וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור — 50 יאָר
במשך פֿון לאַנגע יאָרן איז אַן אַדרעס פֿאַר ייִדיש אין ישׂראל געווען די געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע „וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟. זי איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1969.
איך האָב נאָך פֿאַרכאַפּט דעם ערשטן פֿאָרזיצער פֿון דער אינסטיטוציע, יצחק קאָרן. יצחק קאָרן, אַ פּאַרטיייִשער פֿונקציאָנער, אַ כּנסת־דעפּוטאַט און געוועזענער מלוכישער טוער, האָט געהערט צו דער אַלטער גוואַרדיע ציוניסטן. זײַן שײַכות צו ייִדיש, אַ חוץ פּערזענלעכע סאַנטימענטן, האָט געטראָגן מער אַ פּאָליטיש־קאָניוקטורישן כאַראַקטער. געוויסע פֿינאַנציעלע רעסורסן און פֿאַרבינדונגען האָט ער געשעפּט פֿון זײַנע אַלטע פּאַרטיייִשע קוואַלן.
אויך אין די שפּעטערדיקע יאָרן, שוין נאָך קאָרנס טויט, פֿלעגט קודם־כּל דער נײַער פֿאָרזיצער באַשטימען דעם סדר־היום פֿונעם „וועלטראַט‟. דער צווייטער פֿירער איז געווען יצחק וואַרשאַווסי, אַ מענטש פֿון „סוכנותּ‟, וואָס האָט זיך אויך געדרייט אין די אַקאַדעמישע קרײַזן. זײַן גרעסטער טאַלאַנט איז געווען צו „מאַכן אַ רושם און אַ רעש‟. מעגלעך, אַז דער הויכפּונקט פֿון זײַן פֿירערשאַפֿט איז געווען דאָס אַרויסרײַסן זיך אויף די רחבֿותן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ס׳האָבן שוין געבלאָזן די ווינטן פֿון גאָרבאַטשאָווס „פּערעסטרויקע‟. איבערן לאַנד, ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן, האָבן זיך באַוויזן כּל־מיני ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס. צווישן זייערע מיטגלידער און צומאָל צווישן דער פֿירערשאַפֿט זײַנען געווען אויך ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש. אָט די יחידים האָבן זיך מיט לײַב־און־נפֿש אָפּגעגעבן מיטן אויפֿלעבן ייִדיש בײַ זיך אין שטאָט. צי האָבן זיי באַקומען עפּעס אַ שטיצע פֿונעם „וועלטראַט‟? יצחק וואַרשאַווסקי, ווי זײַן נאַטור האָט אים געפֿירט, איז געפֿלויגן אין די הויכע הימלען. אים האָבן די לאָקאַלע ייִדיש־פּראָבלעמען ווייניק געאַרט. זײַן באַליבט וואָרט איז געווען „ריזיק‟; ער האָט געהאַט „ריזיקע פּראָיעקטן‟ און „ריזיקע פּלענער‟, אַ מין מנחם־מענדל אין ייִדישע הימלען.
צו זײַנע פֿאַרדינסטן קאָן צוגעשריבן ווערן דאָס דורכפֿירן אינעם כּנסת די „היסטאָרישע זיצונג‟, געווידמעט ייִדיש און לאַדינאָ. ווי אַ פּועל־יצא פֿון דער דאָזיקער זיצונג זײַנען געשאַפֿן געוואָרן צוויי מלוכישע אינסטיטוציעס מיטן פּאַרעווע נאָמען „אינסטאַנץ‟, — וואָס גיבן זיך אָפּ מיט אָט די צוויי „עטנישע שפּראַכן‟ פֿון אַשכּנזישער און ספֿרדישער עדות.
דער פּלוצעמדיקער טויט פֿון יצחק וואַרשאַווסקי האָט געלאָזט דאָס אָרט פֿונעם פֿאָרזיצער פֿרײַ. נאָך געוויסע קווענקלענישן האָט עס פֿאַרנומען גרשון ווײַנער, האַלב פּראָפֿעסאָר, האַלב קאָנסערוואַטיווער רבֿ. אַ פּראַקטישער מענטש, אַ גרויסער אויסטויגער צו שאַפֿן געלט, איז צווישן די הויפּט־פֿאַרדינסטן פֿון ווײַנערן געווען דאָס גרינדן די ייִדיש־קאַטעדרע אינעם בר־אילנער אוניווערסיטעט. זײַן אָנפֿירן מיטן „וועלטראַט‟ איז געווען די סאַמע זאַכלעכע פֿאַר דער לעצטער תּקופֿה פֿון „וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟. אַ דאַנק ווײַנערן און זײַנע ספּאָנסאָרס, ס׳רובֿ רײַכע אַמעריקאַנער ייִדן, איז דערמעגלעכט געוואָרן צו שאַפֿן אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע, מאָלדאָווע סעמינאַרן פֿון דערלערנען ייִדיש און ייִדישקייט אויפֿן סמך פֿון די טראַדיציאָנעלע זומער־פּראָגראַמען אין אַמעריקע און אייראָפּע.
די עקזיסטענץ פֿון „וועלטראַט‟, נישט געקוקט אויפֿן „ראַט‟, וואָס האָט כּלומרשט אָנגעפֿירט מיט דער אינסטיטוציע, איז אין תּוך געליגן אין די הענט פֿון איין מענטש, פֿון איר פֿאָרזיצער. נישט געוואָרן דער פֿאָרזיצער — אויס אָרגאַניזאַציע! אַזוי איז געשען אויך מיטן „וועלטראַט‟ נאָך ווײַנערס פּטירה.
הײַיאָר ווערט 50 יאָר זינט דער „וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור איז געגרינדעט געוואָרן‟. כ׳בין נישט זיכער, אַז עמעצער פֿון די געציילטע הײַנט־עקזיסטירנדיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און פּובליקאַציעס איבער דער וועלט וועלן דערמאָנען אָט די דאַטע — סײַ ווײַל דער עלטערער דור האָט מער גערעדט וועגן המשכדיקייט איידער געטאָן עפּעס ממשותדיקס; סײַ ווײַל די הײַנטיקע ייִדיש־אינסטיטוציעס האַלטן זיך אָפּגעזונדערט איינע פֿון דער אַנדערער; סײַ ווײַל דאָס חשיבֿות צו די פֿאָרגייער איז דעוואַלווירט געוואָרן…
לאַפּסוס־קאַקטוס