לאַפּסוס־קאַקטוס — 22

דער 21סטער יאָרהונדערט האָט נאָך בולטער אַנטבלויזט די סאָציאַל־געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען מכּוח פֿרויען־רעכט, גענדערישע סטערעאָטיפּן, האָמאָסעקסועלע באַציִונגען וכּדומה.

בלי ספֿק, אַז די אַלע דערשײַנונגען און זייער אַנטוויקלונג געפֿינען אַן אויסדרוק אין די שפּראַכן, און אפֿשר אַפֿילו, קודם־כּל, אין דער שפּראַך. מע דאַרף עס דאָך אָנרופֿן און פֿאָרמולירן; שוין אָפּגערעדט, אַז אַ סך באַגריפֿן און דעפֿיניציעס זײַנען פֿאַרעלטערט געוואָרן, און צומאָל קלינגען זיי אַפֿילו דיסקרימינירנדיק.

אונדזער ייִדיש, ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך, איז אין דעם זין נישט קיין יוצא־מן־הכּלל. געוויס, אַז עס ווערן געשאַפֿן נישט ווייניק נײַע ווערטער און נישט ווייניק ווערטער, וואָס האָבן פֿריִער געהאַט אַ קאָנקרעטן זין, קודם־כּל, פֿאַרבינדן מיט דעם „מענערישן‟ פֿאַך, ווערן אויך באַנוצט פֿאַר דער פֿרוי. למשל, חזנות איז דאָך לכתּחילה געווען אַ באַשעפֿטיקונג נאָר פֿאַר אַ מאַן — חזן. וווּ איז עס געהערט געוואָרן, אַז אַ פֿרוי זאָל שטיין אין שיל בײַם עמוד בכלל און בפֿרט נאָך דאַוונען ווי אַ חזן. ס׳איז דאָך אַפֿילו אַזאַ וואָרט נישט געווען! און דאָך, אַז מ׳האָט געדאַרפֿט, האָט מען עס צוגעטראַכט.

אין ייִדיש, אַז דער מאַן איז געווען אַ שוסטער, איז דער סטאַטוס פֿון זײַן ווײַב געווען „אַ שוסטערקע‟; נישט ווײַל זי האָט זיך אויך פֿאַרנומען מיט שוסטערײַ, נאָר מחמת איר מאַן האָט באַהערשט דעם פֿאַך. אויף דעם סמך איז גרינג געווען צו דערקענען, מיט וואָס באַשעפֿטיקט זיך דער מאַן, אויב זײַן פֿרוי איז די שנײַדערקע, די סטאָליאַרקע, די שלאָסערקע, די טעסלערקע און אויך — די חזנטע… ווען ס׳איז אָבער געקומען די צײַט און די פֿרוי האָט זיך געשטעלט צום עמוד אין שיל, האָט דאָס צוגעטשעפּעט זײַן צו איר מאַנס פֿאַך זיך מיטאַמאָל „אָפּגעטשעפּעט‟, און דאָס וואָרט „חזנטע‟ האָט באַקומען אַן אומאָפּהענגיקן סטאַטוס — אַ פֿרוי אַ חזנטע.

מעגלעך, אַז הײַנט איז מער פֿאַרשפּרייט דאָס העברעיִשע וואָרט „חזניתּ‟. מיר איז אָבער מער ניחא דאָס עמאַנסיפּירטע וואָרט „חזנטע‟.

הלוואַי וואָלט אַזאַ אומאָפּהענגיקן סטאַטוס באַקומען דאָס וואָרט „שוסטערקע‟ אָדער „סטאָליערקע‟, אָדער „טעסלערקע‟ און „שלאָסערקע‟… אָבער צי די ייִדישע פֿרויען האָבן זיך נישט צוגעכאַפּט צו דעם פֿאַך, צי זייערע מענער האָבן זיי נישט צוגעלאָזט, יעדנפֿאַלס, אין דער ייִדישער ליטעראַטור האָבן די פֿרויען זיך אויף דעם אַרבעטער־פֿעלד נישט אויסגעצייכנט.

אַן אַנדער זאַך — שנײַדערײַ. אויפֿן סמך פֿונעם וואָרט „שנײַדערקע‟ איז פֿונעם פֿראַנצייזישן וואָרט modiste געשאַפֿן געוואָרן דאָס ייִדישע — „מאָדיסטקע‟. איין קלייניקייט, די מאָדיסטקעס פֿלעגן נייען נאָר פֿאַר פֿרויען. אַן אַנדער פֿאַרשפּרייט וואָרט פֿאַר אַ פֿרוי, וואָס ציט די חיונה פֿון שנײַדערײַ, איז „נייטאָרין‟. אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז גוט באַקאַנט י. ל. פּרצעס ליד „די דרײַ נייטאָרינס‟.

עס זײַנען אָבער אויך דאָ ווערטער, וואָס באַטאָנען די אויסשליסלעכקייט פֿון דעם פֿאַך בײַ פֿרויען, למשל, „פּראָסטיטוטקע‟ אָדער „שליוכע‟. פֿון איין זײַט, כ׳וואָלט געזאָגט, מער סאָציאַל, שטרײַכט עס אונטער דעם מיין, אַז נאָר פֿרויען פֿאַרנעמען זיך מיט אָט דער אוראַלטער פּראָפֿעסיע. פֿון דער צווייטער זײַט, ווערט פֿאַרדעקט דער פֿאַקט, אַז גענוג מענער פֿאַרנעמען זיך דערמיט, ווי אַ פּרנסה.

ווי אַזוי זשע רופֿט מען זיי אויף ייִדיש, אָט אַזעלכע מענער?

כ׳מיין, אַז די לינגוויסטן און צונויפֿשטעלער פֿון מאָדערנע ייִדישע ווערטער־ביכער וואָלטן געדאַרפֿט עס אין זינען האָבן. אַנדערש באַקומט זיך עס נישט יושרדיק און נישט טאָלעראַנט!

אײַער לאַפּסוס־קאַקטוס кактус

2 Comments

  1. יאָ, די לינגװיסטן רעדאַקטאָרן פון די װערטערביכער דאַרפן אװדאי אַ טראַכט טאָן מכוח נײ אױפגעקומענע װערטער װאָס זײ שפּיגלען אָפּ געזעלשאַפֿטלעכע אַנטװיקלונגען. נאָר זײ דאַרפן צו דער זעלבער צײט שטאַרק אַכטונג גיבן נאָר צו פאַרשרײבן װאָס זײ געפינען אינעם מױל פון פאָלק און בשום אופן נישט אַרײנלײגן דעם פאָלק אין מױל אַרײן װערטער װאָס זײ מײנען אַז דאָס פאָלק נײטיקט זיך אין זײ, מחמת זײ זענען שױן פאַראַן אין אַנדערע לשונות.

    Like

Leave a comment