30 יאָר פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין מאָלדאָווע
סערגאָ בענגעלסדאַרף

מיט דרײַסיק יאָר צוריק איז אין קעשענעוו געשאַפֿן געוואָרן די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט פֿון מאָלדאָווע. צום ערשטן מאָל נאָכן יאָר 1940, ווען בעסאַראַביע איז געוואָרן אַ טייל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז אויף אַ לעגאַלן אופֿן געגרינדעט געוואָרן אַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע. פֿאַרשטייט זיך, אַז דערמעגלעכט איז עס געוואָרן צוליב דעם, וואָס אין קעשענעוו, ווי אויך אין אַנדערע שטעט פֿון דער סאָוועטישער אימפּעריע, זײַנען דערגאַנגען פֿון מאָסקווע די נײַע פּאָליטישע ווינטן, אַרײַנגעבראַכט פֿון גאָרבאַטשאָווס „איבערבויונג‟. פֿון דעסטוועגן, איז עס אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם.
איך דערמאָן זיך אין אונדזערע האַלב־לעגאַלע טרעפֿונגען (די מאַכט האָט עס שוין כּלורשט נישט פֿאַרווערט, אָבער אויך אָפֿיציעל נישט דערלויבט) ווינטער און אָנהייב פֿרילינג 1989, ווען ערגעץ אין אַ לאָקאַל פֿון אַ קלוב פֿלעגן מיר, ייִדישע אַקטיוויסטן, זיך צונויפֿנעמען און הייס אַרומרעדן, ווי אַזוי ס׳וועט אויסזען די קומעדיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציע (אין יענער צײַט איז צווישן די הויפּט־אויפֿגאַבעס געווען אויפֿצולעבן און אויפֿצושטעלן די אומגעבראַכטע ייִדישע קולטור); איר פּראָגראַם, אוסטאַוו וכדומה.
שוין דעמאָלט, בעת די ערשטע טרעפֿונגען, האָט מען באַהאַנדלט די פֿראַגע פֿון שפּראַכן; אַז אָן ייִדיש און עבֿרית קאָן קיין נאַציאָנאַלע קולטור נישט עקזיסטירן; און אַוודאי איז באַטאָנט געוואָרן די נייטיקייט צו זײַן פֿאַרבינדן מיט ישׂראל, ווי דאָס היסטאָרישע לאַנד פֿון אַלע ייִדן.
ס׳איז קלאָר געווען, אַז נישט אַלע, ווער סע באַטייליקט זיך אין אונדזערע דיסקוסיעס, טוט עס אויפֿריכטיק. עס זײַנען געווען אויך אַזעלכע פּאַרשוינען, אָפּגעריסן ביז אַהער פֿון די ייִדישע וואָרצלען, אָבער איצט דערשמעקט, אַז מע קאָן פֿון דעם „אויפֿלעב־פּראָצעס‟ אָפּלעקן אַ ביינדל, זיך צוגעשאַרט צו דער באַוועגונג — מעגלעך, וועט עס זיי פֿאַררעכנט ווערן דאָרט אין זייער נײַער אימיגראַנטישער היים.
מיט איין וואָרט, קיין אינטריגעס און פּראָוואָקאַטאָרן האָבן נישט אויסגעפֿעלט. נאָך לאַנגע דעבאַטעס און וויכּוחים זײַנען אויסגעוויילט געוואָרן די ערשטע כאָ־פֿאָרזיצערס פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט פֿון מאָלדאָווע — דער שרײַבער באָריס סאַנדלער און קאָמפּאַזיטאָר וולאַדימיר ביטקין, צוויי אמתע ענטוזיאַסטן פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן אויפֿלעב אינעם לאַנד.

מיר האָט אָפּגעגליקט, וואָס איך בין אויך אויסגעוויילט געוואָרן אין יענער ערשטער פֿאַרוואַלטונג. שוין בעת די ערשטע זיצונגען, געווידמעט דעם אויפֿלעב פֿון דער ייִדישער מוזיק און קונסט, איז מען געקומען צום באַשלוס, אַז די אָריגינעלע ייִדישע מוזיק דאַרף זײַן פֿון אַ הויכער מדרגה, געשאַפֿן און אויסגעפֿירט פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע קאָמפּאָזיטאָרן און מוזיקער. אַזוי זײַנען געבוירן געוואָרן מײַנע קאָנצערט־פּראָגראַמען מיט דער פּרעכטיקער זינגערין אירינאַ מישוראַ־לעכטמאַן. זיי זײַנען באַשטאַנען פֿון די ווערק, אָנגעשריבן ספּעציעל פֿאַר אונדז פֿון די אָרטיקע קאָמפּאָזיטאָרן — זלאָטע טקאַטש, וולאַדימיר ביטקין און באָריס דובאָסאַרסקי.
מיט אָט די פּראָגראַמען זײַנען מיר אויסגעווען אין אַ סך שטעט פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; אויפֿגעטראָטן אין די פּרעסטיזשפֿולע זאַלן פֿון ריגע, טשערנאָוויץ, מאָסקווע, לענינגראַד, אָדעס און אַנדערע שטעט. עטלעכע מאָל זײַנען מיט דערפֿאָלג דורכגעגאַנגען אונדזערע אויפֿטריטן אינעם באַקאַנטן קעשענעווער אָרגל־זאַל.
איך דערמאָן זיך אויך אין די קאָנצערטן, געגעבן אין מײַן היימישן ביראָבידזשאַן אין 1990, אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק. דעמאָלט האָט אין אונדזער פּראָראַם זיך אויך באַטייליקט די פֿאָלקס־אַקטריסע פֿון מאָלדאָווע, נעלי קאַמעניעוואַ, וואָס האָט געלייענט אויף רוסיש די ווערק פֿון ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן. מיר זײַנען אָנערקענט געוואָרן ווי די בעסטע אָנטייל נעמער פֿונעם פֿעסטיוואַל און באַלוינט געוואָרן מיט הויכע אויסצייכענונגען.

און נאָך איין דערמאָנונג וועגן יענע יאָרן, דהײַנו, אונדזערע ערשטע טעלעוויזיע און ראַדיאָ־פּראָגראַמען. נישט לײַכט איז אויסגעקומען דורכשלאָגן די דאָזיקע טראַנסמיסיעס. וויפֿל ענערגיע און אײַנגעשפּאַרטקייט האָט זיך געפֿאָדערט פֿון אונדזערע קאָ־פֿאָרזיצערס זיי זאָלן זיך עס דערשלאָגן. צו יענער צײַט פֿלעגט שוין דערשײַנען די צוויי־שפּראַכיקע (רוסיש און ייִדיש) צײַטונג „אונדזער קול‟. דער רעדאַקטאָר פֿונעם רוסישן טייל איז געווען אַלכּסנדר בראָדסקי, דעם ייִדישן טייל האָט רעדאַגירט באָריס סאַנדלער. זינט זומער 1990 האָט באָריס סאַנדלער אָנגעהויבן אויך אַרויסלאָזן בײַ דער מאָלדאַווישער נאַציאָנאַלער טעלעוויזיע די פּראָגראַם „אויף דער ייִדישער גאַס‟. זי פֿלעגט זיך באַווײַזן אויף ייִדיש צוויי מאָל אין חודש, 60 מינוט לאַנג. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, אין דעצעמבער, האָבן זיך צום ערשטן מאָל דערהערט די סיגנאַלן פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ־טראַנסמיסיע. דער ראַדיאָ־זשורנאַל „ייִדישלעבן‟ פֿלעגט רעגולער אַרויסגייט אויך צוויי מאָל אין חודש, 8:30 אין אָוונט. במשך פֿון 20 יאָר האָבן די ייִדישע צוהערער געהערט די ערשטע מײַנע ווערטער, מיט וועלכע כ׳פֿלעג אָנהייבן יעדע פּראָגראַם: „שלום־עליכם, טײַערע פֿרײַנט. שלום, ידידים יקירים!‟
זאָגן דעם אמת, געדענק איך, דאַכט זיך יעדע פּראָגראַם מײַנע; כ׳געדענק די מחברים און באַטייליקטע, די ייִדישע מוזיק, וואָס כ׳פֿלעג שפּילן, מײַנע קאָנצערטן אין לאַנד און אויסלאַנד — און דאָס האַרץ מײַנס ווערט איבערגעפֿולט מיט פֿרייד און אומעט. פֿרייד — ווײַל איך, דער זון פֿון אַ ייִדישן אַקטיאָר און אַ ייִדישער פּאָעטעסע, האָב אויך אַרײַנגעבראַכט מײַן חלק אינעם אויפֿלעבן די ייִדישע קולטור אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַר וועלכער זיי, מײַנע עלטערן, האָבן אָפּגעגעבן זייערע לעבנס. און אומעט — ווײַל זיי האָבן צו דעם נישט דערלעבט.