עטלעכע שטריכן צום פּאָרטרעט פֿון מײַן חבֿר ז״ל
פֿרײַטיק אין דער פֿרי, דעם 21סטן יוני איז אין ירושלים געשטאָרבן לעאָניד שקאָלניק — פּאָעט, איבערזעצער, רעדאַקטאָר.
ער איז געווען מײַן לאַנג־יאָריקער נאָענטער חבֿר. איך האָב אים תּמיד גערופֿן ליאָניע, און ער מיך — בערעלע. אַזוי האָט מיך מער קיינער פֿון מײַנע פֿרײַנד נישט גערופֿן. הגם ליאָניע איז געווען עלטער פֿון מיר בלויז מיט קנאַפּע פֿינף יאָר, האָב איך זיך באַצויגן צו אים ווי צו אַ מענטש, וואָס איז אַ סך עלטער. זײַן געניטשאַפֿט אין דעם פֿאַך פֿון אַ רעדאַקטאָר האָט מיך געמאַכט אַקעגן אים פֿאַר אַ קינד. אַ ייִדיש קינד — בערעלע.
טאַקע ווי אַ רעדאַקטאָר פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ האָט מיר ליאָניע אין יאָר 1984 צוגעשיקט אַ פֿאַרבעטונג זיך צו דרוקן אין דער צײַטונג. די „ייִדישע גאַס‟ איז שוין דעמאָלט געווען מער אַ „געסל‟, און יעדער, ווער ס׳האָט זיך אויף דעם געסל אַרומגעדרייט, האָט געוווּסט, אַז צווישן שקאָלניקן און ווערגעליסן, דעם רעדאַקטאָר פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, איז דורכגעלאָפֿן אַ שוואַרצע קאַץ. זיך דרוקן אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ אָדער אין אַן אַנדער ייִדישער אויסגאַבע, מיט וועמען ווערגעליס איז געווען צעבוצקעט, איז פֿאַרן מחבר געווען זייער ריזיקאַליש. דער באַלעבאָס פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ וואָלט עס זיכער פֿאַרטײַטשט, אַז מ׳איז אויף דער זײַט פֿון זײַן שׂונא.
מעגלעך, אַז מער פֿאַר חוצפּה איידער פֿאַר „דרייסטקייט‟, האָב איך אַרײַנגעשיקט אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ עטלעכע מײַנע מיניאַטורן. זינט דעמאָלט אָן האָבן זיך אָנגעקניפּט אונדזערע שאַפֿערישע באַציִונגען. נאָך מער: איך האָב אָנגעהויבן די צײַטונג רעגולער באַקומען אין קעשענעוו, וווּ כ׳האָב דעמאָלט געוווינט.

מ׳האָט געקאָנט זען, אַז פֿון נומער צו נומער, ווערט די צײַטונג אַנדערש. די אַנדערשקייט האָט זיך נישט געוואָרפֿן אין די אויגן — דער זעלבער גרויער, אַלטמאָדישער אויסזען, סאָוועטישער אויסלייג, טראַדיציאָנעלע לייט־אַרטיקלען און רובריקן… און דאָך האָט פֿון די געלע, אָפּגעבליאַקעוועטע זײַטן אַ צי געטאָן מיט אַ פֿרישקייט, מיט אײַנפֿאַלערישקייט, מיט גרויסן ווילן פּטור צו ווערן פֿון די פֿאַרגליווערטע סאָוועטישע קלישעען און אַרײַנברענגען מער ייִדישקייט.
ווי אַ קלאָרער סימן, אַז דער נײַער רעדאַקטאָר פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ גייט מיט זײַן אייגענעם וועג, איז געווען די מסירה אויף אים, געשיקט פֿון מאָסקווע אין צענטראַל־קאָמיטעט.
אויך אין ישׂראל איז צווישן די מענטשן, וועלכע האָבן מיך דאָרט אויפֿגענומען מיט אַ ברייטן שלום־עליכם, געווען ליאָניע שקאָלניק. ער און זײַן פֿרוי עלע זײַנען אַהין געקומען פֿריִער. צו יענער צײַט האָט ער געאַרבעט אין דער רוסישער צײַטונג „נאָוואָסטי ניעדיעלי‟ (ידיעות פֿון דער וואָך). בײַם אָנהייב האָט ער אײַנגעפֿירט און רעדאַגירט די רובריק „מעסטיעטשקאָ” (שטעטל). גאָר אין גיכן האָט די רובריק זיך צעוואַקסן אין אַ באַזונדערער בײַלאַגע מיטן נאָמען „יעוורעיסקיִי קאַמערטאָן‟ (ייִדישער קאַמערטאָן). אויפֿן ברייטן פֿעלד פֿון דער רוסיש־שפּראַכיקער מעדיאַ אין ישׂראל, איז דער „קאַמערטאָן‟ געווען די איינציקע אויסגאַבע, וואָס לויטן גײַסט איז זי געווען אַן עכטע ייִדישע צײַטונג.
דער „קאַמערטאָן‟ האָט זיך אָפּגערופֿן אין די הערצער פֿון טויזנטער לייענערס, בדרך־כּלל פֿונעם עלטערן דור. יעדער נומער האָט פֿאַר זיי אַנטפּלעקט די וועלט, אין וועלכער זיי האָבן דורכגעלעבט ס׳רובֿ יאָרן און ווייניק וואָס געוווּסט פֿון דעם אמת, וואָס איז פֿון זיי אויסבאַהאַלטן געוואָרן. די צײַטונג האָט גערעדט מיט זיי אויף רוסיש, אָבער זיך אָפּגערופֿן אין דער נשמה אויף ייִדיש.
דאָרט האָב איך פּובליקירט מײַן דאָקומענטאַרע עסיי „דער ענין נומ׳ 5390‟ (אויפֿן סמך פֿון די „קאַגעבע‟־אַרכיוון) וועגן די אַרעסטירטע בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבערס. ליאָניע אַליין האָט עס איבערגעזעצט פֿון ייִדיש און געדרוקט אין זײַן צײַטונג מיט המשכים.
„יעוורעיסקיִי קאַמערטאָן‟ איז געוואָרן אַ ייִדישע הומאַניטאַר־קולטורעלע אינסטיטוציע פֿאַר זיך אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיזירטער געזעלשאַפֿט.
אין יאָר 1999 — כ׳האָב שוין דעמאָלט רעדאַגירט דעם ייִדישן „פֿאָרווערטס‟ אין ניו־יאָרק — איז אין דער אַסאָציאַציע, וואָס איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון אַלע דרײַ „פֿאָרווערטסן‟ — ייִדישן, ענגלישן און רוסישן, — אויפֿגעקומען די פֿראַגע פֿון אויסגעפֿונען אַ נײַעם רעדאַקטאָר פֿאַר דער רוסישער אויסגאַבע. דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם רוסישן „פֿאָרווערטס‟ וועלוול יעדידאָוויטש איז געווען אַ מענטש אין די יאָרן. ס׳איז אים שוין שווער געווען אָנצופֿירן מיט דער צײַטונג, אָבער פֿאַרלאָזן זיך אויף דער אַסאָציאַציע האָט ער נישט געוואָלט; צו פֿיל כּוח און געטרײַשאַפֿט האָט ער דער צײַטונג אָפּגעגעבן, כּדי לאָזן זי אויף הפֿקר.
כ׳געדענק, ווי מ׳האָט מיך פֿאַרבעטן אויף אַ זיצונג פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע, וווּ ס׳איז אַרומגערעדט געוואָרן אָט די גורלדיקע פֿראַגע — ווער קאָן איבערנעמען די צײַטונג? צווישן די עטלעכע קאָנדידאַטן, איז געשטאַנען אויך דער נאָמען פֿון לעאָניד שקאָלניק. איך האָב זײַן קאַנדידאַטור נאָך פֿריִער פֿאָרגעלייגט יעדידאָוויטשן. מײַן מיינונג, פֿאַר וואָס דווקא שקאָלניק, האָב איך אויף אָט דער זיצונג באַשטעטיקט און באַגרינדעט.
אינעם זעלבן יאָר איז ליאָניע מיט זײַן פֿרוי און צוויי זין געקומען קיין ניו־יאָרק. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דער „פֿאָרווערטס‟־פּעריאָד אין זײַן רעדאַקטאָרישער טעטיקייט. אויך אין ניו־יאָרק, ווי פֿריִער אין ישׂראל, האָט שקאָלניק צעוואָרפֿן זײַן זשורנאַליסטישע נעץ זייער ברייט און טיף. די אַמעריקאַנער לייענערשאַפֿט אויף רוסיש האָט גיך דערשמעקט, אַז דעם „פֿאָרווערטס‟ קאָן מען גלייבן; ס׳איז נישט קיין קאָניוקטור־צײַטונג, ווי די אַנדערע אימיגראַנטישע רוסישע אויסגאַבעס אין ניו־יאָרק, וואָס פֿירן אויס „די ליניע‟ פֿון זייערע באַלעבאַטים
דערצו האָט שקאָלניק פֿאַרבעטן אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן פֿון דער אַזוי גערופֿענער „רוסישער אימיגראַציע‟ צו פּובליקירן אויף די שפּאַלטן פֿון „פֿאָרווערטס‟ זייערע פּובליציסטישע אַרטיקלען און קינסטלערישע ווערק. די רשימה מחברים און וויכטיקע פּערזענלעכקייטן פֿון פֿאַרשיידענע צײַטן — סײַ בעת זײַן פּראָפֿעסיאָנעלער און סײַ געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט — האָט זיך צעוואַקסן.
די אַקטועלקייט פֿון טעמעס, אויפֿגעהויבן אין דער צײַטונג, די פּרינציפּיעלע פּאָזיציע פֿון דער רעדאַקציע מכּוח פּאָליטישע אַספּעקטן בכלל און דער פּאָליטיק פֿון רוסלאַנד בפֿרט; די שטענדיקע סיכסוכים צווישן די לאָקאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און די קריטישע אָפּשאַצונגען מצד דער רעדאַקציע, ווי אויך אַנדערע לעבנס־וויכטיקע פֿראַגעס פֿונעם אימיגראַנטישן קיום, האָבן אַוודאי אויפֿגערייצט אַ געוויסן טייל פֿון דער ניו־יאָרקער רוסישער געזעלשאַפֿט.
די „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע, וואָס איז מערסטן באַשטאַנען פֿון לינק־געשטימטע אַמעריקאַנער ייִדן, האָבן די פּראָבלעמען פֿון רוסישע אימיגראַנטן ווייניק אינטערעסירט. זיי האָבן זיי פּשוט נישט פֿאַרשטאַנען און זיך נישט געוואָלט אַרײַנלאָזן אין זייערע סיכסוכים. דעריבער האָבן די רכילות־בריוו און מסירות אויפֿן רוסישן „פֿאָרווערטס‟ בכלל און אויפֿן רעדאַקטאָר בפֿרט אָנגעהויבן די אַסאָציאַציע דענעוורירן.
די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאָטענציעלע קונים האָבן זיך געפֿירט בשתּיקה. סוף־כּל־סוף, איז דאָס געשעפֿטל דורכגעפֿירט געוואָרן. פּאַראַדאָקסאַל און מיאוס זעט אויס דער פֿאַקט, אַז די „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע האָט פֿאַרקויפֿט די צײַטונג דווקא די מענטשן, וואָס דער רוסישער „פֿאָרווערטס‟ האָט דעמאַסקירט זייער קאָרומפּירטע טעטיקייט; טאַקע זיי האָבן אויף אַלע אופֿנים געזוכט וועגן אונטעררײַסן די אַרבעט פֿון דער צײַטונג.

אָבער נאָך פֿריִער איז מיר אויסגעקומען נישט איין מאָל הערן פֿון ליאָניען, אַז ער וויל זיך אומקערן קיין ירושלים. די אַלע יאָרן אין אַמעריקע האָט ער מיט זײַן פֿרוי עלען געוווינט ווי אויף אַ טראַנזיט־סטאַנציע. ער האָט אַפֿילו כּמעט גאָרנישט ניט געטאָן, כּדי אויסצופֿאַרטיקן זיך אַ „גרינע קאַרטע‟. באַדויערט פֿון זײַן פֿאַרלאָזן אַמעריקע האָבן קודם־כּל די מענטשן, וואָס ער האָט זיי אַרײַנגעצויגן אין דעם לעבעדיקן רעשיקן ווירבל פֿון פּראָפֿעסיאָנעלער זשורנאַיסטיק, זײַנע פֿרײַנד און טויזנטער לייענער…
גאָר אין גיכן האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ליאָניע הייבט אָן אַרויסלאָזן אַן עלעקטראָנישע צײַטונג „מיר זײַנען דאָ‟. די ווערטער פֿון הירש גליקס „פּאַרטיזאַנער הימען‟ האָט אַ קלונג געטאָן ווי אַן אַרויסרוף יענע פּאַרשוינען, וואָס האָבן געמיינט, אַז מיטן פֿאַרקויפֿן דעם „פֿאָרווערטס‟ און אים איבערגעבן אין אַנדערע הענט, איז מען פּטור געוואָרן סײַ פֿון שקאָלניקן און סײַ פֿון זײַנע נאָכגייער און אָנהענגער.
איצט האָט די נײַע אויסגאַבע דערמעגלעכט ליאָניען צעוואַרפֿן די עלעקטראָנישע נעץ איבער אַלע אימיגראַנטישע לענדער, וווּ מע לייענט נאָך אַ רוסיש וואָרט. איין קלייניקייט — דער גאַנצער רעדאַקציע־שטאַט איז באַשטאַנען פֿון איין און איינציקן מענטשן, און דער רעדאַקציע־טיש האָט זיך געפֿונען אויפֿן באַלקאָן פֿון שקאָלניקס ירושלימער דירה.
זינט זײַן עלע ע״ש איז פּלוצעם געשטאָרבן, איז „מיר זײַנען דאָ‟ געוואָרן זײַן נחמה. כּדי צו שאַפֿן אַן אייגענעם ווינקל אין דער ווירטועלער וועלט, האָט ער אָפּגעגעבן זײַן לאַנג־יאָריקע דערפֿאַרונג, זײַן רעדאַקטאָרישן באַרוף, זײַן פֿרייד און לייד, זײַן לעצט ביסל געזונט. ער האָט אַהין, אין דער ווירטועלער וועלט, אַריבערגעטראָגן טויזנטער און טויזנטער געדרוקטע מאַטעריאַלן און בילדער; אַריבערגעפּעקלט אַן אוצר פֿון מענטשלעכע מחשבֿות און איבערלעבענישן; אַ שטיק ייִדישע געשיכטע פֿון מיט־20סטן יאָרהונדערט ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן, דעם 21סטן יוני 2019. איצט שטייט ער בראָש פֿון זײַן רעדאַקטאָרישן ווירטועלן עזבֿון.
אַ דאַנק דיר, ליאָניע, וואָס אַ שטיק פֿון מײַן לעבנס־וועג האָב איך געהערט דײַן „בערעלע‟ און זיך געפֿילט אַ קינד!
*
יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, רעדאַקטאָרין פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟
לעאָניד שקאָלניקן האָב איך געקענט הינטעראויגיק, אַזוי צו זאָגן, זינט כ׳בין געקומען אַרבעטן אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. בײַ אונדז אין דער רעדאַקציע גייען אַרום אַ סך לעגענדעס וועגן די אַמאָליקע מיטאַרבעטערס פֿון דער צײַטונג, אָבער שקאָלניק גופֿא איז אַ לעגענדאַרע פֿיגור פֿאַר זיך. ער האָט זיך געפֿונען אויף אַזאַ הייך, וואָס צוצוקומעם צו איר איז געווען אוממעגלעך.
ווי ס׳האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, האָט די דאָזיקע הייך נישט געשטערט אים זיך צו באַקענען מיט מענטשן פֿון פֿאַרשיידענער עלטער, וואָס וווינען אין פֿאַרשיידענע לענדער און טראַכטן אַנדערש ווי ער טראַכט. ער האָט געהאַט אַ זעלטענעם טאַלאַנט פֿון פֿאַרחבֿרן זיך און מיטפֿילן אַ צווייטן. שוין אָפּגערעדט, וועגן דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟.
דער „שטערן‟ פֿון שקאָלניקס עפּאָכע איז אַ באַזונדער קאַפּיטל. אַ באַזונדערע דערשײַנונג, וואָס שטייט נאָך פֿאָר צו באַשרײַבן, בתוכם מיט די זעלטענע מחברים, וועלכע האָבן מיט דער צײַטונג מיטגעאַרבעט. כ׳קאָן זיך אַפֿילו נישט פֿאָרשטעלן, וויפֿל מענטשן ער האָט געקענט, און וויפֿל מענטשן האָבן אים געקענט. כ׳מיין, אַ האַלבע וועלט.
אַ צײַטונגס־מענטש — איז אַ באַזונדערער באַרוף, אַ באַזונדערער כאַראַקטער און, אין אַ געוויסן מאָמענט, ווערט עס אַ באַזונדערע קרענק. לעבן אָן זײַן צײַטונג האָט שקאָלניק נישט געקאָנט…
די רעדאַקציע פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ דריקט אויס איר מיטגעפֿיל די קינדער פֿון לעאָניד שקאָלניקן, זײַנע קרובֿים, פֿרײַנד און נאָענטע מענטשן.
*
סערגאָ בענגעלסדאָרף, פּיאַניסט, מוזיקאָלאָג, זשורנאַליסט
בלויז עטלעכע טעג זײַנען אַדורך, אַז ליאָניע איז ניט מיט אונדז, אָבער אויף זײַן עלעקטראָנישער צײַטונג „מיר זײַנען דאָ‟, וואָס ער האָט געגרינדעט און אַרויסגעלאָזט די לעצטע 14 יאָר, האָבן די לייענער איבערגעלאָזט אָן אַ שיעור דערמאָנונגען, אָפּשאַצונגען, וואַרעמע ווערטער אין זײַן אָנדענק, אַז ס׳איז שווער עפּעס צו דעם אַלעמען צוגעבן. פֿון דעסטוועגן, וועל איך פּרוּוון צו זאָגן עטלעכע ווערטער מכּוח דעם אָנהייב פֿון זײַן שאַפֿערישן וועג.
קיין ביראָבידזשאַן איז ער געקומען נאָך אַ קינד. דאָרט איז ער געוואַקסן און דאָרט אָנגעשריבן זײַנע ערשטע לידער. אַ געוויסע ראָלע אין זײַן ייִדישער דערציִונג און שאַפֿערישקייט האָט געשפּילט מײַן מאַמע, די ייִדישע דיכטערין ליובע וואַסערמאַן. ליאָניע האָט זי שטענדיק געהאַלטן פֿאַר זײַן וועגווײַזער אין דער ייִדישער ליטעראַטור בכלל און אין פּאָעזיע בפֿרט. ער האָט געבראַכט איר צו ווײַזן זײַנע ערשטע ייִדישע לידער, און די מאַמע האָט זיי מיט אַ באַזונדערן טאַקט רעדאַקטירט; פֿון איר האָט ער זיך דערוווּסט וועגן דעם פֿאַרמלחמהדיקן ביראָבידזשאַן, וועגן אירע פֿרײַנד־פּאָעטן, וואָס דער טאַלאַנטירטסטער צווישן זיי איז געווען עמנואל קאַזאַקעוויטש. די אַלע שמועסן מיט אים האָט ליאַניע געבעטן, אַז די מאַמען זאָל פֿירן אויף ייִדיש.
כ׳געדענק, ווי נאָכן טויט פֿון מײַן טאַטן, דעם ייִדישן אַקטיאָר משה בענגעלסדאָרף, האָב איך איבערגעפֿירט מײַן קראַנקע מאַמע קיין קעשענעוו, וווּ כ׳האָב געוווינט און געאַרבעט. ליאָניע, שוין זײַענדיק דעמאָלט דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, האָט מיר פֿאָרגעלייגט אַרויסצוהעלפֿן צו ברענגען די מאַמע פֿון ביראָבידזשאַן אויפֿן פֿליפֿעלד פֿון דער שטאָט כאַבאַראָווסק, בסך־הכּל 180 קילאָמענטער. פֿאַר מיר איז עס באמת געווען אַ גרויסע הילף.
אין יאָר 1987, נאָך דער מאַמעס טויט, האָט ליאָניע צונויפֿגעשטעלט און אַרויסגעלאָזט אויף רוסיש דער מאַמעס לידער־זאַמלונג מיט זײַן פֿאָרוואָרט. אויך מיט זײַן פֿאָרוואָרט, אָבער שוין אויף ייִדיש, האָט ליאָניע מיט צוויי יאָר צוריק איניציִיִרט מע זאָל אַרויסלאָזן דאָ אין ישׂראל, דער מאַמעס לידער־זאַמלונג „בײַם ים און בײַם טײַך‟…
אַדיע, מײַן ליבער מענטש! עס גלייבט זיך נישט, אַז כ׳וועל מער נישט הערן דײַן נידעריקע באַרכאַט־שטים מיט אַ שטענדיקער פֿראַגע: „נו, וואָס הערט זיך?‟
*
איתּן פֿינקעלשטיין, שרײַבער, זשורנאַליסט, איבערזעצער
מאָדנע זאָכן טרעפֿן זיך אין לעבן: כ׳האָב לאַנגע יאָרן מיטגעאַרבעט מיט לעאָניד שקאָלניקן אין דער צײַטונג „פֿאָרווערטס‟, אָבער פּערזענלעך זיך מיט אים קיין מאָל נישט געטראָפֿן. ווי דער אייראָפּעיִשער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג, האָב איך אָנגעשריבן הונדערטער אַרטיקלען, וואָס כּמעט יעדן אַרטיקל האָב איך פֿריִער אַרומגערעדט מיטן רעדאַקטאָר.
בײַם אָנהייב פֿלעגן אונדזערע טעלעפֿאָן־שמועסן פֿאָרקומען גענוג שאַרף, אָבער מיט דער צײַט זײַנען די סיכסוכים פּאַמעלעך אויסגעלאָשן געוואָרן, מיר האָבן בעסער פֿאַרשטאַנען איינער דעם אַנדערן, ווײַל דאָס פֿאַרשטענדעניש האָט זיך געהאַלטן אויפֿן יסוד פֿון די געשעענישן, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען דעמאָלט אינעם לעבן פֿון ייִדן; אויף די צילן און אויפֿגאַבעס פֿון אונדזער דור. מיר האָבן ביידע זיך געפֿרעגט: וואָס דאַרף מען טאָן מיט אונדזער נעכטן, און ווי אַזוי זיך אויסלערנען צו קוקן אָפּטימיסטיש אויף אונדזער מאָרגן? סוף־כּל־סוף, האָבן מיר זיך ווי פֿאַראייגנט איינער מיטן אַנדערן.
כ׳האָב פֿאָרט געהאָפֿט, אַז אונדזערע לעבנס־וועגן וועלן זיך אַמאָל צונויפֿקומען. נישט באַשערט געווען. עס זײַנען געבליבן נאָר גוטע דערמאָנונגען וועגן דעם וווילן מענטש, וואָס איז געווען אָן אַ שיעור געטרײַ דער ייִדישער זשורנאַליסטיק.