פֿון אונדזער עזבֿון: מישע לעוו (1917־2013)

book, Misha lev

דער פּראָזאַיִקער מישע לעוו איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל פּאָגרעבישטשע, אוקראַיִנע. אין די 1920ער יאָרן איז ער מיט דער משפּחה אַריבערגעפֿאָרן אויף ערד־אַרבעט אין ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן סטאַלינדאָרף. נאָכן פֿאַרענדיקן די היגע ייִדישע שול, לערנט ער זיך אויפֿן ייִדישן פֿאַקולטעט פֿונעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווי אַ קורסאַנט פֿון אַן אינפֿאַנטעריע־שול אָנטייל גענומען אין די שלאַכטן אונטער מאָסקווע. פֿאַרוווּנדעט געוואָרן און אַרײַנגעפֿאַלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט. עס גיט זיך אים אײַן צו אַנטלויפֿן פֿונעם לאַגער פֿאַר סאָוועטישע קריגס־געפֿאַנגענע און אָנצוקומען צו די פּאַרטיזאַנער אין די ווײַסרוסישע וועלדער.

נאָך דער מלחמה קערט ער זיך אום קיין מאָסקווע, וווּ ער אַרבעט אין דעם פֿאַרלאַג „דער עמעס‟ און אין דער צײַטונג „אייניקייט‟. נאָך די שווערע רדיפֿות אויף דער ייִדישער קולטור, נאָך 11 יאָר אַרבעטן ווי אַ לאַסט־טרעגער, קערט לעוו זיך אום צו דער ליטעראַרישער און רעדאַקטאָרישער אַרבעט אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. פֿון 1948 ביזן יאָר 1995 זײַנען אַרויס בײַ מישע לעוו 12 פּראָזע־ביכער אויף ייִדיש און אין דער רוסישער איבערזעצונג. זײַן הויפּט־טעמע איז געווען פּאַרטיזאַנישער קאַמף, די העלדישקייט פֿון די סאָוועטישע מענטשן, חורבן און ייִדישע גבֿורה. ער איז איינער פֿון די טאַלאַנטירטע מײַסטערס פֿון דאָקומענטאַלן זשאַנער אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

אין 1996 איז מישע עולה געווען און זיך באַזעצט אין רחובֿות. דאָ בליט אויף זײַן זשורנאַליסטישע אַרבעט; ער דרוקט זײַנע אַרטיקלען און עסייען אין דער ייִדישער פּרעסע פֿון ישׂראל און אַמעריקע. ער ווערט אָנערקענט און באַלוינט מיט פּרעמיעס פֿאַר ליטעראַטור.

מיר דרוקן איבער פֿון זײַן לעצט בוך „ברענט אַ ליכט אין מײַן זכּרון‟ (ניו־יאָר, 2014, „פֿאָרווערטס־אויסגאַבע‟) צוויי קאַפּיטלעך.

lev zavod
באַרימטער כאַרקאָווער טראַקטאָר־זאַוואָד, 1930ער יאָרן

פֿון אַ קלײן דערפֿעלע אין אַ גרױסער שטאָט

קײן כאַרקאָװ איז דער צוג אָנגעקומען פֿאַר טאָג. קײנער האָט מיך ניט באַגעגנט, װײַל װער האָט עס געקענט װיסן, װען ס’װעט זיך מיר אײַנגעבן אַרױסצופֿאָרן. אַז מע קען מיטטײלן ניט בלויז מיט אַ בריװ, נאָר אױך מיט אַ טעלעגראַם, האָב איך געהערט; אָבער ניט מער װי געהערט. אַ פּאַסאַזשיר בין איך געװען אַ לײַכטער. דער באַשליק האָט מיר דאָ אױסגעזען װילדפֿרעמד, האָב איך זיך מיט אים אַרומגעגאַרטלט הינטערן װאַטאָװן רעקל. אין װאָקזאַל־קלאָזעט האָב איך זיך װי ניט איז אַרומגעװאַשן, פֿאַרקעמט די האָר, אַ קוק געטאָן אױף אַנדערע, װאָס האָבן זיך דאָ געװאַשן, געגאָלט, דערנאָך אױף זיך אַ קוק געטאָן אין שפּיגל און אַ קלער געטאָן: „ניט ערגער פֿאַר אַנדערע‟.

כ׳האָב פֿאַרהױבן דעם קאָלנער, אַראָפּגעלאָזט די אױערן־לעפּלעך און מיט דער צענטראַלער גאַס אַװעק אַ גאַנג. הױפֿװעכטער אין װײַסע כאַלאַטן רײניקן דעם שנײ און טרײַבן די פֿוסגײער פֿון די טראָטואַרן. אױף דער דורכפֿאָריקער טײל פֿון גאַס שקראַבעט אַ מאַשין דעם אַספֿאַלט און טרײַבט דיך צוריק אױפֿן טראָטואַר. אױטאָמאָבילן הודיען, טראַמװײַען קלינגען, זײ פֿאַרהלושען די אױערן. ממש די שטאָט גײט אױף רעדער. קײן אײן באַקאַנט פּנים, קײנער זאָגט דיר ניט קײן גוט־מאָרגן. פֿאַר מיר, אַ דאָרפֿיש בחורל, איז עס סײַ טשיקאַװע, סײַ װילדפֿרעמד. הײַנט װי פֿאַרשײדן מע איז געקלײדט. ס׳איז ניט װי מײַן מאַמע האָט ליב אַ זאָג טאָן: „מיר אַ נפֿקא־מינא, אַבי פֿאַרדעקן דעם נאַקעט‟. ס׳הײסט, אױב זיך גוט צוקוקן טראָגט מען אױך קאַצעװײקעס, סװיטקעס [1], אָדער גאָר ניט לױטן װעטער.

און די מױערן, סאַראַ גרױספֿאַרנעמיקע זײ זײַנען און אײנער װיל זײַן העכער פֿונעם אַנדערן. אונדזערע דאָרפֿישע כאַטעס װאָלט מען אַהער אין צענטער נאָענט ניט צוגעלאָזט. צי איז עס מיר אַלץ געפֿעלן? איך װײס ניט. דערװײַל איז עס װוּנדער איבער װוּנדער. דניעפּראָפּעטראָװסק איז אױך ניט קײן פּראָװינציעלע שטאָט, נאָר דאָרט איז מיר דער קאָפּ געװען ניט דערבײַ און דערצו געפֿין איך זיך איצט ניט אין קײן געגנטלעכן צענטער, און ניט נאָר אין דער קרױנשטאָט פֿון אוקראַיִנע, נאָר אין אײנער פֿון די סאַמע גרעסטע אינדוסטריעלע, קולטורעלע און װיסנשאַפֿטלעכע צענטערס פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

װי געזאָגט, האָבן שױן אין כאַרקאָװ געװױנט מײַנע צװײ עלטערע ברידער און שװעסטער, נאָר קײן אײגן װינקל האָט נאָך קײנער פֿון זײ ניט פֿאַרמאָגט. אַגבֿ, אַזױ, טאַקע, האָט עס געהײסן, מע פֿלעגט „דינגען אַ װינקל‟. אַזױנע „װינקלען‟ האָבן געקענט זײַן אין אײן צימער דרײַ, פֿיר און אַפֿילו מער. אױב צו דיר, דעם כּלומרשטן װינקל־אײגנטימער, איז געקומען אַ גאַסט, איז ניט מער װי אױף 3—4 טעג. אָפּהענגיק איז עס געװען ניט נאָר פֿון די באַלעבאַטים. נאָך דעם האָט נאָכגעשפּירט דער הױפֿװעכטער. באַקומען װױנרעכט אין אַ גרױסער שטאָט איז אָנגעקומען אױ, װי שװער.

ביז דעם נײַעם לערניאָר, כ׳זאָל קענען אָנקומען אין ייִדישן מאַשינבױ־טעכניקום, אָדער אין ייִדישן זשורנאַליסטישן טעכניקום איז נאָך געװען העט װײַט. אױף אַרבעט האָט מען מיך ניט גענומען. אַ פּאָר מאָל האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צושטײן צו אַ קאָמפּאַניע, װאָס האָט אױסגעלאָדן געהילץ פֿון אײַזנבאַן־פּלאַטפֿאָרמעס. װאָס שײך געצאָלטס, האָט זײ דער אָנדינגער פֿײַן גענאַרט און זײ מיך נאָך מער. מיר איז אױסגעקומען פּוסטעפּאַסטעװען און װי אַ שאַלאָפּײַ מעסטן די גאַסן.

מײַן ברודער, איזיע, איז אײַנגעשטאַנען, אַז יעדן טאָג, נעענטער צום מיטיק־איבעררײַס, זאָל איך קומען צו אים. ער און מײַן שװעסטער סאָניע האָבן צו דער צײַט פֿאַרענדיקט דעם מאַשינבױ־טעכניקום, געלערנט האָבן זײ זיך אױף אײן קורס מיט עמע קאַזאַקעװיטשן [2] און טבֿיה גען [3]. זײ בײדע האָבן שױן געהאַלטן בײַם אָפּפֿאָרן קײן ביראָבידזשאַן. מײַן ברודער איז אָנגענומען געװאָרן אױף אַרבעט אין דער צײַטונג „יונגע גװאַרדיע‟. אָנגעפֿירט האָט ער מיטן אינדוסטריעלן אָפּטײל. מיט מיר איז ער גרײט געװען זיך טײלן מיטן לעצטן ביסן, איך בין נאָך אַלץ געװען ניט צום אָנזעטיקן. נאָר ניט נאָר די אַכילה האָט מיך אַזױ שטאַרק געצױגן אַהין; דאָרט האָט מען כּמעט יעדן טאָג געקענט טרעפֿן ניט אײנעם, נאָר עטלעכע ייִדישע שרײַבער — שױן פֿון די סאַמע אָנגעזעענע גרונטלײגער פֿון דער ייִדישער סאָװעטישער ליטעראַטור ביז אַזױנע, װאָס האָבן קױם אָנגעהױבן שטעלן די ערשטע טריט. אױך אױף די אָנהײבער־שרײַבער האָב איך געקוקט, װי יעדער פֿון זײ װאָלט פֿאַרמאָגט צװײ קעפּ; אַז מיט דער צײַט װעלן אײניקע פֿון זײ אפֿשר װערן גלײַכבאַרעכטיקטע שרײַבער, אַזױנס האָט אױפֿן געדאַנק ניט געקענט קומען.

ייִדישע שרײַבער

ניט נאָר אין מײַן ייִנגלשן אַמאָל, נאָר אַפֿילו הײַנט בין איך ניט אימשטאַנד גיבן אַ פֿאַרגאַנצט, אַ געשיכטלעך־אָביעקטיװ בילד פֿון דעמאָלטיקן אױפֿבלי פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, קולטור, אין סאַמע ברײטן זין פֿון װאָרט. די שטאָט כאַרקאָװ איז אין דעם געביט געװען אײנע פֿון די אָנגעזעענע צענטערס. אין אוקראַיִנישן מלוכה־פֿאַרלאַג פֿאַר נאַציאָנאַלע מינדערהײטן („נאַצמינדפֿאַרלאַג‟), פֿלעגן דאַן דערשײַנען 40% פֿון אַלע ביכער אין ייִדיש, װעלכע זײַנען אַרױסגעגעבן געוואָרן אין גאַנצן לאַנד. װער רעדט שױן פֿון צײַטונגען און זשורנאַלן. די שרײַבער־ און זשורנאַליסטן־משפּחה איז געװען גרױס. אָפֿט פֿלעגן קומען אַהער זײערע פּען־קאָלעגעס פֿון קיִעװ, מאָסקװע און אַפֿילו פֿון ניו־יאָרק. די גרױסשטאָטישע אַסימילאַציע־מגפֿה האָט נאָך קײן צו ברײטן צוטריט ניט געהאַט.

איך האָב נאָך באַװיזן צו האַלטן אין די הענט אַן ערשט־דערשינענעם חודש־זשורנאַל „פּראָליט‟, אַן אָרגאַן פֿון דער ייִדישער סעקציע בײַ דעם אַלפֿאַרבאַנדישן פֿאַראײן פֿון די ייִדישע שרײַבער (װוּספּ״פּ). געװען אַ צײַט, װען דוד האָפֿשטײן איז אין כאַרקאָװ געװען דער סעקרעטאַר און אַרױסגעבער פֿון דער פּובליקאַציע. נחום אױסלענדער האָט דאַן רעדאַגירט דאָ די אַקאַדעמישע אױסגאַבע פֿון שלום־עליכמס װערק.

אין דער רעדאַקציע „יונגע גװאַרדיע‟ זײַנען טאַקע אַלע מיטאַרבעטער געװען יונג, נאָר דאָס האָט זײ ניט געשטערט בײַ דער אַרבעט צו זײַן זאַכלעך, און דעם רעדאַקטאָר איציק גרינזײַד [4], צו זײַן שטרענג. גרינזײַד איז דאַן אַלט געװען ניט מער װי 26־27 יאָר. ער האָט זיך געדרוקט אָפֿט אין די היגע ליטעראַריש־קינסטלערישע זשורנאַלן, אין דער צענטראַלער צײַטונג „דער שטערן‟ און איז געווען דער צונױפֿשטעלער און רעדאַקטאָר פֿון אַ רײ ייִדישע ביכער. איציק גרינזײַד איז אומגעקומען אױפֿן שלאַכטפֿעלד. געװען איז עס אין 1942.

אין דעם זעלבן עלטער איז געװען הירש דאָבין [5]. ער האָט אין דער רעדאַקציע ניט געאַרבעט. אַ שוסטער איז ער געװען, נאָר קומען אַהין פֿלעגט ער, װײַל בײַ דער צײַטונג איז געװען אַ ליטעראַרישע סטודיע, װאָס האָט זיך אָנגערופֿן „יונגער בױקלאַנג‟. װען איך האָב אים צום ערשטן מאָל דערזען (זאָגן באַקאַנט, װעט זײַן איבער דער מאָס. איך בין נאָך געװען צו יונג ער זאָל מיך קענען, און אױב שוין יאָ געקענט, איז װי איזי לעװס אַ ברודערל), אין האַנט האָט ער געהאַלטן זײַנס אַ ביכל „אַרום אַ מיל‟. דער רעדאַקטאָר פֿון בוך איז געװען ניט אַבי װער, נאָר דער ניסתּר גופֿא. בײַ דאָבינען איז דער ניסתּר שטענדיק געװען דערהױבן װי קײנער אין אונדזער ליטעראַטור. דאָבינס זאַצבױ, סטיל האָט אָפֿט דערמאָנט זײַן ליבלינג. לערנען זיך איז געװען בײַ װעמען.

רחובֿות. דאָס איז געװען מיט צען יאָר צוריק, אין אַזאַ זומערטאָג װי הײַנט, װען איך דערמאָן אים. מיט דעם טעלעפֿאָן־טרײַבל בײַם אױער האָב איך געהערט װי הירש דאָבין לאַדט מיך אײַן צו קומען צו אים, אין אַ חודש אַרום קײן ראשון־לציון אָפּמערקן זײַנע 96 יאָר.

— נישקשה, נישקשה, מאַכן אַ כּוסע איז נאָך בײַ אונדז, פּאַרטיזאַנער, דער חשק ניט אָפּגעפֿאַלן.

דאָס איז געװען אונדזער לעצטער געשפּרעך… קײן לעבעדיקן האָב איך אים מער ניט געזען.

אָקערשט פֿאַרזונקען אין געדאַנקען, געלעבט, ניט געװאָלט אָנערקענען זײַן עלטער, זיך געגרײט מיט פֿרײַנד אױסטרינקען אַ קעלישעקל װײַן… איך װײס, װאָס דאָבינען איז אױסגעקומען איבערצולעבן אין סטאַלינס טורמעס, אין היטלערס טױטלאַגערן, אין אײביקער שרעק פֿאַר זיך, פֿאַר די קינדער און פֿאַר דעם ניט־װײניקער געליטענעם ייִדישן װאָרט.

העכער זיבעציק יאָר איז הירש דאָבין געװען טעטיק אין אונדזער ליטעראַטור.
זיבעציק יאָר צו זײַן אַ ייִדישער שרײַבער. אַ ייִדישער!..

הערשל דיאַמאַנטן [6] האָב איך בלױז אײן מאָל געזען און געהערט לײענען זײַנע לידער. געװען איז עס אין ייִדישן אַרבעטער־קלוב. אױך ער איז געװען פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע שרײַבער, װאָס האָט זיך געשאַפֿן אַרום דער צײַטונג „יונגע גװאַרדיע‟. צװישן די יונגע האָט מען אים געהאַלטן פֿאַרן סאַמע טאַלאַנטפֿולן דיכטער. אין 1932 איז דערשינען זײַן ערשט ביכל „שװאַרצערד‟. אין פֿיר יאָר אַרום — נאָך אַ לידער־זאַמלונג און אַן אָפּקלײַב פֿון זײַנע לידער אין רוסיש, דערנאָך אין אוקראַיִניש. דאָס אַלײן האָט שױן װעגן װאָס צו זאָגן.

פֿון די ערשטע מלחמה־שעהען אױפֿן פֿראָנט, װי קאָמאַנדיר פֿון אַ שיסער־װזװאָד, האָט ער געקעמפֿט מיט העלדישן מסירת־נפֿש. אומגעקומען אין שלאַכט אין עלטער פֿון 32 יאָר. נאָך איין װײגעשרײ, װאָס דערמאָנט אין יענער אימהדיקער צײַט.

כאָטש נאָך צװײ שרײַבער װילט זיך דערמאָנען, װײַל איך, הײַנט גיכער פֿאַר אַלץ דער אײנציקער, האָב זײ פֿאַרגעדענקט, װען זײ האָבן געהאַלטן בײַם שעפֿערישן אָנהײב. קודם־כּל — טבֿיהן גען. אים, האַלט איך, האָט די נאַטור געגעבן טאַלאַנט מיט פֿולע זשמעניעס. אױף אים װאָלט מען דאַן געמעגט אָנװײַזן מיטן פֿינגער און אַ זאָגט טאָן: „אַ װוּנדער־בחורל‟. דאָס װאָס דער קבצן איז אים געלעגן אױפֿן פּנים, װאָלט גראָד ניט געשטערט, נאָר געהאַלטן האָט ער זיך דערצו װי אַ הינטער־אױװנדיקער (אַזױ װאָלט מײַן מאַמע געזאָגט), מער אַפֿילו װי פּראָסט־פּשוט; דערבײַ געקענט אומגעריכט, אַרױסװײַזן שאַרפֿזין. דאָס האָט געקענט זײַן אַ קאַטאָװעס, אין װעלכן ס׳האָט געשטעקט אַ שטיק אמת.

איך זיץ אין קאָרידאָר אַנטקעגן דעם צימער, װוּ עס אַרבעט מײַן ברודער און לײען אַן ערשט־דערשינענעם נומער פֿון „יונגע גװאַרדיע”. די טיר איז אָפֿן, אין פֿענצטער קוקט אַרײַן אַ װינטערדיקע, אַ שײַנענדיקע זון. עס באַווײַזט זיך און זעצט זיך אַװעק בײַנאַנד מיט מיר טבֿיה גען. זײַן אױסזען — פֿול מיט ביטערניש, ממש אָנגעלאָדן מיט צער און װײטיק. טבֿיה װײסט װער איך בין, נאָר דערלאַנגענדיק מיר אַ האַנט, פֿרעגט ער:

— איר זײַט, דאַכט זיך, חײם זילבערמאַן? איז װיל איך אײַך זאָגן: האָט ניט קײן פֿאַראיבל, נאָר אײַער „ברױטגעזאַלצנס‟ (אַ נאָמען פֿונעם ערשט־דערשינענעם בוך) קען מען אין מױל ניט נעמען. ס׳איז, חבֿר זילבערמאַן, קײן ברױט ניט.

גען איז נאָך קײן צװאַנציק יאָר ניט אַלט געװען, װען אין 1930 איז דערשינען זײַן ערשט ביכל. אַ דעביוט, װאָס האָט דערלױבט האָפֿן, אַז מיט דער צײַט קען אין אונדזער ליטעראַטור צוקומען אַן אײגנאַרטיקער, אַ ראַפֿינירטער דערצײלער. אַזױ איז עס אױף אַן אמת געװען. מיט טבֿיה גען זײַנען מיר כּמעט אַ גאַנץ לעבן געװען מער װי גוטע פֿרײַנד.

בײַם פֿאַרנעמען אַ צוריקבליק צו די שרײַבער־אָנפֿאַנגער, װאָס האָבן זיך אָנגעהױבן דרוקן אין כאַרקאָװ, דערמאָן איך מאָטל גרוביאַנען [7]. זײַנע ערשטע לידער האָבן זיך באַװיזן אין דער קינדער־צײַטונג „זײַ גרײט‟. מיט אַ בוך לידער „פֿון קעלער אױף דער זון‟ האָט ער דעביוטירט אין פֿינף יאָר אַרום. נאָענטע באַציִונגען האָבן זיך בײַ אונדז אײַנגעשטעלט שױן נאָך דער מלחמה, װען מיר האָבן אַ קורצע צײַט געװױנט הינטער מאָסקװע, אין אײן צוזאַמענװױנונג. פֿאַר אײן נאַכט האָט גרוביאַן געקענט אָנשרײַבן 4,5 לידער. גאַנץ פֿרי, אַ צעכראַסטעטער, אַ ניט־אױסגעשלאָפֿענער, װי נאָך אַ שיכּרות פֿאַרבראַכטער נאַכט, האָט ער געמוזט עמעצן אָפּשטעלן, אַרױסנעמען פֿון קעשענע די צעקנײטשטע פּאַפּירלעך, כּדי איבערצולײענען און, ניט־אױסהערנדיק יענעמס מײנונג, אײן ליד אַרײַנלײגן צוריק אין קעשענע, די איבעריקע צערײַסן אױף שטיקלעך.

לידער מיט אױסגעטאָקטע און פּינקטלעכע גראַמען האָט מאָטל גרוביאַן געשריבן אַפֿילו אין שפּיטאָל, שױן זײַענדיק פֿאַרחושט, װי אַ מענטש שױן ניט פֿון דער װעלט. און אַזױ ביז די לעצטע שעהען פֿון זײַן לעבן.

פֿון די עלטערע שרײַבער איז מיר באַזונדערס שטאַרק געפֿעלן געװען לײב קװיטקאָ. װעגן זײַן גוטסקײט האָט געהאַלטן אין אײן דערצײלן זײַן ליכטיק פּנים. דערװײַל האָב איך געהאַט די זכיה אים צו זען ניט מער װי אַ פּאָר מאָל און, װי מיר האָּט זיך אױסגעװיזן, האָט ער מיר אונטערגעװוּנקען און געשענקט אַ שמײכל. װעגן דעם, אַז צװישן די שרײַבער קומען פֿאָר צוזאַמענשטױסן, קעגנערשאַפֿטן, ניט גלאַט װערטער־קאַמפֿן, נאָר אידעאָלאָגישע, איז צו מיר נאָך דעמאָלט ניט דערגאַנגען. הײַנט װײס איך, אַז װען כ׳בין נאָך געװען אַ שילער, האָט די הױפּט־ביוראָ פֿון דער ייִדסעקציע פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ אָנגענומען אַ באַשלוס, אַז „קװיטקאָ־פּרשה‟ (ביז דעם איז אין דער מאָסקװער צײַטונג „דער עמעס‟ (אמת) געװען פֿאַרעפֿנטלעכט מ. ליטװאַקאָװס אַ שאַרף אַרטיקל קעגן ל. קװיטקאָ) איז אַן אױסבראָך „פֿון פֿײַנטלעכער װירקונג אױף דער ייִדישער ליטעראַטור‟ מצד דעם קלאַסן־שׂונא. דער באַשלוס האָּט געפֿאָדערט באַזײַטיקן לײב קװיטקאָן פֿון דער רעדאַקציע „די רױטע װעלט‟.

מע דאַרף מײנען, אַז קװיטקאָ האָט געוווּסט, װאָס די סאָװעטן־מאַכט נעמט פֿאָר קעגן די קלאַסן־שׂונאים. דער גאַנצער קאָמפּלעקס פֿון כאַרקאָװער טראַקטאָר־זאַװאָד האָט נאָך ניט פֿונקציאָנירט. די בױונג פֿון דעם קאָלאָסאַלן גיגאַנט איז נאָך פֿאָרגעזעצט געװאָרן. דער שױן באַװוּסטער קינדער־דיכטער און פּראָזאַיִקער („לעמל נאַשער‟, „דאָס קעצעלע‟, די דערצײלונג „ליאַם און פּעטריק‟) איז אַװעק אַרבעטן אױף דעם זאַװאָד. אין אײנעם אַ טאָג האָט מיר דער ברודער געגעבן צו לײענען קװיטקאָס לידער־זאַמלונג „אין טראַקטאָר־צעך‟. כ׳האָב איבערגעלײענט און באַשלאָסן אָנקומען אין פֿז״או (פֿאַבריק־זאַװאָדישע שול) בײַ דעם זאַװאָד. מיך האָט מען אַהין אָנגענומען אָן שום שװעריקײטן. מע האָּט מיר אַרױסגעגעבן אַ פּאַסיר־שײַן און טאַלאָנען אין גאָרקיך. דאָ האָט מען געקענט אָפּעסן אַ מיטיק און זײַן זאַט ביז װעטשערע און די פּרײַזן זײַנען געװען אַ סך ביליקער, װי אין בופֿעט פֿון „נאַצמינדפֿאַרלאַג‟; און דאָך, האָּט שױן געהאַלטן דערבײַ, כ׳זאָל אָפּנעמען די דאָקומענטן און זוכן אַן אַנדער מקום־מנוחה. די סיבה — קײן פֿרײַ אָרט אין אײנע פֿון די פֿילצאָליקע צוזאַמענװױנונגען איז פֿאַר מיר ניט געװען. מײַן פֿז״או־לערער (הערמאַן, אױב כ׳האָב קײן טעות ניט, איז געװען זײַן פֿאַמיליע) — אַ באַיאָרטער אינזשעניר, נאָר אַלץ נאָך אַ שלאַנקער, אַ שטאַלטנער, אַ מענטש מיט גרױס ערודיציע ניט נאָר אין טעכניק. אמת, זײַן ייִדיש רײדן איז געװען אַזאַ, אַז כ׳האָב אים קױם, קױם פֿאַרשטאַנען. מיך און נאָך אַ בחורל האָט ער ניט אײן מאָל געפֿירט איבער אַ לאַנגן קאָרידאָר פֿון אַדמיניסטראַטיװן קאָרפּוס און אין עטלעכע צימערן, אָנװײַזנדיק אױף אונדז, געהאַלטן אין אײן בעטן, פֿאָדערן, ביז אױף אַ בלאַנק האָט מען אים עפּעס אָנגעשריבן און בײַם אַרױסגײן האָּט ער געהאַלטן אין אײן דאַנקען.
אין קאָרידאָר האָּט ער איבערגעלײענט צו װעמען איז װאָס געשריבן, אַרײַן צוריק אין צימער און אַװעקגעלײגט דעם בלאַנק, װוּ גענומען. די טיר האָט מען פֿאַרמאַכט. אַ קריגערײַ האָבן מיר געהערט. צוריק איז ער אַרױסגעגאַנגען מיטן זעלבן פּאַפּירל. אונדז בײדן האָט ער געזאָגט:

— איך גיב אײַך מײַן הײמישן אַדרעס. בײַ אַ נױט, קענט איר בײַ מיר איבערנעכטיקן.

װאָס פֿאַר אַ נױט אונדזער לערער האָט געהאַט אין זינען האָבן מיר דאַן נאָך ניט פֿאַרשטאַנען.

ווידעאָ וועגן מישע לעוו

 

[1] סװיטקע (ס) — אַ לאַנגער ווינטער־מאַנטל
[2] עמע קאַזאַקעװיטש (1913־1962) — ייִדישער און רוסישער שרײַבער
[3] טבֿיה גען (1912־2003) — פּראָזאַיקער [זוך: „פֿון אונדזער עזבֿון, טבֿיה גען]
[4] איציק גרינזײַד (1905־1942) — פּראָזאַיִקער, זשורנאַליסט, רעדאַקטאָר
[5] הירש דאָבין (1905־2001) — פּראָזאַיִקער [זוך: „פֿון אונדזער עזבֿון, הירש דאָבין]
[6] הערשל דיאַמאַנט (1911־1943) — דיכטער
[7] מאָטל גרוביאַן (1909־1972) — דיכטער [זוך: „פֿון אונדזער עזבֿון‟,מאָטל גרוביאַן]

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s