אײַנדרוקן פֿון דער פּיעסע אין “התיאטרון הקאמרי”
לאה שלאַנגער
אַ פּאָר ווערטער וועגן די שעפֿער פֿון דער פּיעסע און דער פֿאָרשטעלונג:
גור קורן (גור קאָרען) איז אַ דראַמאַטורג, רעזשיסאָר און איבערזעצער. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1973 אינעם מושבֿ היוגבֿ אין עמק יזרעאל. די עלטערן האָבן געאַרבעט אין אַ קו-שטאַל און גור האָט זיך געלערנט אין אַ שול פֿאַר לאַנדווירטשאַפֿט. מ’זאָגט, אַז פֿון דער מוטערס צד זײַנען זיי „נצר לאר”י הקדוש‟ (שטאַמען פֿון רבי יצחק בן שלמה לוריא), דעם גרעסטן מקובל אין צפֿת אין 16טן יאָרהונדערט.
גלעד קמחי (גילאַד קימכי) — רעזשיסאָר, כאָרעאָגראַף און אַקטיאָר איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1982 אין ראשון־לציון. די מוטער קומט פֿון טערקײַ און דער פֿאָטער — פֿון בולגאַריע. נאָכן פֿאַרענדיקן די לימודים אין 2004, איז ער געוואָרן דער סטאַבילער רעזשיסאָר פֿונעם „בית-לסין‟־טעאַטער און „קאמערי‟־טעאַטער אין תּל-אָבֿיבֿ. אין 2018 איז ער נאָמינירט געוואָרן ווי דער קינסטלערישער פֿאַרוואַלטער פֿון „קאַמרי‟־טעאַטער.
די פֿאָרשטעלונג „רומאו ואמא‟ האָב איך געזען מיט אַ יאָר צוריק, אָבער ערשט איצט בין איך רײַף געוואָרן אָנצושרײַבן וועגן איר. די צײַט האָט מיר געגעבן די מעגלעכקייט איבערצוטראַכטן, כ’וואָלט אַפֿילו געזאָגט, דערלאַנגט מיר אַ לעקציע, נאָך וועלכער מײַן קוק אויף געוויסע זאַכן האָט זיך געביטן.
אין סאַמע אָנהייב פֿון דער פֿאָרשטעלונג, ווען דער פֿאָרהאַנג איז נאָך פֿאַרמאַכט, קומט אַרויס אַ קליין מיידעלע און זאָגט אונדז אָן, מיר זאָלן זיך נישט באַנוצן מיט די מאָביל־טעלעפֿאָנען בשעת דער פֿאָרשטעלונג און דערקלערט, פֿאַר וואָס. דאָס אַליין האָט שוין בײַ מיר אַרויסגערופֿן אַן אומחן: וואָס איז דאָס — האָב איך געטראַכט — עפּעס אַ נײַער ביליקער טריק? ס׳איז דען אַ קינדער־פֿאָרשטעלונג? ווען דער פֿאָרהאַנג איז אַרויף, זײַנען אויף דער בינע געזעסן דרײַ יונגע יאַטן מיט גיטאַרעס, געשפּילט און געזונגען, מיט איין וואָרט, געמאַכט אַ רעש און סומאַטאָכע.
כ’האָב געמיינט, אַז דאָס איז עס, אַזוי זעט אויס אונדזער קולטור, אַ גאַסן־הפֿקרדיקע קולטור; אַזוי זעען אויס אונדזערע סאַברעס און וועגן דעם און וועגן זיי, שרײַבט אַ הײַנטצײַטיקער יונגער דראַמאַטורג אונדזערער זײַן פּיעסע. צוריק געשמועסט, איז עס טאַקע אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס מע דאַרף הײַנט זען אין איינעם פֿון די בעסטע טעאַטערס אין תּל-אָבֿיבֿ? וווּ זענען די פּרעכטיקע פּיעסעס און פֿאָרשטעלונגען, וואָס מ’פֿלעגט זען אין „קאמרי‟־טעאַטער, פֿאָרשטעלונגען פֿונעם וועלט־רעפּערטואַר, ווי אויך פֿון אונדזער אייגענער ישׂראל־דראַמאַטורגיע?! כ’בין געזעסן אומגעדולדיק און פֿול מיט טענות צו זיך אַליין, הלמאַי בין איך געקומען עס זען…
דער אינהאַלט פֿון דער פּיעסע איז אַ פּשוטער. אַ מאַמע מיט צוויי קינדער, אַגבֿ דאָס מיידעלע, וואָס האָט אונדז געוואָרנט נישט צו נוצן די מאָבילקע בעת דער פֿאָרשטעלונג, שפּילט די ראָלע פֿון דער קלענערער טאָכטער.
די מאַמע האַלט, אַז איר זון, וואָס האָט נאָך נישט פֿאַרענדיקט די שול, איז אַ געבוירענער אַקטיאָר. ס’גייט איר אין לעבן אַרײַן, אַז איר טרוים זאָל מקוים ווערן. זי שטופּט אים ער זאָל זיך לערנען צו ווערן אַן אַקטיאָר. דערווײַל אָבער ווייסט זי נישט, אַז איר טײַערער זון גייט נישט אין שול שוין אַ היפּשע צײַט, דרייט זיך אַרום מיט די חבֿרים זײַנע זינגט און שפּילט, כּדי צו פֿאַרדינען אַ גראָשן און צוהעלפֿן דער מוטער.
מאַכט זיך אַ מעשׂה, אַז מ’גייט אין דער פּראָווינץ שפּילן שעקספּירס פּיעסע „ראָמעאָ און יוליאַ‟ און מע זוכט אַ בחור אויף דער ראָלע פֿון ראָמעאָ. דער זון וויל אָבער נישט גיין מאַכן פּראָבעס, כאָטש די מאַמע שטופּט אים דערצו. זי לערנט מיט אים ראָמעאָס ראָלע ער זאָל זי קענען אויף אויסנווייניק. בשעת־מעשׂה דערוווּסט זיך די מוטער, אַז דער קאַנצער, וואָס זי האָט מיט יאָרן צוריק געהאַט, איז צוריקגעקומען, און זי דאַרף זיך היילן און דורכמאַכן אַלע באַקאַנטע פּראָצעדורן. פֿון דעסטוועגן, גלייבן אַלע, אַז ס’איז נישט געפֿערלעך; זי וועט עס בײַקומען, ווי פֿריִער.
דער זון באַשליסט צוליב טאָן דער מוטער און גיין צו דער פּראָבע, אפֿשר וועט ער מצליח זײַן. ער גייט און ער געווינט, ער נעמט אויס בײַם רעזשיסאָר, אָבער ווי מיר ווייסן, פֿירט מען פּאָליטיק אויך אין קונסט. די אָנפֿירער האַלטן, אַז בעסער איז צו געבן די ראָלע איינעם, וואָס איז ווייניקער פֿיייִק, אָבער ער האָט אָ נאָמען. מיט איין וואָרט, דער בחור באַקומט נישט די ראָלע, נאָר דער קראַנקער מוטער זאָגט מען עס נישט. זי ווייסט, אַז איר זון וועט יאָ שפּילן ראָמעאָ, ווײַל ער איז טאַלאַנטירט און פּאַסט פֿאַר דער ראָלע.
און דאָ האָבן מיר דער דראַמאַטורג און רעזשיסאָר געלערנט אַ פּסוק, ווער זיי זײַנען, די עכטע אונדזערע סאַברעס. איך און נישט נאָר איך, נאָר אויך מײַנע פֿרײַנד, געקומען פֿון אייראָפּע, זײַנען געוווינט געווען, אַז אויף יעדן טריט און שריט פֿלעגט מען הערן: „אַנטשולדיקט‟, „ביטע‟, „זײַט אַזוי גוט‟, און אַנדערע העפֿלעכע ווערטער, וועלכע דאָ בײַ אונדז הערט מען פֿון די יונגע־לײַט זעלטן ווען. זיי רעדן דען? זיי שרײַען, געוואַלדעווען, האַלטן זיך נישט אין די ראַמען פֿון העפֿלעכקייט… פֿון דעסטוועגן, טראָגן זיי אין האַרץ אַזוי פֿיל ליבע, וואָס קיין שום יוגנט אין דער וועלט האָט עס נישט.
אַ טיפֿע אמתע ליבע, איז גרייט אויף אַלץ, אַבי צו העלפֿן, צו ברענגען פֿרייד אַן אַנדערן. נישט נאָר דער זון, וואָס וויל נישט אַנטוישן זײַן מאַמען, פֿירט אַ געהיימע אַקציע, זאָגט איר ליגנס, אַז ער וועט שפּילן ראָמעאָ, נאָר אויך זײַנע חבֿרים נעמען אַן אָנטייל אין דער קאָנספּיראַציע. זיי מאַכן קאַליע די טעלעוויזיע און ראַדיאָ, די מוטער זאָל נישט קאָנען הערן, וואָס מ’גיט איבער; זיי האַלטן אַן אויג, אַז קיינער זאָל עס איר נישט דערציילן. מע איבערצײַגט די פּראָדוצענטן פֿון דער פֿאָרשטעלונג, זיי זאָלן קומען צו דער מוטער און דערציילן איר נסים־ונפֿלאָות וועגן איר זון…
אויב דאָס איז נישט ליבע, איז וואָס זשע איז דאָס? די געשעענישן אויף דער בינע און די איבערגעגעבנקייט פֿון די חבֿרה „פּראָסטאַקעס‟ האָבן מיך גערירט ביז טרערן. יאָ, ס’איז טאַקע נאָר אַ פֿאָרשטעלונג, אַ שפּיל — אמת, און אויך דאָס ווײַזן די חבֿרה, וואָס דרייען זיך אַרום מיט גיטאַרעס, זינגען און מאַכן אַ רעש, אַז ס׳איז נאָר אַ פֿאָרשטעלונג און אַ שפּיל.
יעדנפֿאַלס, כ׳בין געקומען צום אויספֿיר, אַז איך געהער צום אַלטן פֿאַרדאָרבענעם אייראָפּעיִשן דוד, און כ’דאַרף עפֿענען די אויגן און זען אונדזער פּרעכטיקן, קלוגן, כאָטש נישט זייער העפֿלעכן, נײַעם דור. ער וואַקסט דאָ אין אונדזער לאַנד, אַ דור מיט אַ הייס, פֿילעוודיק האַרץ, אָנגעפֿולט מיט ליבע צום מענטש.