אַזיאַטישער טאָגבוך (סוף)

יעווגעני קיסין

דעצעמבער 2

געוואָלט שלאָפֿן, נאָר ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן. 2.15 בײַ נאַכט אײַנגענומען אַ שלאָפֿמיטל און דאָך נאָך צוויי שעה ניט געשלאָפֿן. אויפֿגעוואַכט פֿאַר 11 אין דער פֿרי און מער ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן… אפֿשר האָבן די שלאָפֿמיטלען אויפֿגעהערט צו ווירקן?

אַנאַבעלע און ענדריו האָבן אַרומגעפֿירט קאַרינאָטשקען איבער דער שטאָט. זיי האָבן איר דערציילט, אַז הײַיאָר האָט מען זיי אומגעקערט 500 דאָלאַר פֿונעם שטײַער, וואָס זיי האָבן געהאַט באַצאָלט, מחמת די רעגירונג האָט אונטערגערעכנט און דערזען, אַז זי האָט אויסגעגעבן ווייניקער געלט, ווי זי האָט געהאַט באַקומען פֿון די שטײַערן–צאָלערס (דער שטײַער־אָפּצאָל דאָ איז 15% פֿאַר אַלעמען, אומאָפּהענגיק פֿון די הכנסות)!

געווען אַן אָוונט לכּבֿוד מיר אין דער רעזידענץ פֿונעם בריטישן קאָנסול. ער האָט זיך אַרויסגעוויזן זייער אַ וווילער מענטש. זײַן טאָכטער שטודירט דעם מיטעלן מיזרח און די אַראַבישע שפּראַך אין קעמברידזש. פֿאַר דעם האָט זי אין אַן אַנדער קאָלעדזש געמאַכט אַ פֿאָרשונג וועגן דעם חורבן. דעמאָלט האָט דער פֿאָטער בײַ איר געפֿרעגט: ווי מיינט זי, צי וואָלט דער חורבן געקאָנט געשען אין ענגלאַנד? זי האָט געענטפֿערט: „איך מײן, אַז דער חורבן האָט געקאָנט געשען וווּ ס׳זאָל ניט זײַן.‟ קאַרינאָטשקע איז מיט דעם מסכּים געווען, זאָגנדיק, אַז פּראָפּאַגאַנדע, צום באַדויערן, איז אַלמעכטיק.

באַגלייט האָט אונדז צום קאָנסול דער דירעקטאָר פֿונעם אָרקעסטער, מיט וועלכן כ׳וועל דאָ שפּילן (דער האָנג־קאָנגער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער). ער האָט אָנגעהויבן דערציילן וועגן זיך, אַז זײַן משפּחה שטאַמט פֿון שאָטלאַנד, און אַגבֿ-אורחאדיק צוגעגעבן: „שלעכטע ידיעות: מײַן מאַמע שטאַמט פֿונעם זעלבן קלאַן וואָס דאָנאַלד טראַמפּ…‟ מיר האָבן אַלע געשמייכלט. איך האָב ווידער זיך דערמאָנט אין אונדזערע רוסיש-ייִדישע טראַמפּיסטן… אַ מאָל דוכט זיך מיר, אַז זיי (יעדנפֿאַלס, אייניקע פֿון זיי), ווי אויך רוסישע פּאַטריאָטן-פּוטיניסטן, האָבן, לויט פֿריידן, דעם קינדערשן אַנאַלן אינסטניקט — מ׳האָט ליב צו זײַן „אַ שלעכט ייִנגעלע‟, דהײַנו: אַהאַ, די ציוויליזירטע וועלט מיינט אַזוי, וועל איך מיינען פֿאַרקערט, אויף צו להכעיס! עס ווילט זיך ממש אַרײַנקלאַפּן זיי אין קאָפּ: פֿאַרשטייט זשע, סוף־כּל־סוף, אַז אונטערהאַלטן טראַמפּן איז צווישן ציוויליזירטע מענטשן א ו מ – אָ נ – ש ט ע נ – ד י ק! אַז מיט אײַערע אָנשויונגען שטעלט איר זיך אַרויס אויף חוזק פֿאַר דער לײַטישער געזעלשאַפֿט! איר האַלט זיך פֿאַר עפּעס נײַע גאַלילייען צי אוריִעל אַקאָסטעס?! פֿאַרשטייט זשע, כאָטש איצט, אַז אויב אײַך געפֿעלן ניט די מיינונגען פֿון ציוויליזירטע מענטשן, הייסט עס, אַז איר פֿאַרשטייט עפּעס ניט, אַז גראָד איר זײַט ניט-גערעכט, מחמת איר זײַט געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; דעריבער האָט איר אומפֿאַרמײַדלעך אײַנגעזאַפּט אין זיך דעם סאָוועטישן מענטאַליטעט (אַפֿילו אויב איר האָט פֿײַנט קאָמוניזם)! אויב איר ווילט ווערן ציוויליזירטע מענטשן, דאַרפֿט איר זיך צוהערן צו דער מיינונג פֿון דער ציוויליזירטער געזעלשאַפֿט, זיך לערנען און בײַטן אײַער אַרט דענקען! און אויב איר ווילט זיך ניט צוהערן און לערנען זיך, וועט איר אין די אויגן פֿון דער לײַטישער געזעלשאַפֿט אויף תּמיד בלײַבן פּראַ-אָדמס, פּונקט ווי די מוסולמענישע פֿונדאַמענטאַליסטן, וואָס עמיגרירן אין מערבֿדיקע לענדער און ווילן זיך ניט אָפּזאָגן פֿון זייערע אָפּגעשטאַנענע באַגריפֿן פֿון לעבן!

hong-kong-street-food-day-4-32
אויפֿן וועג אַהין און צוריק האָבן מיר אַ ביסל געזען די שטאָט, בפֿרט די חורבֿות, וווּ עס וווינען אָרעמע־לײַט.

דעצעמבער 3

אײַנגענומען אַ שלאָפֿמיטל און געשלאָפֿן בעסער ווי נעכטן, נאָר במשך פֿונעם גאַנצן טאָג געפֿילט זיך ממש פֿאַרמאַטערט. מיר איז אַפֿילו געווען שווער צו שפּילן…

אַנאַבעלע און ענדריו האָבן אונדז געבראַכט צו זייערער אַ חבֿרטע, אַ גרטע פֿון קובאַנישן אָפּשטאַם. איר מאַן, אַן איראַקישער ייִד, איז דער באַזיצער פֿון אונדזער האָטעל, ווי אויך פֿון אַ סך אַנדערע בנינים אין פֿאַרשיידענע לענדער. געווען איז דאָרט גאַנץ סקוטשנע, נאָר אויפֿן וועג אַהין און צוריק האָבן מיר אַ ביסל געזען די שטאָט, בפֿרט די חורבֿות, וווּ עס וווינען אָרעמע־לײַט. אַנאַבעלע האָט אונדז דערקלערט, אַז די קאָנצעפּציע פֿון אָרעמקייט אין האָנג־קאָנג איז גאַנץ אייגנאַרטיק: גרויסע משפּחות, מיט קינדער און באָבע-זיידעס, זײַנען צונויפֿגעשפּאַרט אין פּיצינקע דירות, נאָר זיי האָבן אויטאָס, עסן אין רעסטאָראַנען און פֿאָרן אַפֿילו אין אורלויב. איך האָב געפֿרעגט וועגן די היימלאָזע, און אַנאַבעלע האָט געזאָגט, אַז אין גאַנץ האָנג־קאָנג מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 9 מיליאָן מענטשן, זײַנען פֿאַראַן בלויז צוויי הונדערט און עפּעס היימלאָזע. נאָך מער: מע לייגט זיי פֿאָר אַ דאַך איבערן קאָפּ, אָבער זיי האַלטן פֿאַר בעסער צו וווינען אין דרויסן!

געטראָפֿן זיך מיטן דיריגענט אַנדריס פּאָגאַ [1]. אינעם זעלבן אָוונט איז געווען די ערשטע רעפּעטיציע מיטן אָרקעסטער. פּאָגאַ איז בפֿירוש אַ פֿעיִקער דיריגענט און זייער אַן ערנסטער מוזיקאַנט. ער באַמיט זיך זייער, אַז אַלץ זאָל זײַן כּשורה. דער אָרקעסטער איז גאַנץ נישקשהדיק: בערך דרײַסיק מוזיקאַנטן זײַנען פֿון כינע, צוואַנציק — פֿון האָנג־קאָנג און נאָך אַ צוואַנציק — פֿון אייראָפּע און אַמעריקע.

אַבי נאָר כ׳זאָל הײַנט אָפּשלאָפֿן בעסער… אַנדערש ווייס איך ניט, ווי כ׳וועל קאָנען אַלץ אויסהאַלטן און שפּילן נאָרמאַל…

mitn dirigent
נו, אָט האָב איך אָפּגעשפּילט מײַן לעצטן קאָנצערט אין אַזיע…

דעצעמבער 4

אײַנגענומען אַנדערע שלאָפֿמיטלען, געשלאָפֿן נישקשהדיק און געפֿילט זיך אַ סך בעסער, ווי נעכטן. די טעמפּעראַטור אין שטאָט איז הײַנט אַרויף ביז 28 גראַד לויט צעלזיִוס. אין דעצעמבער, בפֿרט בײַ דער דאָיִִקער פּאַרענינע! ווי אַזוי לעבט מען דאָ?!

בײַ טאָג איז געווען די צווייטע רעפּעטיציע מיטן אָרקעסטער, און אין אָוונט האָבן אַנאַבעלע און ענדריו אונדז אײַנגעלאַדן אין אַ קלוב, וואָס הייסט „כינע‟. ווען מיר זײַנען אַרײַן אַהין, האָט ענדריו געזאָגט, אַז ס׳איז דאָ אַן אויסשטעלונג פֿון פּאָסט-קאָמוניסטישער כינעזישער קונסט „מיט עלעמענטן פֿון סאָציאַלן רעאַליזם‟. ס׳האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז אויף דער אויסשטעלונג איז פֿאַראַן אַ סך ניט פּאָסט-קאָמוניסטישע, נאָר פּשוט קאָמוניסטישע קונסט, בפֿרט פּאָרטרעטן פֿון מאַאָ. בײַם אַרײַנגאַנג אין רעסטאָראַן זײַנען געהאָנגען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מאַרקסן, ענגעלסן, לענינען און סטאַלינען. „און וואָס איז דער message פֿון דעם אַלעם?‟ — האָב איך געפֿרעגט בײַ ענדריון. „גאָרניט, ס׳איז פּשוט קונסט.‟ — „און די אויסשטעלונג איז דאָ כּסדר?‟ — „יאָ.‟. מיר איז געוואָרן פּריקרע. גערעכט איז בוקאָווסקי, וואָס האָט תּמיד געטענהט: מ׳האָט געדאַרפֿט דורכפֿירן אַן אינטערנאַציאָנאַלן געריכט-פּראָצעס קעגן קאָמוניזם אויפֿן סמך פֿונעם נירנבערגער פּראָצעס קעגן נאַציזם. צי קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן היטלערס פּאָרטרעטן אָדער אַפֿילו פּשוט אַ כּסדרדיקע אויסשטעלונג פֿון נאַציסטישער קונסט אין אַ וואָסער-ניט-איז דײַטשישן קלוב?! עס זײַנען דאָ אויסגעשטעלט פּאָרטרעטן פֿון מאַסן-מערדערס, און מע נעמט עס אַפּנים אויף ווי עפּעס נאָרמאַלס — „פּשוט קונסט‟! אַגבֿ, דאַרף מען נאָך אונטערציִען אַ סך־הכּל, ווער האָט דערהרגעט מער מענטשן, היטלער צי ּמאַאָ; אַלנפֿאַלס, לויט שמואל מיקוניס׳ [2] זכרונות, איז מאַאָ געווען גרייט צו פֿאַרניכטן אין אַ נוקלעאַרער מלחמה אָנדערהאַלבן מיליאַרד מענטשן, בתוכם גאַנץ איטאַליע! אַפֿילו היטלער, דוכט זיך, האָט אַזאַ מין כּוונות ניט געהאַט…

ענדריו און איך האָבן געהאַט זייער אַ לאַנגע און אינטערעסאַנטע דיסקוסיע: וועגן מעטאַפֿיזישע ענינים, ייִדישקייט, מדינת־ישׂראל, אַנטיסעמעטיזם וכדומה. אַ שאָד, וואָס מ׳האָט אונדזער שמועס ניט רעקאָרדירט און ניט סטענאָגראַפֿירט, מחמת ער איז געווען באמת זייער אינטערעסאַנט, נאָר איבערגעבן אים בין איך ניט בכּוח…

klub chaina
קלוב “כינע”. אין רעסטאָראַן זײַנען געהאָנגען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מאַרקסן, ענגעלסן, לענינען און סטאַלינען…

דעצעמבער 5

נו, אָט האָב איך אָפּגעשפּילט מײַן לעצטן קאָנצערט אין אַזיע…

אין דער פֿרי פֿאַר דער רעפּעטיציע האָט מיך בײַם אַרײַנגאַנג אינעם זאַל באַגעגנט אַ מענטש מיט אַ סך מײַנע קאָמפּאַקטלעך. כ׳האָב אים געזאָגט, אַז איצט מוז איך גיין אויף דער רעפּעטיציע, נאָר נאָכן קאָנצערט קאָן ער צוקומען, וועל איך אים זיי אונטערשרײַבן. פֿון דעסטוועגן, ווען איך בין אַרויס פֿונעם זאַל מיט עטלעכע שעהען שפּעטער, איז דער מענטש נאָך געשטאַנען דאָרטן. ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ער איז געקומען ספּעציעל פֿון כינע און וואַרט אויף מיר נאָך פֿון סאַמע אין דיר פֿרי אָן!

נאָך דער רעפּעטיציע איז צו מיר צוגעקומען גאָר אַ יונגער מאַן, דערלאַנגט מיר אַ צעלאָפֿאַן־פּעקל און געזאָגט: „סאַלוט, איך הייס פּאָל, איך שפּיל אויף דער טובע דאָ אינעם אָרקעסטער. כ׳האָב אײַך געבראַכט אַ מתּנה: לאַטקעס און אַ פּאָנטשיק פֿון אַ כּשרער קראָם. חג־שמח!‟. אַ מין סורפּריז! און אַזוי רירנדיק…

אויפֿגענומען האָט מיך דער עולם זייער הייס. כ׳האָב געשפּילט די צוגעגרייטע צוויי ביסן, נאָר מ׳האָט מיך ניט אָפּגעלאָזט. איינער אַ מענטש אין דער ערשטער ריי האָט געשריגן אויף ענגליש: „נאָך איינעם! נאָך איינעם, ביטע!‟ דאַן האָב איך געשפּילט ראַכמאַנינאָווס דאָ דיִעז מינאָר־פּרעלודיע — ווי אַ רעקוויעם נאָך רוסלאַנד… קאַרינאָטשקע האָט מיר דערנאָך געזאָגט, אַז ווען כ׳האָב אָנגעהויבן שפּילן די פּרעלודיע, האָבן זי אָנגעהויבן וואַרגן טרערן.

דער אָרקעסטער דאָ איז אַוודאי אויף עטלעכע מדרגות נידעריקער פֿונעם בײַערישער ראַדיאָ־אָרקעסטער, הגם זיי האָבן זיך זייער געסטאַרעט.
נאָכן קאָנצערט זײַנען צו מיר צווישן אַנדערע מענטשן צוגעקומען דרײַ פֿרויען, וואָס זײַנען ספּעציִעל געקומען צו פֿליִען אויפֿן קאָנצערט פֿון פֿיליפּינען: אַ מוטער, אַ טאָכטער און אַ שנור, אַלע פּיאַניסטקעס!

אַ שאָד, וואָס קיין צײַט איז ניט געבליבן צו שמועסן מיט פּאָגאַ אויף אַן עכטן אופֿן. ס׳וואָלט געווען אינטערעסאַנט: ער האָט דאָך שטודירט פֿילאָסאָפֿיע אין אוניווערסיטעט! נו, אפֿשר, אַן אַנדערש מאָל, ווען מיר׳ן שפּילן צוזאַמען אין קומענדיקן יאָר אין פֿראַנקרײַך.

די מאַמע, אַלאָטשקע און אַנע פּאַוולאָוונע האָבן זיך בשלום אומגעקערט פֿון בערלין קיין פּראָג. מאָרגן וועלן מיר שוין ווידער זײַן צוזאַמען…

gonkong_mark
אויפֿן מאַרק אין האָנג־קאָנג

דעצעמבער 6

אָפּגעשלאָפֿן נישקשהדיק (איצט האָבן מיר סוף-כּל-סוף געקאָנט זיך אַנטשפּאַנען!), געקומען אינעם אַעראָפּאָרט, אַרײַנגעזעצט זיך אינעם עראָפּלאַן… די גאַנצע גרויסע משפּחה אונדזערע וואַרט שוין. מאָרגן איז אַניעטשקעס [3] געבוירן־טאָג (עס ווערט שוין 12 יאָר אונדזער קראַסאַוויצע!), איבערמאָרגן איז קאַרינאָטשקעס געבורסטאָג…

כ׳וועל מוזן אַרבעטן אַ סך, לערנען אַ סך נײַעם רעפּערטואַר פֿאַרן קומענדיקן יאָר, נאָר במשך פֿון אַ גאַנצן חודש וועל איך קיין קאָנצערטן ניט האָבן. דעם 20סטן קומען צו פֿליִען די סמעכאָווס [4], מיר׳ן רעפּעטירן די פּראָגראַם פֿון ייִדישער פּאָעזיע, וואָס מיר וועלן (האָפֿנטלעך!) אויספֿילן אין אַ יאָר אַרום אין מאָסקווע, אינעם געוועזענעם בנין פֿונעם „גאָסעט‟. באָריע וואַרט אויף מײַן מוזיק צו די לידער פֿאַר אונדזער מיוזיקל…

פֿון סלאָוואַקײַ האָט מען אַרויסגעשיקט אַ רוסלענדישן דיפּלאָמאַט פֿאַר שפּיאָנאַזש. אין פּראָג האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט דעם ניט-פֿאַרסעקרעטעוועטן טייל פֿונעם טשעכישן קאָנטר-אויסשפּיר־באַריכט פֿאַרן יאָר 2017, וואָס זאָגט בפֿירוש, אַז די טעטיקייט פֿון די רוסלענדישע שפּיאָנען אין לאַנד ווערט אַלץ מער און מער אַקטיוו. יאָ, טינוף צעגיסט זיך איבער דער גאַנצער וועלט… צי קאָן מען עס אויסרייניקן פֿון דאַנען? ווער ווייסט, וויפֿל אַזעלכע מנוּוולים זײַנען פֿאַראַן אין ישׂראל? אין אונדזער פֿאָלק זײַנען דאָך אויך תּמיד געווען אַזעלכע אויסוווּרפֿן — ניט בלויז אידיאָטן־אידעאַליסטן, ווי די ראָזענבערגס [5], למשל, נאָר אויך פּאַסקודניאַקעס, ווי קאַלמאַנאָוויטש [6]…

די אייראָקאָמיסיע האָט צוגעשטעלט אַ פּלאַן פֿון קאַמף קעגן דער דעזאָאינפֿאָרמאַציע, ווײַל מ׳האָט מורא, אַז מאָסקווע וועט זיך אַרײַנמישן אין די וואַלן פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט אין קומענדיקן יאָר, ווי אויך אין די וואַלן פֿון די לענדער, מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין אין 2020. יאָ, אַזעלכע נאַראָנים דאַרף מען נאָך זוכן… אַז אַפֿילו איך האָב געלערנט וועגן דעם דאָזיקן „פּלאַן‟ פֿון מאַסן-מעדיאַ, צי מיינען זיי, די אייראָפּעיִשע פֿונקציאָנערן, אַז די רוסלענדישע שפּיאָנען וועלן אים ניט אויספֿאָרשן אויף אַ פּרטימדיקסטן אופֿן און ניט אָננעמען קיין געהעריקע מיטלען?!

אַוודאי, ווערן אַזעלכע רעזשימען פֿריִער אָדער שפּעטער צו נישט, נאָר וויפֿל נאָך קרבנות וועלן די גזלנים אַוועקטראָגן מיט זיך אין קבֿר? וויפֿל נאָך מענטשן וועלן זיי דערשיסן, פֿאַרפּײַניקן, פֿאַרסמען?

ניט רויִק איז אויף דער וועלט. מ׳דאַרף זיך האַלטן.

און מיר ייִדן דאַרפֿן זיך האַלטן. מ׳דאַרף שטיצן און פֿאַרטיידיקן ישׂראל, אויפֿדעקן די רכילותן אויף דער ייִדישער מלוכה און דעם ייִדישן פֿאָלק. אין דער זעלבער צײַט, דאַרף מען האַרב אָפּהאַקן די רייד פֿון אונדזערע „פּאַטריאָטן‟, וואָס וווינען ניט אין ישׂראל און זײַנען ניט קיין ישׂראל-בירגער, אָבער האָבן די חוצפּה אָצורופֿן עמוס עוזן, אַבֿרהם ב. יהושען און דוד גראָסמאַנען [7] „מענטשן אָן אַ ייִחוס און אָן אַ שבֿט‟; זיי לייגן פֿאָר, אַז די „מרץ‟-מיטגלידער [8] זאָלן פֿאַרלאָזן זייער היימלאַנד. מ׳דאַרף כּסדר דערקלערן, אַז ישׂראל קאָן ניט פֿאַרלאָזן די טעריטאָריעס, מחמת ביז אַהער האָבן די טעריטאָריעלע הנחות ניט געבראַכט קיין שלום, נאָר פֿאַרקערט, סטימולירט די פּאַלעסטינער אַראַבער צו טעראָריזם.

אין דער זעלבער צײַט, דאַרף מען שטעלן אַ שאַרפֿן ווידערשטאַנד אונדזערע סאַמעראָדנע פֿאַנאַטיקערס, וואָס טענהן, אַז ישׂראל טאָר בשום־אופֿן ניט אָפּגעבן די טעריטאָריעס, ווײַל גאָט אַליין האָט געגעבן די ייִדן דאָס דאָזיקע לאַנד. נאָך אונדזער גרויסער קלאַסיקער, שלום־עליכם, האָט אויסגעלאַכט אַזעלכע בולוואַנעס אין זײַן ווערק „ווען איך בין ראָטשילד‟: „די מלוכה זאָגט, אַז די טעריטאָריע איז איר טעריטאָריע, און די מלוכה זאָגט: ׳ניין, ס׳איז מײַן טעריטאָריע׳. מששת ימי בראשית, הייסט עס, האָט גאָט באַשאַפֿן אָט דאָס שטיקל ערד פֿון איר כּבֿוד וועגן.‟ מ׳דאַרף אַנטשיידן קעמפֿן קעגן יענע מערבֿדיקע פּאָליטיקערס, וואָס זײַנען שׂונאים פֿון מדינת־ישׂראל, — און אין דער זעלבער צײַט, דאַרף מען ניט ווייניקער קעמפֿן קעגן אונדזערע אייגענע רעאַקציאָנערן, וועלכע שטעלן זיך אַליין און ישׂראל קעגן דער מערבֿדיקער אידעאָלאָגיע, די מערבֿדיקע פּרינציפּן און אידעאַלן, וואָס זײַנען אין תּוך  י יִ ד י ש ע  אידעאַלן, ווי עס האָט ריכטיק געטענהט זאבֿ זשאַבאָטינסקי („מיזרח‟).

מ׳דאַרף שטודירן אונדזער גײַסטיקע ירושה, וואָס במשך פֿון דור-דורות האָט פֿאַרהיט אונדזער פֿאָלק, — נאָר טאָן עס דאַרף מען קריטיש, ניט פֿאַרמאַכנדיק די אויגן אויף דעם, װאָס אַ סך אין תּורה (ווי אויך, פֿאַרשטייט זיך, אין די הייליקע ספֿרים פֿון אַנדערע רעליגיעס) קומט אין סתּירה מיט דער מאָדערנער מאָראַל (בראשית: 19, 26; שמות: 12, 29; שמות: 22, 20-18; ויקרא: 20, 18-9; ויקרא: 21, 9; במדבר: 15, 36-32; דבֿרים: 20, 17-16; דבֿרים: 22, 25-20; יהושע: 10, 40-28; שמואל 1: 15, 3-2 — און נאָך, און נאָך).

מ׳דאַרף שטודירן, אַנטוויקלען און פּראָפּאַגאַנדירן אונדזער ייִדישע קולטור, די ייִדישע שפּראַכן, ליטעראַטור, מוזיק, טעאַטער, פֿאָלקלאָר — און אין דער זעלבער צײַט דאַרף מען אַנטשיידן אָפּוואַרפֿן די טענות פֿון אונדזערע פֿינצטערלינגען, אַז דער עיקר פֿון ייִדישקייט איז כּלומרשט שבת און כּשרות. מ׳דאַרף געדענקען, אַז די דאָזיקע זאַכן האָבן שוין לאַנג אויפֿגעהערט צו זײַן די הויפּט-סימנים פֿון ייִדן; אַז הײַנט, אינעם 21סטן יאָרהונדערט, נאָר בערך 16% ייִדן גלייבן אין די דאָגמעס פֿונעם אָרטאָדאָקסאַלן יודאַיִזם (22% אין ישׂראל http://www.pewforum.org/2016/03/08/religious-affiliation-and-conversion/ און 10% אין אַמעריקע http://www.pewforum.org/2013/10/01/jewish-american-beliefs-attitudes-culture-survey/# — די מלוכות, אין וועלכע עס וווינען העכער 80% ייִדן פֿון דער גאָרער וועלט https://www.jewishvirtuallibrary.org/jewish-population-of-the-world)

דער גרעסטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור שלום-עליכם פֿלעגט שרײַבן שבת („פֿונעם יריד‟, קאַפּיטל 58); דער גרונטלייגער פֿונעם רעכטן ציוניזם זאבֿ זשאַבאָטינסקי פֿלעגט עסן פּוטער מיט ברויט און שינקע („אײַער נײַ–יאָר‟), און שרײַבן, אַז פֿון אַזעלכע ווילדע „מיזרחדיקע‟ איבערבלײַבסן, ווי דאָס אַרײַנמישן רעליגיע אינעם לעבנס־שטייגער, די פֿרוי אין אַ שייטל, וואָס אַ פֿרעמדער מאַנצביל טאָר איר ניט דערלאַנגען די האַנט, וכדומה — „פֿון זיי דאַרף מען אָפּווענדן אונדזערע מאַסן. דערמיט טאַקע פֿאַרנעמען מיר זיך אין יעדער לײַטישער שול און מיט דעם פֿאַרנעמט זיך באַזונדערס פֿלײַסיק און דערפֿאָלגרײַך דאָס לעבן אַליין…‟ („מיזרח‟).

יאָ, מיר זײַנען אַ פֿאָלק פֿון חכמה, נאָר אין אונטערשייד פֿון די ביבליש-תּלמודישע צײַטן און די צײַטן פֿון מיטלאַלטער זײַנען איצט, אין דער מאָדערנער תּקופֿה, די גרעסטע חכמים בפֿירוש ניט די רבנים, נאָר די גרויסע וויסנשאַפֿטלערס, לאַורעאַטן פֿון דער נאָבעל-פּרעמיע. פּונקט אַזוי האָט דאָך געטענהט הענריך הײַנע: „ווי אין די פֿינצטערע צײַטן ווערן מענטשן אַמבעסטן געפֿירט פֿון רעליגיע, אַזוי איז אין חשכות דער בעסטער וועגווײַזער — אַ בלינדער… ווען ס׳קומט אָבער דער קאַיאָר, איז פּשוט נאַריש נאָכצופֿאָלגן דעם בלינדן…‟. פּונקט אַזוי, ווי מע פֿלעגט קעמפֿן פֿאַר די רעכט פֿון די פֿרומע ייִדן (און די גלויביקע בכלל) אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, דאַרף מען קעמפֿן קעגן די פּרוּוון אָנבינדן זייער לעבנס–שטייגער דער גאַנצער געזעלשאַפֿט מצד די ישׂראלדיקע חרדים; ווי אויך קעגן זייערע פֿרעכע פּרוּוון שטעלן זיך העכער פֿונעם געזעץ דורך אָפּזאָגן זיך דינען אין דער אַרמיי (כ׳געדענק, ווי אלי וויזעל, עליו־השלום, האָט געענטפֿערט אויף מײַן פֿראַגע וועגן דעם ענין: „אין יעטווידער נאָרמאַלער מלוכה ווענדט די פּאָליציי אָן קראַפֿט קעגן די, וואָס פֿירן ניט אויס דעם געזעץ‟).

מ׳דאַרף שטעלן אַן אַנטשיידענעם ווידערשטאַנד די פּרוּוון צו פֿאַרווערן ברית־מילה אין די אייראָפּעיִשע לענדער; פּונקט ווי ניט ווייניקער דאַרף מען אין ישׂראל קעמפֿן פֿאַרן רעכט פֿון די עלטערן, וואָס ווילן ניט מלן זייערע קינדער. מ׳דאַרף זיך קעגנשטעלן די פּרוּוון מצד די קריסטלעכע מיסיאָנערן צו „דערווײַזן‟, אַז זייער גלויבן איז כּלומרשט בעסער איידער די ייִדישע אמונה. אין דער זעלבער צײַט דאַרף מען זיך באַציִען טאָלעראַנט צו אונדזערע שטאַמברידער, וואָס צוליב פּערזענלעכע סיבות זײַנען זיי געוואָרן גלויביקע קריסטן (אויב זיי זײַנען דערבײַ ניט געוואָרן קיין אַנטיסעמיטן!). ווי ס׳האָט אָנגעשריבן זשאַבאָטינסקי, שטעלנדיק צום שאַנדסלופּ יענע ייִדן, וואָס פֿלעגן זיך שמדן צוליב הוילער נוץ: „בײַטן דעם גלויבן מחמת דער אינערלעכער איבערצײַגטקייט אין דער אויבערהאַנט פֿון דער נײַער רעליגיע — דאָס איז בכּבֿודיק, ניט קיין בזיון‟ („אונדזער טאָג־טעגלעכע דערשײַנונג‟).

מ׳דאַרף רעספּעקטירן אונדזערע פֿרומע שטאַמברידער, וואָס לעבן רויִק מיט זייער לעבן און בינדן קיינעם ניט אָן זייערע אָנשויונגען; נאָר מ׳דאַרף אומברחמנותדיק אויסלאַכן און אָנווײַזן זייער אָרט די יעניקע עזות-פּנימניקעס, וואָס האַלטן זיך קליגער פֿון די 84% ייִדן און דער גאַנצער איבעריקער מענטשהייט. זיי האָבן די העזה צו טענהן, אַז „דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אַקשנותדיק און נאַריש‟. זיי רופֿן די וועלטלעכע ייִדן „אַנטיסעמיטן‟. צו באַליידיקן דאָס ייִדישע פֿאָלק אויף אַזאַ אופֿן, מיינט, אַז דווקא זיי זײַנען עכטע אַנטיסעמיטן (ווי ס׳האָט געשריבן דער רוסישער היסטאָריקער קליוטשעווסקי וועגן זײַנע אייגענע, פּראַוואָסלאַוונע אָבסקוראַנטן: „קוקנדיק אויף זיי, ווי זיי גלייבן אין גאָט, ווילט זיך שוין גלייבן אין טײַוול!‟ מ׳דאַרף זײַן אַזאַ, ווי ס׳איז געווען עדוואַרד גריג, אַ גרויסער קאָמפּאָזיטאָר, דער גרינדער פֿון דער נאָרוועגישער נאַציאָנאַלער מוזיק און אַ פֿאַרביסענער שׂונא פֿון שאָוויניזם, איזאָלאַציאָניזם, קלעריקאַליזם. ער האָט ניט בלויז געווידמעט דאָס לעבן דער אַנטוויקלונג פֿון זײַן פֿאָלקס נאַציאָנאַלער קולטור, נאָר אויך פּראָטעסטירט קעגן אומיושר בנוגע אַנדערע פֿעלקער. ער האָט אָפּגעשאַפֿן זײַנע קאָנצערטן אין פֿראַנקרײַך ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם אַנטיסעמיטישן דרייפֿוס־פּראָצעס…

נו, עס טראָגט אונדז שוין לאַנג דער עראָפּלאַן אַנטקעגן דער אַלטער וועלט… זײַ געזונט, אַזיע! ניט געקוקט אויף דעם „Jet lag‟ און די שלאָפֿלאָזיקע נעכט, אויף דער האָנג־קאָנגער פּאַרענינע און אַלע אַנדערע שוועריקייטן, איז מיר דאָרט געווען גוט!

[1] אַנדריס פּאָגאַ (1980) — לעטלענדישער דיריגענט
[2] שמואל מיקוניס (1903־1982) — לינקער פּאָליטישער טוער אין ישׂראל
[3] אונדזער פּלימעניצע
[4] וועניאַמין סמעכאָוו (1940) — סאָוועטישער און רוסלענדישער אַקטיאָר און רעזשיסאָר
[5] יוליוס און עטעל ראָזענבערג — אַמעריקאַנער קאָמוניסטן, באַשולדיקט אין שפּיאָנאַזש לטובֿת סאָוועטן־פֿאַרבאַנד
[6] שבתי קאַלמאַנאָוויטש (1947־2009) — ישׂראל־ביזנעסמאַן, פֿאַרמישפּט אין ישׂראל פֿאַר שפּיאָנאַזש לטובֿת רוסלאַנד
[7] עמוס עוז (1939־1918), אַבֿרהם ב. יהושע (1936), דוד גראָסמאַן (1954) — ישׂראל־שרײַבערס
[8] „מרץ‟ — ישׂראלדיקע לינקע סאָציאַל־דעמאָקראַטישע און ציוניסטישע פּאַרטיי

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s