משה לעמסטער
געווען איז בײַ אונדז אין שטעטל יעדינעץ אַ ייִדענע מיטן נאָמען קריינע. געוויינטלעך, כּמעט ווי אַלע שטעטלדיקע ייִדן, האָט זי געהאַט אַ צונאָמען. אָפֿט מאָל האָבן די צונעמען זיך געקאָנט אויסווײַזן אַ ביסל מאָדנע, נאָר עס זענען געווען, ווי איך מיין, אַזעלכע באַרעכטיקטע סימנים, וועלכע האָבן אָפּגעשפּיגלט עפּעס אַ בולטן חסרון פֿון דעם אָדער יענעם ייִדן. צום בײַשפּיל: מאָטל־קוואָטשקע, משה־קראַצער, יאַנקל־פּגר, צי יענטע די קאַקציע… מיט אַזאַ מאָדנעם צונאָמען האָט מען אויך געקרוינט אונדזער קריינען: דהײַנו, קריינע־יאָפּטוואָיומאַט. וואָס גאָר אַזאַ צונאָמען מיט אַ גראָב רוסיש זידלווערטל?
געשטאַמט האָט קריינע פֿון אַ דאָרפֿישער בעל־הבתּישער משפּחה. דאָס דאָרף קוקאָנעשט, ווי זיי האָבן געוווינט, האָט זיך געפֿונען ניט ווײַט פֿון יעדינעץ. ווען אין יאָר 1941 זענען געקומען די רומענישע פֿאַשיסטן, האָט מען די עטלעכע דאָרפֿישע ייִדן געטריבן, צו ערשט, קיין יעדינעץ, און פֿון דאָרטן, מיט די אַלע ייִדן פֿון דער געגנט, ווײַטער, אין די געטאָס פֿון טראַנסניסטריע. אויף די וויסטע וועגן אַהינצו זענען אירע טאַטע־מאַמע אומגעקומען. ווען אין 1944 האָָט מען באַפֿרײַט בעסאַראַביע פֿון די רומענישע מערדער, איז זי געבליבן וווינען אין יעדינעץ בײַ אירער אַ שוועסטער. ניט געוואָלט זיך צוריקקערן אין דאָרף אַרײַן, וווּ אין די ערשטע מלחמה־טעג האָבן אייניקע אָרטיקע מאָלדאַוואַנען באַראַבעוועט זייער שטוב און שיר ניט דערהרגעט איר טאַטן.
געקענט האָט זי נאָר צוויי שפּראַכן: ייִדיש און רומעניש. אין אונדזער סאָוועטישן שטעטל האָט זיך דעמאָלט אַלץ געפֿירט אויף רוסיש. וווּהין מע זאָל ניט גייען — אין ראַיאָן־קאָמיטעט, אויספֿיר־קאָמיטעט, שטאָטראַט און אַפֿילו אין די קראָמען און קלייטן האָט מען גערעדט נאָר רוסיש. צי קריינע האָט ניט געוואָלט זיך אויסלערנען די רוסישע שפּראַך, צי די רוסישע שפּראַך איז איר ניט געגאַנגען אין קאָפּ אַרײַן, צי זי האָט זיך בכלל געמאַכט, אַז זי פֿאַרשטייט ניט קיין וואָרט — ווייס איך ניט. דאָס איינציקע, וואָס זי האָט יאָ געקענט אויף רוסיש און וואָס האָט זיך, ווײַזט אויס, אײַנגעקריצט אין איר זכּרון, איז געווען דאָס דאָזיקע זידלווערטל, און אפֿשר האָט זי גאָר ניט געוווּסט, אַז ס’איז אַ זידלווערטל — „יאָפּטוואָיומאַט!‟
זי פֿלעג עס זאָגן אין איין אָטעם און ווי איין וואָרט, ניט דרײַ ווערטער, ווי אויף רוסיש. נאָר, וואָס זשע דען? — קריינע האָט זיך אויסגעלערנט אַרײַנלייגן אין דעם „יאָפּטוואָיומאַט‟ אַלץ, וואָס זי האָט געוואָלט זאָגן דעם מענטשן, מיט וועמען זי האָט גערעדט, אויף רוסיש. זי פֿלעג אַרויסזאָגן דאָס ווערטל מיט פֿאַרשיידענע ניואַנסן, אינטאָנאַציעס, אַקצענטן, קוועטשן — אַ מאָל מיט אַ ניגון, אַ מאָל גיך, ווי אַ גיכווערטל, אַ מאָל אויסריידן יעדער אות באַזונדער… בקיצור, די גאַנצע רוסישע שפּראַך, פֿון פּושקינען, דאָסטאָיעווסקין און טאָלסטאָיען האָט זי געקאָנט אויסדריקן בלויז מיטן ווערטל „יאָפּטוואָיומאַט!‟

אַפֿילו אויף די פֿאַרשיידענע סאָוועטישע פּאַראַדן, ווען זי איז געגאַנגען אין די רייען מיט שנײַדערס, שוסטערס, שערערס און אַנדערע מיטאַרבעטער פֿונעם אָרטיקן ביטקאָמבינאַט[2] און פֿון דער טריבונע פֿלעג דער אָנפֿירער פֿון דער ראַיאָנעלער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אויפֿרופֿן: „לעבן זאָל די קאָמוניסטישע פּאַרטיי!‟, — פֿלעגט קריינע, טראָגנדיק אַ רויטע פֿאָן אין דער האַנט, שרײַען: „י..אָ..פּ…טוואָיו…מ…אַ…ט!‟ — מיט דעם ווערטל האָט זי אפֿשר געוואָלט באַצייכענען די גאַנצע סאָוועטישע מאַכט מיט איר קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין שפּיץ.
מע דאַרף צוגעבן, אַז די ייִדן פֿון אונדזער שטעטל זענען ניט געווען קיין גרויסע קענערס פֿון דער רוסישער שפּראַך. איז אַ דאַנק קריינען, האָבן אויך אַנדערע ייִדן אָנגעהויבן אַרײַנשטעלן אין זייער רוסישער שפּראַך דעם „יאָפּטוואָיומאַט‟, ווען זיי פֿלעגן, נעבעך, ניט וויסן, וואָס פֿאַר אַ רוסיש וואָרט צו נוצן אין זייער רעדן. אַזוי, אַז דאָס ווערטל האָט געקאָנט האָבן אַ פֿאַרשידענעם באַטײַט, גאָר ווײַטן פֿונעם אָריגינאַל. בײַ איינעם האָט עס געהייסן „לאָקשן‟, בײַ אַ צווייטן — „בוידעם‟, בײַ אַ דריטן — „ציבעלע‟. אייניקע, פֿלעגן אַפֿילו זאָגן ניט „די רוסישע שפּראַך‟, נאָר, „די יאָפּטוואָיומאַט־שפּראַך‟.
פֿאַר דער מלחמה, ווען קריינע האָט נאָך געוווינט מיט די עלטערן אין דאָרף, האָט דער טאַטע זי געשיקט קיין בוקאַרעשט זיך לערנען שנײַדערײַ. הייסט עס, ניט פּשוט שנײַדערײַ, נאָר אויף צו זײַן אַ מאָדיסטקע פֿון ווײַבערישע קליידער. און זי האָט זיך געלערנט דאָרט בײַ די בעסטע מאָדעליערן און טאַקע געוואָרן אַ פֿיייִקע, מאָדערנע מאָדיסטקע. פֿון בוקאַרעשט האָט זי זיך צוריקגעקערט מיט אַ פֿײַנעם פֿאַך אין די הענט און מיט אַ קינד, אַ מיידעלע, אויף די הענט, וועמענס פֿאָטער האָט ניט געוואָלט פֿאַרלאָזן די רומענישע הויפּטשטאָט און פֿאָרן, ווי ער פֿלעג זאָגן, קיין „קאַקאַנעשט‟.
אין געטאָ פֿון בערשאַד האָט זיך די פֿרוי פֿונעם רומענישן קאָמענדאַנט דערוווּסט, אַז קריינע איז אַ גוטע מאָדיסטקע, וואָס האָט זיך געלערנט אין בוקאַרעשט! אין די געטאָס פֿון טראַנסניסטריע האָבן די ייִדן מיט אַ גוטן אַ פֿאַך און פֿיייִקע אַרבעטער, געקאָנט פֿאַרדינען פֿאַר זיך און פֿאַר זייער משפּחה אויף אַ שטיקל ברויט. אַזוי האָבן זיי געראַטעוועט אי זיך, אי זייערע אייגענע פֿון הונגער. טאַקע דאָרטן אין דער געטאָ, למשל, האָבן עטלעכע אונדזערע ייִדן אָרגאַניזירט, פֿאַרשטייט זיך, מיט דער דערלויבעניש פֿון דער מיליטערישער מאַכט, אַ וואַרשטאַט צו מאַכן זייף, וואָס עטלעכע רומענישע אָפֿיצירן האָבן דורך זייערע אַגענטן פֿאַרקויפֿט עס אין רומעניע און געמאַכט אויף דעם אַ גוטע קאָפּיקע.
טאַקע דעם קאָמענדאַנטס פֿרוי האָט אין אַ באַזונדערער שטוב לעבן דעם קאָמענדאַנטס וווינונג, געשאַפֿן פֿאַר קריינען אַ ניי־וואַרשטאַט. די שטוב האָט געהאַט אַ הויף מיט אַ שטאַל, מיט אַ קעלער. אין איינעם מיט איר האָבן געאַרבעט נאָך עטלעכע שנײַדערקעס פֿון אונדזער שטעטל. זיי האָבן גענייט פֿאַרשיידענע ווײַבערישע קליידער פֿון די מאָדע־זשורנאַלן, וועלכע עס פֿלעג פֿאַר קריינען ברענגען דעם קאָמענדאַנטס פֿרוי. די אַלע שיינע און קונציק גענייטע מאָדערנע זאַכן האָט די באַלעבאָסטע געשיקט אין די קראָמען פֿון די רומענישע שטעט יאַס און באָטאָשען. דאָס איז פֿאַר איר געווען זייער אַ דערפֿאָלגרײַך געשעפֿט. פֿאַרשטייט זיך, אַז קריינע און איר טאָכטער, ווי אויך די עטלעכע שנײַדערקעס, האָבן ניט געהונגערט. אין דעם הויף, וווּ זיי האָבן געאַרבעט, זענען אַפֿילו אַרומגעלאָפֿן עטלעכע הינער, קאַטשקעס און ס׳האָט זיך געפּאַשעט אַ ציג.
שוין אין סוף 1942 און אין 1943, האָבן ניט ווײַט פֿון די געטאָס געקעמפֿט עטלעכע פּאַרטיזאַנישע אָטריאַדן. אין איינעם פֿון די אָטריאַדן איז אויך געווען אַ ייִד, וואָס איז נאָך אין די ערשטע טעג אַנטלאָפֿן פֿון דער בערשאַדער געטאָ. אין איינעם אַ טאָג באַקומט קריינע פֿון דעם ייִד, וועלכן זי האָט געקענט, אַ בריוול, אַז ער מיט עטלעכע חבֿרים וועלן אין צוויי טעג אַרום קומען צו איר בײַ נאַכט. זאָל זי צוגרייטן פֿאַר זיי עפּעס אַ וועטשערע. האָָט זי טאַקע צוגעגרייט אַ שיינעם אָוונט־מאָלצײַט: אָפּגעבאַקן פֿריש ברויט, געקוילעט עטלעכע הינער, אָפּגעקאָכט אַ יויך, אָפּגעבראָטן אין אויוון אַ פּאָר הינער און אַפֿילו געמאַכט קנישעס מיט קאַרטאָפֿל. אין אַ נאָענטן דאָרף האָט זי געקויפֿט בײַ די אוקראַיִנער אַ פֿלעשל סאַמאָהאָן.
ווען די פּאַרטיזאַנען האָבן פֿאַרענדיקט זייערע סודות, האָט קריינע סערווירט דעם טיש… אין משך פֿונעם יאָר זענען די עטלעכע אונטערערדישע קעמפֿער געווען בײַ איר נאָך אַ דרײַ מאָל און געגעסן שיינע, געשמאַקע מאכלים. צווישן די דאָזיקע פּאַרטיזאַנען איז אויך געווען דער קומענדיקער באַוווּסטער קאָמאַנדיר פֿון אַ פּאַרטיזאַנישן אָטריאַד, וועלכער האָט אין יאָר 1944 באַקומען די העכסטע סאָוועטישע באַלוינונג, „העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟. גאָר אַ צופֿרידענער פֿון קריינעס וועטשערעס, האָָט ער אָנגעשריבן אַ בריוו, אַז קריינע האָט אין דער צײַט פֿון דער מלחמה, געהאָלפֿן די פּאַרטיזאַנען מיט שפּײַז, געקוילעט פֿאַר זיי הינער, קאַטשקעס און חזירימלעך (וועגן חזירימלעך האָט ער שוין צוגעטראַכט, ניט וויסנדיק וועגן די אָנגעצויגענע באַציִונגען צווישן ייִדן און חזירים) און מיט אָט די מעשׂים האָט זי, קריינע, אויך אַרײַנגעטראָגן איר חלק אין דעם זיג פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלק. דער קאָמאַנדיר האָט געשטעלט זײַן חתימה און דאָס פּאַרטיזאַנישע שטעמפּל. ער האָט אויך צוגעגעבן, אַז דער בריוו און דאָקומענט וועט איר העלפֿן אין איר ווײַטערדיק לעבן בײַ דער סאָוועטישער מאַכט. און טאַקע אַזוי איז עס געווען.
נאָך דער מלחמה, ווי איך האָב שוין געזאָגט, האָט קריינע מיט איר טאָכטער געוווינט בײַ דער שוועסטער. נאָר די וווינונג איז געווען צו הענג פֿאַר זיי אַלע. אין אַ טאָג האָט זי גענומען די טאָכטער און געגאַנגען אין ראַיאָנישן ראַט־קאָמיטעט גלײַך צום פֿאָרזיצער. אין קאַבינעט בײַ דעם טשינאָווניק האָט זי אַרויסגענומען דעם בריוו, באַקומען פֿון דעם פּאַרטיזאַנישן קאָמאַנדיר, געלייגט אים אויפֿן טיש און, טוענדיק אַ קלאַפּ מיט דער דלאָניע אין דעם טיש, פֿאַרשפּרייט מיט אַ רויט טישטעך, געזאָגט אַלץ, וואָס זי האָט געוווּסט אויף רוסיש: „יאָפּטוואָיומאַט!‟. נאָך דעם, וואָס דער נאַטשאַלניק האָט איבערגעלייענט דעם בריוו, האָט קריינעס טאָכטער דערקלערט דעם פֿאָרזיצער, וואָס קריינעס „יאָפּטוואָיומאַט‟ מיינט. און טאַקע, אין אַ פּאָר וואָכן אַרום האָבן זיי באַקומען אַ צוויי־צימערדיקע דירה אין אַ באַזונדערער איינשטאָקיקער שטוב.
אין דער דירה האָט מען געדאַרפֿט הייצן די הרובע מיט האָלץ און קוילן, וועלכע מע האָָט געדאַרפֿט קויפֿן. דער טואַלעט איז געווען אין דרויסן, וואַסער האָָט מען געדאַרפֿט ברענגען פֿון דער קערניצע… עפּעס אין אַ יאָר אַרום נעמט קריינע די טאָכטער און זיי גייען נאָך אַ מאָל אין אויספֿיר־קאָמיטעט. קריינע לייגט ווידער דעם בריוו אויפֿן רויטן טישטעך אין איינעם מיטן קלאַפּ און מיטן „יאָפּטוואָיומאַט‟…
אין יענע יאָרן האָט מען שוין געבויט אין יעדינעץ גרויסע פֿינפֿשטאָקיקע הײַזער. האָט קריינע אין גיכן באַקומט אַ צוויי־צימערדיקע דירה אין אַזאַ הויז. אין דער דירה זענען שוין געווען אי הייסע, אי קאַלטע וואַסער, אי צענטראַליזירטע באַהייצונג, אי אַ טואַלעט… ווען די טאָכטער קריינעס האָט חתונה געהאַט, און געבוירן אַ מיידעלע, איז די דירה געוואָרן קליין פֿאַר זיי. איז זי צום דריטן מאָל געגאַנגען מיט דער טאָכטער צום גרויסן נאַטשאַלניק…
אין גיכן האָט מען אָנגעהויבן אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל. זענען קריינע מיט דער טאָכטערס משפּחה געווען צווישן די ערשטע, ווער ס’איז עולה געווען. דאָס אייניקל אירס האָט פֿאַרענדיקט די שול שוין אין ישׂראל, אָפּגעדינט אין דער אַרמיי. געקענט האָט דאָס אייניקל רק עבֿריתּ, אָבער פֿאָרט געקענט פֿון דער באָבען עטלעכע ייִדישע ווערטער. נאָך אין אין דער אַרמיי האָט זי זיך באַקענט מיט אַ ייִדישן בחור, וואָס האָט געשטאַמט פֿון רוסלאַנד. זיי האָבן זיך פֿאַרליבט און אין אַן אָוונט האָט זי זיך דערקלערט אים אין אירע הייסע געפֿילן. זי האָט אַזוי צאַרט, תּמימותדיק אַרײַנגעשעפּטשעט דעם בחור אין אויער דער באָבעס כּישופֿדיק וואָרט, „יאָפּטוואָיומאַט‟, אַז ער האָט גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז זי האָט אים טאַקע זייער, זייער ליב…
[1] אַ פֿאַרשפּרייט רוסוש זידלווערטל, וואָס ס׳האָבן גענוצט אין זייער אומגאַנגשפּראַך אויך די רוסישע ייִדן. דאָס ווערטל איז אַ נאָענטער עקוויוואַלענט צו „קיבענימאַט‟ און ענגלישן „פֿאַק יו‟
[2] ביטקאָמבינאַט (רוס. אַבוויאַטור) — סערוויס־אַרטעל