ווי ווערטער רופֿן זיך אָפּ (8)
בשעתן שרײַבן מײַנע נאָטיצן פֿאַרן מײַ־נומער, האָבן זיך דערמאָנט און אַרײַנגעפֿאַלן אינעם זאַץ צוויי היימישע ווערטער: „פּריטשינדאַלן‟ און „דראַנדולעט‟.
פּריטשינדאַלן, ווערט גענוצט נאָר אין מערצאָל און אויף אַן איראָנישן אופֿן. געמיינט האָט עס אַ סדרה זאַכן און זאַכעלעך, צונויפֿגענומען אין איינעם פֿאַר אַ געוויסן ציל. למשל: פּריטשינדאַלן צו כאַפּן פֿיש (האַטשיקלעך, ווענטקע און ווענטקעשנור, שווימהעלצלעך, שטיקלעך בלײַ), אָדער שנײַדערישע פּריטשינדאַלן (שער, נאָדל, באַוול, פֿינגערהוט…)
הערן עס איז מיר אויסגעקומען פֿון די דערוואַקסענע, אין אונטערשייד צום צווייטן וואָרט, דראַנדולעט, וואָס כ׳האָב געהערט אויף דער גאַס פֿון מײַנע חבֿרים. געמיינט האָט עס, אַן אַלטע טעכנישע זאַך, וואָס אָט־אָט צעשיט זיך עס; און זאָגן האָט מען עס אויך געזאָגט איראָניש: אַ ראָווער, אַן אויטאָ, אַ מאָטאָציקל.
אין די יאָרן פֿון מײַן קינדשאַפֿט, האָט זעלטן ווער געקאָנט האָבן אַזאַ לוקסוס־זאַך, ווי אַ נײַער ראָווער. בײַ אונדז האָט מען עס גערופֿן „ליסאָפּעד‟. אַ ליסאָפּעד פֿלעגט מען אָדער באַקומען בירושה — פֿונעם עלטערן ברודער, אָדער אָפּזוכן אין מאַרק צווישן אַלטוואַרג און קויפֿן פֿאַר עטלעכע אָפּגעשפּאָרטע רובלען. אַ ליסאָפּעד איז אַרויף אויף דער גנבֿישער ליסטע, דאָס הייסט, געוואָרן אַ זאַך פֿון גנבֿה. דעריבער פֿלעגט מען דעם ליסאָפּעד האַלטן פֿאַרשפּאַרט אין אַ קאַמער.
צו באַרימען זיך, אַז דײַן ליסאָפּעד איז בעסער און נײַער ווי בײַ אַ צווייטן, האָט מען געלאָזט אין גאַנג דאָס וואָרט דראַנדולעט. ס׳איז אַפֿילו געוואָרן אַזאַ רייצלקע: אויף אַזאַ מין דראַנדולעט פֿאָרט מען נאָר אין טואַלעט!‟
פֿון מײַן באָבען האָב איך גענאַשט אַן אַנדער וואָרט, וואָס האָט געמיינט אַן אַלטע זאַך אויף רעדער, ווי למשל, אַ טאַטשקע — „טאַראַטײַקע‟. איך האָב דאָס וואָרט געבראַכט אויף אונדזער גאַס און ס׳האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט צווישן מײַנע פֿרײַנדלעך, נישט נאָר ייִדישע.
פֿון וואַנען איז דאָס רוסישע וואָרט געקומען צו מײַן באָבען? אַוודאי, נישט פֿונעם טײַטש־ווערטערבוך פֿונעם באַרימטן רוסישן לעקסיקאָגראַף וולאַדימיר דאַל. אין 19טן יאָרהונדערט האָט מען טאַראַטײַקע גערופֿן אין רוסלאַנד אַ פּשוטע בריטשקע מיט איין אָדער צוויי פֿערד. געוויס, אַז מע קאָן דאָס וואָרט געפֿינען בײַ מענדעלען אָדער שלום־עליכמען. עמעצער פֿון זייערע פּערסאָנאַזשן האָט זיך זיכער באַנוצט מיט אָט דעם טראַנספּאָרט — טאַראַטײַקע.
אַזוי האָט געזאָגט אַ בעסאַראַבער ייִד:
אויף אַ בריטשקע פֿאָרט מען, אויף אַ טאַראַטײַקע טרייסלעט מען זיך
