מע דאַרף נישט וואַרטן ביז משיח וועט קומען!
די טעמע פֿאַר מײַנע שפּראַך־נאָטיצן איז דאָס מאָל אינספּירירט געוואָרן פֿונעם שמועס, וואָס איך האָב נישט לאַנג צוריק געהאַט מיט מײַן נאָענטן פֿרײַנד. צווישן אַנדערע זאַכן, פֿאַרבונדן מיטן הײַנטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש איז אָנגערירט געוואָרן די אָנגעווייטיקטע פֿראַגע וועגן ייִדיש אין ישׂראל.
— מע דאַרף זיך דערשלאָגן, — האָט מײַן פֿרײַנד געזאָגט, — אַז ייִדיש זאָל װערן, אױב ניט די צװײטע מלוכישע שפּראַך אין ישׂראל, איז כאָטש אײנע פֿון אירע אָפֿיציעלע שפּראַכן; און אַז מע זאָל אײַנפֿירן ייִדיש אין די לערן–פּראָגראַמען אין אַלע ישׂראלדיקע שולן! נאָר אַזױ װעט קאָנען װידער אַנטשטײן אַ ייִדיש–רעדנדיק פֿאָלק, און נאָר אַזױ װעט מען קאָנען פֿאַרהיטן ייִדיש װי אַ לעבעדיקע שפּראַך! קײן אַנדער ייִדישע מלוכה, אַ חוץ ישׂראל, װעלן מיר אין ערגעץ ניט באַקומען…
ווער קאָן דען זײַן קעגן דער מיינונג?! נישט נאָר מײַן פֿרײַנד איז צו איר געקומען. אַ סך, אַ סך פֿריִער, אַפֿילו נאָך איידער דער היסטאָרישער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, איז אין יאָר 1902 אינעם לייט־אַרטיקל פֿון דער ייִדישער צײַטונג „דער יוד‟ באַטאָנט געוואָרן, אַז ייִדיש דאַרף באַטראַכט ווערן נישט בלויז ווי אַ מיטל צו פֿירן פּראָפּאַגאַנדע צווישן די ייִדישע פֿאָלקס־מאַסן, נאָר אויך ווי אַ נאַציאָנאַל־קולטורעלער אוצר, „וואָס מע דאַרף אים היטן און אַנטוויקלען, ער זאָל אויספֿירן די ראָלע פֿון דער צווייטער (נאָך העברעיִש) נאַציאָנאַלער שפּראַך.‟
די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ (1908), האָט נאָך שטורמישע וויכּוחים אַרום דעם סטאַטוס פֿון ייִדיש און העברעיִש, אָנגענומען אַ פּשרהדיקע רעזאָלוציע, אין וועלכער עס ווערט באַטאָנט, אַז ייִדיש איז אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ייִדן, נישט די נאַציאָנאַלע שפּראַך.
אָבער נישט דער אַרטיקל (ניט־באַשטימטער אָדער באַשטימטער) האָט געלייזט דעם גורל פֿון ייִדיש אין ישׂראל. שוין לכתּחילה, נאָך איידער די ייִדישע מדינה איז אַנטשטאַנען, איז דאָרט דאָס אָרט פֿון ייִדיש ווי אַ שפּראַך און „אַ נאַציאָנאַל־קולטורעלער אוצר‟ באַשטימט געוואָרן מצד דעם ציוניסטישן איסטאַבלישמענט זייער קאָנקרעט — אַרויס פֿון לאַנד!‟
איך וועל זיך נישט לאָזן איצט אין וועג אַרײַן איבער די פֿאַרדרייטע סטעזשקעס מכּוח דעם גורל פֿון ייִדיש אין ישׂראל. אַ ביטערער, טראַגישער און מיאוסער גורל! הײַנט ווערט ייִדיש באַטראַכט אין ישׂראל און אין די אַקאַדעמישע ווענט ווי אַ טייל פֿון חורבן־לימודים. דאָס מיינט, די שפּראַך פֿונעם „אויסגעקוילעטן ייִדישן פֿאָלק‟. נישטאָ קיין פֿאָלק — נישטאָ קיין לשון!
איך בין עולה געווען קיין ישׂראל דעם 22סטן אויגוסט, 1992 און שוין אין אַ וואָך אַרום האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן אין עטלעכע שולן ווי אַ ייִדיש־לערער. צו יענער צײַט האָט מען ייִדיש, ווי אַ פֿאַקולטאַטיוון לימוד, געלערנט אין 50 שולן איבערן לאַנד; נישט אָבליגאַטאָריש, נאָר פֿרײַוויליק, לויטן וווּנטש פֿון די עלטערן. דער איינציקער „פֿונקציאָנער‟ בײַ דעם בילדונג־מיניסטעריום, וואָס האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן ייִדיש־לימוד, איז געווען דער ייִדיש־אינספּעקטאָר מרדכי דוניץ ז״ל. פֿון זײַן פּערזענלעכער איבערגעגעבנקייט דעם ענין, זײַן ענערגיע און באַציִונגען מיט דער „נאַטשאַלסטווע‟ איז אָפּהענגיק געווען דער מצבֿ פֿון ייִדיש־לימוד אין ישׂראל. און טאַקע: נאָך זײַן דעמיסיאָנירן און דאָס איבערגעבן די השגחה איבער ייִדיש אַן אַנדער פֿונקציאָנער איז די צאָל שולן געפֿאַלן כּמעט ביז דער זעלבער צאָל, וואָס איז געווען פֿאַר דעם, ווי דוניץ האָט איבערגענומען זײַן אינספּעקטאָרישע שטעלע.
אָט זײַנען די שולן אין ישׂראל, וווּ מע לערנט הײַנט פֿאַקולטאַטיוו אַ לימוד ייִדיש: די שול „פּלך‟ אין ירושלים; די שול „עירוני א‟ אין תּל־אָבֿיבֿ; די שולן „אָרט‟ אין חולון און אין ראשון־לציון.
שטעלט זיך די פֿראַגע: צי איז עס רעאַל אײַנצופֿירן דעם לימוד ייִדיש „אין די לערן–פּראָגראַמען פֿון אַלע ישׂראלדיקע שולן‟ נאָך צענדליקער יאָרן פֿון אַרויסשטעלן ייִדיש ווי אַ שפּראַך און קולטור־אוצר אויף חוזק?! אמת, דער אַמאָליקער לאָזונג פֿון די פֿאַנאַטיקער פֿון „גדוד מגיני השׂפֿה‟ — „רק עבֿריתּ‟ — איז שוין לאַנג אויסגעגאַנגען. ענגליש און רוסיש האָבן פֿאַרפֿלייצט דעם העבעריִשן שטח פֿון מאַסן־מעדיאַ, בתוכם עלעקטראָנישע… נישט געקוקט דערויף, הערט מען הײַנט נישט מע זאָל גוואַלדעווען אויף שריט און טריט: „רק עבֿרית!‟ אויב אַזוי, אפֿשר איז מײַן פֿרײַנד טאַקע גערעכט: ס׳איז געקומען די צײַט, אַז די העברעיִשע אינטעליגענץ, וואָס האָט זיך די אַלע יאָרן געמאַכט כּלא־ידע בנוגע דעם, וואָס עס קומט פֿאָר מיט אַ שוועסטער־שפּראַך אין זייער בשותּפֿותדיקער היים?!
ריכטיק, ס׳וועט פֿאָדערן סײַ געלט און סײַ צײַט, קודם־כּל, אויסצושולן גענוג לערערס פֿאַר די שולן, שאַפֿן מאָדערנעם לערן־מאַטעריאַל פֿאַר אַלע קלאַסן וכדומה; מיר ווייסן אָבער זייער גוט — די געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל האָט עס בולט געוויזן, אַז אַזאַ דערפֿאַרונג פֿון אומקערן דעם פֿאָלק אַ שפּראַך, האָט קיין איין פֿאָלק נישט און קיין איין מדינה נישט!
אַני מאמין!
אויגוסט, ברוקלין, ניו־יאָרק 2019