נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 21

„די מאָנאָלאָגן…‟ — ייִדישע שרײַבערס און מײַן ווידעאָ־פּראָיעקט

גרויסע אויפֿטוען באַגײַסטערן, שטעקן אָן, ברענגען צו אייגענע אײַנפֿאַלן. אַזוי איז, אַפּנים, געשען מיט מיר אויך. מיר איז אויסגעקומען זיך צו באַטייליקן אין אַ ווידעאָ־פּראָיעקט, וווּ עס גייט די רייד נישט בלויז וועגן חורבן, ווי, למשל, אינעם באַקאַנטן ריזיקן ספּילבערג־פּראָיעקט, נאָר וועגן אַ גאַנץ לעבן פֿון אַ קאָנקרעטן מענטש — פֿון זײַנע ערשטע דערמאָנונגען און ווײַטער איבערן לעבן, אַרײַנגערעכנט שפּראַך, שטייגער, פֿאָלקלאָר. איך מיין דאָ דעם פּראָיעקט „מדור לדור‟ אין שפּיץ מיט פּראָפֿעסאָר דובֿ נוי, ע״ה. בשעתן טרעפֿן זיך מיט פֿאַרשיידענע מענטשן פֿון עלטערן דור און אויספֿרעגן זיי לויט דער רשימה פֿראַגעס פֿון דער אַנקעטע, האָב איך זיך געכאַפּט, אַז אין תּל־אָבֿיבֿ אויף דער גאַס דבֿ הוז 30, אינעם „לייוויק־הויז‟ האָט דאָך יעדער פֿון די שטאַמגעסט וואָס צו דערציילן; און נאָך ווי אַזוי צו דערציילן — אויף זײַן היימישן ייִדיש, אויף אַן אייגענעם שרײַבערישן אופֿן — סײַ וועגן זײַן לעבן און סײַ וועגן זײַן שאַפֿונג. יעדער פֿון זיי איז דאָך געקומען פֿון אייראָפּע און איז געווען אַ גײַסטיקער עדות פֿון אַ בליִענדיקער ייִדיש־תּקופֿה.

איך געדענק עס ווי הײַנט: אויבנאָן בײַם לאַנגן טיש אינעם אויפֿנעם־זאַל, ווי אַן אַלטער לייב, איז געזעסן מרדכי צאַנין, דער לאַנג־יאָריקער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, דער גרינדער פֿון „לעצטע נײַעס‟, אַ מחבר פֿון צענדליקער פּראָזע־ביכער; ווײַטער האָבן זיך אויסגעזעצט די שטענדיקע אַרײַנגייער, וואָס פֿלעגן כּמעט נישט דורכלאָזן קיין איין אַזאַ מין פֿרײַטיק: יצחק בראַט, דער רעדאַקטאָר פֿון „לעצטע נײַעס‟, יצחק שטאָקפֿיש, רעדאַקטאָר פֿון „ישׂראל־שטימע‟, יצחק לודען, רעדאַקטאָר פֿון „לעבנס־פֿראַגן‟, יוסף מגן, דער רעדאַקטאָר פֿון „נײַע צײַטונג‟, די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן, ישׂשׂכר פֿאַטער, אַ גלענצנדיקער ייִדישער מוזיקאָלאָג און עסיייִסט; ישׂראל וואָרזאָגער, דיכטער און פּראָזאַיִקער, דער פּראָזאַיִקער צבֿי כּנר, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, משה סחר, אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף העברעיִש, דער מאָלער און דיכטער משהלע בערנשטיין און אַנדערע…

שוין זשע, האָב איך געטראַכט, וועלן די זעלטענע קולות און שמועסן אויסגעלאָשן ווערן אין דער טאָג־טעגלעכער פּאָליטיזירטער האַוועניש פֿון דער ישׂראל־ווירקלעכקייט? ווי אַן ענטפֿער אויף מײַן אייגענער קשיא איז אויפֿגעקומען דער פּראָיעקט צו פֿילמירט די ייִדישע פּען־מענטשן און ייִדיש־טוער — אָן אַ ביודזשעט, מיט פּרימיטיווע טעכנישע מעגלעכקייטן, אָבער מיט אַ גרויסן חשק דורכצופֿירן אָט די וויכטיקע אַרבעט. אַרויסגעהאָלפֿן האָט מיר אין דעם מײַן ישׂראלדיקער פֿרײַנד און שכן אַהרן שוואַרצמאַן ז״ל.

לאַנגע יאָרן זײַנען די צענדליקער טאַשמעס געלעגן אויף דער פּאָליצע בײַ מיר אין שטוב, אַ טייל פֿון זיי איז קאַליע געוואָרן, און דאָך איז געקומען די צײַט און מעגלעכקייט די זעלטענע ווידעאָס אַרויסצוברענגען פֿאַר אַן עולם. צו רעאַליזירן דעם פּראָיעקט, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟, האָבן פֿינאַנציעל פֿאַרזיכערט אַזעלכע אינסטיטוציעס ווי „קליימס קאָנפֿערענץ‟ און „די פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע‟; מיט איינמאָליקע סובסידיעס האָבן זיך אין דעם באַטייליקט „בית־שלום־עליכם‟, תּל־אָבֿיבֿ, „אַטראַן־פֿונדאַציע‟, ניו־יאָרק, „גראָפּער־פֿאָנד‟, ירושלים און געציילטע יחידים. בסך־הכּל האָט דער ביודזשעט באַטראָפֿן עטלעכע און 40 טויזנט דאָלאַר פֿאַר 10 פֿילמען.

לכתּחילה האָב איך בײַ זיך באַשלאָסן, אַז לויט דער פֿאָרעם וועלן די ווידעאָס זײַן אַ מאָנאָלאָג, נישט קיין שמועס און נישט קיין אינטערוויו. מײַן דערפֿאַרונג פֿון די פֿריִערדיקע פּראָיעקטן האָט מיך געלערנט, אַז דאָס פֿרעגן פֿראַגעס שטעלט דעם אויסגעפֿרעגטן אין געוויסע ראַמען, אַפֿילו דלת אמותן. דער אויספֿרעגער האַלט אים און פֿירט אים אויף זײַן „שטריקעלע‟. בפֿרט, אַז די רייד גייט וועגן שרײַבערס, פֿרײַע קינסטלערס. זיי דאַרף מען נישט „פֿירן‟. זאָלן זיי אַליין דערציילן, אַפֿילו אויב זיי האָבן עס שוין אַמאָל באַשריבן אין זייערע ביכער. אַ שרײַבער חזרט זיך נישט איבער, ער שאַפֿט אַ נײַע וואַריאַציע. דערצו, אויסצופֿרעגן אַ שרײַבער, מיינט, זייער גוט אַרײַנדרינגען אין זײַנע שאַפֿונגען, פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער, וועלן די פֿראַגעס, ווי דער אויספֿרעגער זאָל נישט דרייען, וועלן זיי סײַ־ווי זײַן סוביעקטיווע און דעקן קודם־כּל זײַן אייגענע פֿאַראינטערעסירטקייט.

shvartsman
אַהרן שוואַרצמאַן און איך האָבן געוווינט אין ירושלים אין איין הויף. ירושלים, 1990

אַהרן שוואַרצמאַן און איך האָבן געוווינט אין ירושלים אין איין הויף. דעריבער פֿלעג איך פֿון פֿריִער אָפּרעדן מיט די שרײַבערס וועגן אונדזער טרעפֿונג אין „לייוויק־הויז‟ אָדער בײַ זיי אין דער היים. אין יענעם טאָג בין איך שוין צו דער אַרבעט אין ירושלימער אוניווערסיטעט נישט געגאַנגען; אַהרן, אַ פּענסיאָנירטער רענטגענאָלאָג, פֿלעגט אָנלאָדן זײַן רויטן אַלטן „פֿאָרד‟ מיט אַלע זײַנע מכשיר־פּריטשינדאַלן [1], וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי האָט ער אַליין צוגעפּאַסט אָדער איבערגעמאַכט פֿאַר אונדזערע צוועקן.

איך דערמאָן זיך, ווי צאַפּלדיק און דרך־ארצדיק האָבן די שרײַבערס זיך באַצויגן צו אָט די טרעפֿונגען. די ישׂראל־פּרעסע בכלל און די טעלעוויזיע בפֿרט, האָט קיין שום אינטערעס צו דער „גלות־ליטעראַטור‟ און צו זייערע באַשאַפֿער נישט אַרויסגעוויזן. סײַדן, איין מאָל אין יאָר, בעתן דערמאָנען די חורבן־קרבנות, האָט מען געקאָנט הערן אויף ייִדיש געבירטיגס „עס ברענט‟, און סוצקעווערס „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן‟. דעריבער האָבן די טרעפֿונגען — דער פֿאַקט אַליין, אַז מע פֿאַרבעט זיי צו דערציילן פֿאַר אַ קאַמערע אויף ייִדיש וועגן זיך און זייערע ביכער, — געווען אַ גאַנץ עמאָציאָנעל איבערלעבעניש.

אויב די טרעפֿונג איז פֿאָרגעקומען אין „לייוויק־הויז‟, פֿלעגן מיר אַרויפֿשלעפּן די אַפּאַראַטור אויפֿן דריטן גאָרן, וווּ ס׳האָט זיך דעמאָלט געפֿונען די ביבליאָטעק, און בײַ אַ ברייטן טיש, אויפֿן הינטערגרונט פֿון די פּאָליצעס מיט ביכער, אָפּאַרבעטן אַ דרײַ, פֿיר שעה… ניין, די דערציילערס זײַנען גרייט געווען אָפּצוזיצן לענגער, כאָטש דעם ייִנגסטן פֿון זיי איז שוין געווען בײַ די 80. באַגרענעצט האָט אונדז דער „קורצער פֿרײַטיק‟. ער האָט אונדז אונטערגעיאָגט, אַרויסגעטריבן אַפֿילו פֿון אַזאַ שטאָט „בעזבאָזשניקעס‟ [אַטעיִסטן], ווי תּל־אָבֿיבֿ.

leyvik-hoyz
אַ גרופּע שרײַבערס אין “לייוויק־הויז”. פֿון רעכטס, זיצן: צבֿי כּנר, ?, בערל קאָטלערמאַן, מרדכי צאַנין, אלי ביידער, יצחק לודען. פֿון רעכטס, שטייען: אלישבֿע כּהן־צדק, באָריס חייט, מישע לעוו, באָריס סאַנדלער, יענטע מאַש, ישׂשׂכר פֿאַטער, רבֿקה באַסמאַן, צבֿי־הירש סמאָליאַקאָוו, מרדכי דוניץ, רפֿאל בלומענפֿעלד, תּל־אָבֿיבֿ, 1990ער יאָרן, פֿאָטאָ — אַהרן שוואַרצמאַן

אַוודאי, נישט יעדער האָט זיך געפֿילט באַקוועם און פֿרײַ פֿאַר דער ווידעאָ־קאַמערע. געווען אַזעלכע, וואָס האָבן אויפֿגעשריבן אויף פּאַפּיר זייערע ווערטער, נאָר שוין אין 10־15 מינוט נאָכן אָנהייבן דערציילן זיך דערפֿילט „אויפֿן פֿערד‟ און באַגײַסטערט זיך אַ לאָז געטאָן איבערן פֿעלד פֿון זייערע זכרונות. יאָסל בירשטיין, למשל, האָט אויף אַ פּאַפּירל אויפֿגעשריבן בלויז דעם סדר פֿון זײַנע מינדלעכע דערציילונגען, מיט וועלכע ער פֿלעגט אַרומפֿאָרן איבער ישׂראל און זיי דערציילן פֿאַר אַן עולם אויף עבֿריתּ. ער האָט זײַן מאָנאָלאָג אַזוי קונציק אויסגעבויט, אַז די צענדליקער באַזונדערע מיניאַטורן האָבן ווי פֿאַרשיידנקאָליריקע שפּליטערס צונויפֿגעשטעלט אַ מין מאָזאַיִש בילד פֿון זײַן לעבן, אָנהייבנדיק פֿון די ייִנגלשע יאָרן אין אויסטראַליע ביזן מאָמענט פֿון אונדזער פֿילמירן אין זײַן באַשיידענער ירושלימער וווינונג. בירשטיינס מעשׂיות איז נישט אָפּצוטיילן פֿון דער ירושלימער טאָג־טעגלעכקייט מיטן זשום פֿונעם שוק „בן־יהודה‟ און די שטאָט־אויטאָבוסן, מיט די שמאָלע שטיינערנע גאַסן און געסעלעך, באַזעצט מיט קאָלאָריטפֿולע ייִדישע טיפּן, געקומען אַהער פֿון אַלע עקן וועלט… דעריבער איז וויכטיק געווען אַרײַנפֿלעכטן אין דער קאַנווע פֿון זײַנע זאַפֿטיקע מעשׂיות די לעבעדיקע בילדער און קלאַנגען פֿון דעם הײַנטיקן ירושלימער הו־האַ.

יעדער פֿילם האָט זײַן אייגענעם „שליסל‟, און וווּ ער ליגט באַהאַלטן, האָבן אַנטפּלעקט די שרײַבערס אַליין.

דער מאָנאָלאָג פֿון מישע לעוו, וואָס האָט אין זײַן ליטעראַטור געשילדערט אין אַ קינסטלעריש־דאָקומעטאַרן נוסח די העלדישקייט פֿון ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז באַגלייט געוואָרן מיט אוניקאַלע דאָקומענטן — פֿאָטאָגראַפֿיעס און קינאָכראָניקעס, וואָס ס׳האָט זיך אײַנגעגעבן אַרויסצובאַקומען פֿון עטלעכע וויכטיקע אַרכיוון סײַ אין אַמעריקע און סײַ אין דײַטשלאַנד: וועגן די אונגערישע ייִדן, וואָס האָבן געדינט בײַ די דײַטשן, ייִדישע פּאַרטיזאַנישע משפּחה־אָטריאַדן, סאָביבאָר און אַנדערע מאַטעריאַלן.

דער דאָקומענטאַר „ווילנע, מײַן ווילנע‟, וווּ אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש דערציילט וועגן זײַן ווילנער יוגנט, פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער פֿון זײַן פֿאָטער, האָט מיך און חנה פּאָלאַק, וואָס האָט אָפּגעגעבן דעם פּראָיעקט אַ סך שאַפֿערישע ענערגיע, — געבראַכט צו פֿירן אינעם הײַנטיקן ווילניוס. מיר האָבן פֿילמירט די שטאָט, דערזען דורך די שורות פֿון קאַרפּינאָוויטשס ביכער. זײַן מאָנאָלאָג איז אַ לעבעדיקער עדות פֿון דער אַמאָליקער „ירושלים דליטא‟. זײַן איידעלער הומאָר, איראָנישער שמייכל, אַ מין ליכטיקער שאַרם פֿון אַ זקן… ווי זײַן שאַפֿערישער אַני־מאמין, אָ שטילער אָנזאָג די קומעדיקע דורות קלינגען די לעצטע ווערטער פֿון זײַן מאָנאָלאָג: „שרײַבן איז זייער אַן אינטימע עובֿדה, אַזוי ווי ליבע. מיר ווייסן דאָך, אַז ניט אַלע זײַנען פֿעיִק צו ליבע. עס זײַנען דאָ מענטשן, וואָס צו זיי דערגייט ניט דאָס סאַמע העכסטע געפֿיל, וואָס גאָט האָט אונדז געשאָנקען. אויב גאָט וואָלט געשאַפֿן עפּעס מער זיסערס, מער דערהויבנס, ווי ליבע, האָט ער עס מן־הסתּם געלאָזט פֿאַר זיך, ניט אָפּגעגעבן דעם מענטשן… דער שרײַבער דאַרף גיין אין דער ריכטונג: ער דאַרף ליבהאָבן די העלדן, ער דאַרף זיי מיטפֿילן, ער דאַרף זיי פֿאַרשטיין…‟

דעם וויזועלן „שליסל‟ צו יחיאל שרײַבמאַנס מאָנאָלאָג איז אונדז אויסגעקומען צו זוכן אינעם דאָרף בײַם טײַך נעסטער וואַדול־ראַשקאָוו, וווּ חנה און איך זײַנען געקומען צו פֿאָרן. ביז דער מלחמה האָט אויף דעם אָרט געצויגן זײַן קיִום דאָס בעסאַראַבער שטעטל, וואָס שרײַבמאַן האָט עס אויפֿגעלעבט אין זײַנע דערציילונגען מיטן נאָמען ראַשקעוו. ווי אַ לײט־מאָטיוו, וואָס פֿאַראייניקט פֿאַרשיידענע תּקופֿות פֿון שרײַבמאַנס לעבן, זײַנען אויסגעניצט געוואָרן אינעם פֿילם די אויסדריקלעכע בילדער פֿונעם קעשענעווער מאָלער עדואַרד מײַדענבערג.

טשיקאַווע איז געווען צו באַזוכן די שרײַבערס אין זייער היימישער סבֿיבֿה, בײַ זיך אין דער היים. אַזוי האָבן מיר פֿילמירט יעקבֿ־צבֿי שרגל אין פּתח־תּיקווה, רבֿקה באַסמאַן אין הרצליה פּיתּוח, יענטע מאַש אין אַשדוד, יוסף קערלער אין ירושלים. יעקבֿ־צבֿי שרגל, מע קאָן זאָגן, דער וותיק פֿון ליטעראַטור אויף ייִדיש אין ישׂראל, ער איז געקומען אַהין נאָך אין 1926, פֿול מיט ראָמאַנטישע געפֿילן און האָפֿענונגען, וועלכע ער האָט אַזוי האַרציק אויף אַ מאָדערניסטישן אופֿן באַזונגען אין זײַן פּאָעזיע. אָנגעטאָן אין אַ וואַרעמען געקעסטלטן כאַלאַט, טיף אַרײַנגערוקט אינעם פֿאָטעל, האָט דער אַלטער ייִדישע משורר, דערמאָנט אַ פֿאַראָרעמטן און פֿאַרגעסענעם אָדלמאַן.

די שרײַבערינס האָבן זיך געגרייט צו אונדזער קומען ווי עס פּאַסט פֿאַר פֿרויען — געמאַכט אַ פֿריזור, צוגעפּודערט און צוגעשמינקעט זיך דאָס פּנים, אָנגעפֿאַרב די ליפּן און אַוודאי זיך אָנגעטאָ ווי אויף אַ יום־טובֿ. רבֿקה באַסמאַן האָט אונדז קודם־כּל געוויזן איר שיין גערטנדל אַרום דעם צוויי־גאָרנדיק הויז און ערשט דערנאָך פֿאַרבעטן אין שטוב אַרײַן. אַלע ווענט זײַנען געווען פֿאַרהאָנגען מיט בילדער פֿון איר מאַן, דעם מאָלער, מולה בן־חיים. זײַן גײַסט האָט נישט פֿאַרלאָזט דאָס אַלטע הויז און זיך צעגאָסן מיט אַ באַזונדערער שײַן, מיט וועלכער עס זײַנען באַלויכטן די פּאָעטישע לידער־זאַמלונגען פֿון דער פּאָעטעסע.

יענטע מאַש, ווי אַן עכטע בעסאַראַבער באַלעבאָסטע, האָט אונדז נישט געלאָזט צעוויקלען אונדזערע מכשירים, ביז מיר האָבן נישט פֿאַרזוכט איר געבעקס מיט אַ גלאָז טיי. אין איר קליין דירהלע איז נישט שווער געווען צו געפֿינען אַ ווינקעלע, וווּ צו פֿילמירן די שרײַבערין. זי אַליין האָט זיך אַוועקגעזעצט בײַם טיש אין „סאַלאָן‟ און שטיל, ווי זיך אַנטשולדיקט פֿאַר דער ענגשאַפֿט, געפֿרעגט: „דאָ וועט אײַך זײַן גוט?‟

אַ חוץ די אָריגינעלע פֿאָטאָגראַפֿיעס, קינאָכראָניק, קינסטלערישע אילוסטראַציעס גראַפֿישע און קלאַנג־עפֿעקטן, שפּילט אין די פֿילמען אַ וויכטיקע ראָלע די מוזיק. למשל, דאָס זינגליד „איך בענק אַהיים‟ (לייב ראָזענטאַל, עס זינגט: העלענע־נחמה הענדעל), צום קאַרפּינאָוויטשס מאָנאָלאָג; זעליג באַרדיטשעווערס „דוינע‟ (געזונגען פֿון בעלאַ גאָטעסמאַן) און „די נאַכט‟ (בראָטמאַן און בערן, געזונגען פֿון מיישקע אַלפּערט); דאָס ליד „די לעצטע ברעקלעך פֿון אַ דור‟ איז ספּעציעל אָנגעשריבן געוואָרן צו מישע לעווס מאָנאָלאָג (ווערטער: ב. סאַנדלער, מוזיק: מאַרק אײַזיקאָוויטש) און אַנדערע.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ סך פֿונעם פֿילמירטן מאַטעריאַל איז אין די פֿילמען נישט אַרײַן. עס פֿאַרדריסט אויך, אַז צוליב דעם פֿינאַנציעלן מאַנגל האָבן מיר מיט שוואַרצמאַנען נישט געקאָנט צוקומען צו אַזאַ גרויסן שרײַבער ווי אלי שעכטמאַן. ער האָט געוווינט אין נהריה, און דעמאָלט צו פֿאָרן אַהין אויף שוואַרצמאַנס דראַנדולעט [2], וואָלטן מיר זיכער געבליבן שטעקן ערגעץ אין מיטן וועג. און דאָך, האָב איך שוין געהאַט אָפּגערעדט מיט שעכטמאַנען טעלעפֿאָניש צו געפֿינען אַן אופֿן צו קומען צו אים, אָבער דער מלאך־המוות האָט זיך אין אַ ביודזשעט נישט גענייטיקט און איז געקומען צום שרײַבער פֿריִער…

די אַלע צען פֿילמען זײַנען אַ מין 10־שעהיקער ווידוי וועגן ייִדישער ליטעראַטור און אירע באַשאַפֿער אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט. צוזאַמען מיט מיר, ווי אַן אָפּעראַטאָרין און מאָנטאַזש־אינזשעניר, האָט איבער דער סעריע געאַרבעט חנה פּאָלאַק.

צום סוף פֿון די נאָטיצן וואָלט כּדאַי געווען אָנצורופֿן די נעמען פֿון אַלע 10 פֿילמען. אפֿשר וועט זיך עמעצן פֿאַרגליסטן זיי צו זען:

„שירה גאָרשמאַן: ליטע־פּאַלעסטינע־קרים‟ (55 מינ׳), „יאָסל בירשטיין: אַ קוש אין ירושלים‟ (55 מינ׳), „מישע לעוו: אויף די וועגן פֿון גבֿורה‟ (45 מינ׳), „אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש: ווילנע, מײַן ווילנע‟ (40 מינ׳), „יוסף קערלער: פּאָעט און דיסידענט‟ (40 מינ׳), „מיכאל בן־אַבֿרהם: דאָס ייִדישע קול אויף ׳קול־ישׂראל׳‟ (38 מינ׳), „יחיאל שרײַבמאַן: איין קליין ראַשקעווער געסל‟ (42 מינ׳), „חיים ביידער: פּאָעט, עסיייִסט, רעדאַקטאָר‟ (42 מינ׳), „מרים האָפֿמאַן: איין טאָג פֿון אַ גאַנץ לעבן‟ (55 מינ׳), און, ווי אַ מין סך־הכּל פֿון דער גאַנצער סעריע איז געמאַכט געוואָרן דער פֿילם, „אַ פֿרײַטיק אין ׳לייוויק־הויז׳‟ (47 מינ׳).

אַלע פֿילמען זײַנע באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.

די מאָנאָלאָגן קאָן מען זען אין אונדזער עלעקטראָנישן זשורנאַל „ייִדיש־בראַנזשע‟.

[1] פּריטשינדאַלן — כּל־מיני טעכנישע זאַכן, נייטיק צו דער אַרבעט
[2] דראַנדולעט — אַלטע, האַלב־אָפּגעניצטע טעכנישע זאַך

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s