די געשיכטע פֿון ייִדן אין בעמען און מערן (6)

מיכאל דונאַיעווסקי

ייִדן און הוסיטן, רדיפֿות אויף ייִדן אין מערבֿ- און צענטראַלער אייראָפּע
vaclav
קיניג וואַצלאַוו דער פֿערטער

נאָכן טויט פֿונעם קיניג וואַצלאַוו (ווענצעסלאַוו) דעם פֿערטן האָט די לאַגע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג זיך געענדערט, אַ דאַנק דער נײַער געזעלשאַפֿטלעכער סיטואַציע. די ייִדן האָבן מקבל-פּנים געווען די הוסיטישע באַוועגונג. זיי האָבן בײַם אָנהייב סימפּאַטיזירט די הוסיטן, ווײַל די הוסיטישע רעפֿאָרמיסטן האָבן זיך מער קאָנצענטרירט אין זייער לערע אויף ספֿרי-נבֿיאים און אויף זייער עטיק. דערצו האָבן זיך אין דער הוסיטישער אידעאָלאָגיע און אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן אָפּגעשפּילט תּנכישע עלעמענטן.

די הוסיטן האָבן זיך גערופֿן „ישׂראל, וואָס קעמפֿט קעגן עמלק‟, געהאַלטן מלחמה קעגן „רוים‟, דאָס הייסט, קעגן קירכע-אינסטיטוציעס. די ייִדן האָבן זיי דעמאָלט אויפֿגענומען ווי עפּעס תּנכישע קעמפֿערס, און זיי אונטערגעשטיצט מיט געלט, מיט מיסחר פֿון געווער, און פֿון מאָל צו מאָל אַפֿילו מיט פֿירן קריגס־אַקציעס, ווי, למשל, פֿעסטונג-אַרבעטן קעגן ווישעהראַד אין יאָר 1420. ס׳פֿאַראַן אַ מיינונג, אַז די נאָענטסטע באַציִונגען האָבן זיך געשאַפֿן צווישן ייִדן און טאַבאָריטן (איינע פֿון די הוסיטן-פּאַרטייען. זייער נאָמען שטאַמט פֿון הר-תּבור). די טאַבאָריטן אין זייער לערע האָבן זיך קאָנצענטרירט אויפֿן תּנ״ך, געגלייבט אין איין-און-איינציקן גאָט, אָפּגעלייקנט עבֿודה-זרה, אָנגערופֿן זייערע ייִשובֿים מיט תּנכישע נעמען.

Vy--ehrad-prague
די פֿעסטונג ווישעהגראַד

די ייִדישע רבנים פֿון צענטראַלער אייראָפּע, ווי ישׂראל איסערליס, ישׂראל ברונע, יעקבֿ ווייל, יום-טובֿ מילהאַוזען האָבן אויסגעדרוקט זייערע פֿאָרזיכטיקע סימפּאַטיעס צו דער הוסיטישער באַוועגונג. ר׳ אַבֿיגדור קרא אָבער האָט צו זיי געהאַט מער וואַרעמע באַציִונגען…

דער אמת איז, אַז די היסטאָריאָגראַפֿישע ליטעראַטור זאָגט זיך ניט גלײַכבאַטײַטיק אַרויס לגבי די ייִדיש-הוסיטישע באַציִונגען. די ייִדישע לאַגע איז דעמאָלט געווען גאָר קאָמפּליצירט און אַ סך מאָל ניט קלאָר, ווײַל די אַלטע יורידישע באַציִונגען זענען געווען צעשטערט און צעריסן: אַ קיניג האָט שוין ניט באַשיצט קיין ייִדן, די ייִדן זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון שטעט-פֿאַרוואַלטונגען; אָפֿט מאָל פֿלעגן די ייִדן בלײַבן אָן פּרנסה פֿון די הלוואות, וכדומה. אָבער אין דער זעלבער צײַט, האָט די הוסיטישע רעוואָלוציע אָפּגעשוואַכט די פֿעאָדאַלישע געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונגען, אָפּגעהאַלטן אויף אַ שטיקל צײַט די גזירות און באַגרענעצונגען קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. די ייִדן האָבן ניט שטענדיק געמוזט טראָגן די ספּעציעלע בושה-סימבאָלן אין די ערטער, וווּ זיי האָבן אויפֿגעשטעלט זייערע געשעפֿטן מיט הלוואות, ס׳איז געווען זיי דערלויבט אין אַ באַגרענעצטער מאָס זיך צו לערנען מלאָכות, באַזעצן זיך אין דערפֿער צווישן קריסטן, וווּ זיי האָבן געצויגן די חיונה פֿון זייערע ניט-ייִדישע שכנים און אַזוי ווײַטער.

מע קען דאָ אָבער טענהן, אַז קיין אַלגעמיינע ייִדישע אונטערשטיצונג פֿון הוסיטן האָט ניט עקזיסטירט, ווי ס׳האָט אויך ניט עקזיסטירט עפּעס אַן אָפּמאַך צווישן ייִדן און הוסיטן. דער ייִדישער מצבֿ האָט אין יעדן אָרט אויסגעזען אַנדערש.

ווי די באַציִונגען זאָלן ניט זײַן, מיינט עס אויך ניט, אַז קיין ייִדישע פּאָגראָמען מצד די הוסיטן צי זייערע קעגנערס זענען שוין מער ניט פֿאָרגעקומען…

אַ שׂינאה צו ייִדן האָט געהערשט סײַ צווישן די קאַטאָליקערס און סײַ צווישן אַ סך הוסיטן; אָנצופֿאַלן אויף ייִדן איז געווען אַ געוויינטלעכע זאַך. צום בײַשפּיל, ווען די טאַבאָריטן און פּראָגער תּושבֿים האָבן אין יאָר 1421 איבערגענומען די שטאָט כאַמוטאַב אין צפֿון-בעמען, האָבן זיי אויסגעהרגעט ס׳רובֿ היגע קריסטלעכע אײַנוווינער און פֿאָרגעלייגט די אָרטיקע ייִדן אָדער זיך שמדן אָדער פֿאַרברענט ווערן… די ייִדן האָבן אויסגעקליבן צו שטאַרבן אויף קידוש-השם.

אין דעם זעלבן יאָר האָבן די אָרטיקע פּראָגער ניט-ייִדישע אײַנוווינער „באַזוכט‟ די ייִדישע געטאָ און מיט אַ יאָר שפּעטער האָבן זיי די געטאָ אויסגעראָטן אין גאַנצן… אָן עפּעס אַן אָפֿיציעלער סיבה — סתּם אַזוי! די שׂינאה קעגן דער הוסיטישער באַוועגונג האָט מען אויסגעלאָזט אויף ייִדישע קעפּ. די ייִדן האָט מען אַרויסגעטריבן פֿון זייערע אײַנגעזעסענע ערטער אין די שטעט, בטל געמאַכט פֿון די קריסטלעכע חובֿות, געהרגעט, געראַבעוועט און געצוווּנגען זיך צו שמדן — און אַלץ צוליב דעם, וואָס די ייִדן האָבן כּלומרש געשטיצט די הוסיטן.

די געשיכטע פֿונעם סוף 14טן י״ה און דעם גאַנצן 15טן י״ה ווײַזט אונדז אַ שרעקלעכע קריסטלעכע אויפֿפֿירונג מיט דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין מערבֿ- און צענטראַלער אייראָפּע. צוליב די שרעקלעכע גוואַלד־מעשׂים אָנהייב 15טן י״ה זענען בהדרגה אונטערגעגאַנגען ס׳רובֿ חשובֿע ייִדישע קהילות אין עסטרײַך און דײַטשלאַנד. בדרך-כּלל איז די סיבה צו פּאָגראָמען געווען די זעלבע — באַשולדיקונג אין עלילת-דם. דערצו איז צוגעקומען אויך אַ נײַע סיבה, דהײַנו, סימפּאַטיעס צו הוסיטן. אַלע ייִדן זענען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון עסטרײַך אין די 20ער יאָרן, פֿון מינכן אין יאָר 1442. אין 1450 — פֿון לאַנדסהוט, אין 1477 פֿון פּאַדואַ, אין 1496 פֿון קאַרוטאַן און שטירלאַנד, פֿון טיראָל — מיט צוויי יאָר שפּעטער…

mavry-evrei-ispaniya
די ייִדן, וואָס האָבן ניט געוואָלט זיך שמדן, זענען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע אויף שטענדיק…

אין די יאָרן 1433-1431 אויפֿן באַזילײַער קאָנסיליום האָט די קאַטוילישע קירכע ווידער באַשטימט אַלע אַנטי-ייִדישע געזעצן. גלײַך נאָך דעם האָבן אויסגעבראָכן פּאָגראָמען אין שלעזיע, וווּ ייִדן זענען אויסגעשטאַנען מאַסנמאָרדן און געמוזט פֿאַרלאָזן די מקומות. זייער פֿאַרמעגן איז קאָנפֿיסקירט געוואָרן דורך די שטעט-פֿאַרוואַלטונגען; ייִדישע קינדער ייִנגער פֿון 7 יאָר זענען בגוואַלד אָפּגענומען געוואָרן בײַ די עלטערן, כּדי זיי זאָלן דערצויגן ווערן ווי קריסטן אין ניט-ייִדישע פֿאַמיליעס. דער גרעסטער חורבן אָבער איז פֿאָרגעקומען אין שפּאַניע אין יאָר 1492. די ייִדן, וואָס האָבן ניט געוואָלט זיך שמדן, זענען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿונעם לאַנד אויף שטענדיק. אין דער ייִדישער געשיכטע איז עס באַקאַנט ווי גירוש-ספֿרד. פֿיר יאָר שפּעטער האָט די זעלבע גזירה געטראָפֿן די ייִדן אין פּאָרטוגאַל.

אין יענער פֿינצטערער צײַט, זוכנדיק אַ מקום-מיקלט, האָבן זיך איבער דער וועלט אַרומגעוואַלגערט אַרום הונדערט טויזנט ייִדן. דער גירוש-ספֿרד האָט חרובֿ געמאַכט פּרעכטיקע ספֿרדישע ייִדישע קהילות און דערמיט טראַגיש געשלאָסן אַ גאַנצע תּקופֿה פֿון דער ייִדישער נאָך־תּנכישער געשיכטע…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s