענדער פֿון דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע: סלאָוועניע, סערביע, קראָאַטיע, צפֿון־מאַקעדאָניע, מאָנטענעגראָ, באָסניע און הערצאָגאָווינע, ווי אויך דאָס סודותפֿולע לענדל אַלבאַניע. אַרומגעפֿאָרן זײַנען מיר אין באַשטאַנד פֿון אַ בשותּפֿותדיקער גרופּע טוריסטן — אַ טײל פֿון ניו־יאָרק און אַ טייל פֿון דײַטשלאַנד — אַלע געוועזענע בירגער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

אין יענע ווײַטע יאָרן איז יוגאָסלאַוויע, אין שפּיץ מיט זייער פּרעזידענט יאָסיף בראָז טיטאָ, געווען פֿאַר אונדז כּמעט אַ קאַפּיטאַליסטיש לאַנד, וואָס אַ פּשוטן בירגער פֿון אַ גאַנץ יאָר איז צו טרעפֿן אַהין געווען גאָר נישט פּשוט; סײַ ווײַל די באַציִונגען צווישן די ביידע לענדער זײַנען געווען אָנגעשטרענגטע נאָך פֿון סטאַלינס צײַטן, סײַ ווײַל דער דיקטאַטאָר טיטאָ האָט געהאַט אַן אייגענע שיטה פֿון פֿירן זײַן פֿעדעראַטיוו לאַנד צום קאָמוניסטישן מאָרגן, וואָס האָט נישט געשטימט מיט דער אידעאָלאָגיע פֿון די סאָוועטישע פּאַרטיי־פֿירער.

Lublqny
אַ “סעלפֿי” אויף דער בריק פֿון דראַקאָנען. לובליאַנע

דער סוף איז באַקאַנט — ביידע קאָמוניסטישע שיטות האָבן אין די אָנהייב 1990ער געקראַכט און די סאָציאַליסטישע לענדער זײַנען זיך צעפֿאַלן. דאָס אָפּזונדערן זיך האָט אָפּגעקאָסט דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע טויזנטער מענטשלעכע לעבנס און געבראַכט צו אַ קאַטאַסטראָפֿאַלן עקאָנאָמישן בראָך. איצט, ווען מ׳האָט זיך אָפּגעריסן איינער פֿון אַנדערן, רײַסן זיך די אומפּאָהענגיקע באַלקאַנישע לענדער אַרונטערצוקריכן אונטער דעם אַלגעמיינעם אייראָפּעיִשן פּאַראַסאָל, קודם־כּל, צוליב דער מיליאַרדישער שטיצע, וואָס זיי וועלן קאָנען באַקומען.

דער וועג האָט געפֿירט אונדזער אויטאָבוס פֿון דער ערשטער סטאַנציע לובליאַנע, די הויפּטשטאָט פֿון סלאָוועניע, צו אונדזער לעצטן פּונקט, דער כאָרוואַטישער שטאָט דובראָווניק. די געטלעכע פּייזאַזשן — אַ געמיש פֿון בערג, וועלדער, ים אונטער איין הימל, וואָס מע קען אים נישט צעטיילן — האָבן פֿאַרכאַפּט דאָס טוריסטישע אויג און אָטעם. ס׳איז גוט נישט צו קענען די געשיכטע פֿון אָט די מקומות, נישט גריבלען זיך אין דער ווײַטער און נאָענטער געשיכטע, זיך נישט צוהערן צו דעם עכאָ, וואָס ברענגט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט די ווערטער, אַז דער באַלקאַנער האַלבאינדזל איז שטענדיק געווען אַ פֿעסל מיט פּולווער פֿאַר גאַנץ אייראָפּע.

די ווירקלעכקייט האַלט זיך בײַ אירע אייגענע כּללים — אויף שריט און טריט רײַסן זיך דורך צום הימל שפּאָגל־נײַע מעטשעטן און קלויסטערס, און אונדזערע וועגווײַזערס — אין יעדן לאַנד אַן אַנדערער — האַלטן אין איין דערציילן אונדז ווי פֿרײַנדלעך באַציִען זיך איינער צום אַנדערן דער סערבישער פּראַוואָסלאַוונער קריסט און קאַטוילישער כאָרוואַט מיטן מוסולמענישן באָסניאַק. בעת מאַרשאַל טיטאָס ממשלה האָט דער באַגריף טאָלעראַנץ געטראָגן גאָר אַן אַנדער זין, יעדנפֿאַלס, נישט קיין רעליגיעזן. די סטאַטיסטיק ווײַזט אָבער אָן, אַז נאָך די מלחמה־יאָרן פֿון 1992־1995 זײַנען די צווישן־נאַציאָנאַלע שידוכים זייער ווייניק פֿאַרשפּרייט, בפֿרט צווישן די מוסולמענער און קריסטן. די קאָמוניסטישע אידעאָלאָגיע איז פֿאַרביטן געוואָרן אויף אַ רעליגיעזער. דער מענטש מוז דאָך אין עפּעס גלייבן.

די הײַנטיקע ווירקלעכקייט האַלט זיך פֿעסט בײַ די דורכגעפֿירטע גרענעצן מיט אַלע פּיטשעווקעס — גרענעץ־לײַט און טאַמאָזשניעס; דעריבער איז אונדז אין איין טאָג אויסגעקומען דורכצופֿאָרן פֿיר־פֿינעף גרענעץ־פּונקטן. באַגלייט האָט אונדז במשך פֿון דער גאַנצער רײַזע אַ מיטאַרבעטער פֿון דער דײַטשישער טוריסטישער אַגענץ. אויף דער פֿראַגע, וויפֿל צײַט וועט נעמען דער וועג פֿון איין פּונקט צו אַן אַנדערן, פֿלעגט ער ענטפֿערן מיט אַ שמייכל: „עס ווענדט זיך, ווי לאַנג מע וועט אונדז אָפּהאַלטן אויף דער גרענעץ!‟ די צײַט פֿון „אָפּהאַלטן‟ איז געווען דירעקט פֿאַרבונדן מיט דער גרייס פֿון כאַבאַר; און אונדזער געניטער באַגלייטער, צוזאַמען מיטן שאָפֿער, האָבן שוין גוט געוווּסט, וווּ און וויפֿל דאַרף מען געבן. אויף איינעם אַזאַ גרענעץ־פּונקט האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן אַ גרויסער פּלאַקאַט: „שטעל אָפּ די קאָרופּציע!‟

dubrovnik-gas
אויף דער צענטראַלער גאַס אין דובראָווניק

דווקא די שיינע נאַטור און די רײַכע געשיכטע פֿון באַלקאַנען שפּילן צו דער נײַער מאַכט אין די הײַנטיקע נײַע לענדער. טוריזם־אינדוסטריע ליגט אינעם יסוד פֿון זייער עקאָנאָמיע. פֿון דעסטוועגן, זײַנען ס׳רובֿ שאָסיי־וועגן און די פּאָפּולערע אָפּרו־ערטער אויפֿגעבויט געוואָרן נאָך אין די קאָמוניסטישע צײַטן און שטייען אַוודאי אָפּ פֿון די אייראָפּעיִשע סטאַנדאַרטן. צוריק גערעדט, זײַנען דאָרט די פּרײַזן מער צוטריטלעך און דערמיט ציִען זיי צו מענטשן פֿון אַ מיטעלן לעבנס־ניוואָ. למשל, אַזאַ קוראָרט אין מאָנטענעגראָ ווי בודוואַ, איז פֿאַרפֿלייצט מיט טוריסטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, בפֿרט פֿון רוסלאַנד. אויך די פּאַסאַזשירן פֿון אונדזער טוריסטישן אויטאָבוס, מערסטנס שוין פּענסיאָנירטע בירגער פֿון אַמעריקע און דײַטשלאַנד, געהערן צו דער זעלבער קאַטעגאָריע.

צוציִען דעם טוריסט ער זאָל קומען פֿונעם אַנדערן עק וועלט, מוז מען אים דערלאַנגען אַ חריפֿות, אַ זעלטענע מציאה, וואָס אין קיין שום אַנדער אָרט וועט ער עס נישט זען און נישט געפֿינען. דובראָווניק (קראָאַטיע), למשל, אַ שטאָט אַ פֿעסטונג, וואָס האָט בשלום אויסגעלעבט אירע הונדערטער יאָרן, און קיין מאָל נישט געליטן פֿון מלחמות (סײַדן די באָמבאַרדירונגען בעת דער לעצטער מלחמה) האָט געקראָגן דעם שם פֿון אַ קינאָ־שטאָט. דאָרט האָט מען שוין פֿילמירט עטלעכע באַקאַנטע היסטאָרישע פֿילמען; באַזונדערס פּאָפּולער איז דאָס אָרט געוואָרן נאָך דעם אָסקאַר־געווינער Game of Thrones.

נאָך מער: די פּראָדוצענטן פֿון דער עפּישער קינאָ־סדרה, האָבן, ווי אַ דאַנקזשעסט דער מוניציפּאַל־פֿאַרוואַלטונג פֿון דובראָווניק, געשענקט דער שטאָט דעם אָריגינעלן אײַזערנעם טראָן, וואָס ווערט פֿילמירט אין אַלע סעזאָנען. דער דאָזיקער טראָן שטייט איצט אויפֿן שיינעם אינדלז לאָקרום, נישט ווײַט פֿון דובראָווניק, און די פֿאַנאַטן פֿון דעם פֿילם קומען אַהין פֿון דער גאָרער וועלט צו זען אָט די ערטער און מאַכן אַ „פּיקטשער‟, זיצנדיק אויפֿן באַרימטן טראָן פֿון קיניג אייגאָן.

די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער הויפּטשטאָט סקאָפּיע (צפֿון־מאַקעדאָניע) האָט אויסגעגעבן אַן ערך 4 מיליאַרד יוראָס אויפֿצובויען אין צענטער פֿון דער שטאָט מאָנומענטאַלע סקולפּטורן און בנינים אין אַלט־גריכישן סטיל, געווידמעט אַלכּסנדר מוקדון און זײַן ייִחוס. דאָס איז אויך אַן אופֿן צוציִען טוריסטן, ווי אויך אַ צולהכעיס־שפּיצל קעגן גריכנלאַנד, וואָס קאָן ביז הײַנט נישט פֿאַרגינען דער שכנישער מלוכה צו טראָגן דעם זעלבן נאָמען, מאַקעדאָניע, וואָס גריכנלאַנדס אַ פּראָווינץ טראָגט. אַן אַנדער סימן־מובֿהק פֿון צפֿון־מאַקעדאָניע און סקאָפּיע בפֿרט איז, אַז דאָרטן איז געבוירן געוואָרן די הייליקע מוטער טערעזאַ. דער קלויסטער, אויפֿגעשטעלט אין איר אָנדענק, ציט גענוג צו קאַטוילישע פּיליגרימען.

This slideshow requires JavaScript.

קלויסטערס, מאָנאַסטירן, מעטשעטן און אַנדערע קריסטלעכע און מוסולמענישע הייליקע מקומות האָבן אין אונדזער רײַזע נישט אויסגעפֿעלט סײַ אין בעלגראַד (סערביע) סײַ אינעם וווּנדערלעכן שטעטל אָכריד (צפֿון מאַקעדאָניע), ווי אויך אין זאַגרעב (קראָאַטיע) און אין דער שטאָט קאָטאָר (מאָנטענעגראָ), געבויט ווי אַ טיפּישע שטאָט אין דער אַמאָליקער ווענעציאַנער רעפּובליק; די שטאָט מאָסטאַר (באָסניע און הערצאָגאָווינע) מיט אירע אוניקאַלע מוסולמענישע דענקמעלער, שפּורן פֿון דער אָסמאַנער אימפּעריע…

This slideshow requires JavaScript.

דעריבער האָב איך דעם באַגלייטער געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז אין אונדזער גרופּע זײַנען פֿאַראַן נישט ווייניק ייִדן, וואָס וואָלטן געוואָלט אויך זען און הערן אַ קאַפּיטל געשיכטע, פֿאַרבונדן מיט די באַלקאַנער ייִדן. צום באַדויערן, אין סאַראַיעוואָ איז דער מלוכישער מוזיי, וווּ עס געפֿינט זיך די באַרימטע סאַראַיעווער הגדה, געווען געשלאָסן. די דאָזיקע הגדה, ווי אַ חתונה־מתּנה, איז געווען אָנגעשריבן פֿון אַ סופֿר אין באַרסעלאָנע אין 14טן יאָרהונדערט. די געשיכטע גופֿא פֿון דער „סאַראַיעווער הגדה‟ און ווי אַזוי זי איז געבליבן גאַנץ ביז הײַנט, וואָלט געדאַרפֿט באַשריבן ווערן אין אַ באַזונדערער אַגדה.

tirane
די צענטראַלע גאַס אין טיראַנאַ

גאָר אומדערוואַרט איז פֿאַר אַלעמען געווען דאָס באַזוכן אַלבאַניע. נאָך נעכטן אַ געשלאָסן דיקטאַטאָריש לענדעלע, וואָס האָט זיך אַליין איזאָלירט פֿון דער אַרומיקער וועלט. זײַנען מיר אַרומגעגאַנגען איבער די שיינע מאָדערנע גאַסן פֿון דער הויפּטשטאָט טיראַנאַ, וואָס האָבן נאָך ביז הײַנט נישט קיין נעמען — נאָר נומערירט מיט ציפֿערן. דער לאַנג־יאָריקער דיקטאַטאָר פֿון אַלבאַניע, ענווער כאָדזשאַ, האָט פּאַראַנוייִש מורא געהאַט, אַז זײַנע געוועזענע פֿרײַנד, סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און יוגאָסלאַוויע, וועלן אָנפֿאַלן אויפֿן לאַנד און עס פֿאַרכאַפּן. שוין אָפּגערעדט פֿון די מערבֿדיקע אימפּעריאַליסטן. אויסמעקנדיק די נעמען פֿון דער שטאָט־מאַפּע, האָט ער דערמיט געוואָלט פֿאַרפּלאָנטערן די שׂונאים אויפֿן פֿאַל, אויב זיי וועלן קומען צו פֿליִען באָמבאַרדירן די שטאָט. צוליב דער זעלבער סיבה זײַנען לויט זײַן באַפֿעל אויסגעגראָבן געוואָרן איבערן גאַנצן לאַנד 700 טויזנט מיקלטים, אַז יעדער משפּחה זאָל האָבן זײַן אייגענעם מיקלט זיך ראַטעווען פֿון די נוקלעאַרע אַטאַקעס.

bunker9
אַ גרופּע טוריסטן באַטראַכטן דעם “אָביעקט” — איינער פֿון די 700 טויזנט מיקלטים

די אַלבאַניער רופֿן זיך שטאָלץ אָדלערס (אויף דער רויטער פֿאָן זעט מען אַ שוואַרצן אָדלער מיט צעשפּרייטע פֿליגלען); אין כאָדזשאַס צײַטן איז פֿאַרווערט געווען צו האָבן פּריוואַטן טראַנספּאָרט. עס זײַנען אַפֿילו נישט געווען אויף די וועגראָגן קיין וועגליכטערס. הײַנט זײַנען די גאַסן פֿול מיט אויטאָס. אַן אַלבאַנישער אָדלער האַלט פֿאַר נייטיק צו פֿאָרן נאָר אין אַ „מערסעדעס‟. אויך אַלבאַניע, שוין אַ מיטגליד פֿון „נאַטאָ‟, איז אַ קאַנדידאַט זיך צוטוליען צום אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. מיטן רעכטן פֿוס.

וואָס שייך רעליגיע, האָט די קאָמוניסטישע דיקטאַטאָרס זיך אײַנגעגעבן אַרויסצושלאָגן פֿונעם פֿאָלק דעם „רעליגיעזן סם‟. אַזוי אויך אין אַלבאַניע, וווּ היסטאָריש זײַנען דאָרט פֿאַרשפּרייט געווען סײַ די קריסטלעכע און סײַ די מוסולמענישע אמונות. נאָכן אַראָפּוואָרפֿן פֿון זיך דעם דיקטאַטאָרישן יאָך, דרינגט אין אַלבאַניע אַלץ פֿעסטער אַרײַן דער איסלאַם…

אויפֿן וועג אַהיים, אַראָפּקוקנדיק אויף דעם געטלעכן ווינקעלע באַלקאַנען שוין פֿון אויבן, פֿונעם עראָפּלאַן־פֿענצער, פֿילט מען זיך פֿאַר אַ שטיקל מלאך; און עס דערמאָנען זיך גאָטס ווערטער: „וועלט מײַנע, וועלט מײַנע! הלוואַי זאָלסטו תּמיד אין אַלע צײַטן האָבן אין מײַנע אויגן דעם איצטיקן חן!.. — און ער גיט צו: — אַלע מענטשן זײַנען גלײַך, פֿון איין פֿאָטער קומען זיי אַרויס!‟

ברוקלין, ניו־יאָרק, סעפּטעמבער 2019

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s