
מרדכי דוניץ ז״ל — דער קאַזיאָנער ייִדישיסט
ס׳איז טרויעריק אויפֿן האַרצן — געשטאָרבן איז מרדכי דוניץ. טרויער נאָך אַ נאָענטן מענטשן וועקט דערמאָנונגען…
מרדכי איז געווען דער מענטש, וואָס האָט מיר אויסגעשטרעקט זײַן ברודערלעכע האַנט שוין אין די ערשטע טעג פֿון מײַן עולה זײַן קיין ישׂראל. אויסגעשטרעקט זי נישט נאָר, כּדי צו ווינטשן מיר און מײַן משפּחה אַ ברוכים הבאָים; ער האָט מיך פֿאַר דער האַנט אָנגענומען און געבראַכט צו פֿירן אין בילדונג־מיניסטעריום מיך אײַנאָרדענען צו זײַן אַ ייִדיש־לערער אין עטלעכע ירושלימער שולן. מײַן ערשטער „דזשאָב‟ אין ישׂראל אונטער זײַן פֿליגל ווי אַן אינספּעקטאָר פֿון ייִדיש־לימוד.
שפּעטער מיט עטלעכע יאָר, ווען איך האָב אָנגעהויבן אַרויסצולאָזן דעם זשורנאַל פֿאַר קינדער „קינד־און־קייט‟ האָט דעם שהחיינו אויפֿן ערשטן נומער געמאַכט מרדכי: „דאָס דערשײַנען פֿון אַזאַ זשורנאַל פֿאַר קינדער און יוגנטלעכע איז באמת אַ היסטאָרישע געשעעניש, ווײַל דאָס איז צום ערשטן מאָל אין ישׂראל, ווען די תּלמידים, וואָס לערנען אין די שולן, וועלן האָבן זייער אייגענע פּובליקאַציע, וווּ עס וועט ווערן אָפּגעשפּיגלט זייער אינטערעס און ליבע צו דעם ייִדישן לימוד; וווּ זיי וועלן קענען אויסדרוקן זייערע מיינונגען און, מעגלעך, אָפּדרוקן זייערע אייגענע שאַפֿונגען אין דער ייִדישער שפּראַך.‟
מע קאָן מיט רעכט זאָגן, אַז דער ייִדיש־לימוד אין די ישׂראל־שולן האָט אויפֿגעבליט דווקא אַ דאַנק זײַן אויפֿזיכט איבער די ייִדיש־קלאַסן אין לאַנד. צו דער צײַט, ווען דוניץ האָט איבערגענומען די שטעלע פֿון אַן איספּעקטאָר, האָט מען אין ישׂראל געלערנט ייִדיש בלויז אין דרײַ שולן. במשך פֿון יאָרן, ביז זײַן פּענסיאָנירן, האָט ער אײַנגעפֿירט דעם ייִדיש־לימוד אין פֿופֿציק שולן איבערן לאַנד. קיין מאָל נישט פֿריִער און אויך נישט שפּעטער האָט ייִדיש אין ישׂראל נישט דערגרייכט צו אַזאַ פּרעסטיזשפֿולן סטאַטוס.
נאָך מער: דוניץ האָט זיך דערשלאָגן, אַז ייִדיש זאָל פֿאַררעכנט ווערן ווי אַ מאַטורע־עקזאַמען, באַגלײַך מיט אַנדערע לימודים. ער האָט געשאַפֿן אַ גאַנצע נעץ ייִדיש־לערערס און רעגולער זיי צונויפֿגענומען אויף סעמינאַרן. ער האָט געזאָרגט צו באַוואָרענען די לערערס מיט לערן־מאַטעריאַלן, נישט געקוקט אויף דעם נעבעכדיקן ביודזשעט, וואָס דאָס בילדונג־מיניסטעריום פֿלעג אים אויסטיילן.
כ׳געדענק, ווי ער פֿלעגט שעהען לאַנג שטיין בײַם קאָפּיר־מכשיר און „פּראָדוצירן‟ לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר זײַנע ייִדיש־לערערס. אַוודאי, האָבן די פּאַפּירן אויסגעזען גרוי און אַלטמאָדיש, אָבער וועמען האָט עס פֿון זײַן נאַטשאַלסטווע געאַרט. פֿאַר אַ שטיפֿקינד איז דאָס אויך גענוג געווען. מרדכי איז אָבער בײַ זיך נישט געפֿאַלן; אַ דאַנק זײַן אויטאָריטעט און קאָנטאַקטן פֿלעגט ער אויסזוכן וועגן צו דערהייבן דעם פּרעסטיזש פֿון ייִדיש־לימוד בכלל און פֿון דעם ייִדישן לערער בפֿרט.
ס׳איז נישט צו פֿאַרגעסן, ווען אין יאָר 1996 האָבן זיך אין תּל־אָבֿיבֿ צונויפֿגענומען אויף זייער יערלעכן צוזאַמענקום בערך 300 תּלמידים פֿון די העכערע קלאַסן. די אונטערנעמונג, געווידמעט דעם 80סטן יאָרצײַט פֿון שלום־עליכמען, איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם אינספּעקטאָראַט פֿאַר דעם ייִדישן לימוד בײַם בילדונקס־מיניסטעריום, צוזאַמען מיט דער תּל־אָבֿיבֿער מיטלשול עירוני אַ׳ און דעם ייִדישן טעאַטער „ייִדישפּיל‟.
מרדכי איז געווען פֿאַרקאָכט אין דער טעטיקייט לטובֿת ייִדיש. אַ באַזונדער אָרט אין זײַן לעבן האָט פֿאַרנומען די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים. אויך אַהין אין דעם הויז אויף שלום־עליכם־גאַס, וווּ עס פֿלעגן יעדן מאָנטיק פֿאָרקומען ייִדישע אונטערנעמונגען, האָט מיך געבראַכט צו פֿירן דוניץ. ער האָט מיט דער געזעלשאַפֿט אָנגעפֿירט און צונויפֿגעשטעלט די פּראָגראַמען איבער 30 יאָר. אויפֿצוטרעטן דאָרט איז געווען אַ באַזונדערער כּבֿוד!
אין 2012 האָט מען דאָרט געפֿײַערט זײַן 90סטן געבוירן־טאָג. איך האָב שוין צו יענער צײַט נישט געוווינט אין ירושלים, אָבער אַ באַריכט פֿון דער פֿײַערלעכער אונטערנעמונג האָט צוגעשיקט אין „פֿאָרווערטס‟ פּעסי פּאָרטנוי. אָט וואָס זי שרײַבט: „איבערראַשט מער פֿון אַלע איבער די לויבווערטער איז געווען דער בעל־שׂימחה אַליין. ער איז געזעסן אַ שווײַגנדיקער, ווי אין אַ פֿאַרלעגנהייט, זיך צוגעקוקט פֿאַרוווּנדערט אויפֿן גרויסן עולם וואָס איז געקומען אים אָפּגעבן כּבֿוד, ווי נישט גלייבנדיק: איז טאַקע דאָס אַלץ פֿאַר מיר?‟
דאָס לעבן איז די גרעסטע מציאה, מע קריגט עס אומזיסט. אפֿשר דערפֿאַר קומט אויס אַזוי טײַער באַצאָלן פֿאַר יעדער רגע. פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע זעט מען, אַז דוניצן איז אויסגעקומען צו באַצאָלן אין זײַן לעבן מיט אַ ברייטער האַנט. אין די זעקס יאָר פֿון מײַן וווינען אין ירושלים פֿלעגן מיר זיך אָפֿט טרעפֿן. ער איז געווען אַ גוטער דערציילער, און איך מסתּמא — אַ גוטער צוהערער. הײַנט, זאָגט מען, קאָן מען אַלץ געפֿינען אין „גוגל‟. בעת אונדזערע טרעפֿונגען, פֿלעגט מרדכי „אויסגוגלען‟ זײַנע לעבנס־רגעס פֿון דער נשמה…
מרדכי דוניץ איז געבוירן געוואָרן אין 1922 אין אַ שטעטל אין מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד מיטן נאָמען זשעטל, דאָרט האָט ער פֿאַרענדיקט די תּרבות־שול און די גימנאַזיע. בעת דער מלחמה זײַנען אומגעקומען זײַנע עלטערן, און ער מיט זײַן עלטערער שוועסטער זײַנען אין יאָר 1943 פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין אַן אַרבעטס־לאַגער אין נאָוואָגראָדאָק; אין גיכן האָט דער שוועסטער זיך אײַנגעגעבן צו אָרגאַניזירן, אַז דער ברודער, צוזאַמען מיט נאָך עטלעכע חבֿרים, זאָלן אַנטלויפֿן. ער איז דערגאַנגען צו בעלסקיס פּאַרטיזאַנער־אָטריאַד און נאָך אַ קורצער צײַט אַוועק אין די ליפּטשאַנקער וועלדער. דאָרט האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין אַ פּאַרטיזאַנער־גרופּע, וואָס ס׳רובֿ איז באַשטאַנען פֿון די געראַטעוועטע זשעטלער ייִדן.
נאָך דער מלחמה איז דוניץ געווען טעטיק אין די פּליטים־לאַגערן, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ לערער פֿון העברעיִש. צו יענער צײַט באַטייליקט ער זיך אינעם אַרויסגעבן די ערשטע אין דײַטשלאַנד ייִדישע צײַטונג נאָך דער מלחמה „אין וועג‟. אין 1947 ווערט דער לאַגער צעלאָזט, און די פּליטים ווערן אַריבערגעפֿירט אין ראַיאָן פֿון קאַסעל, מערבֿ־דײַטשלאַנד, וווּ דוניץ האָט געגרינדעט די ייִדישע וואָכנבלאַט „אונדזער האָפֿענונג‟…
איין מאָל, ווען כ׳בין געווען בײַ אים צו גאַסט, האָט ער אַראָפּגעשלעפּט פֿון דער שאַפֿע אַ יאָרגאַנג פֿון אָט דער צײַטונג מיר צו ווײַזן. כ׳האָב געוווּסט, אַז איבער זײַן גאַנץ לעבן האָט ער דורכגעטראָגן דעם חלום צו זײַן אַ ייִדישער שרײַבער. מרדכי האָט מיר דערציילט, אַז באַלד נאָכן קומען קיין ניו־יאָרק אין די סוף 1940ער, האָט אים זײַן פֿעטער געבראַכט צו פֿירן אין „פֿאָרווערטס‟. עמעצער פֿון די מיטאַרבעטער האָט אים דעמאָלט געגעבן אַן עצה ער זאָל זיך בעסער אויסלערנען שנײַדערײַ. „איר וועט האָבן אַ גוטע פּרנסה אין די הענט!‟. זײַן חלום איז אָבער מקוים געוואָרן אין די סוף 1990עק, ווען כ׳האָב אים פֿאַרבעטן צו שרײַבן פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟. זינט דעמאָלט האָט זיך אין דער צײַטונג באַוויזן די רובריק „בריוו פֿון ירושלים‟, אַרײַנגעשיקט יעדע צוויי וואָכן פֿון זייער מחבר מרדכי דוניץ.
אין ניו־יאָרק באַזוכט מרדכי דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר און שפּעטער אַרבעט ער ווי אַ לערער און דירעקטאָר אין אַ צאָל ייִדישע שולן. צו יענער צײַט איז אויף אַ באַזוך צו אירע קרובֿים געקומען פֿון ישׂראל דאָס חנעוודיקע מיידל ציונה. זיי האָבן זיך באַקענט און אין גאָר אַ קורצער צײַט איז געוואָרן אַ שידוך. אין אַמעריקע האָבן זיי געשאַפֿן זייער משפּחה־נעסט און ס׳האָט אויסגעזען, אַז אויך אין אַמעריקע וועלן זיי זיך עלטערן מיט זייערע דרײַ זין.
אין 1978 איז די משפּחה דוניץ עולה געווען קיין ישׂראל. מרדכי איז אָנגעגאַנגען ווײַטער מיט זײַן פּעדאַגאָגישער אַרבעט. ער ווערט נאָמינירט דורכן דערציִונגס־מיניסטעריום ווי אַן אינספּעקטאָר פֿאַר אַבסאָרבירן די נײַ־געקומענע קינדער אין ישׂראלדיקן שולוועזן און שפּעטער ווי אַן אינספּעקטאָר פֿאַר די ייִדיש־לימודים…
מײַנע קורצע נאָטיצן אין אָנדענק פֿון מרדכי דוניץ וואָלט איך געוואָלט פֿאַרענדיקן מיט עטלעכע פּאָעטישע שורות פֿון דעם ליד, וואָס די ייִדישע דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים איר אויף לענגערע יאָר, האָט געשאַפֿן צו מרדכי דוניצס 90־יאָריקן יוביליי:
פֿון יענעם מרדכי, אַ שומר און אַ היטער / פֿאַראַן איז אונדזער מרדכי צו זײַן / דער שומר פֿון די ייִדיש־גיטער. / נאָר ניט קיין פּורים־שפּיל / טוט ער שפּילן / ער היט און לערנט קענען / די ייִדישע געפֿילן… .
אַזאַ מענטש איז ער געווען בײַם לעבן און אַזאַ וועלן מיר אים פֿאַרגעדענגען.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
יולי, 2019, ברוקלין, ניו־יאָרק