פּראָזאַיִקער, דיכטער און דראַמאַטורג איז קיפּניס געבוירן געוואָרן אינעם אוקראַיִנישן שטעטל סלאָוועשנע, זשיטאָמירער געגנט. נאָך דער בר־מיצווה געאַרבעט בײַ זײַן טאַטן און אין אַנדערע גאַרבאַרניעס. אין יאָר 1922 האָט אים דער לערער־פֿאַראיין געשיקט זיך לערנען אין קיִעוו. דאָרט האָט ער זיך באַקענט מיט דוד האָפֿשטיינען, זיך אָנגעשלאָסן אין דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה און זיך אָנגעהויבן דרוקן. אינעם זעלבן יאָר איז דערשינען זײַן ערשט פּראָזע־ביכל „מעשׂהלעך פֿאַר קליינע קינדער‟ און אין 1923 — זײַן זאַמלונג „אָקסן‟.
די אָנערקענונג פֿון אַן עכטן קינסטלער האָט אים געבראַכט דאָס פּראָזע־בוך „חדשים און טעג‟ (1926). נישט געקוקט דערויף, וואָס דאָס בוך האָט געמאַכט אַ רוישעם מיט דער קינסטלערישער קראַפֿט פֿון שילדערונג, האָט די „פּראָלעטאַרישע קריטיק‟ גענומען טאַדלען דעם יונגן שרײַבער פֿאַר „אַפּאָליטיזם און קליינבירגערלעכקייט‟, און דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון דער גזירה, וואָס איז געהאָנגען איבערן קאָפּ פֿונעם שרײַבער אין משך פֿון פֿיל יאָרן.
דאָס לעצטע מאָל (איידער זײַן אַרעסט אין יוני 1949) איז די טאַדלונג געווען פֿאַרבונדן מיט זײַן דערציילונג „אָן חכמות, אָן חשבונות‟, וואָס ער האָט אָפּגעדרוקט אין דער לאָדזשער צײַטונג „דאָס נײַע לעבן‟ אין מײַ 1947. צום גליק, איז דעם שרײַבער באַשערט געווען פֿיזיש און גײַסטיק זיך נישט אײַנברעכן אינעם צפֿון־לאַגער, וווּהין מע האָט אים פֿאַרשיקט. נאָך דער באַפֿרײַונג און רעהאַביליטאַציע אין 1956 האָט ער אַ געוויסע צײַט נישט געטאָרט וווינען אין קיִעוו און געוווינט אין באָיאַרקע, הינטער דער שטאָט. בלויז אין 1958 האָט מען אים דערלויבט זיך אומצוקערן קיין קיִעוו, און ער האָט באַוויזן נאָך נישט ווייניק אויפֿצוטאָן שעפֿעריש.
מיר דרוקן ווײַטער אַן אויסצוג פֿונעם בוך „טאָג און טאָג‟, אַרויסגעגעבן פֿון „פּרץ־פֿאַרלאַג‟, תּל־אָבֿיבֿ, 1980.
אונדזערע
ס׳איז ערבֿ ראָש־השנה, 29סטער סעפּטעמבער, 1943. מיר האָבן שוין באַלד די ערשטע טעג אָקטאָבער, דערווײַל נאָך אויף סאַראַטאָווער ערד. לעם דניעפּראָפּעטראָווסק טוט זיך איצט — ערד־ציטערניש! און דאָ איז אַ שיינער טאָג.
לויט נעכטיקע ידיעות זײַנע אונדזערע אין דרײַ ערטער איבערגעגאַנגען דעם דניעפּער — לעם קרעמענטשוג, קיִעוו און פּערעיאַסלאָוו. לויט הײַנטיקער „סוואָדקע‟ [אינפֿאָרצאַציע] באָמבירט די רויטע אַרמיי זשיטאָמיר און קאָראָסטען. דאָס איז שוין גאָר נאָענט לעבן אונדזער היים, וואָס כאַפּט זיך נישט אונדז אָנערקענען, אָבער ס׳איז סײַ ווי שטאַרק ליב. אַזוי ווי ביילקע ווייסט נישט פֿון קיין אייגענער מאַמע, אַזוי ווייס איך נישט — און האָב קיין מאָל פֿאַקטיש נישט געוווּסט — פֿון קיין אַנדער היים. סײַדן אינעם פֿאַרהיימישטן חומשדיקן זכּרון. די סעוואַסטאָפּאָלער שטיינערנע פּלויטן בײַ די ווײַנגערטנער, די ווײַסע שטיינער און פֿלאַכע דעכער דאָרט בײַם ערשטן אַרײַנפֿאָר אין שטאָט פֿלעגן מיר שטענדיק דערמאָנען אַ ביסל דאָס לאַנד פֿון מײַנע אָבֿות, וואָס אין דער וואָר איז מיר דערווײַל נאָך נישט באַשערט געווען צו זען.
דער טאַטע איז מיר לעצטנס עטלעכע מאָל געקומען אויפֿן געדאַנק. ווי אַזוי וועט עס איצט זײַן? די היימישע רחבֿותן ווערן אָפּגערייניקט פֿון די צווייפֿיסיקע חיות. נאָך אַ ווײַלינקע, נאָך אַ קאַפּעלע און מיר וועלן אפֿשר צוריק ווערן ווי געווען. נו, און אים וועלן מיר נאָך טרעפֿן?
זאַפּאָראָזשיע די טעג אָפּגענומען פֿון דײַטש. מע מעלדעט, אַז איטאַליע וועט שוין ווערן אונדזערע אַ פֿאַרבינדלערין. זעסטו שוין, אַז אונטערן הימל איז אַזעלכעס אויך מעגלעך.
וולאַדקאָס פֿרוי, אַ שיין געפּאַקט נאָך גאַנץ יונג ווײַבל, לאָזט זיך פֿאָרן אַהיים קיין כאַרקאָוו. קאָסטיוק, אַ שרײַבער, אַ מיליטער־מאַן, וועט זי נעמען אויף זײַן מאַשין. אויף אַזעלכעס מעג מען מקנא זײַן, מע מעג…
מעליטאָפּאָל — אונדזערע!
ס׳איז גאָר נישט קיין מוז האָבן אַ סך גאָלדענע מטבעות מע זאָל זיך דערפֿילן רײַך: נעכטן, שבת, האָבן מיר באַקומען אַ בריוו און אַ קאַרטל פֿון פֿראָסיען, פֿון אונדזער פֿראָסיען! פֿאַר אונדז אַלעמען איז עס אַ גרויסע הייליקע איבערראַשונג. זי האָט געמיינט, אַז מיר זײַנען שוין פֿון לאַנג נישט אויף דער וועלט (פֿאָרט ייִדן). זי האָט זיך אויך גוואַלדיק דערפֿרייט מיט דער ידיעה, וואָס זי האָט פֿון אונדז געקראָגן.
דערווײַל האָבן מיר נאָך קיין פֿאָרשטעלונג וועגן דעם, ווי אַזוי איז איר אָפּגעגאַנגען די אָקופּאַציע, און זי ווייסט נאָך ווינציק וועגן אונדזער עוואַקויִרונג, אָבער… פֿרײַנד האָבן איינס דעם אַנדערן אָפּגעזוכט. איז דאָס נישט דאָס צווײַגעלע בײַ נוחס טויב נאָכן מבול, ווען די שפּיצן בערג האָבן זיך שוין אָנגעהויבן אָפּטריקענען און מע האָט שוין דערזען אַ געוויקס אויף צו מאַכן שהחינו?.. פֿראָסיע! מיר שטעלן זיך לעבעדיק פֿאַר איר שטים און איר לאַכנדיקן אויסזען. איר לאַכן איז אָפֿן, ווי בײַ אַ קליין קינד, אַ נאַטירלעכער המשך פֿון נאָרוואָסיקן וויינען. איצט איז שוין באמת מיט דער האַנט צו דערלאַנגען…
פֿייגע האָפֿשטיין [1] האָט מיר די טעג צוגעשיקט מײַנע זאַכן: „די שטוב‟, „פֿון די יונגע יאָרן‟, „אַ לאַנד, וואָס שײַנט‟ און „קליינע דערציילונגען‟ (פֿון „זײַ גרייט‟־ביבליאָטעק [2]). די ביכלעך זײַנען בײַ מיר זייער אָנגעלייגטע געסט. וווּ האָט זי זיי נאָר געפּאַקט? ווי אַזוי געדענקט זי אין איר פֿאַרנומענקייט מיט וואָס מע קען מיר צוטרעפֿן? און פּרוּוו, טו מיר אַ קוק אין די אויגן, וועסטו דערקענען, אַז איך האָב שוין באַלד אין גאַנצן פֿאַרגעסן צי האָב איך ווען געהאַט אַ וועלכע ס׳נישט איז שײַכות צו שרײַבערײַ… אַז די אמתע פֿרייד ליגט נאָך אין די 600 גראַם צוקער, וואָס איך האָב נעכטן (נאָך דריטהאַלב שעה שטיין אין דער ריי) געטראָגן אַהיים פֿאַרן ווײַב, פֿאַרן קינד. און ווי אויפֿריכטיק ס׳האָט מיר באַנג געטאָן, ווען איך האָב דערזען, אַז אין קראָם איז אויך דאָ אַ האַרטער צוקער, און איך האָב גאָר באַקומען מעלעץ — אַ קליין קינד ווייסט דאָך אויך, אַז ראַפֿינאַד איז שפּאָרעוודיקער!.. „פֿאַרגיב מיר, מײַן גאָט, פֿאַר פֿײַער, וואָס ברענט דאָ, פֿאַר קוילן, וואָס גליִען, און קוועלן, און שפּילן, פֿאַר זיצן און קוקן אָן זינען, אָן צילן‟?
נאָיאַבער. טעג פֿון ערבֿ סאָוועטישן יום־טובֿ.
ס׳האָבן זיך אָנגעהויבן באַפֿרײַען איינס נאָך איינס דבֿרהס און מײַנע שטעט: מאַיאַטשקע, קאָפֿני, קאַכאָווקאַ, סקאַדאָווסק, בעכי, אָוורוטש, וועלעדניק. מיר׳ן אין גיכן שרײַבן אַ בריוו אין דבֿרהלעס ווינקל — טשאַלבאַס.
דעם טאַטן געזען אין חלום איינעם אַליין, אויסגעפּוצט יום־טובֿדיק, זייער אויפֿגעלייגט, נאָר אָן דעם סורדוט…
חן־פּינטלען פֿון צײַט
נעכטן זײַנען נאָך געשטאַנען קאַלטע שניייִקע קאַליוזשעס און ס׳האָט געקאַפּעט פֿון די דעכער (אַ שפּעטיקער ווינטער). הײַנט האָט זיך גענומען שפּרייטן אַ קלאָר־ווײַסער יום־טובֿדיקער שניי. אפֿשר וועט ער זיך צופֿעסטיקן, צוקלעפּן צו דער ערד און ס׳וועט זיך אָנהייבן האַמעווען אַ ווינטער, ווי ס׳געהער צו זײַן.
לעבן קאָראָסטען, לעבן זשיטאָמיר, אויף קיִעוושטשינע, האַרטנעקיקע שלאַכטן. ס׳זאָל זיך כאָטש ענדיקן צו גוטן. ס׳ווערן אויך דערמאָנט טשערקאַסער ראַיאָן און זשלאָבינער ריכטונג.
אָנהייב דעצעמבער. מע האָט געמאָלדן, אַז מיר האָבן פֿאַרלאָזט קאָראָסטען און זיך פֿאַרשטאַרקט אויף בעסערע פּאָזיציעס. ס׳איז אַזוי ווי דער ווינטער וויל אַמאָל נישט אָפּטרעטן דעם וועג דעם פֿרילינג, טוט ער זיך אַ ראַנגל מיט די לעצטע פֿינצטערע כּוחות. נאָר ס׳וועט אים שוין העלפֿן, ווי אַ טויטן באַנקעס. אמת, בלוט קאָסט עס.
פּאָגאָדין [3] איז אין סאַראַטאָוו. הײַנט גייט צו אים אַ בינטל סאַראַטאָווער שרײַבער — קבצנים, בטלנים, קאַליקעס. איך בין דאָרטן אויך פֿאַררעכנט. ער שטייט אײַן, ווי אַ הויכער גאַסט, אין אַ ספּעציעלן רעגירונגס־הויז… אַ קליין ריין מויערל. און ס׳דערלאַנגען און ראַמען דאָרט יונגע מיידלעך, שיין פֿאַרשלייערט אין ווײַסן. לויט דער היגער אינעווייניקסטער אַטמאָספֿער קען זיך אויסווײַזן, אַז ס׳איז אין ערגעץ קיין מלחמה נישטאָ.
מ׳האָט געבעטן באַצײַטנס זיך אָפּראַזירן און אָנטאָן אַ פּאָר גאַנצע פּלודערן. דאָס ערשטע קען מען נאָך אויספֿירן. אָבער דאָס צווייטע — סײַדן בײַ עמעצן לײַען אַ פּאָר גאַנצע הויזן, ווי אַן אָרעמער חתן פֿלעג אַמאָל לײַען אַ טילעפּל בעתן אָנקוקן די כּלה.
פּאָגאָדין איז צו אונדז אַרויסגעגאַנגען, קענטיק, מיט אַ קאָפּווייטיק פֿון פֿיל טרינקען. פֿאַראַן מענטשן, וועמען מע מעג מוחל זײַן דאָס שיכּרות, אויב זיי קענען נאָך עפּעס.
אַ קוק טאָן אויף אים, איז ער נישט קיין שיינער, אַ גרויסלעכער, אַ קנאָכיקער. קען דעם קאָפּ נישט אויפֿהייבן, נאָר זײַן נאָמען רעדט פֿאַר אים. זײַנע פּיעסן גייען אין די גרעסטע טעאַטערן און קוקן זיך מיט אינטערעס. ער קען די מלאָכה. און ס׳איז נישט נאָר קיין מלאָכה, ס׳איז גראַדע שאַפֿונג פֿון הויכער מדרגה.
צו וואָס האָט ער אונדז באַדאַרפֿט? צו וואָס האָבן מיר דעם גאַנג באַדאַרפֿט? אַ נישט־באַטראַכטער שריט. געחלומט האָט זיך אונדזער היגער אָנפֿירונג, אַז מע וועט זיך מיט אים יום־טובֿדיק און היימיש דורכשמועסן. מיר׳ן זיך אויף עפּעס קלאָגן, ווי דער שטייגער איז, און ער וועט עפּעס בײַ זיך פֿאַרנאָטירן… צום סוף האָט ער בײַ אַ האַלבער שעה, אָדער ווינציקער, אונדז געזאָגט מוסר. דערציילט אַ זאַך, וואָס אַלע ווייסן עס פֿון לאַנג, נאָר נישט בײַ יעדן קען סטײַען מוט צו גיין אויף דעם. דער מוסר־השׂכל איז געווען: ס׳וועט פֿאַר קיינעם נישט זײַן קיין דערלייגעכץ, אויב ס׳וועלן נישט שרײַבן (זיך נישט פֿאַרנעמען מיט שרײַבערײַ) מענטשן, וואָס זײַנען לגמרי נישט באַרופֿן צו דעם. גענומען האָט ער אונדז „אָפּטאָם‟ — עם־כּל־הנערים — נישט אַרײַנדרינגענדיק צי עמעצער פֿון אונדז האָט עפּעס באַוויזן אויפֿטאָן, צי נישט. און מיר זײַנען אַוועק מיט גאָרנישט. אויך ער איז בײַ אונדז קיין קאַפּ נישט נושׂא־חן געווען מיט דער דאָזיקער באַגעגעניש. מעגלעך, ווען דער קאָפּ וואָלט אים נישט געריסן פֿונעם שיכּורן טשאַד, וואָלטן מיר געהערט פֿון אים אַ וואָרט, וואָס פֿאַרגעדענקט זיך. געזען האָבן מיר, אַז אויך אין סאַראַטאָוו איז דאָ אַ מויערל פֿאַר הויכגעשטעלטע געסט. דאָרט איז וואַרעם, געמיטלעך און מע דערלאַנגט דיר אַ געבראָטנס, אַ גלאָז קאַווע, ווי אין די גוטע צײַטן. דאָרט ביסטו גאָרנישט ניט זשעדנע.
איצט אַ צווייטע באַגעגעניש. דאָס מאָל אין גאָר אַ הויכן אַנשטאַלט: בײַ קאָמאַראָוון (ערשטער סעקרעטאַר פֿון געגנטלעכן פּאַרטיי־קאָמיטעט) איז אַן אויפֿנאַם פֿון היגע שרײַבער. ס׳זײַנען אויך בײַגעווען די לענינגראַדער פּראָפֿעסאָרן, ליטעראַטור־קענער.
אַ סך מאָל בין איך בײַ זיך גרייט פּועלן, אַז מיר קומט עס נישט, איך האָב עס נישט די ווערט. אָבער איין פֿאַרענטפֿערונג איז דאָ: איך שטופּ זיך נישט. אַז מע רופֿט מיך, אַז איך ווער פֿאַרבעטן — גיי איך.
סאַראַטאָווער געגנט — ס׳איז דאָך אַ מאַכינע. פֿאַראַן גאַנץ אָנגעזעענע זעלבשטענדיקע מלוכות, וואָס קומען נישט צום שטח פֿון סאַראַטאָווער געגנט. אַזוי אַז אין דער אָנפֿירורנג שטייט אויך נישט אַבי ווער.
מיר זײַנען געקומען צו דער אָנגעוויזענער צײַט. ס׳איז אָבער אויסגעקומען וואַרטן בײַ אַ שעה. ענדלעך האָט מען אונדז אַרײַנגעלאָזט אין אויפֿנעם־זאַל — געשפּרייטע טישן, אויסגעשטעלט אין אַ לאַנגער ריי, שטולן פֿון ביידע זײַטן. קאָמאַראָוו, האַלב מיליטעריש געקליידט, העכער פֿון מיטעלן וווּקס, שטייט אויפֿן דורכגאַנג און דערלאַנגט די האַנט יעדן איינעם פֿון די אַרײַנקומענדיקע געסט… ער אַנטשולדיקט זיך:
אַן אומפֿאַרויסגעזעענער גאַנצפֿריִענדיקער גאַנג אויף אַ גרויסן זאַוואָד. נו, ס׳האָט זיך געענדיקט דאָרט, קען מען זאָגן, בשלום…
מ׳האָט זיך אויסגעזעצט אַרום די טישן. ער האָט מיט אונדז דורכגעפֿירט אַ שמועס. מאָראַלישע באַפֿרידיקונג. אויך אַ סך זיסע געשמאַקע זאַכן אויפֿן טיש. אין שטוב וועל איך האָבן, וואָס צו דערציילן און מחבד זײַן אי דבֿורהלען און לייבעלען… מיר האָבן דאָרט פֿאַרבראַכט אַ פּאָר שעה צײַט. אויב מיר זײַנען נאָך נישט די, וואָס פּאָגאָדין וואָלט וועלן, וויל אָבער די פּאַרטיי־אָנפֿירונג פֿון אַזאַ רחבֿותדיקער געגנט מיר זאָלן זיך אונטערציִען. מיר זאָלן געבן דאָס בעסטע, וואָס מיר פֿאַרמאָגן, וואָס מיר זײַנען בכּוח. די ליטעראַטור איז בײַ אונדז אַ כּוח, און מיר וועלן איר העלפֿן זיך צעוואַקסן. איר מעגט קומען צו אונדז מיט אַלע איבערנויטן אין יעדער צײַט.
זעט איר, אַז מע האָט אונדז גערופֿן, מן־הסתּם האָט מען עס באַדאַרפֿט. און מיר האָבן זיך געזעגנט ווי ס׳געהער צו זײַן.
און אָט נאָך אַ חן־פּינטעלע פֿון גאָר אַן אַנדער מין:
אַ דרײַ מינוט גאַנג פֿון אונדז וווינט אַ שכנה, אַ ייִדיש ווײַבל, וואָס האָט אַ מיידעלע אַ שולקינד, און האָט נישט קיין מאַן. האָט זיך צו איר צוגעשלאָגן אַ שנײַדער, אַן עוואַקויִרטער פֿון ווײַסרוסלאַנד. אַ ייִד. זי איז נישט פֿון די שיינע, ער איז נישט פֿון די בראַווע, נאָר ער איז אַ פֿאַרדינער, אַ געטרײַער. געטרײַ אי איר, אי דעם קינד. לעבט מען אָן חופּה־וקידושין, אַפֿילו אָן דעם „זאַגס‟ [4]. מילא, אויב שטיל און אָרנטלעך, מעג זײַן אָן חופּה־וקידושין, מעג דערווײַל זײַן אָן דעם „זאַגס‟.
אָבער איצט האָט זיך פֿאַרקליבן צום ווײַבל אַ וואָרעם אין האַרצן אַרײַן, וואָס סמאָקעט און זויגט אָן אויפֿהער: איטלעכס גרויסע פֿרייד איז פֿאַר איר אַ קלאָג. דעם דײַטש וועט מען שוין באַלד אַרויסטרײַבן, וועט דער שנײַדער, וואָס איז שוין אין גאַנצן אירער און דעם קינדס, זיך אַוועקפֿאָרן קיין ווײַסרוסלאַנד זוכן זײַן ווײַב מיט די קינדער. אויב זיי זײַנען אויסגעהרגעט, ווי אַ סך, אַ סך אַנדערע, איז „גוט‟, וועט ער קומען צוריק, ער האָט זיך דאָ צוגעוווינט. אָבער אויב זיי לעבן ערגעץ, חלילה?..
אַ שטילע, אַן אָרנטלעכע, אַ האָרעפּאַשנע ווײַבל, די שכנה פֿרומעס. אַ וווילע, אַ פֿאַרהאָרעוועטע ייִדישע טאָכטער און נאָך נישט קיין אַלטע. איר זאָלט זיך למען־השם נישט דערוועגן זי אין עפּעס מאַכן באַשולדיקט. דער וואָרעם, וואָס האָט זיך בײַ איר באַזעצט אין האַרצן, וואָס זויגט און סמאָקעט זי אַזוי, אַז זי קען פֿון אים נישט פּטור ווערן, דאָס איז נישט זי. אַפֿילו פֿרומע אונדזערע, אַן עלטערע ייִדענע, אַ גאָטספֿאָרכטיקע, נאָר מיט אַ געזונטן פֿאַרשטאַנד, זעט עס אַלץ און ווייסט פֿון דעם, ווייסט, ווי ס׳טרעפֿן אין לעבן קרומע גענג. אָבער זי טראָגט אויף איר קיין האַרץ נישט און מאַכט זי אין גאָרנישט שולדיק. און אָט דער פֿרעמדער שנײַדער, דער מאַנצביל, איז בפֿירוש אויך נישט קיין אומלײַטישער יונגער־מאַן…
אין „אייניקײַט‟ [5] אַ שוואַרץ רעמל אַרום דעם נאָמען משה כאַשטשעוואַצקי [6]. ער איז געפֿאַלן אין שלאַכט. ווען? נישט לאַנג איז דאָך געווען געמאָלדן, אַז ער פֿאָרט אַריבער קיין כאַרקאָוו צוזאַמען מיט די כאַרקאָווער אוקראַיִנישע שרײַבער. גיי פֿרעג בײַ גאָט קשיות!
אָט איז נעכטן, צום בײַשפּיל, געגאַנגען אין סאַראַטאָוו אַ רעגן. דעצעמבער, אין סאַראַטאָוו אַ רעגן?!..
[1] פֿייגע האָפֿשטיין (1897־1995) — די פֿרוי פֿון דוד האָפֿשטיין
[2] „זײַ גרייט‟־ביבליאָטעק — אַ בײַלאַגע בײַ דער כאַרקאָווער יוגנט־אויסגאַבע „זײַ גרייט‟, פֿלעגט דערשײַנען אין די 1930ער יאָרן
[3] ניקאָלײַ פּאָגאָדין (1900־1962) — סאָוועטישער דראַמאַטורג
[4] „זאַגס‟ — אַדמיניסטראַטיווע אינסטיטוציע פֿון פֿאַרשרײַבן בירגערלעכע אַקטן
[5] „אייניקײַט‟ — די ייִדישע צײַטונג, וואָס פֿלעגט אַרויסגיין אונטערן דאַך פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט פֿון 1942 ביז 1948
[6] משה כאַשטשעוואַצקי (1897־1943) — דיכטער, פּראָזאַיִקער, דראַמאַטורג1948