פּאָלעמישע נאָטיצן

יעווגעני קיסין

אָנשטאָט אַ הקדמה

צװישן אַלע מעגלעכקײטן, װאָס די אינטערנעץ האָט באַשאַפֿן, האָט זי דערלױבט זייער פֿיל מענטשן אויסצודריקן עפֿנטלעך זײערע מײנונגען. דעם מענטשן איז בכלל זייער טײַער זײַן אייגענע מיינונג, דעריבער האָט ער ליב זי אויסדריקן װאָס מער עפֿנטלעך. איצט, אַ דאַנק דער אינטערנעץ, קאָן עס טאָן יעדער איינער, אַפֿילו אַ נאַר.

איך בין אויך אַ מענטש און האָב מיינונגען װעגן פֿאַרשיידענע זאַכן. איך האַלט זיך ניט פֿאַר אַ גרױסן חכם, נאָר כ׳מיין, אַז קײן נאַר בין איך אױך ניט. אפֿשר װעלן אײניקע מײנונגען מײַנע זײַן אינטערעסאַנט אויך אַנדערע מענטשן. אויסדריקן װעל איך זיי אויף ייִדיש, װײַל די דאָזיקע שפּראַך, מײַן באָבע–לשון, איז מיר אַ סך טײַערער װי מײַנע מײנונגען.

1. מיט שמוציקע הענט טוט מען ניט קיין ריינע זאַך

אינעם ערשטן נומער פֿונעם זשורנאַל „די ייִדישע גאַס‟ (אָנגעהויבן דערשײַנען אין די פּאָסטסאָוועטישע צײַטן אָנשטאָט דער „לעגענדאַרער‟ אויסגאַבע „סאָוועטיש היימלאַנד‟) האָט מען פּובליקירט די מסירות אויף „סאָוועטיש היימלאַנד‟, געשיקט אין די מיט־1970ער יאָרן אינעם צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די מסירות זײַנען געווען אונטערגעחתמעט מיטן נאָמען „מ. גליוואַקאָווסקי‟, און אין זיי האָט מען באַשולדיקט „סאָוועטיש היימלאַנד‟ אין „עבֿריתּיזאַציע פֿון ייִדיש‟ און „אַפּאָלאָגעטיק פֿונעם פּאָעט-ציוניסט ח.-נ. ביאַליק‟.

אינעם אַרײַנפֿיר-וואָרט צו די מסירות ווערט דערציילט, אַז דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟, אַהרן ווערגעליס האָט געפֿרעגט אינעם צענטראַל־קאָמיטעט, ווער איז דער מ. גליוואַקאָווסקי, ווײַל ער האָט וועגן אַזאַ מענטשן קיין מאָל ניט געהערט. מע האָט געענטפֿערט ווערגעליסן, אַז זיי האָבן אויך גאָרנישט ניט געוווּסט וועגן מ. גליוואַקאָווסקין, נאָר יענער האָט געזאָגט, אַז קאָנסולטירט האָט אים געהאַט משה בעלענקי (1910־1996) — זייער אַ באַוווּסטער געלערנטער, איבערזעצער, שרײַבער, פּובליציסט — און אַ פּערזענלעכער שׂונא פֿון ווערגעליסן.

במשך פֿון אַ סך יאָר נאָכן לייענען וועגן דעם בין איך געווען ניט בכּוח צו פֿאַרשטיין: סטײַטש, אַזאַ מענטש ווי בעלענקי (שלמה מיכאָעלסעס אַ ליבלינג און אַ חבֿר, אַ געוועזענער אַסיר פֿון „גולאַג‟) — ווי אַזוי האָט ער געקאָנט טאָן אַזאַ מיאוסע זאַך?! ס׳איז קלאָר, אַז די באַשולדיקונגען אין יענע מסירות זײַנען ניט געווען בעלענקיס עכטע אָנשויונגען; ער אַליין פֿלעגט ניצן זייער אַ סך העברעיִזמען אין זײַנע ווערק אויף ייִדיש (למשל, אין זײַנע הקדמות צו ש. האַלקינס, דעם נסתּרס, נ. זאַבאַרעס ביכער, וואָס זײַנען אַרויסגעלאָזט געוואָרן אינעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד גראָד אין יענער צײַט, אין די 1970ער יאָרן). אַזוינס האָט זיך מיר פּשוט ניט געלייגט אויפֿן שׂכל — ביז איך האָב זיך ניט אָנגעשטויסן…

אין אַלעקסאַנדר סאָלזשעניצינס ראָמאַן „אין דעם קרײַז דעם ערשטן‟ האָט איינער פֿון די פּערסאָנאַזשן, דער אַסיר רוסקע דאָראָנין, מסכּים געווען צו ווערן אַ מסור, כּדי אויסצוניצן אַזאַ „אַמט‟ צוליב דעם טובֿת-הכּלל. ער האָט וועגן דעם תּיכּף דערציילט זײַנע חבֿרים. זיי האָבן באַשלאָסן צו נעמען נקמה פֿון איינער אַ בייזער פֿרוי, וואָס איז שלעכט באַגאַנגען זיך מיט די אַסירים און פֿלעגט אויף זיי צוטראָגן. רוסקע האָט אָנגעשריבן אויף איר אַ ליגנערישע מסירה, און מ׳האָט זי אַראָפּגענומען פֿון דער אַרבעט.

ס׳איז קלאָר, אַז משה בעלענקי האָט לחלוטין ניט געוואָלט מע זאָל פֿאַרמאַכן „סאָוועטיש היימלאַנד‟, און אויף אַזאַ זאַך וואָלט די מאַכט סײַ ווי ניט אײַנגעגאַנגען, באַזונדערס דעמאָלט, אין דער צײַט פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם „דעטאַנט‟, ווײַל דאָס וואָלט פֿאַרטײַטש געוואָרן פֿונעם מערבֿ ווי אַן אַנטיסעמיטישע אַקציע. וואָס יאָ: מע וואָלט געקאָנט אַראָפּנעמען ווערגעליסן פֿון דער אַרבעט — און אויף דעם, זעט אויס, האָט טאַקע בעלענקי אויסגערעכנט. דערבײַ האָט ער אויך געהאָפֿט צו פֿאַרנעמען די שטעלע פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר. בעלענקי האָט זיך ניט געשעמט אַזוי אויפֿצופֿירן, מחמת ווערגעליס אַליין פֿלעגט כּסדר שרײַבן און פֿאַרעפֿנטלעכן כּל-המינים פּראָפּאַגאַנדיסטישע שטותים. פֿאַר וואָס זשע ניט אויסנוצן „זײַן געווער‟ קעגן אים אַליין, אַבי פֿון אים פּטור צו ווערן (פּונקט אַזוי, ווי סאָלזשעניצינס רוסקע און זײַנע פֿרײַנד האָבן געטאָן מיט יענער פּאַסקודניאַטשקע)?!

פֿון דעסטוועגן, ווי באַוווּסט, טוט מען ניט קיין ריינע זאַך מיט שמוציקע הענט. שוין אָפּגערעדט, אַז ניט אַלע לייענערס פֿון „די ייִדישע גאַס‟ וואָלטן זיך אַרײַנגעטראַכט אין די פֿריִער דערמאָנטע פּרטים. דעריבער, הגם אין תּוך גענומען, איז בעלענקי געווען אַן אויסערגעוויינטלעכער און ווירדיקער מענטש, וואָס האָט איבערגעטראָגן אַ סך יסורים פֿון דער מאַכט, האָב איך מורא, אַז די דאָזיקע מעשׂה וועט שוין בלײַבן ווי אַ שאַנדפֿלעק אויף זײַן ביאָגראַפֿיע…

2. אינסטינקטן און שׂכל

אַנדריי סאַכאַראָוו [1] האָט אַ מאָל געזאָגט: „די היסטאָרישע דערפֿאַרונג פֿון אונדזער לאַנד האָט אונדז אָפּגעוווינט פֿון אַן איבעריקן לינקיזם.‟. מעגלעך דערפֿאַר זײַנען טאַקע ס׳רובֿ אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין ישׂראל, אַמעריקע אאַז״וו. — רעכטע.

אָן שום ספֿק זײַנען די ישׂראלים, וואָס שטאַמען פֿון דײַטשלאַנד, ווי אויך זייערע קינדער מחמת דער זעלבער סיבה, דווקא לינקע; נאָך נאַציזם, אויפֿן אינסטינקטיוון אופֿן שטויסן זיי אָפּ פֿון זיך אַפֿילו די מעסיק-רעכטע אידעאָלאָגיע.

קלוג איז דער, וואָס איז מסוגל זיך אויפֿצוהייבן איבער זײַנע אינסטינקטן און זען דאָס לעבן אַזאַ, ווי עס איז בכלל, און ניט נאָר אין פּאָליטיק.

3. אַבי ניט אַרויסטראָגן דאָס מיסט פֿון דער שטוב

במשך פֿון לאַנגע יאָרן פֿלעג איך האַלטן מאיר ווילנערן [2] פֿאַר אַ פֿולקומען מנוּוול. מיט אַ צײַט צוריק, בשעתן לייענען זײַנע ווערטער וועגן דער „אָפּוועזנהייט פֿון דעמאָקראַטיע‟ אינעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, איז מײַן נאַטירלעכע רעאַקציע געווען: „איז ווי זשע האָסטו געהאַט די העזה אונטערהאַלטן זיי, אויב ד׳האָסט געוווּסט, אַז דאָרט איז ניטאָ קיין דעמאָקראַטיע?!‟ שפּעטער איז צו מיר סוף-כּל-סוף דערגאַנגען, אַז ווילנער האָט פּשוט געהאַט גאָר אַן אַנדער ווערטן־סיסטעם: פֿאַר אים איז דאָס וויכטיקסטע געווען ניט אַזוי דעמאָקראַטיע, ווי סאָציאַליזם.

נאָך שפּעטער האָּב איך געלערנט וועגן דעם, אַז אין די אָנהייב 1980ער, בשעתן באַזוכן מאָסקווע, האָבן ווילנער און אַכמעד סאַאַד [3] געהאַט געמאָלדן די סאָוועטישע פֿירערס וועגן דער פֿאַרדאָרבענער ווירקונג פֿונעם אַנטיסעמיטיזם אינעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אויף דער טעטיקייט פֿון זייער פּאַרטיי. דאַן האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ווילנער פֿלעגט זיך אויפֿפֿירן אין שײַכות צום סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פּונקט אַזוי, ווי אלי וויזעל ז״ל בנוגע מדינת–ישׂראל.

וויזעל אַליין האָט מיר אַ מאָל געזאָגט: „אויב מיר געפֿעלט ניט עפּעס אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, נעם איך אַן אַוויאָן, פֿלי קיין ישׂראל, גיי צום פּרעמיער–מיניסטער און זאָג אים אַרויס מײַן מיינונג. נאָר אויב אַ קריטיק פֿון ישׂראל וועט דערשײַנען אין ניו–יאָרק טײַמס אונטער מײַן נאָמען, קאָנט איר זיך פֿאָרשטעלן, ווי דערקוויקט וועלן ווערן די אַנטיסעמיטן: ׳אַפֿילו אלי וויזעל זאָגט, אַז…׳ — איך וויל זיי ניט פֿאַרשאַפֿן דעם דאָזיקן פֿאַרגעניגן…‟

אויב אַזוי, האָט מאיר ווילנער, מיט זײַנע אָנשויונגען און פּריאָריטעטן, בפֿירוש ניט געוואָלט פֿאַרשאַפֿן קיין פֿאַרגעניגן די אַנטיקאָמוניסטן.

4. חלומות און ווירקלעכקייט

מע זאָגט, אַז אונדזערע וויכטיקסטע וווּנטשן ווערן תּמיד מקוים, נאָר ניט אַזוי, ווי מיר דערוואַרטן עס.

אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, ווען מע פֿלעגט מיך פֿרעגן, צי איך וואָלט געוואָלט חתונה האָבן למען–השם מיט אַ ייִדישקע, פֿלעג איך ענטפֿערן: לאַוו–דווקא מיט אַ ייִדישקע, נאָר מיט אַזאַ פֿרוי, וואָס זאָל פֿאַרשטיין, פֿילן און ליב האָבן די ייִדישע אייגנאַרטיקייט.

אויף אַן ענלעכן אופֿן פֿלעג איך ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע, צי ס׳איז וויכטיק פֿאַר מיר, אַז מײַן קינפֿטיקע פֿרוי זאָל זײַן אַ מוזיקאַנט: ס׳איז ניט קיין מוז–זאַך, אַבי זי זאָל פֿאַרשטיין, פֿילן און ליב האָבן מוזיק. אין לעצטן סך–הכּל איז די באַשערטע מײַנע אַ האַלב–ייִדישקע, וואָס איז ניט געוואָרן קיין פּראָפֿעסיאָנעלער מוזיקאַנט, נאָר שטאַמט פֿון זייער אַ מוזיקאַלישער משפּחה און האָט פֿאַרענדיקט אַ זיבן־יאָריקע מוזיק–שול.

איצט האָב איך אַ חלום, אַז מיר זאָלן האָבן (אַמווייניקסטן) צוויי קינדער, איינס פֿון זיי זאָל חתונה האָבן מיט אַ שוואַרצן/שוואַרצער, דאָס אַנדערע — מיט אַן אַזיאַט/קע, און אַלע אונדזערע אייניקלעך זאָלן ריידן ייִדיש! שטעל איך זיך פֿאָר: אָט זיץ איך, אַן אַלטער זיידעניו, בײַם טיש אויבנאָן און קוועל אָן, אַז מײַנע טײַערע אייניקלעך — מולאַטן, פֿון איין זײַט, און מיט האַלב–קאָסע צעשטעלטע אויגן, פֿון דער צווייטער זײַט — זינגען מיט זייערע חנעוודיקע קולעכלעך: „און איך האָב דאָס קעסטעלע גוט באַטראַכט, און איך האָב עס אין אויוון אַרײַנגעקנאַקט, און ס׳איז וואַרעם אין מײַן שטיבל, האָט ניט קיין פֿאַראיבל, טשירי–בירי–טשירי–בירי–באָם–באָם–באָם!’‟.

אינטערעסאַנט, ווי אַזוי וועט דער דאָזיקער חלום מײַנער מקוים ווערן?

5. בײַם לייענען „קיניג ליר‟

מיכאָעלס האָט אינטערפּרעטירט קיניג לירס אויפֿפֿירונג אַזוי: דער פֿאַקט, וואָס ער האָט באַשלאָסן צאָלן פֿאַר חניפֿה, ווײַזט, אַז ווערטער פֿון ליבע האָבן בײַ אים קיין שום ווערט ניט געהאַט. ער פֿאַרשעלט און באַשטראָפֿט קאָרדעליען ניט ווײַל ער גלייבט, אַז זי האָט אים ליב ווייניקער ווי אירע שוועסטער, נאָר פֿאַר דעם, וואָס זי האָט זיך אָפּגעזאָגט צו שפּילן לויט זײַנע כּללים.

לייען איך איבער „קיניג ליר‟ און איבערצײַג זיך ווידער און אָבער: גערעכט, אײַ ווי גערעכט איז געווען מיכאָעלס! נאָך דעם, ווי קאָרדעליע דערקלערט דעם פֿראַנצייזישן קיניג, אַז „פֿאַרפֿלוכט, פֿאַרפֿרעמדט און אָפּגעשטויסן איז זי‟ דערפֿאַר, ווײַל זי „קאָן ניט אונטערגראָבן זיך מיט רייד און קאָן ניט בעטלען מיט די אויגן‟, — מעלדעט ליר: „בעסער וואָלסטו ניט געקומען אויף דער וועלט גאָר, איידער מיר אַזוי צו ווידערשפּעניקן‟. דערנאָך טרײַבט ער אַרויס פֿון לאַנד קענטן, וואָס האָט במשך פֿון לאַנגע יאָרן אים געהאַט געדינט מיט לײַב און לעבן, ווײַל יענער האָט „שטעלן זיך געוואַגט צעווישן אונדז און אונדזערע באַשלוסן‟. און שפּעטער, ווי נאָר האָנעריליע הייבט אָן אים „ווידערשפּעניקן‟, קלאָגן זיך אויף דער ווילדער אויפֿפֿירונג פֿון זײַן סוויטע און, בעטנדיק צו פֿאַרקלענערן איר צאָל, — באַשיט זי ליר מיט גאָר מאָנסטעריעזע קללות: „איר מוטער-טראַכט זאָל קיין מאָל ניט באַפֿרוכפּערט ווערן, קיין מאָל ניט גרויסן מיט קיין לײַבלעך קינד‟ וכדומה.

אין דער רוסישער שפּראַך איז דאָ אַ בילדעריש וואָרט, וואָס האָט ניט קיין עקוויוואַלענטן ניט אין ייִדיש, ניט אין ענגליש, ניט אין פֿראַנצייזיש (אפֿשר ווײַל דווקא אין רוסלאַנד איז אַזאַ מענטשישער טיפּ תּמיד געווען זייער פֿאַרשפּרייט). דאָס וואָרט קלינגט אַזוי — „סאַמאָדור‟.

אינעם רוסיש-ייִדישן ווערטערבוך, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1984, ווערט דאָס וואָרט איבערגעזעצט ווי „(אַן אייגנוויליקער) דעספּאָט‟. יאָ, פּונקט אַזוי — ניט בלויז אַ דעספּאָט, נאָר אַזאַ דעספּאָט, וואָס לעבט לויטן פּרינציפּ: „אָט אַזוי האָט זיך פֿאַרוואָלט מײַן לינקער פּיאַטע, און אַזוי זאָל עס זײַן! און דער, וואָס האָט די העזה מיר דערווידערן, איז אַ מנוּוול און אַ דם-שׂונא, וואָס פֿאַרדינט די האַרבסטע שטראָף!‟.

גראָד אַזאַ ליר האָט באַשאַפֿן שעקספּיר, און טאַקע דערפֿאַר האָט ער אים אויף אַזאַ ביטערן אופֿן באַשטראָפֿט.

6. מיטפֿילן דעם „קליינעם מענטשן‟

אַ סך מענטשן, וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן און האָבן באַקומען בילדונג אין רוסלאַנד, האַלטן, אַז „דאָס מיטפֿילן דעם קליינעם מענטשן‟ איז איינע פֿון די וויכטיקסטע מעלות אין דער רוסישער ליטעראַטור.

איך פּערזענלעך האַלט, אַז אַזאַ קריטעריע איז אַבסורדיש. זי האָט בכלל קיין שום שײַכות ניט צו ליטעראַטור, אירע מעלות און חסרונות. פֿון דעסטוועגן, וואָלט איך געעצהט יענע שאַצערס פֿון וואָרטקונסט, וועמען אָט דער „מיטגעפֿיל‟־פֿאַקטאָר איז אַזוי טײַער, און וואָס טענהן, אַז צוליב דעם איז די רוסישע ליטעראַטור שיִער ניט די סאַמע בעסטע אויף דער וועלט, — זיי זאָלן דורכלייענען „באָנטשע שווײַג‟. דער דאָזיקער שעדעווער פֿון י.-ל. פּרץ [4] איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף רוסיש נאָך מיט העכער הונדערט יאָר צוריק. אין אַזאַ קאָנצענטרירטער פֿאָרעם און אין אַזאַ קאָסמישן מאַסשטאַב — דערגרייכנדיק אַזש ביז דעם אייבערשטן און דעם הימל-געריכט מיט אַלע פּרטים! — האָב איך אָט דאָס „מיטגעפֿיל צום קליינעם מענטשן‟ נישט געטראָפֿן ניט בײַ דאָסטאָיעווסקין, ניט בײַ לעוו טאָלסטויען, ניט בײַ קיינעם נאָך.

[1] אַנדריי סאַכאַראָוו (1921־1989) — אָנגעזעענער סאָוועטישער געלערנטער, געזעלשאַפֿטלעכער טוער, קעמפֿער פֿאַר מענטשנרעכט, נאָבעל־געווינער פֿאַר שלום (1975)

 [2] מאיר ווילנער (1918־2003) —קאָמוניסטישער טוער אין ישׂראל

[3] אַכמעד סאַאַד — אַן אָנגעזעענער טוער פֿון דער ישׂראלדיקער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, דער הויפּט–רעדאַקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער קאָמוניסטישער צײַטונג אויף אַראַביש „אַל איטיכאַד‟.

יצחק־לייבוש פּרץ (1852־1915) — קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור [4]

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s