פֿון אונדזער עזבֿון: רחל בוימוואָל (1914־2000)

boymvoljpg

די דיכטערין איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס אין דער משפּחה פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן דראַמאַטורג און רעזשיסאָר לייב בוימוואָל. אין יאָר 1936 האָט רחל בוימוואָל פֿאַרענדיקט דעם ליטעראַרישן פֿאַקולטעט פֿון דער ייִדישער אָפּטיילונג בײַם 2טן מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט. לידער האָט רחל אָנגעהויבן שאַפֿן פֿון קינדווײַז אָן, נאָך איידער זי האָט זיך אויסגעלערנט לייענען. אין יאָר 1930 איז דערשינען איר ערשטע לידער־זאַמלונג. דערנאָך האָבן זיך באַוויזן אירע אַנדערע ביכער — קינדער־מעשׂהלעך און מעשׂיות פֿאַר דערוואַקסענע, לינגוויסטישע עסייען. ביז איר עולה זײַן קיין ישׂראל (1971) האָט רחל בוימוואָל אַרויסגעלאָזט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד 18 לידער־זאַמלונגען פֿאַר קליין און גרויס.

אַ סאָלידער שאַפֿערישער סך־הכּל פֿון איר פּאָעטישן טאַלאַנט אין ישׂראל זײַנען געווען 8 לידער־ביכלעך אין ייִדיש, איינס אין רוסיש און צוויי אין דער איבערזעצונג אויף עבֿריתּ. מע דאַרף אויך דערמאָנען איר זעלטענע אַרבעט וועגן ייִדישע אידיאָמאַטישע אויסדרוקן, וואָס זי האָט סיסטעמאַטיש געפֿירט און פּובליקירט אין פֿאַרשידענע אויסגאַבעס. געשטאָרבן איז רחל בוימוואָל אין ירושלים.

לייענט אַ קראַנץ לידער פֿון רחל בוימוואָלס בוך „וווּנדערוועלט‟, האָרץ־פֿאַרלאַג, ירושלים 1990.

* * *
לויפֿט אַ קינד אין סאָד אַרום,
יאָגט אים נאָך זײַן שאָטן שטום.
נאָר דער בוים, ער קאָן ניט שווײַגן.
ס׳לויפֿט אַ ווינט אין זײַנע צווײַגן.
נעמט דאָס קינד פֿאַר שׂימחה טאַנצן.

טאַנצט זײַן שאָטן, טאַנצט דאָס קינד,
טאַנצט דער בוים און טאַנצט דער ווינט.

שטיין דאָס קינד בלײַבט צוגעזאָטן
צו זײַן שמאָלן, קורצן שאָטן.
און דער ווינט אַלץ שטילער ווערט.
אויך דער בוים האָט זיך פֿאַרקלערט.

רוט דער בוים און רוט דער ווינט,
רוט דער שאָטן, רוט דאָס קינד…

כ׳קוק זיך צו וואָס אַלע טוען, —
גיי איך אויך אַ ביסל רוען.

דאָס בייגעלע פּאַפּיר
אַ גליק! אַ בייגעלע פּאַפּיר —
מיר אין די הענט אַרײַנגעפֿאַלן
צוזאַמען מיט די ערשטע שטראַלן
גאָר פֿרי, פֿאַרטאָג אַ זייגער פֿיר.

עס איז געווען אונטער דער האַנט.
איך האָב, אַזוי אַז זײַן זאָל שנעלער,
ביז ס׳לויכט דער אויפֿגאַנג נאָך דער העלער,
פֿאַרשריבן אים פֿון ראַנד ביז ראַנד.

באַפֿוילן שרײַבן האָט אַ שטים…
קיין ברעקל אָרט איז ניט פֿאַרבליבן.
דער לעצטער אות האָט זיך פֿאַרשריבן
שוין אויפֿן בוך וואָס אונטער אים.

גאָרניט טאָן
גאָרניט טאָן איז אויך אַן אַרבעט!
נאָר ניט יעדער קאָן עס.
ס׳איז אַן אַרבעט גאָר אַן האַרבע —
גלייבט מיר אויף נאמנות!

גאָרניט טאָן מאַכט פֿרײַ פֿון קלערן.
קלערסט און ס׳נאָגט די ביינער.
און דער מענטש איז אָפֿט מאָל גערן
בעסער שלעפּן שטיינער…

מעגסט מיט הענט און פֿיס ניט רירן,
אָבער די געדאַנקען?
שטענדיק וואַכן די געהירן, —
און ס׳איז גאָט צו דאַנקען!

ס׳רײַפֿן אויסטערלישע וועלטן
דאָרט אין מוח־שאַכטל…
גאָרניט טאָן גיט אײַן זיך זעלטן —
גאָרניט טאָן און טראַכטן,
טראַכטן…

די שפּיל
עס גייט אַ מאַמע מיט אַ קינד.
דעם קינד בין איך געפֿעלן.
עס טוט אַ שיק צו מיר געשווינד
אַ שמייכל אַזאַ העלן.

איך כאַפּ אים אונטער און שיק אָפּ
אַ שמייכל גלײַך אַ צווייטן.
דאָס קינד דרייט אויס צו מיר דעם קאָפּ
און שמייכלט, שמייכלט, שמייכלט…

די מאַמע שלעפּט עס פֿאַר דער האַנט,
נאָר ס׳וויל פֿון גאָרניט וויסן.
פֿון אונדזער ווערן ערשט באַקאַנט
עס וויל די פֿרייד געניסן.

אויך איך בין גרייט דאָ שטיין אַ טאָג,
די שפּיל האָט טויזנט טעמען.
נאָר ס׳קינד פֿאַרשווינדט הינטערן ראָג
אין איינעם מיט זײַן מאַמען.

אייניקלעך
מײַן שכנה האָט צוויי טעכטער,
דרײַ זין און זיבן אייניקלעך.
— זיבן — זאָגט זי, אייניקלעך —
דאָס איז פֿאַרשטייט זיך ווייניקלעך.

פֿון מײַנע פֿינעף קינדער
געדאַרפֿט וואָלט זײַן אַצינדער
כאָטשבי צוואַנציק אייניקלעך,
און דאָס וואָלט זײַן נאָך ווייניקלעך!

אָט זײַנען קינדער בײַ מײַן מאַמען
געוועזן צוועלף מיט מיר צוזאַמען.

מיט דרײַ שטערנדלעך
די לידער מיט דרײַ שטערנדלעך פֿון אויבן —
זיי זײַנען אפֿשר פֿון די בעסטע.
זיי זײַנען מיט אַ שילד איבער די שויבן
ניט באַלעסטיקט.

דו, לייענער, אויף זיי קיין אומחן וואַרף ניט.
פֿאַר זיי איז שווערלעך צוקלײַבן אַ נאָמען.
אַוודאי אָנרופֿן זיי קאָן מען,
נאָר דאָך — מע דאַרף ניט…

אַזאַ מין לשון
פֿאַראַן אַ לשון
פֿון האַלבע ווערטער, וואָס קוים זיך זיפּן
און ווערן אויסגעלאָשן
אויף די ליפּן.
דאָך פֿילסטו זיי
מיט אַלע ביינער, מיט די ריפּן…

פֿאַראַן אַ לשון
פֿון האַלבע ווערטער — אָנגעגליטע קוילן:
אַ זאָג, אַ שעפּטשע,
נאָר עפּעס בלײַבט פֿאַרהוילן,
נאָר עפּעס טוט בײַם סאַמען שלונג זיך קנוילן.

בײַם סאַמע שלונג,
נאָר קומט ניט אויף דער צונג.

די ווערטער — קאָנסט זיי ניט באַפֿוילן
אַרויסבאַקומען זיך אין גאַנצן.
ווי פֿײַערלעך זיי טאַנצן
פֿון מויל צו מויל, —
אַ פֿלאַטער און ניטאָ שוין… —
אַזאַ מין לשון!

דער אַלטער בער
איך האָב זיך פֿאַרקליבן ווײַט.
קומט ניט קיינער אַהער!
לאָזט די פֿאַרבליבענע צײַט
אַליין זײַן מיט זיך דעם בער.

דעם אַלטן בער איז שלעכט,
דעם אַלטן בער איז קאַלט.
פֿון צווישן דעם צווײַגן־געפֿלעכט
קוים וואָס ער זעט שוין דעם וואַלד.

איך, דער אַלטער בער
ביז איצט — אַ צעשויבערטער סטויג.
עס ציטערט בײַ מיר אַ טרער
אין רויטן ווינקל פֿון אויג.

ס׳וואָלט גוט זײַן כאָטש נאָך איין מאָל
פֿאַרזוכן האָניק מיט וואַקס.
ס׳האָט מאַלינע מיר זיך פֿאַרוואָלט,
געדענק איך ניט וווּ זי וואַקסט…

די בעריכע מײַנע — אַוועק.
געווען און אַוועק! פֿאַר וואָס?..
צוריק מיט עטלעכע טעג
האָט דורכגעהילכט נאָענט אַ שאָס

טו איך די ליפֿט אַ שמעק,
שטרענג איך אָן מײַן געהער…
שווער איז דעם אַלטן בער
אויף די עלטערע טעג…

צו מײַנע פֿיפֿיקע קאָלעגן
בײַ מײַנע פֿיפֿיקע קאָלעגן
איך קלײַב זיך וועגן גאָרניט פֿרעגן,
כ׳בין זיי מקנא אויף קיין האָר ניט.

ווען כ׳פֿאָר מיט זיי די זעלבע וועגן,
וואָלט איך זיי האָבן וואָס צו פֿרעגן,
וואָלט איך זיי האָבן וואָס צו זאָגן.
נאָר כ׳זיץ מיט זיי ניט אין איין וואָגן.

איך גיי צו פֿוס אַ וועג אַ שווערן,
נאָר כ׳וויל ניט אָן אַ זײַט פֿאַרקערן.
איך קלײַב זיך אויס פֿאַר אַלע „פּרײַזן‟
די פּרײַז — פֿון זייער פֿרײַנדשאַפֿט פֿרײַ זײַן.

ראַנגלעניש
פֿון היץ — אין קעלט.
פֿון קעלט — אין היץ.
פֿון קושן צערטלעכע
צו שמיצן.
אָט — אויפֿן טראָן,
אָט — אויף דער שפּיז —
איין ראַנגלעניש
דאָס לעבן איז.

נאָר ווערסט צו אַלץ,
צו אַלץ געוווינט.
וואָס זאָל ניט זײַן,
נאָר לעבן לוינט!
כּסדר,
מיט אַ זשעדנעם בליק
דו זוכסט דאָס פּערעלע
פֿון גליק.

און יעדער מיט דער צײַט דערגייט:
אין ראַנגלעניש דאָס גליק באַשטייט.

טויטע זאַכן
טויטע זאַכן לעבן לאַנג,
לעבן לעבעדיקע איבער,
בײַטן שטעט און בײַטן שטיבער
טויטערהייט און אָן שום קלאַנג…

בלײַבן טעמפּ און בלײַבן שטום,
היטן זייער טויטן לעבן.
קאָנסט זיי נעמען אומעטום,
קאָנסט זיי יעדן איבערגעבן.

ווי די זונות זײַנען זיי,
אָן שום שטאָלץ און אָן שום עקל.
מענטשן שטאַרבן נעבן זיי, —
זאָל זיי אַרן כאָטש אַ ברעקל!

כ׳ווייס ניט צי זיי זײַנען טויט,
אויב זיי „לעבן איבער‟ דורות.
כאָטש כ׳בין דולדן זיי גענויט,
כ׳האָב פֿאַר זיי אַ ביסל מורא…

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s