זון־אויפֿגאַנגען, שטערן, די געליבטע

Lemster

משה לעמסטער

ליבע-ליד אין פּראָזע

אין די קינדער־יאָרן האָב איך ליב געהאַט אויפֿצושטיין קאַיאָר, נאָך פֿאַר דער זון. פֿאַר איר אויפֿגאַנג, פֿאַר דעם, וואָס זי פֿלעג באַרויטן דעם פֿאַרטאָגיקן הימל. איך בין געלאָפֿן עטלעכע הונדערט מעטער אַהין, וווּ עס זענען געשטאַנען די לעצטע שטיבער פֿון אונדזער שטעטל און דאָרטן, אויפֿן פֿרײַען פֿעלד, וואַרטן אויף די ערשטע שטראַלן פֿון דער זון, אויף דעם געטלעכן נס — דעם אויפֿגאַנג אין זײַן פֿולן פּראַכט! מײַן האַרץ פֿלעג זיך אָנפֿילן מיט דער פֿרישער זוניקער שײַן און דערנאָך אַ גאַנצן טאָג האָב איך הנאה געהאַט פֿונעם אַרומיקן לעבן, פֿון די אַרומיקע מענטשן, פֿון דער זינגענדיקער, קלינגענדיקער, צעשטראַלטער וועלט.

אין דער פֿרי האַט די זון אָנגעפֿילט די בלעטער, די בלומען און בלימלעך, וועלכע עס האָט געוויגט אַ פֿריש ווינטל, די טויזנטער טראָפּנס טוי, וואָס האָבן אַליין אָנגעהויבן שײַנען ווי הונדערטער זונעלעך… אַן אַנטציקטער האָב איך באַגריסט די זון: „אַ גוט מאָרגן דיר, זון! דו ביסט, ווי געוויינטלעך, וווּנדער שיין!‟ און עס פֿלעג זיך מיר אויסדאַכטן, אַז זי, די זון, פֿאַרשעמט זיך אַ ביסל, ווערט אַ ביסל צעמישט נאָך מײַנע אויפֿריכטיקע, באַגײַסטערטע, התפּעלותדיקע ווערטער; און דערנאָך אַ גאַנצן טאָג האָט זי שוין געשײַנט מיט ביז גאָר אַ ווייכער, צאַרטער ליכט…

איצט טראַכט איך, אַז אַ מאָל, ווען איך וועל שטייען פֿאַרן באַשאַפֿער און ער וועט מיך פֿרעגן: „נו, משה, וואָס וועסטו זאָגן וועגן די אויפֿגאַנגען פֿון מײַן זון?‟ — וועל איך פֿאַר אים געפֿינען דעם ענטפֿער אין מײַנע לידער, פֿערזן, פּאָעמעס…

און אים, דעם באַשעפֿער, וועט געפֿעלן מײַן ענטפֿער…

אין קינדהײט האָב איך זיך ניט געלייגט שלאָפֿן, איידער איך פֿלעג זיך ניט אָנקוקן אויף דעם צעבליטן מיט שטערן שטראַלנדיקן הימל. אָנקוקן זיך ניט אויף עטלעכע שטערן, נאָר אויף אַלע, וואָס זענען צעשיט פֿון איין עק הימל ביזן צווייטן. איך פֿלעג באַקוקן דעם הימל, ווי דאָס וואָלט געווען מײַן אייגענער גאָרטן, דערקענענדיק ווײַטע און נאָענטע שטערן, קליינע און גאָר גרויסע, העלע און קוים־קוים שײַנענדיקע… איך האָב געקוקט אויף די געשטערנס, ווי אויף בלאָנדזשענדיקע אין דעם הימלדיקן גאָרטן חידושדיקע חיות… איך האָב אויסגעשטרעקט די האַנט און מיר האָט זיך געדאַכט, אַז איך צערטל און גלעט זייערע ציטערנדיקע, שטעכיקע שטראַלן. איך פֿלעג זאָגן די אַלע שטערן, די אַלע ווײַטע זונען: „אַ גוטע נאַכט אײַך, שטערן? איר זענט, ווי געוויינטלעך, וווּנדער שיין, פֿול מיט געטלעכער פּראַכט!‟ און איך האָב געזען, איך האָב געפֿילט, אַז נאָך די דאָזיקע מײַנע ווערטער, האָבן זיי אָנגעהויבן אויפֿגערעגט צו פּינטלען און אַ ביסעלע העלער און וואַרעמער ווי פֿריִער, שײַנען בײַ נאַכט…

איצט טראַכט איך, אַז אַ מאָל, ווען איך וועל שטייען פֿאַרן באַשאַפֿער און ער וועט מיך פֿרעגן: „נו, משה, ווי איז דיר געפֿעלן מײַן שטערנדיקער הימל?‟ — וועל איך געפֿינען דעם ענטפֿער פֿאַר אים אין מײַנע לידער, פֿערזן, פּאָעמעס…

און ער וועט זײַן צופֿרידן מיט מײַן ענטפֿער…

דערנאָך, זײַענדיק אַ ביסל אַ פֿאַרלוירענער און צעמישטער, וועל איך זיך אָננעמען מיט דרייסטקייט און אויפֿהייבן מײַן בליק צו זײַן שײַנענדיקן געזיכט און מיט אַ ציטערנדיקער שטימע אים פֿרעגן: „באַשאַפֿער, און דיר איז געפֿעלן דאָס מיידל, אין וועלכער איך בין געווען פֿאַרליבט? געדענקסט, ווי נאָך דעם וואָס איך פֿלעג באַגריסן דעם זון־אויפֿגאַנג, בין איך געלאָפֿן צו איר שטוב, כּדי אַ שעפּטשע צו טאָן: „אַ גוט מאָרגן, געליבטע מײַנע!‟. צו איר פֿענצטער פֿלעג איך קומען אויך דעמאָלט, ווען אין בײַנאַכטיקן הימל האָבן זיך אָנגעצונדן די ערשטע שטערן, כּדי קוים אָטעמענדיק, אויפֿרופֿן: „אַ גוטע נאַכט, געליבטע מײַנע!‟

און דער באַשאַפֿער מיט אַ טרוימיקן שמייכל אויפֿן געזיכט וועט מיר ענטפֿערן: „דײַן מיידל איז געווען אַ וווּנדערלעך מיידל! איך האָב געוווּסט, אַז ביסט פֿאַרליבט אין איר. וועגן דעם פֿלעגן מיר דערציילן מײַנע זון־אויפֿגאַנגען. דו פֿלעגסט דאָך מיט זיי, מיט די אויפֿגאַנגען, פֿאַרגלײַכן דײַן מיידל. בײַ נאַכט מיט דײַן סוד פֿלעגן זיך טיילן מיט מיר מײַנע שטערן. דו פֿלעגסט דאָך מיט זיי, מיט די שטערן, פֿאַרגלײַכן דײַן געליבטע. דו פֿלעגסט זי באַזינגען אין דײַנע לידער, פֿערזן, פּאָעמעס… ס’איז געווען עפּעס ענלעכס צווישן דער שיינקייט פֿון מײַן וועלט און דער שיינקייט פֿון דײַן געפֿיל. דײַן ליבשאַפֿט צום מיידל איז גלײַך ווי געווען אויסגעוועבט פֿון די צאַרטע פֿאַרטאָגיקע זון־שטראַלן און העלע שטראַלן פֿון די בײַנאַכטיקע שטערן. און ס׳איז גאָר ניט וויכטיק, אַז דאָס מיידל, אין וועלכער דו ביסט געווען אַזוי טיף, יוגנטלעך פֿאַרליבט, האָָט זיך קיין מאָל ניט דערוווּסט וועגן דײַנע הייסע געפֿילן, ניט געוווּסט וועגן דײַן ליבע צו איר… דו אַ פֿאַרליבטער ביסט געווען אַ ביסל ענלעך צו מיר, צום באַשאַפֿער פֿון דער וועלט…‟

און איך וועל בלײַבן צופֿרידן מיטן געטלעכן ענטפֿער…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s