פּאָלעמישע נאָטיצן (המשך)

יעווגעני קיסין

מחשבֿות וועגן גרויסע רוסישע שרײַבערס

מסתּמא יעדן אינטעליגענטישן מענטשן, וואָס איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין רוסלאַנד, קומט אויס פֿריִער צי שפּעטער ענטפֿערן (אויב ניט אַנדערע מענטשן, איז זיך אַליין) אויף דער פֿראַגע: וועמען האָט ער ליב מער, פֿיאָדאָר דאָסטאָיעווסקין אָדער לעוו טאָלסטויען?

כּדי צו פֿאַרשטיין דעם באַטײַט פֿון אָט די צוויי שרײַבערס, דאַרף מען האָבן אין זינען נאָך איין פֿאַקטאָר. די מעשׂה איז, אַז היות פֿון איין זײַט, זײַנען זיי ביידע געווען זייער אידעאָלאָגיש אין זייער שאַפֿונג, און פֿון דער אַנדערער זײַט, איז זייער וועלט-אָנשויונג געווען פֿרעמד דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע (סײַ אין די סאָוועטישע שולן, סײַ אין די הקדמות צו זייערע ביכער, וועלכע זײַנען דערשינען אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, איז דאָס תּמיד געווען פּרטימדיק דערקלערט), זײַנען זיי אָנערקענט געוואָרן ניט בלויז ווי גרויסע שריפֿטשטעלערס, נאָר אויך ווי אַ מין מאָראַלישער אָריענטיר פֿאַר אַ סך מענטשן, וואָס זײַנען געווען קריטיש געשטימט בנוגע דעם קאָמוניסטישן רעזשים.

זייער פֿאָרזיכטיקע אָנצוהערענישן דערויף זײַנען פֿאַראַן אין דער גרעסערער דערציילונג פֿון דעם ווײַסרוסישן שרײַבער וואַסיל ביקאָוו [1] „דער אָבעליסק‟, אָנגעשריבן אין די אָנהייב 1970ער יאָרן, וווּ עס ווערט בפֿירוש געזאָגט, אַז קודם-כּל דאַרף מען פֿאַרשטיין די גרויסקייט פֿון די דאָזיקע גאונים און ניט ריידן וועגן זייערע חסרונות און פֿאַלשע מיינונגען („ווי אַזוי קאָן מען אָפּלעבן אָן טאָלסטויען? צי קאָן מען זײַן אַ געבילדעטער מענטש אָנעם לייענען טאָלסטויען? און בכלל, צי קאָן מען זײַן אַ מענטש?‟).

איך געדענק, ווי אין 1989, אין סאַמע ברען פֿון דער „פּערעסטרויקע‟, אויפֿן ערשטן צוזאַמענפֿאָר פֿון די פֿאָלקס-דעפּוטאַטן, האָט איינער פֿון זיי, דער באַוווּסטער פֿילאָסאָף יורי קאַריאַקין [2], דערקלערט, אַז ווען דאָסטאָיעווסקי און טאָלסטוי וואָלטן אונדז איצט דערזען, וואָלטן מיר זיי ניט געפֿעלן געוואָרן (אַן אינטערעסאַנטע מעלדונג אויף אַ פּאָליטישער אונטערנעמונג!). צווישן אַ סך מענטשן איז פֿאַרשפּרייט געווען די מיינונג, אַז מע קאָן כּלומרשט ניט ווערן אַ מאָראַלישער מענטש אָנעם לייענען דאָסטאָיעווסקין.

איז וועמען זשע פֿון זיי ביידן גיב איך אָפּ די בכורה, דאָווסטאָיעווסקין צי טאָלסטויען? דעם אמת געזאָגט, איז מיר דאָ שווער צו ענטפֿערן. פֿון איין זײַט, זײַנען דאָסטאָיעווסקיס געשפּאַנטקייט און פּסיכאָלאָגיזם מיר זייער נאָענט. פֿון דער אַנדערער זײַט, שטויסן מיך אָפּ (און וואָס עלטער איך ווער, אַלץ מער) זײַנע גוזמאָות, אַפֿעקטאַציעס, היסטעריקעס. נו, ווער אינעם רעאַלן לעבן רעדט אַזוי, ווי, למשל, מאַרמעלאַדאָוו, אַפֿילו שיכּורערהייט? בשעתּו האָב איך טאַקע ניט אײַנגעביסן דעם ראָמאַן „אידיאָט‟, מחמת כ׳האָב ניט געקאָנט אויסהאַלטן די אַלע גוזמות דאָרטן. וואָס איז צו, איז איבעריק!

וואָס שייך טאָלסטויען, ווערט אין אייניקע ווערק זײַנע זײַן דערציילערישע מאַניר, לויט מײַן געשמאַק, צו געמאָסטן, עס פֿעלן אויס געשפּאַנטקייט און דינאַמישקייט. דעריבער זײַנען מײַנע באַליבטע ווערק פֿון טאָלסטויען ניט „מלחמה און שלום‟ אָדער „אַנע קאַרענינאַ‟, נאָר „ווידעראויפֿלעבונג‟, „איוואַן איליטשס טויט‟, „כאָלסטאָמער‟, „נאָך דעם באַל‟…

נאָך אַ סך טראַכטעניש בין איך געקומען צום אויספֿיר, אַז אויב מע וועט מיך פֿרעגן, וועמען איך האָב מער ליב, דאָסטאָיעווסקין צי טאָלסטויען, וועל איך ענטפֿערן —פּושקינען! ער איז געווען אַ גאָון-שבגאָון! אַ מין אוניווערסאַלקייט, אַ מין פֿאַרשיידנאַרטיקייט — סײַ אַריסטאָקראַטיזם, סײַ פֿאָלקסטימלעכקייט, סײַ טיפֿקייט (אַפֿילו פֿילאָסאָפֿישע טיפֿקייט), סײַ לײַכטקייט! קיין איין סקוטשנע שורה איז אין זײַן גאַנצער ירושה ניטאָ; און הגם „געפֿילן וווילע פֿלעגט ער מיט זײַן לירע וועקן‟, — איז ער קיין איין מאָל ניט אַרײַנגעפֿאַלן אין מוסרן! ניט אומזיסט, אין אונטערשייד פֿון טאָלסטויען, וואָס אין זײַן פּאַטאָלאָגישער זעלבסט-שעצונג האָט געהאַלטן שעקספּירן פֿאַר אַ נישטיקייט און, אַז נאָר ער, טאָלסטוי, איז דער איין-און־איינציקער אויף דער וועלט וואָס פֿאַרשטייט עס, — פֿלעגט פּושקין אָנרופֿן שעקספּירן „פֿאָטער אונדזערער‟ און שרײַבן: „לייענט שעקספּירן — דאָס איז מײַן כּסדרדיקער רעפֿרען.‟

אַפֿילו פּושקינס אַנטיסעמיטיזם (און ווער איז אין יענער צײַט געווען אין גאַנצן פֿרײַ פֿון דעם דאָזיקן פֿאָראורטייל, אַ חוץ, אפֿשר, לעסינג?) קאָן איך אים מוחל זײַן, ווײַל זײַן אַנטיסעמיטיזם זעט מיר אויס גאָר אַנדערש ווי בײַ גאָגאָלן, טורגעניעוון, דאָסטאָיעווסקין. ערשטנס, אין אונטערשייד צו זיי, שילדערט פּושקין די ייִדן ניט תּמיד אין אַ נעגאַטיווער שײַן; און צווייטנס, אַפֿילו בײַם שאַפֿן זייער אַ נעגאַטיוו ייִדיש געשטאַלט (דעם וואָכערניק סאָלאָמאָן אין „דעם קאַרגן ריטער‟), לאָזט זיך פּושקין ניט אַראָפּ ביז קאַריקאַטורישקייט, ביז אויסלאַכן דעם ייִדישן אַקצענט, דעם אופֿן פֿון ריידן וכדומה. ווי עס פּאַסט דעם אמתן גאָון, פֿאַרהיט ער זײַן ווירדע אַפֿילו אין זײַנע פֿאָראורטיילן.

„אויף זײַן פּנים האָט זיך געזען יענער דור-דורותדיקער וואָרטשענדיקער צער, וואָס האָט זיך אַזוי זויער אָפּגעשטעמפּלט אויף אַלע פּנימער פֿונעם ייִדישן שבֿט אָן אויסנאַם…‟ — אָט אַזוי, ניט אַנדערש! „אויף אַלע אָן אויסנאַם‟! כ׳געדענק, ווען איך, נאָך אַ דערוואַקסלינג, האָב צום ערשטן מאָל געלייענט דעם מײַסטערישן פּאַסאַזש אין דאָסטאָיעווסקיס „פֿאַרברעכן און שטראָף‟, האָב איך אַ טראַכט געטאָן: אויב עס וועט אַזוי געשען, אַז כ׳וועל אַ מאָל זיך טרעפֿן מיט דאָסטאָיעווסקין אויף יענער וועלט, וועל איך זיך צעלאַכן דעם גזלן גלײַך אין פּנים אַרײַן, כ׳וועל אים ווײַזן „דעם דור-דורותדיקן וואָרטשענדיקן צער‟! וואָס שייך אָבער פּושקינען, בין איך באמת גליקלעך, וואָס רוסיש איז געוואָרן מײַן מוטער-שפּראַך, ווײַל איך קאָן לייענען פּושקינס פּאָעזיע אין אָריגינאַל.

פּושקינס באַרימט ליד „צו טשאַאַדאַיעוון‟ [3] — איז ווי אָנגעשריבן וועגן מײַן דור רוסלענדער, וואָס וווינען אין רוסלאַנד. זיי האָבן געגלייבט אין דער אויפֿגעקלערטער פֿרײַהייט פֿון די אָנהייב 1990ער יאָרן, אָבער זיך אַנטוישט אין דעם. פֿון דעסטוועגן, ווי ס׳האָט געשריבן פּושקין: „עס ברענט נאָך אַ פֿאַרלאַנג אונטערן דרוק פֿון דער מאַכט דער פֿאַטאַלער‟, און, „ברענענדיק מיט פֿרײַהייט‟, קעמפֿן זיי איצט קעגן דער אייגנמאַכט!

און אָט איז נאָך אַ בײַשפּיל, וואָס איז אַ סך מער פּערזענלעך. אויף מײַן חתונה האָט מײַן פֿרויס שוועסטער אונדז געמאַכט אַ מתּנה: אַ ווידעאָ פֿון אונדזערע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון קינדהייט אָן ביז הײַנט, וועלכע ווערן באַגלייט מיט גלינקאַס ראָמאַנס אויף פּושקינס ליד „כ׳געדענק די וווּנדערלעכע רגע‟. יעדעס מאָל בײַם קוקן דאָס דאָזיקע ווידעאָ לויפֿט בײַ אונדז דורך אַ פֿראָסט איבערן לײַב: ס׳איז דאָך אונדזער געשיכטע! ס׳איז דווקא דאָס, וואָס איך וואָלט געקאָנט אָנשרײַבן מײַן פֿרוי, מײַן געליבטער (ווען איך וואָלט געהאַט אַזאַ טאַלאַנט, פֿאַרשטייט זיך)! פֿרעג איך אײַך, ווי אַזוי האָט אַ מענטש אין אָנהייב 19טן יאָרהונדערט געקאָנט אָנשרײַבן וועגן די, וואָס לעבן איצט, כּמעט צוויי הונדערט יאָר נאָך זײַן טויט?! ס׳איז דאָ בלויז איין וואָרט — אַ גאָון…

יאָ, אַוודאי, אָנעם לייענען דאָסטאָיעווסקין און טאָלסטויען ווערט דאָס לעבן פֿון אַ מענטשן בלאַסער — און דאָך קאָן מען גאַנץ גוט אָפּלעבן אָן טאָלסטויען, און מע דאַרף לחלוטין ניט לייענען דאָסטאָיעווסקין (מיט אַלע זײַנע „זשידעס, זשידעלעך, זשידישקעס און זשידעניאַטעס‟), כּדי צו ווערן אַ מאָראַלישער, אַפֿילו זייער אַ מאָראַלישער מענטש! און הגם מאָראַלישקייט און קונסט (בפֿרט ליטעראַטור) זײַנען לגמרי פֿאַרשיידענע זאַכן, זײַנען דאָסטאָיעווסקי און טאָלסטוי אויף קיין האָר ניט מער מאָראַלישע שרײַבערס, ווי הוגאָ, דיקענס און פֿיל אַנדערע.

מײַן גאַנץ באַוווּסטזיניק לעבן האָב איך זייער גוט געוווּסט, אַז מאָרד איז דער גרעסטער חטא, — און כּדי צו פֿאַרשטיין עס, האָב איך ניט געדאַרפֿט לייענען „פֿאַרברעכן און שטראָף‟ (אין רוסלאַנד ווייסט מען ניט, — הגם טאָלסטוי האָט עס יאָ געוווּסט — אַז במשך פֿון יאָרטויזנטער איז עס געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע יסודות פֿון דער ייִדישער מאָראַל). און בײַ מײַן גאַנצער ליבע צו טאָלסטויען און דרך-ארץ פֿאַר אים, איז מיר פּשוט דערווידער צו לייענען „די קרויצער־סאָנאַטע‟, — דעם דאָזיקן אָפּגרעפּץ פֿון צבֿיעות און אומגעלומפּערטן פּרוּוו בײַצוקומען די אייגענע קאָמפּלעקסן (מיר אַלע ווייסן דאָך, ווי אַזוי טאָלסטוי האָט זיך אויפֿגעפֿירט אין זײַן יוגנט).

ניט בלויז האָב איך קיין שום חרטה ניט אויף מײַן שטורעמדיקער יוגנט, נאָר כ׳בין מקנא פּושקינען, וואָס איך האָב געהאַט דרײַ מאָל ווייניקער פֿרויען, ווי ער, — און אויב נאָך מײַן טויט וועל איך טרעפֿן גאָט, וועל איך אים זאָגן: „רבונו-של-עולם, אויב מזנה זײַן איז באמת אַ זינד, זײַ אַזוי גוט, באַשטראָף ניט די אַלע וווּנדער־שיינע פֿרויען, וואָס האָבן מיר געשענקט זייער ליבע! באַשטים מיר זייער חלק פֿונעם שטראָף. זאָל איך באַשטראָפֿט ווערן סײַ פֿאַר זיך, סײַ פֿאַר זיי, — נאָר שאַנעווע זיי — וווּנדערלעכע און זיסע!‟.

צום גליק, איז די נאַטור פֿון קונסט אַזאַ, אַז דער אמת פֿון קונסט און לעבן רײַסט זיך תּמיד דורך אַפֿילו דורך דעם קינסטלערס צבֿועקישע כּוונות. כאָטש טאָלסטוי האָט געוואָלט פֿאַראורטיילן אַנע קאַרענינאַ, רופֿט זי בײַ יעדן נאָרמאַלן לייענער אַרויס נאָר סימפּאַטיע און מיטגעפֿיל. איך האָב ליב פּושקינען אויך דערפֿאַר, ווײַל סײַ אין זײַן לעבן, סײַ אין זײַן שאַפֿונג איז ער קיין מאָל אויף קיין האָר ניט געווען אַ גאָטס גנבֿ: דערמאָנט זיך כאָטש אין זײַן חנעוודיקער „גאַווריִיִליאַדע‟! [4]

וויפֿל ציטאַטן פֿון די צוויי אויבנדערמאָנטע בערדיקע מאָראַליסטן זײַנען אַרײַן אינעם אומגאַנג-געברויך? מיר דערמאָנט זיך בלויז איין אַזאַ ציטאַטע פֿון „פֿאַרברעכן און שטראָף‟: „בין איך אַ ציטערנדיק באַשעפֿעניש צי איך האָב פֿאָרט רעכט?‟ און בײַ פּושקינען — צענדליקער! איך וויל ווײַטער ברענגען בלויז עטלעכע פּושקינס פּערל: „איך וויל לעבן, כּדי צו דענקען און צו לײַדן‟, ״מיר אַלע האָבן זיך געלערנט אַ ביסעלע וואָס-ניט-איז און ווי-ניט-איז״, „איך האָב אײַך ליב, נאָר כ׳בין אַן אַנדערן באַשערט, און אים כ׳וועל אייביק זײַן געטרײַ‟, „אויספּרוּוון האַרמאָניע דורך אַלגעברע‟, „נעם אויף גלײַכגילטיק לויב, רכילות, און ניט באַשטרײַט דעם נאַר‟ — ניט איבערצוציילן… און וואָסערע ציטאַטן זײַנען דאָס! — מיט פּושקינס אייגענע ווערטער גערעדט, „אַ מין טיפֿקייט, אַ מין דרייסטקייט און אַ מין האַרמאָנישקייט‟!

יאָ, דאָס, וואָס פּושקין פֿלעגט שרײַבן וועגן אַנדערע, באַשרײַבט אַמבעסטן זײַן אייגענע שאַפֿונג: „פֿון ריינסטן חן אַ ריינסטער מוסטער‟, און נאָך: „אי געטלעכקייט, אי התלהבֿות, אי לעבן, אי טרערן, אי ליבע‟.

ווער וואָלט איך דעמאָלט געווען?

עמפּאַטיע איז באמת זייער אַ וויכטיקע זאַך; זי העלפֿט צו פֿאַרשטיין ניט בלויז אַנדערע מענטשן, נאָר אַ מאָל אַפֿילו זיך אַליין.

לייען איך איבער אוריאל אַקאָסטעס אויטאָביאָגראַפֿיע: אַ מוראדיקער דאָקומענט, אַ שענדלעכע זײַט אין אונדזער געשיכטע. עס ברענט דאָס האַרץ פֿאַר כּעס און ביטול (ווי בײַ אַ סך מענטשן פֿאַר מיר) אויף זײַנע פֿאַרפֿאָלגערס און פּײַניקערס, אויף זייער אַכזריות און אומטאָלעראַנטקייט צו פֿרעמדע מיינונגען… און פּלוצעם כאַפּ איך זיך און ווער איבערראַשט פֿון דעם געדאַנק, אַז געטאָן האָבן זיי מיט אַקאָסטען דווקא דאָס זעלבע, וואָס איך אַליין וואָלט געוואָלט טאָן מיט יענע, וועמענס אָנשויונגען זײַנען מיר פֿאַרהאַסט (למשל, האָמאָפֿאָבן, כּהנהיסטן וכדומה) — באַשטראָפֿן, אָנלערנען, רודפֿן, מאַכן מיט בלאָטע גלײַך! זאָלן זיי וויסן, מנוּוולים אייניקע, ווי אַזוי צו זײַן רעאַקציאָנערן! זאָל בײַ זיי אָפּגעשלאָגן ווערן דער חשק!

יאָ, איצט פֿאַרשטיי איך די, וואָס זײַנען שוין אויף תּמיד געבליבן אין געשיכטע ווי פֿינצטערע פֿאַנאַטיקערס און אַכזרים; נאָר וואָס זשע וואָלט איך געהאַט געטאָן, ווען איך בין אויף זייער אָרט און גלייב אין דעם, אין וואָס זיי האָבן געגלייבט? ווער וואָלט איך דעמאָלט געווען געבליבן אין דער געשיכטע?

באמת גרויס איז געווען וואָלטער מיט זײַן אַני-מאמין: „איך האַס אײַערע אָנשויונגען, אָבער איך בין גרייט צו שטאַרבן פֿאַר אײַער רעכט זיי אַרויסצוזאָגן‟.

 אַלט ווי די וועלט

די נטיה פֿון אייניקע מענטשן צו מישפּטן וועגן זאַכן, וואָס זיי ווייסן ניט, איז באמת אומגלייבלעך.

קוק איך דורך מײַן אַלטע עלעקטראָנישע פּאָסט — און זע אַ קליינע קאָרעספּאָנדענץ פֿון צוריק מיט נײַן יאָר. איך האָב דעמאָלט צעשיקט מײַנע פֿרײַנד עפּעס אַ פּראָ־ישׂארלדיקן ווידעאָ; און אָט איינע אַ חבֿרטע האָט מיר איבערגעשיקט אַ בריוו פֿון אירער אַ פֿרײַנד, וועמען איך האָב קיין מאָל אין די אויגן ניט געזען: „הייס דײַן פֿרײַנד יעווגעני שטודירן די ביבל, און ניט ווי אַ פֿאַרווײַלונג, נאָר אַנאַליזירנדיק יעדעס וואָרט. דאָס, וואָס די ייִדן האָבן געטאָן אין פּאַלעסטינע מיט 5000 יאָר צוריק, טוען זיי דאָרט ווידער איצט […] יעווגעני איז אונטער אַ השפּעה פֿון די, וואָס האָבן אינטערעסן אין ישׂראל…‟ — וכדומה.

דעמאָלט האָב איך ניט געוואָלט זיך פֿאַרפֿירן מיטן טיפּש (ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ער איז, אַוודאי, אַ ייִד) און כ׳האָב פּשוט אָנגעשריבן מײַן חבֿרטע: „הייס דײַן פֿרײַנד שטודירן די ביבל: מיט 5000 יאָר צוריק האָבן די ייִדן נאָך ניט עקזיסטירט…‟. איצט אָבער לייען איך איבער דעם דאָזיקן פּערל — און טראַכט…

ס׳גייט ניט אין דעם, וואָס מיר אַלע, אינטעליגענטנע מענטשן, געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד (וווּ די ביבל איז, צוערשט, געווען פֿאַרווערט און שפּעטער געוואָרן אַ יקר־המציאות), האָבן פּרטימדיק שטודירט דעם ספֿר־הספֿרים, און קיינעם פֿון אונדז וואָלט אין קיין ווילדן חלום ניט אײַנגעפֿאַלן צו האַלטן עס פֿאַר אַ פֿאַרווײַלונג. ס׳גייט ניט אין דעם, אַז אויב מע גלייבט דער ביבל, מוז מען אויך גלייבן, אַז די ייִדן האָבן געטאָן דאָס, וואָס ס׳ווערט באַשריבן אינעם ספֿר יהושוע, לויט גאָטס באַפֿעל; און אויב מע גלייבט ניט אין דעם, איז ניט לאָגיש צו גלייבן די אַנדערע ביבלישע מעשׂיות, וואָס האָבן ניט קיין היסטאָרישע באַשטעטיקונג (ווי באַוווּסט, האָט מען עד-היום ניט געפֿונען קיין שום היסטאָרישע דערווײַזן פֿון די געשעענישן, באַשריבן אינעם ספֿר יהושוע).

ס׳גייט אַפֿילו ניט אין דעם, וואָס די ייִדן טוען איצט אויף אַזוינס, וואָס ס׳ווערט לחלוטין ניט דערציילט אין דער ביבל. סוף-כּל-סוף, גייט עס ניט אין דעם, אַז פֿאַר אונדז, וואָס האָבן געוווינט אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, נאָר ניט געגלייבט אין דער מלוכה-פּראָפּאַגאַנדע בכלל און אין דער אַנטיציוניסטישער בפֿרט, — פֿאַר אונדז איז דאָך תּמיד געווען קלאָר, ווי צוויי מאָל צוויי — פֿיר, אַז די זאַך פֿון ישׂראל איז אַ ריכטיקע. די גרעסטע השפּעה אויף אונדז האָבן געהאַט דווקא אַזעלכע מענטשן, ווי אַנדריי סאַכאַראָוו און אַלעקסאַנדר סאָלזשעניצין — די אָנגעזעענסטע סאָוועטישע דיסידענטן און איבערצײַגטע אָנהענגערס פֿון מדינת-ישׂראל (לייענט, למשל, סאַכאַראָווס רעדע בײַם באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע אָדער זײַנע „זכרונות‟; סאָלזשעניצינס ״ענטפֿער צו די דרײַ סטודענטן‟ און אַזוי ווײַטער). דער עיקר איז, אַז דאָס פֿאַרגלײַכן ישׂראלס פּאָליטיק מיט יהושוע בן נונס מעשׂים איז אונדז אויך זייער לאַנג און ביז גאָר גוט באַקאַנט. כ׳וועל ברענגען אַ פּאָר בײַשפּילן.

ווען איך בין געווען נאָך אַ קינד, האָב איך געלייענט אינעם קינדער-זשורנאַל „דער פּיאָנער‟ אַן אינטערוויו מיט יאַסיר אַראַפֿאַט. צווישן אַנדערע פֿראַגעס, האָט מען אים געשטעלט אַזאַ „שאלה‟ (נאָך אַזוי פֿיל יאָר ציטיר איך עס לויטן זכּרון, נאָר דעם תּוך גיב איך איבער פּינקטלעך): „דער ישׂראלדיקער פּרעמיער-מיניסטער מנחם בעגין, פֿאַרענטפֿערנדיק זײַן עקספּאַנסיאָניסטישע פּאָליטיק אין פּאַלעסטינע, דערקלערט עס דערמיט, אַז דאָס זײַנען אור-אייגענע ייִדישע לאַנד-שטחים, און פֿאַררופֿט זיך דערבײַ אויף דער ביבל.‟ אַראַפֿאַט האָט געענטפֿערט: „די זעלבע ביבל זאָגט, אַז די ייִדן האָבן דעראָבערט פּאַלעסטינע און צוגענומען זי בײַ די כּנענים, וואָס האָבן דאָרט געלעבט. בעגין שטעטל זיך ניט פֿאָר, ווי לעכערלעך ער זעט אויס מיט זײַן ביבל אין די אויגן פֿון ציוויליזירטע מענטשן.‟

 מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט די צײַטונג „דער קאָמיוגישער אמת‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל מיטן נאָמען „קאָקעטירנדיק מיט גאָטעניו‟, וואָס האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם. דער מחבר פֿונעם אַרטיקל, דער באַקאַנטער קעמפֿערישער אַפּיקורס יוסף קריוועליאָוו (אַוודאי, אַ ייִד) האָט, ווי זײַן שטייגער איז תּמיד געווען, געמוסרט קעגן דער ביבלס בלוטדורשטיקייט און, ציטירנדיק די באַוווּסטע פּאַסאַזשן פֿונעם ספֿר יהושוע, האָט ער געמאַכט דעם פֿאָלגנדיקע אויספֿיר: „פֿאַרן הײַנטצײַטיקן ישׂראלדיקן סאָלדאַט דינען די ביבלישע אָנווײַזונגען ווי אַ וויכטיקער מאַטעריאַל פֿאַר דער ׳אידעאָלאָגיש באַגרינדעטער׳ פֿאַרניכטונג פֿון די אַראַבער.‟

בקיצור, פֿאַר אונדז, די געוועזענע קנעכט פֿונעם רויטן פּרעהן, איז דער דערמאָנטער, מישטיינס געזאָגט, „אַרגומענט‟ אַלט ווי די וועלט — און שטינקט, ווי טינוף.

[1] וואַסיל ביקאָוו (1924־2003)
[2] יורי קאַריאַקין (1930־2011) — מחבר פֿון אַ סך אַרטיקלען וועגן פֿ. דאָסטאָיעווסקי
[3] פּיאָטר טשאַאַדאַיעוו (1794־1856) — רוסישער פֿילאָסאָף און פּובליציסט. שאַרף קריטיקירט די רוסישע געזעלשאַפֿט. פּושקין איז געווען פֿון אים זייער באַאײַנדרוקט.
[4] „גאַווריִיִליאַדע‟ — פּאָעמע, וווּ פּושקין לאַכט אויס איינעם פֿון די עוואַנגעלישע סוזשעטן.

סוף קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s