בערל קאָטלערמאַן
8
אין אָנהייב דעצעמבער 1921 איז מנחם-מענדל טאָמאַשינסקי צוגעפֿאָרן קיין כאַרבין צו דערליידיקן אַ פּאָר ענינים. דאָ האָט ער צום ערשטן מאָל געהערט די מעשׂה וועגן דעם פֿאַרפֿאַלענעם גאָלד פֿונעם באַראָן פֿאָן-אונגערן. די רויטע, לויט די צײַטונגען, האָבן דעם באַראָן שוין געמישפּט און צעשאָסן ערגעץ אין סיביר. אויפֿן מאַרק האָט טאָמאַשינסקי אונטערגעהערט אַ שמועס פֿון שיכּורע ווײַסע אָפֿיצירן; איינער האָט זיך באַקלאָגט, אַז זינט מע האָט געבראַכט יענעם ייִד קיין קאַמישינס לאַגער, איז דאָרט אַלץ פֿאַרפֿאַלן און דאָס געלט אויך… אַן אַנדער אָפֿיציר האָט באַמערקט, אַז עמעצער האָט דעמאָלט געזען דעם באַראָן אויף זײַן ווײַסן פֿערד אין דער אָפֿענער סטעפּ, און אפֿשר איז דאָס געלט נישט אינגאַנצן פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. טאָמאַשינסקי האָט ווייניק געגלייבט די צײַטונגען, נאָך ווייניקער האָט ער געהאַלטן פֿון דער גאַנצער מיסטיק אַרום פֿאָן-אונגערן. בכל-אופֿן, עפּעס אַ ספֿק האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין זײַן קאָפּ.
צוריק אין מאַנזשוריע האָט טאָמאַשינסקי עטלעכע מאָל אַדורכשפּאַצירט לעבן דעם הויז פֿון זײַן פֿאַרשוווּנדענעם שותּף, ביז ער האָט געטראָפֿן רבֿקה רבינאָוויטש. אָנגעטאָן אין שוואַרץ, מיט אַ טיפֿן טרויער אויף איר פּנים, האָט זי אויסגעזען ווי איינע, וואָס ווייסט גאָרנישט. אויסטראַכטנדיק עפּעס אַ סיבה (אַ געשעפֿטס-פּאַפּירל, וואָס האָט שײַכות מיט זײַן מיסחר און וואָס קען מסתּמא ליגן אויפֿן טיש אין רבינאָוויטשס אַרבעטס-צימער), האָט טאָמאַשינסקי שוין דעם זעלבן אָוונט באַזוכט רבינאָוויטשס הויז. קיין זאַך אינעווייניק האָט בײַ אים ניט אַרויסגערופֿן קיין איבעריקן חשד. דער אַרבעטס-צימער האָט אויסגעזען ניט באַלעבט, אויף פּאַפּירן און אויף דעם טיש איז געלעגן אַ שיכט שטויב. „אינטערעסאַנט, — האָט געטראַכט טאָמאַשינסקי, — פֿאַר וואָס פֿאָדערט זי נישט פֿון דער משרתטע אויפֿראַמען אויך דאָ?‟

אויף יעדן פֿאַל האָט ער באַשלאָסן צו פֿאַרברענגען אַ נאַכט אַנטקעגן רבינאָוויטשס מויערל. וואַרטנדיק אויף עפּעס אַ סימן, איז ער געזעסן אויף אַ קלאָץ אין אַ האָלץ-סאַרײַ. הינטער די פֿאַרהאָנגענע שויבן האָבן זיך ניט געזען קיין מאַנצבלישע שאָטנס. וואָס יאָ, צו זײַן באַוווּנדערונג האָט ער באַמערקט נאָך איין נאָכשפּירער. אַ נידעריקע פֿיגור אין אַ פּעלץ האָט זיך פֿאַרבאַהאַלטן צווישן אַ צעצווײַגטן בוים און דעם הויז, פֿאַראינטערעסירט אין דעם, וואָס קומט פֿאָר אינעם הויז ניט ווייניקער פֿון אים אַליין. אונטערטאַנצנדיק אויפֿן אָרט פֿון קעלט, האָט דער מענטש זיך אַ קלאַפּ געטאָן איבער די קעשענעס און אָנגעצונדן אַ ציגאַרקע. דאָס קליינע פֿײַערל האָט אויף אַ רגע באַלויכטן דעם פּאַרשוינס פּנים. ניט קוקנדיק אויף די אויסגעוואַקסענע וואָנצעס-מיט-בערדל, האָט טאָמאַשינסקי אָן אַן אָנשטרענגונג דערקענט דעם כײַלאַרער אינספּעקטאָר. מיט אַ צײַט צוריק האָט דער אינספּעקטאָר דערציילט אים אינעם וואַגאָן-רעסטאָראַן וועגן דעם רוסיש-ייִדישן סוחר, וועלכן מ׳האָט דערהרגעט אין מאָנגאָליע. „לאָמיר בעטן, — האָט דעמאָלט געזאָגט דער אינספּעקטאָר מיט אַ מילדן זיפֿץ, — אַז דער שרעקלעכער באַראָן מיט זײַנע באַנדיטן, וואָס האָבן פֿאַרשאַפֿן אַזוי פֿיל פּײַן, זאָלן זיך שוין טרעפֿן פּערזענלעך און ווי מעגלעך גיך מיטן גרויזאַמען מלחמה-אָפּגאָט מאַהאַקאַלאַ‟. טאָמאַשינסקי האָט ניט געוווּסט, פֿון וואָס פֿאַר אַן אָפּגאָט רעדט דער דאָזיקער געבילדעטער מענטש, אָבער זײַן מיטלײַד דעם ייִדישן סוחר איז אים געווען צום האַרצן. וואָס האָט אים אָבער געבראַכט אַהער דווקא איצט?
דער אינספּעקטאָר האָט אויסגערייכערט זײַן ציגאַרקע, געוואָרפֿן נאָך איין בליק אויף רבינאָוויטשס מויערל און זיך אַוועקגעטראָגן. עטלעכע רגעס שפּעטער איז אויך טאָמאַשינסקי אַרויסגעקראָכן פֿון זײַן באַהעלטעניש און זיך געלאָזט גיין נאָך דעם אינספּעקטאָר. זעלטענע לעמפּ האָבן באַלויכטן די גלײַכע גאַס ביז דעם סאַמע וואָקזאַל. אין דער וואָקזאַל-געבײַדע האָבן זיך געפֿונען עטלעכע האָטעל-נומערן פֿאַר טראַנזיט-פּאַסאַזשירן, וווּ יענער האָט זיך מסתּמא אָפּגעשטעלט.
אָפּוואַרטנדיק אַ ביסל, האָט טאָמאַשינסקי אַ שטופּ געטאָן די מאַסיווע וואָקזאַל-טירן און אַרײַן אין דעם הייס־אָנגעהיצטן זאַל. פֿאַר די טישן בײַם בופֿעט זײַנען געזעסן, ווי געוויינטלעך, אַ צאָל מענער און פֿרויען, אַרום וועלכע ס׳האָט זיך געדרייט אַ פֿלינקער קעלנער. מיטן עק אויג האָט טאָמאַשינסקי באַמערקט דעם אינספּעקטאָר זיצן אין אַ ווינקל בײַ אַ טישל. האַלטנדיק זײַן וועג מיט זיכערקייט צום בופֿעט, האָט טאָמאַשינסקי ווי צופֿעליק איבערגעכאַפּט יענעמס אַ בליק און האַלב-באַמערקלעך אָנגעבויגן דעם קאָפּ אין אַ באַגריסונג. דער אינספּעקטאָר האָט זיך אַ ביסל פֿאַרזאַמט, אָבער גאָר פֿרײַנדלעך אַ פֿאָכע געטאָן מיט אַ האַנט. אין גיכן זײַנען זיי שוין ביידע געזעסן איינער אַנטקעגן דעם צווייטן. דער קעלנער איז שוין געלאָפֿן צו זיי מיט צוויי זודיקע גלעזער טיי אין אַזשורנע זילבערנע גלאָז-האַלטערס, וואָס זײַנען געווען גוט באַקאַנט יעדן איינעם ווער ס׳איז כאָטש איין מאָל געפֿאָרן מיט דער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן.
טאָמאַשינסקי האָט זיך ניט געאײַלט מיטן שמועס. פּאַמעלעך געזופּט זײַן טיי ווי אַ מענטש, וואָס האָט אָן אַ שיעור צײַט. דער אינספּעקטאָר האָט אויסגעזען עפּעס צעטומלט. שווײַגנדיק, האָט ער אַרויסגענומען פֿון זײַן גלאָז דאָס זילבערנע לעפֿעלע מיט דעם זעלבן משונהדיקן דראַקאָן ווי אויף זײַן קיטל און פֿאַרטראַכטערהייט אײַנגעטונקען אַ רוסיש סוכאַריקל אין טיי. טאָמאַשינסקי האָט פּלוצעם אויפֿגעהערט צו זופּן, אויפֿגעהויבן די אויגן גלײַך אויפֿן אינספּעקטאָר און אַרויסגעגעבן: „מע זוכט אַבֿרהם רבינאָוויטשן, האַ?‟ דער אינספּעקטאָר האָט אָפּגעענטפֿערט מיט אַ האַרטן לאַנגן בליק פֿון זײַנע טונקל-גרויע אויגן. טאָמאַשינסקי האָט אַרויסגענומען פֿונעם קעשענע עטלעכע מטבעות און אַוועקגעלייגט אויפֿן טיש. האַלטנדיק שוין בײַם אַוועקגיין, האָט ער צוגעגעבן: „ס’וועט זײַן צײַט, קומט צו צו טאָמאַשינסקיס קאָנטאָר אויף דער טשיטינסקער גאַס‟.
אַ פּאָר חדשים שפּעטער זײַנען צוויי מענטשן אַרויס פֿונעם אויטאָמאָביל אויפֿן קערולען-טראַקט ערגעץ אין מיזרח-מאָנגאָליע. דאָס פֿעלד איז פֿון ביידע זײַטן געווען באַדעקט מיט אַ דינעם שיכט שניי. איינער פֿון די מענטשן, אַ נידעריקער פּאַרשוין אין אַ שינעל, האָט אָנגעוויזן מיט דער האַנט אין אַן אָפֿיציר-הענטשקע אויף עפּעס בײַם האָריזאָנט. דער צווייטער, אַ הויכער, אינעם שעפּסענעם פּעלץ, האָט נאָר אויפֿגעהויבן די אַקסלען ווי געפֿרעגט: „פֿון וואַנען זאָל איך וויסן?‟, און זיי האָבן זיך אומגעקערט צום אויטאָ. זיי זײַנען אַדורכגעפֿאָרן נאָך עטלעכע וויאָרסט און האָבן זיך אָפּגעשטעלט בײַ דער הילצערנער אורטאָן-סטאַנציע. עס האָט זיך תּיכּף באַוויזן דער בעל-הבית, וועלכער האָט געעפֿנט די טויערן. אויף זײַן רונדיקן לבֿנה-פּנים האָט זיך ניט באַמערקט קיין שום חידוש, ווען די געסט האָבן אים געבעטן אויסצוגעפֿינען, ווי מעגלעך גיך, יענע צוויי, וואָס האָבן זומער אָפּגעזוכט דעם שאַרבן פֿון אַן „אָראָס‟ מיטן גאָלדענעם צאָן.
די געסט זײַנען געבליבן זיצן, אָנגעטאָן אין דער אייבערשטער קליידונג. אין די הענט האָבן זיי געהאַלטן ברייטע טאַסן מיט הייסער מילך. ווען די טיר האָט זיך געעפֿנט און צוזאַמען מיט דעם בעל-הביתעס זונדעלע זײַנען אַרײַן צוויי מיטל־יעריקע מאָנגאָלן, זײַנען די געסט אויפֿגעשטאַנען, אָן אַ וואָרט מיטגענומען די צוויי אָנגעקומענע און אַוועק אין אײַלעניש.
דער גאַנצער נוסח פֿון בערל קאָטלערמאַנס דערציילונג די אָפּגעשטויסענע וועט אין גיכן אַרויס אין אַ בוכפֿאָרם בײַם פֿאַרלאַג ייִדיש-בראַנזשע, ניו-יאָרק