באָריס סאַנדלער
אָט די געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן אין די אָנהייב 1960ער אין סאַמע ברען פֿון דער מלחמה, וואָס ניקיטאַ כרושטשאָוו האָט צעבונדן קעגן דעם אייבערשטן. מיט וואָס האָט דער אַלמעכטיקער אַזוי אָנגעזאָליעט דעם ערשטן מענטש אין מאָסקווער קרעמל, אַז דער בן־אָדם זאָל זיך געווען אויף אים אַזוי אַרויפֿזעצן, וועלן מיר שוין קיין מאָל נישט וויסן, מחמת גאָט זיצט אויבן און באַגראָבט אונטן. אָבער איידער דאָס איז געשען, זײַנען פֿונעם קרעמל אַרויסטגעלאָזט געוואָרן אַלע בייזע הינט, וואָס האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף די געטרײַע גאָטסדינערס און זייער מקום־קודש איבערן גאַנצן לאַנד.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך אונדזער ייִשובֿ, וואָס אויף דער אַדמיניסטראַטיווער מאַפּע פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז אָנגעצייכנט געווען אונטערן נאָמען כאָלוּיעווקאַ, האָט אויך נישט אויסגעמיטן פֿאַרשלעפּט צו ווערן אינעם ווירבל פֿון דער אַנטי־רעליגיעזער קאַמפּאַניע. די ערשטע קרבנות אויף דעם שלאַכטפֿעלד זײַנען געווען די צוויי קלויסטערס און די איינציקע שיל.
אויסער דעם אָנגענומענעם אַדמיניסטראַטיוון נאָמען האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿונעם ייִשובֿ געירשנט פֿון די זיידע־באָבעס דעם אַלטן ייִדישן נאָמען, וואָס ס׳האָט געטראָגן דאָס בעסאַראַבער שטעטל, דהײַנו — כאַלוימעווקע. דעריבער האָט מען געקאָנט הערן סײַ דעם אָפֿיציעלן נאָמען פֿונעם ייִשובֿ און סײַ דעם ייִדישן; און צומאָל ביידע אין איינעם — כאָלוּיעווקאַ־כאַלוימעווקע.

גראָד אין גיכן נאָכן ליקווידירן די בולטע סימנים פֿונעם אָפּגעלעבטן עבֿר, האָבן די אָרטיקע ליידיקגייער באַמערקט ווי איבער די צעקלאַפּטע בערגל־גריבערדיקע געסלעך און ליקלעך פֿון אונדזער כאָלוּיעווקאַ־כאַלוימעווקע שלעפּט זיך שוין דרײַ טעג נאָך אַנאַנד אַ מאָדנע מאַשינעריע, אַ מין פֿאַרקריפּלטער געמיש פֿון אַ לאַסט־אויטאָ מיט אַן אויטאָבוס. דאָס דאָזיקע טעכנישע חריפֿות האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון די אָרטיקע ליידיקגייער נישט בלויז מיט דער אומגעוויינטלעכער פֿאָרעם, נאָר מיט דער משונהדיקער פֿאַרב — אַ שוואַרצע, ווי מיט גוטאַלין אָנגעשמירט און אָפּגעפּוצט. די וועסנעדיקע זון־העזעלעך האָבן זיך באַלד צעטאַנצט און צעשפּרונגען אויפֿן דאַך אָן זאָרג זיך אַראָפּצוגליטשן און חלילה טרעפֿן אונטער די רעדער. די פֿיר שמאָלע פֿענצטערלעך פֿון ביידע זײַטן זײַנען פֿון אינעווייניק פֿאַרצויגן געווען מיט שוואַרצע פֿירהענגלעך, אַז קיין לעבעדיק שטראַלעכל זאָל פֿון דרויסן נישט אַרײַנקוקן. אויך פֿון פֿאָרנט האָבן די צוויי שויבן באַהאַלטן אַ טונקעלע פֿיגור, וואָס האָט זיך געשאָקלט, פּאָטאַקעווענדיק דעם ווילן פֿונעם צעשלאָגענעם ברוק.
די געציילטע הינט, וואָס דער הונגער האָט זיי געבראַכט אויפֿן וועג נאָך אַ פֿאַרלוירענעם ביסן, האָבן זיך ווילד, מיט אַ סקאַוווּטשעניש געוואָרפֿן אין אַ זײַט, מעגלעך, נישט אַזוי פֿאַר שרעק צו זײַן איבערגעפֿאָרן, וואָס ס׳וואָלט געמאַכט אַ סוף צו זייער היימלאָזער מוקע, ווי פֿאַר דעם ווילדן אויסזען פֿון דער גרויסער אײַזערנער סטראַשידלע, מיט די צוויי קײַלעכדיק־אויסגעגלאָצטע באַלעכעס־לעמפּ, אָנגעצונדן אין מיטן העלן טאָג. מעגלעך, אַז זיי האָבן געברענט, ווײַל דער שאָפֿער האָט זיי פֿאַרגעסן אויסצולעשן, און מעגלעך פֿאַרקערט, געשיקט סיגנאַלן דער וועלט אַרײַן און אין ווײַטן פֿינצטערן קאָסמאָס. ס׳האָט אָנגעהויבן אויסצוזען, אַז די מאָסקווער גדולים האָבן געמאַכט אַ יד־אַחת מיטן ניט־גוטן.
די אָרטיקע ליידיקגייער, קליין־און־גרויס, האָבן די אויסטערלישע מאַשינעריע באַגלייט פֿון ביידע זײַטן, עפּעס אויסגעשריִען, פֿאָכנדיק דערבײַ מיט די הענט — צי אַרויסגעהאָלפֿן זיך צו איבערצײַגן אַ צווייטן, צי פּשוט צעטריבן דעם האַרבן טשאַד, וואָס האָט אויסגעקנאַלט פֿון אַ רער הינטן צווישן די רעדער. אין אַ מאָמענט האָט די גאַנצע פּראָצעסיע פֿאַרהאַלטן דעם גאַנג, ס׳האָבן זיך דערהערט עטלעכע געדיכטע קנאַלן, אָנגעזעטיקט מיט שוואַרצן רויך און ס׳איז שטיל געוואָרן.
די טויבקייט פֿון גאַס־און־מענטש איז גיך צעשטערט געוואָרן; ס׳האָט בייז אַ קלאַפּ געטאָן דאָס טירל פֿון דעם שוואַרצן פֿאַרשטיינערט געוואָרענעם באַשעפֿעניש און ס׳האָט זיך פֿון אים אַרויסגעיאַוועט דער שאָפֿער. דער רויך האָט זיך נאָך געהאַט געקנוילט, אָבער דורך אים האָט זיך דורכגעשניטן אַ הייזעריקע נידעריקע שטים:
— אַ שוואַרצע־מיאוסע־משונה־אויף־דײַנע־אײַזערנע־געדערעם!
דער רויך האָט זיך צעזייט און דער עולם האָט אָפּגעזיפֿצט. אַפּנים, אַז דערוואַרט האָט מען צו זען אַ שד מיט הערנער, נאָר אָנגעמאָלט האָט זיך אין רוים די אומצופֿרידענע צורה פֿון זכר דעם שלאָסער.
וועגן זכר פּריבלודע פֿלעגט מען זאָגן, אַז טאָמער פֿאַלט אין זײַנע הענט אַרײַן אַ שטיק אײַזן, ווערט עס גאָלד. ווען אין ייִשובֿ האָט מען זיך דערוווּסט, אַז אין קאָסמאָס אַרײַן האָט מען אויסגעשאָסן עפּעס אַ „ספּוטניק‟, און אַז אָט דער ספּוטניק פֿליט אַרום דער ערד אַרום און שיקט סיגנאַלן — „פּי־פּי־פּי‟, — האָט עס פֿאַרטשעפּעט זכרס דערפֿינדערישן אַזאַרט ביז די קישקעס. ער האָט זיך פֿאַרשפּאַרט אין זײַן שלאָסאַרניע און אין אַ וואָך אַרום איז דאָס גאַנצע שטעטל נתפֿעל געוואָרן. וואָס איז? אונדזער זכר האָט צונויפֿגעפּאָרט אַ פּרעסל מיט אַ וואַנטזייגער, האָט דאָס פּרעסל סײַ געפּרעסט און סײַ יעדע שעה אויסגעשריִען דרײַ מאָל „קו־קו‟.
די נאַטשאַלסטווע פֿון אונדזער כאַלוימעווקע, ווען זי האָט זיך דערוווּסט וועגן אַזאַ אַנטיקל, האָט באַלד געשיקט דעם פּרעסלזייגער קיין מאָסקווע אויף דער אַלפֿאַרבאַנדישער אויסשטעלונג פֿון ווירטשאַפֿטלעכע דערגרייכונגען. געוויס, אַז די דערגרייכונג פֿון אונדזער זכר פּריבלודע וואָלט געווען די בעסטע, ס׳האָט זיך אָבער געפֿונען אַן אַנדער פֿאָלקס־דערפֿינדער, וואָס אים איז אײַנגעפֿאַלן צונויפֿצופּאָרן אַ פּרעסל מיט אַ ראַדיאָ. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט דאָס פּרעסל צוויי מאָל אין טאָג — 6 אַזייגער אין דער פֿרי און 12 אַזייגער בײַ נאַכט — אויסגעשפּילט דעם הימען פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
ווען די בשׂורה איז אָנגעקומען אין כאַלוימעווקע, האָבן אונדזערע ייִדן גלײַך געזאָגט: „וואָדען, אַ ייִדן וועט מען דען פֿאַרגינען צו זײַן דער ערשטער!‟ ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט זכר פֿון דעסטוועגן באַקומען אַ ספּעציעלע ערן־גראַמאָטע פֿון אַ „פֿאָלקס־ראַציאָנאַליזאַטאָר‟.
אַזאַ הויכע אָנערקענונג האָט אים בפֿירוש באַגײַסטערט. ער האָט זיך ווידער פֿאַרשפּאַרט אין זײַן שלאָסאַרניע און אין אַ פּאָר וואָכן אַרום האָט זכר פֿון דאָרט אַרויסגערעדלט זײַן נײַע דערפֿינדונג, דהײַנו: אַ ראָווער מיט אַ קליין מאָטאָרל צווישן די פּעדאַלן און אַנשטאָט דעם רודער, האָבן זיך אין די זײַטן צעשפּרייט צוויי לאַנגע שאַרפֿע פֿליגלען. יאָ, פֿון הינטן, פֿון אונטער דעם זיץ, האָט אַרויסגעשטעקט אַ פֿאַרדרייט רערל. די שטעטלדיקע ליידיקגייער, וואָס האָבן באַלד דעם טעכנישן וווּנדער אַרומגערינגלט, האָבן נישט געקאָנט נעמען אין טאָלק אַרײַן: מילא אַ מאָטאָרל איז נאָך פֿאַרשטענדלעך, אָבער צו וואָס דאַרף מען דאָ האָבן פֿליגלען און דאָס שטאַרצנדיק רערל, ווי אַ חזיר־וויידל אויף חוזק? דערצו נאָך, איז דאָך אין אונדזער ייִשובֿ נישטאָ וווּ צו פֿליִען, סײַדן פֿון איין דאַך אויף אַ צווייטן, כּדי אויסצומײַדן די גאַסן, וואָס ווערן נאָך אַ רעגן באַזעצט מיט געפֿערלעכע בלאָטעס…
זכרן האָבן די קליינלעכע רייד פֿון די שטעטלדיקע אָפּלאַכערס ווינציק וואָס געאַרט. בשעת־מעשׂה האָט ער אַרויסגעשלעפּט פֿון אַ טונקל־גרינער טאָרבע, אַריבערגעוואָרפֿן איבער דער פּלייצע אַ גאַז־מאַסקע און זי אַרויפֿגעשלעפּט אויפֿן קאָפּ. פֿון דער כאָפּטע האָט זיך דערהערט אַ קול:
— מיינסט, זכר, אַז אין הימל איז פֿאַר דיר נישט גענוג לופֿט?
אַ חוזק־געלעכטערל האָט זיך געקאַטשעט עטלעכע ווײַלעס איבער דעם פּלעצל, דאָס צענטראַל שטיקל אָרט אין כאָלוּיעווקע־כאַלוימעווקע, אַן אַספֿאַלטירטס, אַקוראַט אַנטקעגן דעם ייִשובֿ־ראַט. דווקא אָט דאָס פּלעצל האָט אונדזער פֿאָלקס־ראַציאָנאַליזאַטאָר אויסגעקליבן פֿאַרן ערשטן אויספּרוּוו פֿון זײַן אוניקאַלן אַפּאַראַט, וואָס האָט נאָך קיין נאָמען נישט געהאַט. דאָס הירזשען איז אין אַ מאָמענט אָפּגעהאַקט געוואָרן נאָך דעם, ווי זכר האָט עפּעס אַ דריי געטאָן אונטערן זיץ. עטלעכע קורצע קנאַלן האָט אַרויסגעלאָזט דאָס רערל, און באַלד נאָך דעם האָט זיך פֿון דאָרט מיט אַ פֿײַף אַרויסגעריסן אַ ראָז־פֿיאָלעט פֿײַערדיק שטרעמל.
זכר איז ממש אַרויפֿגעשפּרונגען אויפֿן זיץ, ווי ער וואָלט זײַנע בעסטע יאָרן געדינט אין דער רײַטער־אַרמיי בײַם לעגענדאַרן בודיאָני [1]. ער האָט ווידער עפּעס אַ דריי געטאָן, אָבער שוין אויפֿן רודער און זיך אָפּגעשטויסן מיט די פֿיס פֿונעם באָדן. דער ראָווער־עראָפּלאַן האָט זיך אַ יאָג געטאָן איבערן פּלעצל, צעטרײַבנדיק די אָנגעשראָקענע ליידיקגייער און דורכגייער. ס׳האָט אָבער אויסגעזען, אַז לענינס גיפּסענער ביוסט אויפֿן נידעריקן פּאָסטאַמענט, וואָס איז זיך שטיל געשטאַנען אויפֿן פּלעצל פֿאַרטראַכטערהייט און קיינעם נישט געטשעפּעט, וועט זכרן דעם וועג נישט אָפּטרעטן. אַ האָר האָט געפֿעלט ס׳זאָל געשען אַ קאַטאַסטראָפֿע. איבערן גאַנצן פּלעצל איז געבליבן הענגען אַ פֿאַריאָמערטע שטילקייט. אַלע, ווער ס׳האָט זיך דאָרט געפֿונען, בתוכם די צוויי אָנגעלאָפֿענע מיליציאָנערן, זײַנען ווי אַרײַנגעוואַקסן געוואָרן אין דעם אָנגעגליטן שוואַרצן אַספֿאַלט…
נאָר ס׳איז געשען אַ נס. דער וווּנדער־אַפּאַראַט, צוזאַמען מיט זײַן דערפֿינדער, האָט אונטערגעשפּרונגען, איבערגעהיפּערט דעם מאָנומענט און זיך אַ טראָג געטאָן איבער די דעכער און געסלעך פֿון אונדזער ייִשובֿ…
שפּעטער מיט עטלעכע שעה האָט זיך אויפֿן צענטראַל־פּלעצן צונויפֿגענומען שיִער נישט דער גאַנצער ייִשובֿ. ספּאָנטאַן, פֿון זיך אַליין, האָט אויסגעבראָכן אַ מיטינג. לעבן דער טריבונע, געבראַכט פֿונעם ייִשובֿ־ראַט, איז געשטאַנען, אָנשפּאַרנדיק זיך אויף זײַן ראָווער־עראָפּלאַן זכר פּריבלודע גופֿא, פֿאַרשטייט זיך, שוין אָן דער גאַז־מאַסקע. זײַן פֿאַרשוויצט פּנים האָט געשײַנט און אין דער שײַן האָט זיך אָפּגעשפּיגלט די פֿרייד און שטאָלץ פֿונעם עולם.
פֿון דער טריבונע האָט זיך דערווײַל געטראָגן די זיכערע שטים פֿון אונדזער ייִשובֿ־באַלעבאָס, חבֿר פֿאָרצעלאַקע. „איצט, — האָט ער אויסגעשריִען, — וועט אונדזער ייִשובֿ סוף־כּל־סוף באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ ראַיאָן־צענטער!.. (ווילדע אַפּלאָדיסמענטן!) נאָך מער: מיר וועלן ווערן אַ צענטער פֿאַר אַלע ראַציאָנאַליזאַטאָרס פֿון אונדזער גרויסן לאַנד!.. (ווילדע אַפּלאָדיסמענטן, איבערגעמישט מיט אויסגעשרייען, „הוראַ!..‟)
צו באַקומען דעם אַדמיניסטראַטיוון סטאַטוס פֿון אַ ראַיאָן־צענטער האָט זיך געחלומט נישט נאָר דער נאַטשאַלסטווע, אין שפּיץ מיטן פֿאָרזיצער פֿאָרצולאַקע און גלאַוובוך [2] חבֿר צעדערבאַום. אַלע אײַנוווינער, אומאָפּהענגיק פֿון זייער נאַציאָנאַליטעט און גלויבן האָבן אַרויסגעקוקט אויף דעם לעבנסוויכטיקן סטאַטוס, ווי אויף אַ שטראַלנדיקן מאָרגן. דעמאָלט וואָלט דאָס קליינוואַרג באַקומען אַ קינדערגאָרטן, די שילער, נאָכן פֿאַרענדיקן די אָנפֿאַנגשול, וואָלטן נישט געדאַרפֿט יעדן טאָג פֿאָרן עטלעכע און צוואַנציק קילאָמעטער אין ראַיאָן־צענטער, וווּ ס׳איז שוין געווען אַ מיטלשול; און אין דער איינציקער קראָם וואָלטן אויף די פּאָליצעס, פֿאַרשטעלט מיט דרײַ־ליטראָווע סלויעס בערעזע־זאַפֿט, וואָס צווישן זיך האָבן עס די דאָרטיקע בטלנים גערופֿן, „טרערן פֿון רוסלאַנד‟, — געשטאַנען אויך אַנדערע שפּײַז־פּראָדוקטן און זאַכן „פֿאַר היים און ווירטשאַפֿט‟, שוין אָפּגערעדט, פֿון קליידער און שיך. נאָך זכרס דערפֿינדונג האָבן די גאָר פֿאַרברענטע אָפּטימיסטן געלייגט האָפֿענונג, אַז איצט וועט מען שוין זיכער אַרײַנציִען אין די הײַזער וואַסער און אַז בײַ נאַכט וועט מען מער נישט אויסשליסן די עלעקטריע…
מעגלעך, אַז דער דאָזיקער חלום פֿון אַלע מײַנע בני־עיר וואָלט טאַקע אין גיכן מקוים געוואָרן — אַ קלייניקייט — אַזאַ דערפֿינדונג פֿון אַ מיליטער־סטראַטעגישן מאַסשטאַב! מע קאָן דאָך מיט אַזעלכע ראָווער־עראָפּלאַנען באַוואָפֿענען די גאַנצע סאָוועטישע אַרמיי! אין די מאָסקווער קרעמל־קוליסן האָט מען אָבער אָנגענומען גאָר אַן אַנדער באַשלוס — אָנהייבן אַ ביטערע מלחמה קעגן אינערלעכע שׂונאים — רעליגיע און אירע פּריידיקער, וואָס דווקא זיי האַלטן אָפּ דעם גאַנג פֿון פּראָגרעס צום שטראַלנדיקן מאָרגן.
אונדזער פֿאַרוואַלטונג האָט באַקומען פֿון אויבן דירעקטע אָנווײַזונגען און קלאָרע אינסטרוקציעס, ווי אַזוי עס דאַרף געפֿירט ווערן אָט די פּאַרטיייִשע אַקציע. אַזוי זײַנען אין איין טאָג געשלאָסן געוואָרן די צוויי קלויסטערס און די איינציקע שיל, וואָס מ׳האָט זי אַקוראַט נאָך דער מלחמה אויפֿגעבויט, ריכטיקער, איבערגעבויט פֿון אַ האַלבפֿאַרברענט ייִדיש הויז.
פֿון איין זײַט, האָבן די מעשׂים פֿון דער מאַכט טיף אָנגערירט די רעליגיעזע געפֿילן בײַ אַ טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג — אַ קלענערן און דערצו נאָך דעם עלטערן, אָפּגעשטאַנענעם טייל. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען אין איין קלויסטער געעפֿנט אַ ספּאָרטשול, אין וועלכער ס׳האָט זיך אַזוי גענייטיקט אונדזער יוגנט; אינעם צווייטן קלויסטער האָט מען פּלאַנירט צו מאַכן אַ פּלאַנעטאַריום, וווּ די אײַנוווינער פֿון אונדזער כאָלוּיעווקאַ־כאַלוימעווקע וועלן קאָנען אין די פֿאַרנאַכטן זיך בעסער באַקענען מיטן קאָסמאָס און דורכן טעלעסקאָפּ זיך אַליין איבערצײַגן, אַז קיין שום גאָט איז ניטאָ.
די סינאַגאָגע איז אויך נישט פֿאַרגעסן געוואָרן, און פֿון אַ „מקום־חושך‟ זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ „מקום־אור‟, אין אַ קינדער־ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿונעם מאָלדאַווישן קלאַסיקער יאָן קריאַנגע.
האָט דען אין אַזאַ גורלדיקער צײַט געקאָנט ליגן דער קאָפּ צו זכר פּריבלודעס ראָווער־עראָפּלאַן?! און דאָך האָט מען אינעם פֿאָלקס־ראַציאָנאַליזאַטאָר גופֿא נישט פֿאַרגעסן. ריכטיקער, מ׳האָט זיך אין אים דערמאָנט, ווען אויף דער פֿאַרמאַכטער זיצונג אינעם ייִשובֿ־ראַט, בשעתן אונטערציִען דעם ערשטן סך־הכּל פֿון דער אַנטי־רעליגיעזער קאַמפּאַניע האָט מען זיך פּלוצעם געכאַפּט, אַז איין פּונקט פֿון דער מאָסקווער דירעקטיווע איז געבליבן שטעקן נישט אַהין און נישט אַהער, דהײַנו — די לוויות.
צו באַגראָבן אַ מת, זאָל ער זײַן אַ ייִד אָדער אַ קריסט, האָט מען אים דאָך געדאַרפֿט ברענגען צו קבֿורה. ביז אַהער האָט מען עס געטאָן אויפֿן אַלטן אופֿן. די קריסטן האָבן דעם פֿאַרשטאָרבענעם געטראָגן אין אַ טרונע, מיט אַ דיאַקאָן און אַ גלח אין שפּיץ פֿון דער פּראָצעסיע; דער גלח, אָנגעטאָן אין זײַנע גאָלדענע מלבושים, האָט דעם גאַנצן וועג ביזן צווינטער געפֿאָכעט מיט זײַן טשאַדנדיקער קאַזידלע און זיך עפּעס אונטערגעברומט אונטער דער נאָז. אַ גרויסער הילצערנער צלם, אַרומגעבונדן מיט אַ האַנטעך, אין וועלכן ס׳האָט זיך געבאָמבלט אַ ווײַסער קוילעטש, האָט זיך באַוועגט איבער די אָפּגעדעקטע טרויערדיקע קעפּ.
אויך דער ייִדישער בר־מינן איז אַוועקגעפֿירט געוואָרן צום בית־עלמין אויף אַ מיטה, איבערגעדעקט מיט אַ שוואַרצער דעק, באַגלייט פֿון די פֿאַראָבֿלטע קרובֿים, פֿרײַנד און סתּם שכנים. אַ לוויה איז פֿון תּמיד אָן געווען אַ געשעעניש און די גרייס פֿון דער לוויה האָט געזאָגט עדות ווי חשובֿ איז דער פֿאַרשטאָרבענער געווען בײַם לעבן.
דער צווינטער און דער בית־עלמין האָבן זיך געפֿונען אין צוויי פֿאַרשידענע עקן פֿונעם ייִשובֿ; דער ייִדישער — אין דער מיזרח־זײַט און דער קריסטלעכער — אין דער מערבֿדיקער זײַט, ווי באַשטעטיקט דעם אַלטן פּסוק, אַז מיזרח מיט מערבֿ וועט זיך קיין מאָל נישט טרעפֿן…
זכרן האָט מען אַרויסגערופֿן אין ייִשובֿ־ראַט, וווּ ער איז אָפּגעווען קנאַפּע דרײַ שעה. ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט קיינער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג, אַ חוץ דעם גלאַוובוך צעדערבאַום, קיין מאָל פֿאַר די אויגן נישט געזען אַן אמתן קאַטאַפֿאַלק. דער נאָמען אַליין האָט געקלונגען אויסטערליש און אַפֿילו אָפּשרעקעוודיק. חבֿר צעדערבאַום האָט טאַקע דערקלערט זכרן און אויף זײַן אופֿן און מאָלערישע פֿעיִקייטן אָנגעמאָלט אים אויף אַ זײַטעלע פּאַפּיר די זעלטענע מאַשינעריע, וואָס ער, חבֿר צעדערבאַום, האָט געזען בשעתּו אין דער רומענישער שטאָט יאַס, זײַענדיק דאָרט אַ סטודענט.
טאַקע אויפֿן סמך פֿון דעם בוכהאַלטערס געמעל, וואָס איז באַשטעטיקט געוואָרן פֿונעם פֿאָרזיצער פֿאָרצעלאַקע און די אַנדערע פֿינף מיטגלידער, האָט זכר אָנגעהויבן זײַן אַרבעט. אָבער איידער זכר האָט עס געטאָן, האָט מען אים געהייסן אונטערצושרײַבן אַ פּאַפּיר פֿון „ניט־אַרויסגעבן דעם סוד‟. מאַלע וואָס עס קאָן געשען, האָט געהאַלטן די נאַטשאַלסטווע, די שׂונאים פֿון אונדזער לאַנד בכלל און בפֿרט פֿון אונדזער ייִשובֿ זוכן כּסדר אַ שפּאַרונע אין „אונדזער פּלויט‟, אַרײַנצושטעקן אַהין זייער פֿײַנטלעכע נאָז. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז בעסער דערווײַל מאַכן אַ שווײַג, כּדי נישט אַרויסרופֿן קיין איבעריקע רייד אָדער חלילה אַ פּאַניק צווישן דער היגער באַפֿעלקערונג.
קיין לאַנגן טערמין פֿאַר זײַן אַרבעט האָט פּריבלודע נישט געהאַט. די לעצטע ווערטער, מיט וועלכע ס׳האָט אים באַגלייט צו דער טיר חבֿר פֿאָרצעלאַקע, האָבן אים געקלונגען אין קאָפּ און צוגעגעבן מוט די אַלע טעג און נעכט פֿון זײַן פֿאַרשפּאַרטקייט אין דעם הויפּט־גאַראַזש פֿונעם ייִשובֿ: „געדענק, זכר, דער מת קען נישט וואַרטן!‟
אין דרײַ וואָכן אַרום האָט זכר אָנגעהויבן אויסצופּרוּוון זײַן נײַע דערפֿינדונג אויף די גאַסן און געסעלעך פֿון כאָלוּיעווקאַ־כאַלוימעווקע.
2
אַרויסגעבראַכט זײַן קללה אין איין אָטעם, ווי די ווערטער וואָלטן געווען אָנגעסיליעט אויף אַ שטיק שטעכלדראָט, האָט אונדזער פֿאָלקס־ראַציאָנאַליזאַטאָר און דערפֿינדער אַרומגעכאַפּט די פֿאַרחידושטע כאָפּטע ליידיקגייער מיט איין ברייטן בליק.
— נו־ו־ו־ו… — האָט זכר, ווי אַ געניטער האַרמאָניסט, צעצויגן דעם בלאָז־זאַק פֿון זײַן האַרמאָשקע, — ווי געפֿעלט אײַך מײַן נײַע דערפֿינדונג?
די פֿאַרלוירענע צורות פֿון דער חבֿרה ליידיקגייער האָבן מער אויסגעדריקט פֿראַגעס איידער ענטפֿערס. און די פֿראַגעס האָבן זיך טאַקע אַ שיט געטאָן:
— וואָס איז דאָס פֿאַר אַ שוואַרצע חיה אַזאַ?
— וואָס נישטערט זי דאָ? וואָס קוקט זי אויס?
— סע פֿאָרט נאָר צי סע פֿליט אויכעט?
— אַ נײַע גזירה אויף אונדזערע קעפּ, חלילה ניט?
די פֿראַגעס זײַנען נאָך אַלץ געפֿאַלן אויף דער בלאָטיקער כאַלוימעווקער ערד, זיי האָבן זכרן דערמאָנט יענע גרינע גנבֿישע עפּעלעך, קינדווײַז אַראָפּגעטרייסלט פֿונעם בוים בײַם שכן אין גאָרטן. דער טערפּקע־קלעפּיקער טעם זייערער האָט אים איצט צונויפֿגעפֿירט די באַקביינער. זכר האָט אַ שפּײַ געטאָן אין אַ זײַט און געענטפֿערט אויף אַלע פֿראַגעס מיט איין קורצן ענטפֿער: „קאַטאַפֿאַלק!‟.
דערהערט דעם נאָמען, האָט די פֿאַרשטומטע חבֿרה ערשט געדאַרפֿט אים איבערקאָכן.
— קאַטאַ… וואָס? — האָט זיך דערהערט אַ דין ציטערדיק קולכל.
זכר האָט אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, זיך אויסגעשנײַצט די נאָז און ממשיך געווען ווײַטער זײַן אַחריותדיקע אַרבעט. דער אָנזאָג פֿון חבֿר פֿאָרצעלאַקע, „דער מת קען נישט וואַרטן!‟ — האָט אים אונטערגעטריבן, נישט געלאָזט פּטרן קיין מינוט ניט.
סוף־וואָך, שוין אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן, איז דורכגעפֿירט געוואָרן דאָס „פֿײַערלעכע אַרויסלאָזן דעם קאַטאַפֿאַלק אויף די גאַסן פֿון כאָלוּיעווקאַ־כאַלוימאָווקע‟.
דאָס צענטראַל־פּלעצל איז געווען פֿאַרפֿלייצט מיט מענטשן, יום־טובֿדיק אויסגעפּוצט, ווי מע וואָלט געקומען צו דער ערשט־מײַיִקער דעמאָנסטראַציע. דער קאַטאַפֿאַלק מיטן פֿאַרשטאָרבענעם איז געשטאַנען אַקוראַט אַנטקעגן דער צונויפֿגעקלאַפּטער בינע, באַפּוצט מיט בלומען־קרענץ. אויף דער בינע אַליין האָט זיך אויסגעשטעלט די גאַנצע פֿאַרוואַלטונג פֿונעם ייִשובֿ־ראַט און אויך אַ חשובֿער גאַסט, דעליגירט פֿונעם ראַיאָן־צענטער. איבער זייערע קעפּ, צוגעפֿעסטיקט צו צוויי דראָנגען פֿון ביידע זײַטן בינע האָט זיך צעוויקלט אַ טראַנספּאַראַנט, אָנגעשריבן מיט גרויסע ווײַסע בוכשטאַבן אויפֿן רויטן שטאָף: „קאָמוניזם איז אונדזער לעצטער פּונקט!‟.
יאָ, בײַם סאַמע ראַנד פֿון דער בינע איז אויף אַ בענקל געזעסן אַ באַיאָרטע פֿרוי, אָנגעטאָן אין שוואַרץ, דער קאָפּ אַרומגעוויקלט מיט אַ שוואַרצער פֿאַטשיילע. דער גאַנצער ייִשובֿ האָט זי געקענט, מחמת גאַלינאַ פּאַוולאָוונאַ הנאַטיוק, די אַלמנה פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם, איז געווען אַ לערערין אין אונדזער אָנפֿאַנגשול.
דאָ איז כּדאַי צו זאָגן, אַז במשך פֿון די דרײַ טעג, וואָס זכר פּריבלודע האָט אויסגעפּרוּווט דעם צונויפֿגעשטוקעוועטן קאַטאַפֿאַלק, איז די ייִשובֿ־פֿאַרוואַלטונג אויך נישט געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט. צו פֿאַרענדיקן די דערפֿאָלגרײַכע אַנטי־רעליגיעזע קאַמפּאַניע האָט מען דאָך געדאַרפֿט נישט סתּם אַזוי, נישט וואָכעדיק, נאָר אויף אַ הויכער פּאַרטיייִשער נאָטע. ווי אַ קולמינאַציע דערפֿון האָט געזאָלט ווערן די מוסטערדיקע לוויה אויף אַ נײַעם נוסח.
פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿאַר אַזאַ פֿײַערלעכער אונטערנעמונג האָט געפּאַסט צו האָבן אַ חשובֿע פּערזענלעכקייט, וואָס זײַן ביאָגראַפֿיע וואָלט געשטימט מיט אַלע פּונקטן פֿון דער מאָסקווער אינסטרוקציע. צוליב דעם זײַנען באַטראַכט געוואָרן דרײַ קאַנדידאַטורן, וואָס האָבן צו יענער צײַט גענייטיקט זיך אין אַ לוויה. די קאַנדידאַטור פֿונעם געוועזענעם גבאי פֿון דער שיל איז באַלד אָפּגעפֿאַלן, נישט חלילה, ווײַל ער איז געווען אַ ייִד. ר׳ מאָוושע איז, נעבעך, געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דער אַנטי־רעליגיעזער קאַמפּאַניע. ער האָט זיך אַזוי אָנגעשראָקן, אַז הײַנט־מאָרגן וועט מען קומען אים אַרעסטירן, אַז ס׳האָט אים נעבעך געכאַפּט אַ פּאָפּלעקסיע. איבער אַ חודש איז ער געלעגן אַ געלעמטער און גראָד אַ טאָג פֿאַר דעם יום־טובֿדיקן מיטינג ניפֿטר געוואָרן.
די צווייטע קאַנדידאַטור וואָלט בפֿירוש געפּאַסט. ער איז געווען אַ וווילער מאַן, אַ טאַטע פֿון דרײַ קינדער, כּמעט נישט געטרונקען, אויך אויף דער אַרבעט האָט מען אים כאַראַקטעריזירט פּאָזיטיוו. איין חסרון — ער איז נישט געווען קיין מיטגליד פֿון דער פּאַרטיי, ווי ס׳האָט געפֿאָדערט די מאָסקווער אינסטרוקציע. דערפֿאַר אָבער איז דער דריטער קאַנדידאַט, חבֿר הנאַטיוק, געווען מיט אַלע מעלות: אַ קאָמוניסט פֿון לענינס פּריזיוו, דאָס הייסט, פֿון יאָר 1924, ווען דער פֿירער פֿונעם וועלט־פּראָלעטאַריאַט איז געשטאָרבן; אַ מלחמה־וועטעראַן און דער לאַנג־יאָריקער דירעקטאָר פֿונעם ייִשובֿס אויטאָפּאַרק. נאָר ס׳איז פֿאָרט געווען איין „אָבער‟, וואָס וואָלט אפֿשר געקאָנט שטערן, אַז זײַן נאָמען זאָל אויף אייביק אַרײַנגעשריבן ווערן אין דער געשיכטע פֿון כאָלוּיעווקאַ. אַרום זײַן טויט האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אינעם ייִשובֿ „מיאוסע פּלאַפּלערײַען‟. וואָס איז? ער איז געשטאָרבן נישט אויף זײַן געלעגער און נישט מיט זײַן ווײַב. דערצו איז דער אומגליקפֿאַל געשען נישט אינעם ייִשובֿ גופֿא, נאָר אינעם סאַנאַטאָריום, וווּהין דער פּראָפֿעסיאָנאַלער פֿאַראיין האָט אים געשיקט צו היילן דאָס האַרץ. אַ מענטש אין זײַן עלטער און מיט זײַן אָרט אין דער כאָלוּיעווקער געזעלשאַפֿט וואָלט געדאַרפֿט זיך אויפֿפֿירן לײַטישער. אַ קיצור, אונדזערע ליידיקגייער האָבן שוין געהאַט וועגן וואָס צו פּלאַפּלען. געוויס, אַן אַנדערש מאָל און בײַ אַנדערע אומשטענדן, וואָלט מען דעם אַמאָראַלישן אַקט פֿון חבֿר הנאַטיוק אַרומגערעדט אויף דער פּאַרטיי־פֿאַרזאַמלונג, אָבער ווי ס׳האָט געזאָגט דער פֿאָרזיצער פֿאָרצולאַקע, „דער מת קען נישט וואַרטן!‟.
דער פֿײַערלעכער מיטינג אויפֿן צענטראַל־פּלעצל האָט זיך אָנגעהויבן און צוזאַמען מיט אים, ווי ס׳האָט באַטאָנט דער פֿאָרשטייער פֿונעם ראַיאָן־צענטער, האָט זיך אָנגעהויבן אַ „נײַע ערע פֿונעם סאָציאַלן לעבן אין כאָלוּיעווקאַ בפֿרט און אינעם גאַנצן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד בכלל…‟ וועגן דעם פֿאַרשטאָרבענעם גופֿא האָט די נאַטשאַלסטווע זיך אַ סך נישט פֿאַרשפּרייט, בלויז דערמאָנט, אַז חבֿר הנאַטיוק איז שטענדיק געווען געטרײַ זײַן אַרבעט און געקעמפֿט פֿאַר אַ ליכטיקן מאָרגן. צום סוף איז באַטאָנט געוואָרן, אַז ער איז אַוועק פֿונעם לעבן ווי אַן עכטער קאָמוניסט — „אויפֿן שלאַכט־פֿעלד‟. בײַ די ווערטער האָט די אַלמנה אויפֿגעציטערט און זיך צעוויינט.
די גדולים פֿונעם ייִשובֿ־ראַט און די אַלמנה האָבן זיך אַרײַנגעזעצט אינעם קאַטאַפֿאַלק, און אין דער אָנגעזעטיקטער מיט אומעט אַטמאָספֿער פֿון כאָלוּיעווקאַ־כאַלוימעווקע האָבן זיך דערהערט די ערשטע קלאַנגען פֿון שאָפּענס טרויער־מאַרש. געשפּילט האָט דער אַמאַטאָרישער בלאָז־אָרקעסטער בײַם אָרטיקן קולטור־הויז. דער עולם האָט זיך שווער אַ רוק געטאָן נאָכן שוואַרצן קאַטאַפֿאַלק, וואָס דעם כּבֿוד אים צו פֿירן צום צווינטער איז אָפּגעגעבן געוואָרן דעם דערפֿינדער זכר פּריבלודען.
דאָס לעבן אינעם ייִשובֿ איז אַוועק ווײַטער מיט זײַן טאָג־טעגלעכן געיעג. די „שוואַרצע חיה‟, ווי די כאַלוימעווקער בטלנים האָבן געגעבן אַ צונאָמעניש זכרס דערפֿינדונג, האָט שוין אויפֿגעהערט אַרויסצורופֿן חשד און אומצוטרוי. דער עמך איז שוין צוגעוווינט געוואָרן אויפֿצונעמען די כּל־מיני ענדערונגען אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבנס־שטייגער, וואָס פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט ער צעשטערט ווערן מיט עפּעס אַ נײַעם באַפֿעל אָדער דירעקטיווע, „אַראָפּגעלאָזט פֿון אויבן‟. צוריק גערעדט, האָט מען דען געהאַט אַן אַנדער ברירה?
אונדזער ייִשובֿ, נישט געקוקט אויף אַזאַ דערפֿאָלגרײַכער אַנטי־רעליגיעזער קאַמפּאַניע, האָט פֿון דעסטוועגן דעם סטאַטוס פֿון אַ ראַיאָן־צענטער נישט באַקומען; דעריבער האָבן די אײַנוווינער פֿון כאַלוּיעווקאַ־כאַלוימעווקע געמוזט ווײַטער ציִען זייער קיום אויפֿן אַלטן שטייגער, אָן ספּעציעלע לגאָטעס און פּריווילעגיעס. וועמען עס האָט באמת אָפּגעשפּילט אינעם נײַעם שניט פֿון אונדזער לעבן איז דאָס זכר פּריבלודען. ער האָט מיט רעכט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם חבֿר הנאַטיוק און איז געשטעלט געוואָרן פֿאַרן דירעקטאָר פֿונעם ייִשובֿס אויטאָפּאַרק. איצט איז אים שוין נישט געליגן דער קאָפּ צו נײַע דערפֿינדונגען; טאָג און נאַכט פֿלעגט ער פֿאַרפֿאַלן ווערן אויף זײַן אַרבעט, ווײַל ווי עס האָט זיך באַלד אַרויסגעוויזן, האָט דער פֿריִערדיקער דירעקטאָר געהאַט דעם ייִשובֿס באַלעבאַטישקייט אין דער לינקער פּיאַטע.
ווער ווייסט, ווי ס׳וואָלט זיך ווײַטער אַ דריי געטאָן די ראָד פֿון זכר פּריבלודעס גורל, ווען זי שטויסט זיך נישט אָן אין דער וואַנט פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט. דער רעפּראָדוקטאָר אויפֿן צענטראַל־פּלעצל איז אין יענע עטלעכע זומער־טעג שיִער נישט צעזעצט געוואָרן פֿאַר כּעס און שׂינאה. דאָס צונויפֿגעפּאָרטע וואָרט ישׂראל־אַגרעסיע האָט זיך געטראָגן איבער כאַלוימעווקע, ווי אַ פֿינצטערע כמאַרע. אָט־אָט וועט זי אויסשיסן אַ האָגל און דורכלעכערן די דעכער אין די ייִדישע הײַזער און צעזעצן אַלע טאַפֿליעס. די כאַלוימעווקער ייִדן האָט געוואָרפֿן ווי אין קדחת: „סטײַטש, וווּ זײַנען מיר, און וווּ איז דער אַגרעסאָר… פֿאַר וואָס דאַרפֿן מיר אָפּקומען פֿאַר זיי?!‟ — האָט זיך געהערט פֿון איין זײַט; האָט זיך געטראָגן פֿון דער צווייטער זײַט: „אונדזערע ברידער און שוועסטער פֿאַרגיסן בלוט, און מיר זיצן דאָ און חלומען וועגן אַ ליכטיקן מאָרגן?!‟
זכר איז, חלילה, קיין טויבער נישט געווען, זײַנע אויערן האָבן אויך אויפֿגעכאַפּט סײַ די היסטערישע קוויטשערײַען פֿונעם רעפּראָדוקטאָר און סײַ די שטיקעדיק־אומבאַהאָלפֿענע קריגערײַען פֿון זײַנע בני־עיר; פּונקט ווי ער האָט זיך אויך אײַנגעהערט אין די קורצע עטלעכע סיגנאַלן, פֿאַרהלושעט מיט אַ זשום און טראַסק. אין אַרמיי, וווּ זכר האָט אָפּגעדינט ווי אַ ראַדיסט דרײַ יאָר, איז אים אַליין אויסגעקומען אויסצופֿירן אַזאַ שטיקל אַרבעט — פֿאַרהלושען די פֿײַנטלעכע ראַדיאָ־כוואַליעס. דעריבער איז אים איצט נישט שווער געווען צו געפֿינען אַ מיטל, ווי אַזוי אָפּרייניקן דאָס קול פֿון ישׂראל פֿון דער פּאַסקודנער טראַסקערײַ. זײַן נײַע דערפֿינדונג האָט דערמאָנט אַ בעזעמל, געמאַכט פֿון דראָט, וואָס שטעקט אַרויס פֿונעם קוימען. די כאַלוימעווקער בטלנים האָבן שוין ווידער געהאַט פֿון וואָס אָפּצוחוזקן: „זכר האָט שוין צונויפֿגעפּאָרט אַן אַנטענע מיט אַ בעזעם‟.
ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן, אין דער פֿינצטער, פֿלעגט זכר אַליין זיצן בײַ זײַן „קעסטעלע‟ און זיך אײַנהערן אין דער ווײַטער, נאָר טײַער געוואָרענער שטים פֿון דעם אומבאַקאַנטן ייִד. יענער האָט אים אויף ייִדיש פֿאַרטרויט דעם אמתן אמת וועגן דעם, וואָס עס קומט איצט פֿאָר אינעם ייִדישן לאַנד. זכר האָט זיך געכאַפּט אויפֿן געדאַנק, אַז ביז אַהער האָט אים ווינציק געאַרט, וואָס עס קומט דאָרטן פֿאָר, אין יענעם קליינעם מדינהלע, וואָס אַ בינטל אײַנגעשפּאַרטע עקשנים האָבן אויסגעבעטלט בײַ דער וועלט… צווישן אָט די „בעטלערס‟ איז דאָך געווען זײַן אייגענע שוועסטער מרים. ער איז נאָך געווען אַ קינד, ווען זי מיט איר חתן האָבן פֿאַרלאָזט די היים און זיך געלאָזט „אין מידבר‟, ווי דער טאַטע האָט עס גערופֿן, צו בויען אַ „ייִדישע מלוכה‟… זכר געדענקט אַפֿילו נישט איר פּנים, מרימס. די מלחמה און די טויטן פֿון אייגענע האָבן אויסגעמעקט און אָפּגעווישט פֿון זײַן זכּרון אַ שטיק לעבן… לאָזט זיך אויס, נישט אויסגעמעקט און נישט אָפּגעווישט, נאָר אויסגעבאַהאַלטן און אָפּגעהיט פֿון אַ בייז אויג און וואָרט.
דער וויכּוח צווישן די צוויי צדדים כאַלוימעווקער ייִדן איז אָנגעגאַנגען נישט מער און נישט ווייניקער ווי זעקס טעג, פּונקט אַזוי פֿיל האָט געדויערט דער „קאָנפֿליקט‟ צווישן די פֿינף גרויסע אַראַבישע לענדער און דעם קליינעם ייִדישן לענדעלע. די אָרטיקע טעגלעכע האַוועניש האָט אָפּגעריסן די ייִדן פֿון די וועלט־פּראָבלעמען און זיי ווידער אײַנגעטונקען אין דער אייגענער בלאָטע. סײַדן דער רעפּראָדוקטאָר אויפֿן צענטראַל־פּלעצל פֿון כאָלוּיעווקאַ־כאַלוימעווקע האָט נאָך אַלץ געשיט פּעך און פֿײַער אויפֿן ישׂראל־אַגרעסאָר, אָבער צו די פֿאַרביסענע רייד האָט זיך שוין זעלטן ווער צוגעהערט, אַפֿילו נישט דער גוייִשער טייל אײַנוווינער אויך ניט. אַדרבא, מ׳האָט איצט געקאָנט הערן אין מאַרק: „גיב נאָר אַ קוק, מאָשקע קאָן דאָך אויך דערלאַנגען פּעטש!‟
זכר פּריבלודע איז אָנגעגאַנגען ווײַטער מיט זײַן טעגלעכן לעבן פֿון אַן אַלטן בחור, וואָס האָט בײַ קיינעם פֿון זײַנע לאַנדס־לײַט קיין באַזונדערן אויפֿמערק נישט צוגעצויגן. אַפֿילו די היגע שדכנטע האָט שוין אַ מאַך געטאָן אויף אים מיט דער האַנט — „אייסעך, אַ פֿאַרפֿאַלענער!‟. ריכטיק, ווי פֿריִער איז זכר פֿאַרפֿאַלן געוואָרן אויף דער אַרבעט, אָבער קיינעם נישט, אַפֿילו דעם קליגסטן ייִד אין כאַלוימעווקע, דעם גלאַוובוך צעדערבאַומען, וואָלט נישט אײַנגעפֿאַלן, מיט וואָס דער דירעקטאָר פֿונעם ייִשובֿס אויטאָפּאַרק איז אַזוי באַשעפֿטיקט, אַז ער ליגט איבער אויף זײַן אַרבעט מעת־לעתנווײַז?! סײַדן, ער טראַכט שוין ווידער אויס אַ נײַעם טעכנישן וווּנדער, וואָס וועט ברענגען כאָלוּיעווקאַ־כאַלוימעווקע אַזאַ שם אינעם גאַנצן לאַנד, אַז ס׳וועט שוין זײַן פּשוט אַ בושה נישט צוצוטיילן דעם ייִשובֿ דעם סטאַטוס פֿון אַ ראַיאָן־צענטער.
ווען דער גלאַוובוך טראַכט אַזוי, וואָלט ער בפֿירוש געווען גערעכט, אָבער נישט אין גאַנצן. דעם גאַנצן אמת האָט קיין איין לעבעדיקע נשמה נישט געוווּסט און נישט געטאָרט וויסן. זכר אַליין האָט צומאָל געצווייפֿלט, צי ס׳איז בכלל כּדאַי דעם פּלאַן זײַנען צו רעאַליזירן, צי וועט עס אים נישט פֿאַרפֿירן אויף אַ וועג, וווּ דער סוף קאָן זײַן אַ ביטערער; און נישט בלויז פֿאַר אים אַליין, נאָר פֿאַר אַלע ייִדן אין כאַלוימעווקע?!
מע זאָגט, אַז אַ סוד האָט קרומע פֿיס, פֿריִער אָדער שפּעטער, פֿאַלט מען אַרײַן אין זײַן פּאַסטקע. אַזוי איז אויך געשען מיט אונדזער דערפֿינדער און פֿאָלקס־ראַציאָנאַליזאַטאָר. זײַן סוד האָט אים אַזוי פֿאַרכאַפּט, אַז שוין באַפֿרײַען זיך פֿון אים האָט זכר נישט געקאָנט. נאָך דער אַרבעט, פֿאַרשפּאַרט זיך אינעם גאַראַזש פֿונעם ייִשובֿס אויטאָפּאַרק, האָט ער גאַנצע נעכט אויסגעכּישופֿט זײַן נײַע דערפֿינדונג. און דער טאָג זי אויסצופּרוּוון איז געקומען. אין אַ סוף־זומערדיקן זונטיק, גאַנץ קאַיאָר, ווען אַלע בירגער פֿון כאָלוּיעווקאַ־כאַלוימעווקע האָבן געזען זייערע שענסטע חלומות, איז פֿונעם גאַראַזש אַרויסגעפֿאָרן די „שוואַרצע חיה‟. בײַם רודער איז געזעסן דער דערפֿינדער, איינציקער פּאַסאַזשיר און שאָפֿער זכר פּריבלודע. אַרומגעפֿאָרן די פֿאַרדרייטע געסלעך פֿונעם ייִשובֿ, ווי געזעגנט זיך מיט זיי, האָט דער קאַטאַפֿאַלק זיך נישט געלאָזט מיט זײַן געוויינטלעכן מאַרשרוט, נאָר אַרויס אויפֿן ברייטן וועג, וואָס האָט געפֿירט אין דער ריכטונג פֿון דער רומענישער גרענעץ…
3
מיט צוויי יאָר צוריק, ווען אין ישׂראל האָט מען געפֿײַערט די 50 יאָר זינט דער 6־טאָגיקער מלחמה, האָט מען אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם הויז פֿון בעסאַראַבער ייִדן, „בית־יהודי־בסרביה‟, דורכגעפֿירט אַ יום־טובֿדיקע אונטערנעמונג, געווידמעט אָט דער דאַטע. מײַן פֿרײַנד איז דאָרט אַ שטיקל קאָכלעפֿל אין דער פֿאַרוואַלטונג, האָט ער מיך פֿאַרבעטן אויף דער שׂימחה. דערצו האָט ער מיר געזאָגט, אַז צווישן די ערן־געסט וועט זײַן מײַן בן־עיר, אַן אָנגעזעענע פּערזענלעכקייט אין דער ישׂראלדיקער מיליטער־אינדוסטריע. ער איז שוין לאַנג אויף פּענסיע, אָבער „אַזעלכע קעפּ‟, האָט מײַן פֿרײַנד באַדײַטפֿול אַ וווּנק געטאָן, לאָזט מען נישט אויף הפֿקר אַפֿילו אין זײַן סאָלידער עלטער.
מײַן פֿרײַנד האָט אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿון דער וואַזשנער פּערזאָן, אָבער אין מײַן זכּרון האָט דער נאָמען קיין אָפּרוף נישט געפֿונען. פֿון דעסטוועגן, בשעת דער אונטערנעמונג, האָב איך דערמאָנט מײַן פֿרײַנד אין זײַן צוזאָג.
— יאָ, אַוודאי, — האָט ער זיך געכאַפּט, — קום, כ׳וועל דיך פֿאָרשטעלן.
ער האָט מיך צוגעפֿירט צו אַ טישל, בײַ וועלכן ס׳איז געזעסן אַן אַלטער מאָגערער ייִד און לעבן אים אַ פֿרוי, היפּש ייִנגער פֿון אים. ווי ס׳האָט זיך באַלד אַרויסגעוויזן, איז עס געווען זײַן ווײַב. דערהערט, אַז איך בין געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אין כאָלוּיעווקאַ, האָט ער זיך צעשמייכלט און צוגעגעבן: „כאַלוימעווקע‟? די פֿרוי האָט אויף אונדז ביידן מאָדנע אַ קוק געטאָן, ווי עס קוקן דאָ סאַברעס אויף אָפּגעשטאַנענע גלות־ייִדן.
זײַן פֿולער נאָמען איז געווען זכרי דרוֹר.
— דו ביסט נישט קעגן, דינהלע, — האָט ער זיך געוואָנדן צום ווײַב, — אויב מיר וועלן אַרויסגיין מיט דעם יונגן־מאַן אויף דער וועראַנדע. ס׳איז דאָ צו זשומיק…
— האָסט שוין צו לאַנג נישט גערייכערט, אַיאָ?..
ער האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿונעם בענקל, גענוג לײַכט פֿאַר זײַן עלטער, אַזוי אַז כ׳האָב אים איצט געקאָנט זען אין זײַן פֿולן וווּקס. אַ קליינטשיקער, אָנגעטאָן אין אַ ליכטיק רעקל, אַריבער די לאַצן האָבן זיך צעלייגט אין ביידע זײַטן די צוויי שפּיצן פֿונעם טונקל־בלויען העמד, ווי עס טראָגן דאָ די אַלטע קיבוצניקעס. קורץ אָפּגעשוירן, האָט זײַן גרויער יאָזשיק אויפֿן קאָפּ געפּאַסט צום פֿאַרברענט פּנים מיט טיפֿע קנייטשן אויפֿן שטערן און פֿון ביידע זײַטן פֿון דער עטוואָס צוגעפּלעטשטער נאָז.
ווי נאָר מיר זײַנען געבליבן אויף דער ברייטער וועראַנדע אַליין, האָט אַדון דרוֹר אײַליק אַרויסגעשלעפּט פֿון דער קעשענע אַ פּעקל ציגאַרעטן מיט אַ צינדערלן. פֿאַררייכערט אַ ציגאַר, האָט ער צוזאַמען מיטן רויך אַרויסגעבראַכט:
— וואָס זשע שווײַגט איר, טײַערינקער, דערציילט, דערציילט, כ׳בין שוין אין כאַלוימעווקע נישט געווען פּונקט פֿופֿציק יאָר!
— כאַלוימעווקע איז שוין לאַנג נישטאָ, — האָב איך ביטערלעך באַמערקט, — געבליבן איז נאָר דער ראַיאָן־צענטער כאָלוּיעווקאַ…
— סוף־כּל־סוף! — האָט ער זיך פּלוצעם דערפֿרייט, — טאַקע באַקומען דעם לאַנגדערוואַרטן סטאַטוס.
— יאָ, אין די מיט־זיבעציקער… אָבער צו יענער צײַט האָבן שוין די כאַלוימעווקער ייִדן אָנגעהויבן זיך צו ביסלעך אַרויסרוקן פֿונעם ייִשובֿ — דאָס יונגוואַרג האָט זיך געלאָזט אין ווײַטע מקומות נאָך העכערער בילדונג, דאָס אַלטוואַרג האָט זיך איבערגעפּעקלט אויפֿן בית־עלמין…
אַדון דרוֹר האָט מיך אומגעדולדיק איבערגעשלאָגן:
— און לענינס דענקמאָל שטייט נאָך אויפֿן צענטראַל־פּלעצל?
דעם אמת געזאָגט, האָט מיך זײַן אינטערעס צו דעם סקולפּטור־שעדעווער צעמישט און פֿאַרחידושט.
— איצט, ווייס איך נישט… אין די אָנהייב אַכציקער, ווען מײַנע עלטערן האָבן פֿאַרלאָזט דעם ייִשובֿ, איז ער נאָך געשטאַנען… אָבער פֿאַר וואָס האָט איר עס געפֿרעגט?
דער אַלטער האָט אַ קוק געטאָן אויף מיר פֿון אונטן אַרויף, אָבער דווקא איך האָב זיך מיטאַמאָל דערפֿילט פֿאַר אַ קליין צוציקל. ער האָט זיך צעלאַכט:
— ס׳האָט אויסגעפֿעלט אַ סעקונדע, כ׳זאָל זיך געווען צונויפֿבוצקען מיטן פֿירער פֿונעם וועלט־פּראָלעטאַריאַט! — ער האָט זיך פֿאַרהוסט. אָפּגעאָטעמט, האָט ער זיך דערמאָנט ווײַטער: — מײַן ראָווער־עראָפּלאַן האָט אונדז ביידע געראַטעוועט…
ערשט איצט בײַ זײַנע לעצטע ווערטער האָט אין מײַן זכּרון זיך אַ ריר געטאָן אַ דערמאָנונגס־ווערעמל פֿון מײַנע ייִנגלשע יאָרן. כ׳האָב פֿאָרזיכטיק אַ פֿרעג געטאָן:
— אַנטשולדיקט, אַדון דרוֹר, אפֿשר טאָר איך עס נישט פֿרעגן… וואָס איז געווען אײַער פֿאַמיליע־נאָמען פֿון דער היים?
ער האָט זיך צעשמייכלט, זיך אומגעקוקט. נאָכמאַכנדיק מײַן געהיימען טאָן, האָט ער געזאָגט:
— זכר פּריבלודע…
אין יענע ווײַטע יאָרן, ווען די בשׂורה, אַז דער דירעקטאָר פֿונעם ייִשובֿס אויטאָפּאַרק איז פּלוצעם פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין איינעם מיט זײַן גרויסער דערפֿינדונג, דעם קאַטאַפֿאַלק, האָט אַרויסגערופֿן אין כאָלוּיעווקאַ־כאַלוימעווקע ממש אַ בהלה. פֿונעם ראַיאָן־צענטער איז באַלד אַראָפּגעקומען אַ גאַנצע קאָמיסיע. דעם ייִשובֿ האָט געטרייסלט — אַ קלייניקייט! זכר פּריבלודע איז דאָך געווען נישט סתּם אַן אײַנוווינער פֿון אונדזער ייִשובֿ, נאָר אַ דערפֿינדער, אַ פֿאָלקס־ראַציאָנאַליזאַטאָר, אָנערקענט אין מאָסקווע. שוין אָפּגערעדט, אַז ער איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון אַ וויכטיקן ווירטשאַפֿטלעכן אָביעקט; מע קאָן זאָגן, אַ סטראַטעגישער אָביעקט פֿאַר אונדזער ווירטשאַפֿט. איז עס דען נישט קיין פּראַוואָקאַציע צו לאָזן דעם ייִשובֿ אָן אַ קאַטאַפֿאַלק?!
אינעם ייִשובֿ־ראַט איז געזעסן אַ מענטש, ספּעציעל געקומען אַזש פֿון קעשענעוו און האָט פֿון אין דער פֿרי ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן פֿאַרהערט יעדן דערוואַקסענעם אײַנוווינער פֿון כאָלוּיעווקאַ־כאַלוימעווקע. הגם ער איז געווען אָנגעטאָן אין אַ ציווילן קאָסטיום מיט אַ שניפּס, האָבן אַלע געוווּסט, ווער ער איז.
אין יענע טעג האָבן שוין די ווערטער פֿונעם פֿאָרזיצער געקלונגען ווי אַ פּסק־דין: „דער מת קען נישט וואַרטן!‟
וועגן דעם אַלעמען האָב איך דערציילט מײַן בן־עיר אויף דער וועראַנדע פֿון בית־יהודי־בסרביה, און איצט דערוואַרט צו הערן, וואָס זשע איז געשען מיט אים נאָך זײַן נעלם ווערן פֿונעם ייִשובֿ.
— ס׳וואָלט מער געפּאַסט, — האָט זיך געהערט זײַן באַסאָווע שטים, — אַז וועגן דער אַוואַנטורע זאָל דערציילן דער באַרימטער באַראָן מינהאַוזען.
אַדון דרוֹר האָט אויסגעהאַלטן אַ פּויזע, ווי ער וואָלט געדאַרפֿט אַ בלעטער טאָן די זײַטלעך אינעם צעבאָרשטן ספֿר פֿון זײַנע זכרונות און ממשיך געווען:
— ווי איר ווייסט, האָבן די סאָוועטן גלײַך נאָך דעם ווי ישׂראל האָט צעשמעטערט די אַראַבישע חיילות, איבערגעריסן מיט דער מדינה די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען. נאָך מער, דער גאַנצער, אַזוי גערופֿענער סאָציאַליסטישער לאַגער, האָט עס נאָכגעטאָן, כּדי יוצא צו זײַן פֿאַר זייער מאָסקווער באַלעבאָס. נאָר טשאַושעסקוס רומעניע האָט די באַציִונגען נישט איבערגעריסן. אַנטקעגן וואָס האָב איך עס דערמאָנט, ווײַל דווקא רומעניע איז געוואָרן מײַן איינציק טירעלע צו מאַכן פּליטה קיין ישׂראל. בפֿרט אַז פֿון כאָלוּיעווקע ביז דער רומענישער גרענעץ איז אַ קאַצן־שפּרונג. דער שוואַכסטער פּונקט אין מײַן פּלאַן איז געווען — ווי קומט די קאַץ איבערן וואַסער? די גרענעץ, ווי איר ווייסט, גייט דורך אַקוראַט איבערן טײַך פּרוט. שווימען האָב איך נישט געקענט דעמאָלט און קען נישט ביז הײַנט. בין איך דאָך געווען אַן פֿאָלקס־ראַציאָנאַליזאַטאָר פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד! בין איך געפֿאַלן אויף אַ המצאה, וואָס אַ דאַנק איר, האָב איך זיך בשלום איבערגעפּעקלט איבערן טײַך…
אין דער צײַט איז צו מײַן בן־עיר צוגעקומען אַ יונגער־מאַן, וואָס פֿון זײַן אויסזען אַליין איז נישט שווער געווען צו פֿאַרשטיין, ווער ער איז. ער האָט נישט פֿאַרלוירן קיין וואָרט, בלויז לײַכט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ.
— טײַערינקער, — האָט זיך אומצופֿרידן, אָבער ווייך אָפּגערופֿן מײַן בן־עיר, — זאָגט, ביטע, דינהלען, אַז אין עטלעכע מינוט אַרום…
דער יונגער־מאַן האָט ווידער אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און פֿאַרמאַכט נאָך זיך די טיר.
— אַ קיצור, צום אָרט, וווּ כ׳האָב נאָך פֿריִער פּלאַנירט צו גנבֿענען די גרענעץ, בין איך אָנגעקומען פֿאַר נאַכט. ס׳האָט שוין אָנגעהויבן צו ווערן טונקל, אָבער נישט פֿינצטער. מײַן „שוואַרצע חיה‟, מיט די אָנגעצונדענע פֿאָדערשטע לעמפּ האָט, אַפּנים אַרויסגערופֿן בײַ די יונגע גרענעץ־לײַט אַן אמתן שוידער, נעבעך. דערצו האָב איך פֿון פֿאָרנט צוגעטשעפּעט אַ מין גרילצער, אַז ווען כ׳האָב אים אײַנגעשלאָסן, האָט ער אָנגעהויבן רעווען און ברומען, און שאַלן, ווי דער שופֿר בײַם אײַננעמען יריחו…
ער האָט זיך צוגעאײַלט מיטן דערציילן, און כ׳האָב געקאָנט נאָר באַדויערן, וואָס די צײַט איז אַזוי געפּרעסט און אומפֿאַרמײַדלעך. זי פֿאַרטראָגט נישט קיין פּרטים.
— דורכגעריסן זיך דורכן שלאַבאַן, בין איך אין עטלעכע מינוט אַרום צוגעפֿאָרן צום פּרוט און געבליבן שטיין. ערשט דאָ האָט שוין מיך באַפֿאַלן אַ שרעק: און טאָמער וועט מײַן דערפֿינדונג נישט אָפּטאָן אירס, כ׳האָב דאָך נישט געהאַט קיין מעגלעכקייט זי אויספּרוּוון… און דאָך בין איך אַרײַנגעפֿאָרן אין טײַך… שטעלט זיך פֿאָר מײַן פֿרייד, ווען כ׳האָב דערפֿילט, ווי דער קאַטאַפֿאַלק הייבט זיך פּאַמעלעך אָן אויפֿהייבן איבערן וואַסער, ווי מע וואָלט אים פֿון פֿיר זײַטן געשטעלט אויף דאָמקראַטן. עס האָט טאַקע געקלאַפּט — די גומענע באַלאָנען האָבן זיך אָנגעבלאָזן אַרום מײַן „שוואַרצער חיה‟ און זי האָט זיך אַ טראָג געטאָן איבערן וואַסער, ווי אַן עכטע שיף, צום רומענישן ברעג…
אַדון דרוֹר האָט מיר דערלאַנגט די האַנט און צוגעגעבן מיט אַ יוגנטלעכן ברען אין די אויגן:
— ווײַטער איז שוין נישט אַזוי פֿאַרכאַפּנדיק, אָבער סײַ־ווי, עס פֿעלט אויף מײַן מעשׂה אַ ספּילבערג, זאָגט, אַז ניין?
איך האָב זיך אויך אומגעקערט צו מײַן פֿרײַנד.
— נו, ווי געפֿעלט דיר דײַן בן־עיר?
— פֿאַנטאַסטיש!
מײַן פֿרײַנד האָט זיך צו מיר אָנגעבויגן, ווי פֿריִער, ווען ער האָט מיר געגעבן צו פֿאַרשטיין צו וואָס פֿאַר אַ מין דערפֿינדונגען האָט מײַן בן־עיר אַ שײַכות, און שטיל דערקלערט:
— כ׳האָב געהערט, אַז צום „אײַזערנעם קופּאָל‟ האָט מר זכרי אויך צוגעלייגט זײַן מוח. מ׳האָט עס אַפֿילו געוואָלט אָנרופֿן לכּבֿוד אים, „קופּת־זכרי‟, נאָר… ניט־פֿאַרגינערס פֿעלן בײַ אונדז אויך נישט אויס…
שוין שפּעטער האָב איך געטראַכט, הלמאַי האָט אונדזער זכר פּריבלודע זיך אויסגעקליבן אַזאַ מאָדנעם ישׂראל־נאָמען? „דרוֹר‟, מיינט דאָך אויף עבֿריתּ אַ וואָראָבייטשיק, אַ גרוי פֿייגעלע; און זיך באַלד געכאַפּט, „דרוֹר‟, מיינט אויך — ווילן צו זײַן פֿרײַ. פֿרײַהייט.
[1] סעמיאָן בודיאָני — לעגענדאַרער סאָוועטישער מאַרשאַל
[2] גלאַוובוך (רוס.) — הויפּט־בוכהאַלטער
מײַ, 2019, ברוקלין, ניו־יאָרק