די געשיכטע פֿון ייִדן אין בעמען און מערן (7)

judaism-anti-semitism-the-jewish-hog-wittenberg-germany-16th-century-db69kd
מע שטעלט אַרויס ייִדן אויף חוזק אין דײַטשלאַנד, 15טער יאָרהונדערט

מיכאל דונאַיעווסקי

אַ קאַמף פֿאַרן ייִדישן פֿאַרמעגן

בײַם סוף 15טן י״ה זענען אין אייראָפּע פֿאָרגעקומען וויכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע און עקאָנאָמישע ענדערונגען, וועלכע האָבן גאָר משפּיע געווען אויף ייִדן. בהדרגה האָט זיך אָנגעהויבן צעפֿאַלן דער סטאַטוס, וואָס די ייִדן האָבן באַקומען פֿון דער מיטל־אַלטערלעכער פֿעאָדאַלישער געזעלשאַפֿט, און וואָס האָט אויסגעזען אַבסאָלוט גלײַך ווי אין דעם פֿאַל פֿון אַדל.

די סיבה דערצו איז געווען, אַז די ניט-ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט סוף-כּל-סוף באַקומען אַ רשות פֿון די קריסטלעכע קירכע-אויטאָריטעטן צו האַנדלען מיט געלט עפֿנטלעך. די ניט-ייִדישע קאָנקורענץ האָט אָנגעהויבן אונטערגראָבן דעם דעמאָלטיקן געזעלשאַפֿטלעכן סטאַטוס פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס האָט געהאַלטן אין איין פֿאַרלירן איר עקאָנאָמישע ראָלע; שוין ניט געקענט אָפּצאָלן גרויסע שטײַערן די הערשער, און גיבן הלוואָות מיט פּראָפֿיט. צוליב דעם האָבן די הערשער אָפּגעלאָזט דעם ענין צו באַשיצן די ייִדן. ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון, זענען די ייִדן געווען געצוווּנגען צו זוכן אַנדערע קוואַלן פֿון פּרנסה און הלוואָות. צו האַנדלען מיט געלט אויף פּראָצענט, איז געוואָרן אַ פּרנסה אויסשליסלעך פֿאַר גבֿירים, וואָס האָבן פֿאַרמאָגט גרויסע קאַפּיטאַלן.

ייִדן האָבן בדרך-כּלל געוווינט אין די שטעט און שטעטלעך, און דערפֿאַר האָבן זיי געזען אין די שטעט אַ מעגלעכקייט אָנצוהייבן זיך באַשעפֿטיקן מיט מיסחר און מלאָכות. אָבער די דאָזיקע סאָרטן פֿון פּרנסות אין יענע צײַטן זענען אַדורך אַ לאַנג־יאָריקן קריזיס. די ניט־ייִדישע סוחרים און בעל-מלאָכות האָבן געוויס געזען אין די ייִדן געפֿערלעכע קאָנקורענטן און די הויפּט-סיבה פֿון זייערע אייגענע צרות. דאָס הייסט, אַז אַ חוץ טראַדיציאָנעלע מאָטיוון פֿון שׂינאה קעגן ייִדן ווי, למשל, עלילת-דם, איז עס געווען איינע פֿון די עיקרדיקסטע סיבות און מאָטיוון פֿאַר פּאָגראָמען, וואָס זענען פֿאָרגעקומען סוף 15טן, אָנהייב 16טן י״ה. זיי האָבן געבראַכט צו אַ מאַסן־גירוש פֿון דײַטשישע לענדער קיין מיזרח-אייראָפּע.

אַדרבא, אין מיזרח-אייראָפּע איז די סיטואַציע געווען גאָר אַן אַנדערע. אויסער שלעזיע און מערן זענען דאָ במשך פֿון יאָרהונדערט ניט געשען קיין שום גרויסע גזירות קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. אויך דאָ האָבן די ייִדן פֿאַרלוירן זייער דאָמינאַנטן סטאַטוס אינעם גיבן הלוואָות אויף פּראָצענט, אָבער זיי האָבן זיך ניט אָנגעשטויסן אויף צו פֿיל מניעות צו געפֿינען פּרנסות אין אַנדערע געביטן, ווײַל ס׳איז געווען אַ מאַנגל אין בעל-מלאָכות און אין סוחרים, אין פֿאַרגלײַך מיט מערבֿ-אייראָפּע. אין פּוילן האָבן די ייִדן געקענט זיך באַפֿרײַען פֿון דער מיטל־עלטערלעכער איזאָלאַציע אָן ערנסטע קאָנסעקווענצן. די סיטואַציע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין בעמען און מערן, וווּהין אַ סך ייִדן פֿון די דײַטשישע לענדער און עסטרײַך האָבן עמיגרירט, האָט אָפּגעשפּיגלט איר געאָגראַפֿיע — פֿון איין זײַט, איז דער מצבֿ נישט געווען אַ סך אַנדערש ווי אין דער דײַטשישער סבֿיבֿה, און פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט קען מען דאָ געקאָנט געפֿינען אַ סך ענלעכס צו דער אַנטוויקלונג אין מיזרח-אייראָפּע.

די ייִדן אין בעמען און מערן האָבן שוין אין אָנהייב פֿונעם הוסיטישן „שטראָם‟ לאַנגזאַם, אָבער זיכער, דערפֿילט די הערשאַפֿט פֿון די פּריצים און שטעט-פֿאַרוואַלטונגען. די אָרטיקע שטעט-אַמטן און אַדל האָבן זיך באַמיט סײַ צו צווינגען די ייִדן זיי זאָלן צאָלן כּלערליי אומלעגאַלע צאָלונגען און שטײַערן, וואָס די ייִדן האָבן ניט געדאַרפֿט צאָלן לויטן געזעץ, סײַ אויסמײַדן צי אָפּשאַפֿן די ייִדישע פּריווילעגיעס אין גאַנצן. אַן אָפּגעשוואַכטע קעניגלעכע יוריסדיקציע האָט זייער געלוינט, דער עיקר, די גרויסע פֿעאָדאַלן. מע קאָן אַפֿילו טענהן, אַז אין יענער צײַט איז פֿאָרגעקומען אַ גאָר אינטענסיווער קאַמף צווישן די פֿעאָדאַלן און דעם קעניג, צוליב זייער השפּעה אין געביט פֿון ייִדישע הלוואָות.

v16n1p-2_pic6
מע פֿאַרברענט ייִדן אין שפּאַניע, 15טער יאָרהונדערט

אַן ענלעכער קאַמף האָט פּאַסירט אויך צווישן אַ קעניג און קעניגלעכע שטעט, וווּ די ייִדן זענען אָפֿט מאָל און קעגן זייער ווילן געוואָרן אונטערטאַנער פֿון די דאָזיקע שטעט. די שטעט האָבן דערנאָך געפֿאָדערט פֿון די ייִדישע געטאָס צו דינען פֿאַר זיי, ווי זייערע פּאָליטישע קעגנערס. אַזוי פֿלעגן זיך די ייִדן געפֿינען אין זייער אַ שווערן און קאָמפּליצירטן מצבֿ. אַזאַ מין פּלאָנטער — הן קעניג, הן קעניגלעכע באַאַמטע, הן אַדל און שטעט-פֿאַרוואַלטערס — אַלע האָבן זיי זיך אַרײַנגעמישט אין די ייִדישע ענינים און אין זייערע רעכט מיט פּריווילעגיעס. צום בײַשפּיל, די תּושבֿים פֿון דער פּראָגער געטאָ האָבן במשך פֿון 15טן י״ה זיך געפֿונען אונטער אַ שטאַרקער השפּעה פֿון דער אַלטשטאָטישער פֿאַרוואַלטונג פֿון פּראָג, וואָס האָט געשאַפֿן און אײַנגעשלאָסן אין אירע רעכט, דעקלאַרירט אין יאָר 1440, פֿאַרשיידענע אַרטיקלען ניט בלויז לגבי מיסחר און פֿאַרוואַלטונג פֿון דער געטאָ, נאָר אויך לגבי ווי אַזוי צו פֿירן דאָס פּערזענלעכע לעבן! די ייִדן פֿון דער גרעסטער בעמישער געטאָ זענען דערצו געבליבן אונטערטאַנער פֿון אַ קעניג. דעריבער האָבן זיי געמוזט צאָלן שטײַערן און כּלערליי אָפּצאָלן דעם קעניג און דער שטאָט אין איינעם. ווען אינעם יאָר 1507 האָבן די ייִדן געפּרוּווט זיך ווידערשטעלן, האָט די שטאָט-פֿאַרוואַלטונג גלײַך אַרויסגעוויזן איר מאַכט — געשלאָסן די אַלט־נײַע שיל און געצוווּנגען דעם קעניג צוזאָגן אַרויסצוטרײַבן די ייִדן…

דער מצבֿ פֿון ייִדן אין די קעניגלעכע און פֿרײַע שטעט און די ייִדן, וואָס האָבן געלעבט אונטער די פֿאַרשיידענע לאָקאַלע פּריצים, איז געווען אין גאַנצן אַן אַנדערער. דאָס, וואָס די ייִדן האָבן געהערט צו אַ פּריץ, האָט זיי דערמעגלעכט צו האָבן גרעסערע יורידישע רעכט און פֿרײַהייט אין האַנדל, דער עיקר, אין די מלאָכות, וואָס זענען פֿאַר ייִדן געווען פֿאַרווערט. דערפֿאַר האָבן אַ סך ייִדן זיך באַמיט צו זײַן אונטער דער באַשיצונג צי אונטערטאַנער פֿון אַדל. אייניקע ייִדן האָבן קיין אַנדער ברירה ניט געהאַט, פּשוט געווען אַרויסגעטריבן פֿון זייערע היימען אין די קעניגלעכע שטעט. די פּריצים האָבן עס אָבער גאָר שיין אויסגעניצט. זיי האָבן באַזעצט די אייגענע גיטער און דערפֿער מיט ייִדישע געשעפֿטסלײַט און זייערע משפּחות פֿאַר אַ געוויזן אָפּצאָל. אַזוי פֿלעגט אין יענער תּקופֿה געטאָן ווערן כּמעט אין אַלע ערטער פֿון בעמען און מערן…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s