דער טראַנזיסטאָר

עמיל קאַלין

פֿאַר דער טיר, וואָס איבער איר הענגט, קוים מיט צרות, דער גרויסער שילד „י. פֿורמאַן שטוב-זאַכן, גאַלאַנטעריע, ראַדיאָ‟, איז געשטאַנען דער אייגנטימער — אַ ייִד פֿון פֿלייש און ביין. ער האָט זיך אומגעדולדיק געפּאָרעט מיטן שליסל אינעם שלאָס־לעכל.

דאָס שליסל-נעזעלע, אַן אויסגעקרימטס אין פֿאַרלויף פֿון יאָרן, האָט זיך בלינדערהייט נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל פֿאַרטשעפּעט אין דעם פֿאַרזשאַווערטן שלאָס-לעכל, אָבער דער שלאָס האָט זיך אײַנגעשפּאַרט און נאָך אַלץ נישט געאײַלט זיך עפֿענען.

אַ זאַפֿטיקער ניבֿול-פּה איז שוין גרייט געווען זיך אַראָפּרײַסן פֿון ישׂראל פֿורמאַנס שפּיץ-צונג, אָבער פּונקט דעמאָלט האָט זיך דער שלאָס אונטערגעגעבן און די טיר האָט זיך געעפֿנט מיט אַ סקריפּעניש.

צומאָל האָט זיך געטראָפֿן, אַז אַ פֿאַרבײַגייער זאָל וואַרפֿן אַ וואָרט לגבי דעם, אַז ס׳איז שוין כּדאַי אַ טראַכט טאָן וועגן אָנשמירן די זאַוויסיעס. ס’איז געווען גענוג, אַז ישׂראל פֿורמאַן זאָל אים שענקען אַן אײַזקאַלטן בליק, דער פֿאַרבײַגייער זאָל אָננעמען אַ פֿול מויל וואַסער און גיין זיך זײַן וועג.

אַזוי ווי יענעם אינדערפֿרי האָט אים קיינער נישט פֿאַרהאַלטן מיט נאַרישע עצות, איז ישׂראל גלײַך צוגעגאַנגען צו דער קאַסע איבערציילן דאָס געלט, געווויר ווערן טאָמער דאָס שוואַרצע יאָר האָט, חלילה, נישט גענישטערט דאָרט בײַ נאַכט. די קאַסע איז קיינמאָל נישט „אויסגעלאָפֿן‟, ווי די מילך בײַ זײַן פּלוניתטע.

די וואָס האָבן פֿאַקטיש דערהאַלטן דאָס געשעפֿט, זענען געווען זײַנע געציילטע בני־עיר אָדער גלאַט לאַנדסלײַט, וואָס פֿלעגן אַרײַנקומען שוין גיכער זיך אויסטוישן מיט אַ וואָרט אויפֿן היימישן ייִדיש, איידער עפּעס צו קויפֿן. גאָר זעלטן האָט אַרײַנגעוואַנדערט אַ צופֿעליקער קונה. דעמאָלט האָט ישׂראל געמוזט צוקומען צו זײַן פֿאַרזשאַווערטן לשון-קודש, וואָס ער האָט געדענקט נאָך פֿון די חדר-יאָרן. אַז קיין לשון האָט אים נישט געסטײַעט, האָבן דאָס וואָרט גענומען זײַנע הענט.

נאָכן איבערציילן דאָס געלט האָט ישׂראל אָפּגעווישט דעם פֿאַרשוויצטן שטערן און איז אַראָפּגעגאַנגען מיט די שמאָלע טרעפּ אין זײַן „אַטעליע‟. דער „אַטעליע‟ איז געווען אַ נישט גרויסער אונטערערדישער צימער, באַשלאָגן מיט פֿײַכטקייט און זײַלן שטויב. דאָרטן האָבן זיך געוואַלגערט זײַנע „פּאַציענטן‟ — ראַדיאָ־אַפּאַראַטן און טראַנזיסטאָרן, וואָס האָבן געליטן פֿון אַלערליי פֿאַרשלעפּטע חלאַתן.

ישׂראל פֿורמאַן האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ טאַבורעטל, אַוועקגעלייגט אויף אַ טישל זײַן היטל, די קליינע יאַרמלקע און אויסגעטאָן דאָס העמד. ער איז געבליבן זיצן אָנגעטאָן בלויז אין אַ לײַבל, וואָס האָט אויפֿגעדעקט אַ האָריקע פּלייצע.

אַ ביליק געמעל פֿון אַ צדיק, אַן איין-און-איינציקע דערמאָנונג פֿון דער וועלט „למעלה‟, איז געהאָנגען אויף דער וואַנט אַנטקעגן. דעם צדיקס אויגן, ברייט צעעפֿנטע, פֿול מיט חידוש, האָבן בלית-ברירה באַגלייט די נערוועזע באַוועגונגען פֿון דעם ייִד, וואָס זיצט מיט אַ הוילן קאָפּ און שלאָגט כּסדר די אומשולדיקע טראַנזיסטאָרן.

vef transistor raad

דעם טאָג האָט ישׂראל געקעמפֿט מיט אַ טראַנזיסטאָר, אַ גרויסער להכעיסניק, וואָס האָט נישט געוואָלט אַרויסלאָזן קיין פּיפּס, כאָטש גיי זיך הענגען. ער האָט דערלאַנגט דעם מכשיר צוויי קלעפּ אויף דער לינקער זײַט, געשאָלטן אין טאַטנס-טאַטן אַרײַן און געשפּיגן. פּלוצעם האָט דער ממזר באַקומען אַ לשון; דער טראַנזיסטאָר האָט אָנגעהויבן צו זשומען און כאָרכלען. דאָס כאָרכלעניש זײַנס איז גאָר נישט געווען קיין פּשוטס.

ישׂראל פֿורמאַנס אָנגעשפּיצטע אויערן האָבן אויפֿגעכאַפּט רייד — אין אָנהייב בלויז שטיקער ווערטער, דערנאָך גאַנצע ווערטער און לסוף פֿאַרהאַקטע זאַצן. ער האָט באַנומען בחוש, אַז דאָס רעדט צו אים דער צדיק אַליין: „סרול, וואָס שלאָגסטו מיך? האָב רחמנות!‟ — האָט דער צדיק זיך געבעטן. יאָ, די ווערטער הערן זיך טאַקע נישט גאַנץ קלאָר, אָבער דאָס איז דאָך די בעסטע ראיה, אַז דער וואָס עס רעדט צו אים איז טאַקע דער צדיק.

די, וואָס האָבן געהאַט די זכיה צו קענען דעם צדיק פּערזענלעך, קענען עדות זאָגן, אַז זײַן רעדן איז תּמיד געווען אַ שטאַמלדיקס, אַ הייזעריקס. נאָר זײַן הויזגעזינד, זײַן גבאי, די סאַמע נאָענטע זענען געווען ביכולת צו פֿאַרשטיין באַשײַמפּערלעך וואָס ער זאָגט. דער צדיק איז געווען אַ פֿאַרהוילענער, אַ צוריקגעצויגענער, וואָס האָט גאָרנישט געוווּסט פֿון הלכות־מלכות. ער איז, ווײַזט אויס, מגולגל געוואָרן אין אַ טראַנזיסטאָר — אַזוי האָט מען גוזר געווען אויבן, אין די הויכע הימלען.

צוריקגערעדט, שטעקט דאָך דערינען אַ שטיקל מעלה. אַ טראַנזיסטאָר האָט נישט קיין בינה און דעה, קען ער נישט זינדיקן. דער צדיק וועט זיך דאָס מאָל שטעלן פֿאַר פּמליא־של־מעלה אַ ריינער, אַ ציכטיקער, אָן זינד.

ישׂראל פֿורמאַן איז אין איין אָטעם געלאָפֿן אַרויף, אָנצוזאָגן זײַן פּלוניתטע, וואָס איז שוין געהאַט געקומען אין קלייט און האָט פֿאַרנומען דאָס אָרט בײַ דער קאַסע, די בשׂורה-טובֿה, אַז דער צדיק לעבט. ער איז נאָר מגולגל געוואָרן אין אַ טראַנזיסטאָר.
זײַן אשת-חיל האָט פֿאַרלייגט די הענט אויפֿן בוזעם, אים אָנגעקוקט קרומלעך, מיט חשד, ווי ער זאָל, חלילה, פֿון זינען אַראָפּ.

זי האָט דערמאָנט דעם מאַן אירן, אַז אין דעם טאָג ווען די דײַטשישע זעלנער האָבן אַרײַנמאַרשירט אין שטעטל, האָבן זיי די ערשטע זאַך — דערשאָסן דעם צדיק, צוזאַמען מיט זײַן גאַנצן הויזגעזינד. איז ווי קומט עס אויפֿן שׂכל, אַז דער צדיק זאָל זיך פּלוצעם אויספּיקן דאָ און הײַנט אָן אַ וואָס און אָן אַ פֿאַרוואָס?

ישׂראל האָט איר געגעבן צו פֿאַרשטיין, וואָס איז דאָס אַזוינס אַ גילגול; פֿאַרוואָס ווערט מען מגולגל און אַזוי ווײַטער. אײַנזעענדיק, אַז בלויז ווערטער רירן זי נישט פֿון אָרט, האָט ער אַ קוועטש געטאָן דאָס קנעפּל אויפֿן טראַנזיסטאָר און עס איז טאַקע אַרויסגעקומען אַ זשום. זי האָט זיך פֿאָרזיכטיק צוגעהערט, אָבער עס איז נישט אַרויסגעקומען קיין שום פֿאַרשטענדלעך וואָרט פֿונעם כאָרכלענדיקן אַפּאַראַט.

כאָטש זײַן אישה האָט ווײַטער געקוקט אויף ישׂראלן מיט אומצוטרוי, האָט די געשיכטע וועגן דעם גרויסן נס מיטן טראַנזיסטאָר באַקומען פֿליגלען און זיך צעפֿלויגן איבער דער גאַנצער שטאָט. עס איז נישט געווען קיין איין שיל, וווּ מע זאָל נישט געווען רעדן מיט אַ נצחון-שמייכל און גלאַנצנדיקע אויגן וועגן „דעם נס מיטן טראַנזיסטאָר‟. דאַכט זיך, אַז אַלע שמועסן דעמאָלט האָבן זיך געשלאָסן מיט דעם פֿריילעכן זאָג: „זעסט? נאַ דיר אַ הסתּר־פּנים!‟

די מתפּללים אין דער שיל, וווּ ישׂראל האָט געדאַוונט, האָבן אָנגעהויבן אַכטונג געבן אויף אים. מע האָט אים איצט גערופֿן ר׳ ישׂראל. מע איז צוגעגאַנגען צו אים אָפּצוגעבן אַ שלום-עליכם, געפֿרעגט, וואָס זאָגט ער גוטס, ווי עס גייט אים מיטן געשעפֿט; נאָר אַז ס’האָט זיך געוואָלט זיך דערקוויקן מיטן צדיקס מים-חיים, זיך דערוויסן וואָס אייגנטלעך הערט ער, אַז ער שטעלט דאָס אויער צו צום טראַנזיסטאָר; צי בלײַבט מען פּונקט אַזוי קלוג ווי פֿריִער…

ישׂראל פֿלעג זיך גלעטן די נאַקעטע גאָמבע, צוזשמורען איין אויג און ענטפֿערן, אַז די זאַך איז נישט אַזוי פּשוט, די רייד זענען רזין־דרזין, טיפֿסטע סודות, אַ פּשוטער בשׂר-ודם איז בכלל נישט בכּוח צו באַגרײַפֿן די אמתע כּוונה פֿונעם צדיק זי״ע.
„כאָטש איין וואָרט, איין זאַץ!‟ — האָט מען זיך כּמעט געבעטן בײַ אים, אָבער ער האָט געהאַלטן בײַ זײַנעם — ניין און ניין.

אין דער היים האָט מען זיך באַצויגן צום נס עטוואָס קעלטער. די אישה האָט, בלית-ברירה, שלום געמאַכט מיטן דערקוטשענדיקן זשום, וואָס האָט אָנגעפֿילט די גאַנצן קיך גלײַך נאָך דער וועטשערע. נײַערט, אַז דער „אומזיניקער זשום‟, ווי זי פֿלעג אָנרופֿן דעם צדיקס טראַנזיסטאָר-רייד, איז שוין געקראָכן אויף אירע נערוון. דעמאָלט האָט זי געוואָרפֿן מיט נישט ווייניק כּעס אין דער לופֿטן די אָנגעלאָדענע פֿראַגע — „וואָס הערסטו דאָרט?‟

פֿלעג ישׂראל, ווי אין אַ פּיעסע, וואָס ווערט געשפּילט שוין ווער ווייסט צום וויפֿלסטן מאָל, אויסדרייען צו איר דעם קאָפּ — זײַן שפּיזיקער בליק, געצילט אויפֿן ווײַבס ברייטן רוקן, — און לאָזן די ווערטער אַרויסשפּרינגען פֿון זײַן מויל ברוגז, אומגעדולדיק: „אַ דבֿר-תּורה, דערהויבענע זאַכן!‟.

אַזוי פֿלעג ער תּמיד ענטפֿערן און ווידער צושטעלן דאָס אויער צום טראַנזיסטאָר. דאָס ווײַב האָט ווײַטער געטאָן אירס, נישט אַרויסווײַזנדיק דעם מינדסטן סימן, אַז איר מאַנס אָנגעבלאָזענע רייד זענען דערגאַנגען צו איר. וואָס זי האָט געטראַכט צו זיך, דאָס קען מען נישט וויסן, ווײַל זי האָט נישט געפֿונען פֿאַר נייטיק אַרויסברענגען אירע מחשבֿות אויף אַ קול.

מיט דער טאָכטער איז שוין געווען אַן אַנדער מעשׂה; עס איז איר געווען שווער אָנצונעמען דעם פֿאַקט, אַז עס זענען דאָ זאַכן, וואָס דער שׂכל-הישר טויג נישט פֿאַר זיי. מע קען זיי זען און הערן נאָר בחוש. אָפֿט האָט זי זיך אָנגענומען פֿאַר דער שווײַגנדיקער מאַמען. גערעדט האָט זי אַזוינע דיבורים, וואָס די האָר האָבן זיך געשטעלט קאַפּויער. זי האָט געשריגן, אַז די גאַנצן מעשׂה מיטן טראַנזיסטאָר און דעם עובֿר-בטל, וואָס שטאַמלט דערפֿון אַרויס, איז אַ הויל משוגעת, אַ נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן, און יעדער איינער, וואָס גלייבט אין דעם, איז אַ כּשרע בהמה.

ישׂראלס שווערע דלאָניע האָט אַ קלאַפּ געטאָן אין טיש. ער האָט אָנגעהויבן שרײַען. שפּליטערס שפּײַעכץ זענען געפֿלויגן אין אַלע זײַטן. „נאָר רשעים רופֿן דעם צדיק אַן עובֿר־בטל, — האָט ער געשריגן, — עס טוט וויי דאָס האַרץ, וואָס איך כאָווע אויף אַ משומדטע, אַ חצופֿה, וואָס גיט נישט אָפּ כּבֿוד ווי געהעריק יענע, וואָס נאָר אַ דאַנק זיי, בלײַבט די וועלט נאָך אַ וועלט!‟

דער טאָכטערס לײַכטזיניקע רייד האָבן נישט אָפּגעשוואַכט ישׂראלס אמונה — פֿאַרקערט, זײַן יאַרמלקע האָט געביטן איר פֿאַרב אויף שוואַרץ און אַ זילבערנער פֿאָדעם האָט זיך אָנגעצייכנט אויף איר רונדיקן ראַנד. זײַנע שטעכיקע האָר אויף די באַקן און אויפֿן קין האָבן זיך צעוואַקסן אין אַ צעשויבערטער באָרד. די אויגן, פֿון וועלכע עס האָט אַ מאָל געבליצט און געדונערט, האָבן איצט געשמייכלט מיט אַ רויִקייט, וואָס מע זעט נאָר אין די אויגן פֿון אַ זקן-מופֿלג, וואָס האָט שוין אַלץ געזען און געהערט און ס׳איז נישטאָ קיין זאַך, וואָס קען אים וואַרפֿן פֿון די פֿיס.

אין זײַן שיל און דערנאָך אויך אין אַנדערע שילן האָט מען גענומען זיך שושקען: עס איז גאַנץ מעגלעך, אַז ר׳ ישׂראל אַליין איז אַ פֿאַרהוילענער צדיק. עס האָבן זיך פֿון ערגעץ געיאַוועט מעשׂיות וועגן מופֿתים, וואָס ער האָט לכאורה געמאַכט. אַזוי צי אַנדערש, האָט ר׳ ישׂראל אין אַ קורצער צײַט אָנגעזאַמלט אַ זאַק מיט זכותים, ווײַל ער איז נישט געבליבן לאַנג אויף אונדזער עולם-השקר.

געשען איז דאָס אויף שחרית אין אַ פּראָסטן מיטוואָך. בשעת מ׳איז געשטאַנען שמונה-עשׂרה, האָט זיך דערהערט אַ הילכיקער קלאַפּ, ווי עמעצער זאָל וואַרפֿן אַ שווערן זאַק פֿון עזרת-נשים. די פֿאַרשלאָפֿענע מתפּללים האָבן זיך פֿאַרחידושט אומגעקוקט און באַמערקט, אַז איינער פֿעלט צום מנין. דער איינער איז געווען ר׳ ישׂראל. ווען מ׳איז צו אים צוגעגאַנגען, איז שוין געווען נאָך אַלעמען — ער איז געווען קאַלט. דאָס איינציקע וואָס מע האָט געקענט טאָן, איז צו זאָגן: ברוך דיין האמת.

דעם זעלבן טאָג איז מען געווויר געוואָרן, אַז אויך דער טראַנזיסטאָר האָט אויפֿגעהערט צו אַרבעטן. וויפֿל מע זאָל נישט געווען קוועטשן אויפֿן קנעפּל, איז קיין פּיפּס נישט אַרויס. מע האָט געפּרוּווט דעם טראַנזיסטאָר פֿאַרריכטן, נאָר עס האָט גאָרנישט געהאָלפֿן — דער צדיק איז פֿאַרשטומט געוואָרן.

וואָס ס׳איז געשען מיט די צוויי נשמות ווײַטער, צי האָבן זיי זיך דערשלאָגן צו די הויכע היכלות אָדער ווײַטער מגולגל געוואָרן? וועגן דעם וועט מען זיך מעגלעך דערוויסן ערשט נאָך הונדערט און צוואַנציק יאָר.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s