מיר וועלן ממשיך זײַן אונדזערע נאָטיצן מכּוח נעאָלאָגיזמען און נײַע ווערטערביכער, וואָס באַווײַזן זיך אין פֿאַרשיידענע עקן פֿון דער ייִדיש־מאַפּע. אויך פֿריִער פֿלעגן דערשײַנען נישט ווייניק ייִדישע ווערטער־ביכער — מער פֿון ייִדיש און ווייניקער פֿאַרקערטע, פֿון אַנדערע שפּראַכן אויף ייִדיש.
אויף מײַן פֿאָריקער נאָטיץ אויף דער טעמע האָט זיך אָפּגערופֿן אונדזער לייענער „פֿראַנקפֿורטער‟. אָט וואָס ער שרײַבט:
יאָ, די לינגװיסטן און רעדאַקטאָרן פֿון די װערטערביכער דאַרפֿן אַװדאי אַ טראַכט טאָן מכּוח די נײַ אױפֿגעקומענע װערטער, װאָס שפּיגלען אָפּ געזעלשאַפֿטלעכע אַנטװיקלונגען. נאָר זײ, די לינגוויסטן, דאַרפֿן אין דער זעלבער צײַט שטאַרק אַכטונג גיבן נאָר צו פֿאַרשרײַבן, װאָס זײ געפֿינען אינעם מױל פֿון פֿאָלק און בשום אופֿן נישט אַרײַנלײגן דעם פֿאָלק אין מױל אַרײַן װערטער, װאָס ווי זײ מײנען, אַז דאָס פֿאָלק נײטיקט זיך אין אָט די ווערטער, מחמת זײ זענען שױן פֿאַראַן אין אַנדערע לשונות.
לויט מײַן מיינונג, זייער אַ וויכטיקע באַמערקונג. איין קלייניקייט — וווּ נעמט מען דאָס ייִדיש־רעדנדיקע פֿאָלק? אויב „פֿראַנקפֿורטער‟ רעדן וועגן די חסידים, ריידן זיי טאַקע טאָג־טעגלעך ייִדיש, אָבער די ווערטער (בדרך־כּלל, פֿאַרבונדן טאַקע מיט דער אַנטוויקלונג פֿון דער געזעלשאַפֿט — טעכנאָלאָגיש, סאָציאַל וכּדומה), וואָס זיי נוצן און וואָס פֿליט גיך אַרויס בײַ זיי פֿונעם מויל, קלינגען בלע״ז.
צי הייסט עס דען, אַז דאָס פֿאָלק נייטיקט זיך נישט אין זיי? ריכטיק, דאָס פֿאָלק נייטיקט זיך ווייניק אין ווערטער און באַגריפֿן, פֿאַרבונדן מיט קאָסמאָס, למשל, אָדער מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס און וויסנשאַפֿטן, וואָס אויך גרויסע שפּראַכן לקחענען זיי בדרך־כּלל פֿון ענגליש. אַזוי זײַנען אַמאָל אַרײַן כּמעט אין אַלע שפּראַכן ווערטער און באַגריפֿן פֿון דײַטש, פֿאַרבונדן מיט פֿילאָסאָפֿיע; מחמת די פֿירנדיקע געלערנטע אין דעם תּחום זײַנען געווען די דײַטשישע פֿילאָסאָפֿן. פּונקט ווי בשעתּו אין מוזיק זײַנען געווען די איטאַליענער מוזיקער; איז די מוזיקאַלישע טערמינאָלאָגיע ס׳רובֿ אויף איטאַליעניש.
אַן אַנדער זאַך איז, ווען די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, פֿאַרבונדן מיט ייִדיש — אין אַלע געביטן — קומען כּמעט אויסשליסלעך פֿאָר בלע״ז. מעגלעך, אַז אויף אַזאַ אופֿן זעט מען אויס מיט אַנדערע גלײַך. ממש ווי אין יענעם ווערטל: „וואָס דאַרפֿסטו רעדן גוייִש, מע זאָל זען, אַז דו ביסט אַ ייִד? רעד בעסער ייִדיש, וועט מען זען, אַז דו ביסט אַ גוי!‟
מכּוח ווערטערביכער. ס׳איז מיר אויסגעקומען צו זען אַ ווערטערבוך, די גרייס פֿון אַ דינער העפֿט, אַרויסגעלאָזט אין די 1920קער יאָרן. זײַן ציל איז געווען צו דערקלערן די ייִדישע אַקטיאָרן, וועלכע פֿלעגן אָפֿט אַרומפֿאָרן מיט זייערע פֿאָרשטעלונגען איבער דער וועלט, אַז געוויסע ווערטער, אַדאַפּטירט פֿון אַנדערע שפּראַכן, קאָנען אַרויסרופֿן בײַ די אָרטיקע ייִדן אַ מיספֿאַרשטענדעניש און אַפֿילו אַרײַנברענגען אין אַ צעמישונג.
אייניקע פֿון אַזעלכע ווערטער, וואָס דאָס ווערטערביכעלע האָט רעקאָמענדירט אויסצומײַדן בשעתן שפּילן אין רומעניע, איז געווען דאָס אַדאַפּטירטע ענגלישע וואָרט „פּול‟ — שווימבאַסיין. אין רומעניע מיינט „פּולאַ‟ — פּעניס, אָבער ס׳ווערט באַנוצט ווי אַ גראָבע קללה אינעם מויל פֿונעם פּראָסטן פֿאָלק. נישט שווער זיך פֿאָרצושטעלן ווען פֿון דער בינע קלינגט אַ פּשוטע רעפּליק פֿון אַ העלדין: „ס׳איז הײַנט אין פּול אַ סכּנה געווען זיך צו געפֿינען. כ׳האָב אַזש אָנגעהויבן ציטערן פֿאַר קעלט!‟
און פֿאַרקערט: די רומענישע טעאַטער־טרופּעס, וועלכע פֿלעגן זיך לאָזן שפּילן ייִדיש־טעאַטער קיין אַמעריקע, האָט מען רעקאָמענדירט אַרויסצוּוואַרפֿן פֿון די טעקסטן אַזעלכע ווערטער ווי „פֿאַך‟ און „פֿאַקל‟, זיי זאָלן נישט שנײַדן דעם אויער בײַ דעם אַמעריקאַנער ייִדישן עולם.
אויך בײַם געבן אַ נאָמען אַ נײַער דערפֿינדונג, דאַרף מען הײַנט אין זינען האָבן, אַז ייִדיש איז נאָך אַ שפּראַך, וואָס מע רעדט און מע קאָן זי הערן אין פֿאַרשידענע לענדער איבער דער וועלט. דעריבער, ווען מ׳האָט געזוכט, ווי אַזוי אָנצורופֿן אויף ייִדיש דעם נײַעם מין טעלעפֿאָן, האָבן זיך באַוויזן אַזעלכע ווערטער ווי „מאָבילקע‟, צעלפֿאָן‟ און „צעלקע‟. פֿאַר די רוסיש־קענענדיקע ייִדישיסטן, קלינגט דאָס וואָרט „צעלקע‟ זייער וווּלגאַריש, מחמת אויף רוסיש אינעם מויל פֿון עמך רופֿט מען פּונקט אַזוי, דערצו נאָך מיט אַן איראָנישן קוועטש, אַ „בתולה‟.
כ׳בין אַליין געווען אַן עדות דערצו, ווען אַן עלטערע פֿרוי, וואָס מ׳האָט בײַ איר געפֿרעגט, פֿאַר וואָס האָט זי נישט אָנגעקלונגען צו וואָרענען, אַז זי וועט נישט קומען צו דער טרעפֿונג, האָט צעמישטערהייט געענטפֿערט בזה־הלשון: „ווײַל נעכטן האָב איך פֿאַרלוירן מײַן צעלקע!‟
אַ וואָרט איז דאָך ווי אַ פֿלוי — עס גיט אַ שפּרונג קאָן מען עס שוין נישט כאַפּן!
לאַפּסוס־קאַקטוס