פֿון אונדזער עזבֿון: אַהרן ווערגעליס (1918־1999)

vergelis-bookדיכטער, פּראָזאַיִקער, פּובליציסט, דראַמאַטורג — איז אַהרן ווערגעליס געבוירן געוואָרן אין שטעלט ליובאַר, אוקראַיִנע. נאָך אַ קינד האָבן אים די עלטערן געבראַכט קיין ביראָבידזשאַן, וווּ ער האָט פֿאַרענדיקט די מיטלשול און אין 1940 — דעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. זײַן ערשט ליד האָט ער פּובליקירט אינעם ביראָבידזשאַנער זשורנאַל „פֿאָרפּאָסט‟ (1936). בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז ווערגעליס געווען אויפֿן פֿראָנט. נאָך דער מאַביליזאַציע איז ער געקומען קיין מאָסקווע און געאַרבעט אויף דעם ראַדיאָ ווי אַ רעדאַקטאָר פֿון ייִדישער טראַנסמיסיע. די ערשטע פּאָעטישע זאַמלונג „בײַם קוואַל‟ האָט ווערגעליס אַרויסגעגעבן אין 1940, די צווייטע, „ביראָבידזשאַנער דור‟ אין 1948. אין די 1950ער יאָרן איז ער געווען באַשעפֿטיקט בײַם צוגרייטן די ווערק פֿון ייִדישע שרײַבערס אין דער רוסישער איבערזעצונג: שלום־עליכם, דוד בערגעלסאָן, אַהרן קושניראָוו, איזי כאַריק, אָשר שוואַרצמאַן, איציק פֿעפֿער און אַנד. זינט 1962 ביז 1991 איז ווערגעליס דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟; דערנאָך — „די ייִדישע גאַס‟. ווערגעליס איז אַלע זײַנע יאָרן געווען זייער שאַפֿעריש און האָט זיך געפֿונען אין די ערשטע רייען פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור — סײַ ווי אַ שרײַבער, סײַ ווי דער „פֿאָנטרעגער‟ פֿון דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע. מיט אַהרן ווערגעליסעס אַוועקגיין פֿון לעבן האָט זיך פֿאַקטיש געשלאָסן די לעצטע תּקופֿה פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור.

אין יאָר 1964 איז אין מאָסקווער פֿאַרלאַג „סאָוועטסי פּיסאַטעל‟ דערשינען אונטער ווערגעליסעס אַלגעמיינער רעדאַקציע די זאַמלונג „אַזוי לעבן מיר — דאָקומענטאַלע נאָוועלן, פֿאַרצייכענונגען, רעפּאָרטאַזשן‟. 19 מחברים, פֿאַקטיש דער שאַפֿערישער קערן פֿון דער דעמאָלטיקער ייִדישער שרײַבערישער סבֿיבֿה אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך אין דער זאַמלונג באַטייליקט. אין דער צײַט פֿון „קאַלטער מלחמה‟ איז אַזאַ בוך און מיט אַזאַ נאָמען געווען אַ בולטע פּראָפּאַגאַנדע־אַקציע. אין דער זעלבער צײַט, גיט דאָס זאַמלבוך אַ ברייטע שילדערונג אויף אַ הויכן קינסטלערישן ניוואָ דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור אויף אַנדערע שפּראַכן איז עס געווען אוממעגלעך. נישט אומזיסט איז דאָס בוך קיין מאָל נישט געווען איבערגעזעצט אויף רוסיש. ס׳איז קיין סוד נישט, אַז דער הויפּט־ציל פֿון דער אויסגאַבע איז געווען צו „ווײַזן דעם קאַפּיטאַליסטישן מערבֿ‟ ווי אַזוי מיר, סאָוועטישע ייִדישע בירגער, לעבן הײַנט. דער ייִדישער לייענער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד גופֿא, האָט דעם „ווי אַזוי‟ געוווּסט פֿון דער ווירקלעכקייט, נישט פֿונעם בוך.

מיר דרוקן איבער פֿונעם בוך „אַזוי לעבן מיר‟ אַן אויסצוג פֿון אַהרן ווערגעליסעס אַרטיקל „צוואַנציק טעג אין אַמעריקע‟.

נאָוועמבער 17

ניו־יאָרק באַגעגנט אונדז מיט אַ וואַרעמען וועטער. ס׳איז, דוכט זיך, אויך דער פּאָליטישער קלימאַט עטוואָס לינדער געוואָרן. נעכטן האָבן די צײַטונגען מיטגעטיילט, אַז פּראָפֿעסאָר פֿרידעריק באַרגהאָרן, דער „ספּעץ‟ אויף רוסישע ענינים, וועגן וועמען מ׳האָט דאָ אין אַמעריקע, דורך אַלע ראַדיאָס און אויף אַלע אָפֿיציעלע פּרעסע־קאָנפֿערענצן, געהאַטן אין איין שרײַען, אַז ער איז ניט קיין שפּיאָן, — ער איז איצט שוין אין מאָסקווע באַפֿרײַט געוואָרן, באַרגהאָרן. נו, אַ דאַנק דעם אייבערשטן, זאָגט מען וועגן דעם בײַ אונדז אין גרופּע. די אַנטי־סאָוועטישע רעאַקציע, וואָס שלאָפֿט שוין נעבעך ניט די פֿערטע נאַכט איבערן וויזיט פֿון אָנדערהאַלבן צענדליק טוער פֿון דער סאָוועטישער קולטור, האָט פֿאַרלאָרן איינע פֿון די צוויי „דעליקאַטע פֿראַגעס‟ אירע. ווײַטער וועלן מיר זען, ווי אַזוי זי וועט זיך נאָך אַן עצה געבן מיט דער צווייטער, דער ייִדישער…

איך באַווײַז ניט אַרויסשטײַגן פֿונעם עראָפּלאַן, ווי די ניו־יאָרקער חבֿרים שטעלן מיר אַן „אולטימאַטום‟, אויף וויפֿל די פֿינף טעג, וואָס איך וועל זײַן בײַם הודזאָן, זײַנען שוין מצד די פּראָגרעסיווע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אויסגעחשבונט ממש אויף מינוטן, דאַרף איך זיך ווי ווײַט מעגלעך באַפֿרײַען פֿון דער פּראָגראַם, וואָס איז פֿאַרגרייט פֿאַר דער גרופּע, און שטעלן זיך אין רשות טאַקע פֿון אָט די אָרגאַניזאַציעס.

איך גיב די הסכּמה — און די אַרבעט הייבט זיך אָן דירעקט פֿון דאַנען, פֿונעם לופֿט־פֿעלד. צוזאַמען מיט דער גרופּע פֿאָרט אַוועק אין האָטעל מײַן טשעמאָדאַן, און איך, אין דער באַגלייטונג פֿון פּסח נאָוויקן [1], מאַך דורך אַ קורצע נסיעה אויף צו באַערן דעם אָנדענק פֿון דעם גרינדער פֿון דער „מאָרגן־פֿרײַהייט‟ משה אָלגין און פֿון איינעם פֿון די באַדײַטנדיקסטע (און איינצײַטיק אַממערסטן ווידערשפּרעכלעכע) טוער פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע ד״ר חיים זשיטלאָווסקי. אויף דעם ניו־מאָנטעפֿיאָרע־בית־עולם, וווּהין מע וואָלט פֿון דער שטאָט אַלץ איינס באַדאַרפֿט פֿאָרן פֿאַרבײַ דעם עראָפּאָרט, לייג איך קרענץ אויף אָלגינס און זשיטלאָווסקיס קבֿרים. אין אַ פּאָר טעג אַרום וועל איך פֿאָרן אויף די קבֿרים פֿון די אָבֿות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — אויף שלום־עליכמס, מאָריס ווינטשעווסקיס, אַבֿרהם רייזענס, יוסף אָפּאַטאָשוס, ה. לייוויקס קבֿרים.

צוריקוועגס פֿון ניו־מאָנטעפֿיאָרע קוק איך דורך די הײַנטיקע צײַטונגען. אין דעם „פֿאָרווערטס‟ טו איך זיך אַ גליטש איבער דורך פֿול־אָנגעשפּיקעוועטע זײַטן און דערפֿיל, ווי די פֿריש־צאַפּלדיקע וועלט־פּראָבלעמען און די אַקטועלסטע פּראָבלעמען פֿון דעם ייִדישן כּלל האָבן זיך מיט דער ברייטער האַנט אַ שאָט געטאָן גלײַך פֿון די נאָטיץ־קעפּלעך אין דער „סאָציאַליסטישער‟ בלאַט: „פֿאַרשפּעטיקט די באַן און געפֿינט זײַן געליבטע‟ (אין אונטערקעפּל: „ער איז געפֿאָרן מיטן פֿאָטער זען אַ כּלה אין וואַרשע. — ער פֿאַרשפּעטיקט די באַן, אָבער דער פֿאָטער שפּרינגט נאָך אַרײַן. — אויך אַ מיידעלע פֿון שטעטל האָט פֿאַרשפּעטיקט דעם צוג און ביידע צערעדן זיך און ווערן נאָענט. — דאָס האָט געפֿירט צו אַ ליבע); „צוויי אַלמנות וואָס פֿרעגן די זעלבע פֿראַגעס‟; „ער האָט געהייראַט אַ צווייטן מאָל און די קינדער זײַנען אויף אים ברוגז. — זײַן געגטע טאָכטער וויל צונעמען זײַן וווינונג פֿאַר זיך‟; „דער תּהילים און באַבסקע רפֿואות‟. ווײַטער — אַנאָנסן…

און אָט אויף דער שונד־פּלאַפּלערײַ וועגן „טשעקס‟ און שוויצבאָד־ענינים, ווי אַ גרויסער שמייכל איבער דער אַנטי־סאָוועטישער, אַנטי־פּראָלעטאַרישער און אַנטי־ייִדישער בלאַט „פֿאָרווערטס‟ — שפּרייטן זיך אויס לעבן סאַמע קאָפּ אירן צוויי דעוויז־לאָזונגען: „די באַפֿרײַונג פֿון די אַרבעטער ווענדט זיך אָן די אַרבעטער אַליין!‟ און — „אַרבעטער פֿון אַלע לענדער, פֿאַראייניקט זיך!‟

— וואָס מאַכסטו אַזוי שטאַרק מיט די ליפּן? — פֿרעגט מיט אַ באַהאַלטענעם פֿאַרגעניגן נאָוויק, — דו לייענסט, צי דו שפּײַסט קערלעך?
— איך לייען און שפּײַ…
— איז אויב אַזוי, כּדאַי אַוועקלייגן אין אַ זײַט דעם „פֿאָרווערטס‟ און אַרויסקריכן פֿון דער מאַשין…
— ס׳איז שוין באַלד ניו־יאָרק?
— ניין, ס׳איז שוין לאַנג ניו־יאָרק… מיר שטייען בײַ „מײַן‟ הויז, און דאָרט איז דאָ וואָס איבערצובײַסן, און ס׳איז שוין מסתּמא אויף אונדז און כּעס מײַן ווײַב שוירלי, און ס׳איז פֿול די שטוב מיט מענטשן…

מיר גייען אַרײַן אין איינער פֿון די פֿילשטאָקיקע רויטציגלנע „פּראָיעקט־געבײַדעס‟, ענלעכע אויף וווינונגס־בלאָקן אין די מאָסקווער פֿאָרשטעט. אין עטלעכע מינוט אַרום בין איך שוין בײַ זיך אין דער היים, צוזאַמען מיט אויפֿגעלייגטע, יום־טובֿדיקע פֿרײַנט…

אין ניו־יאָרק לעבן צוויי מיט אַ האַלבן מיליאָן ייִדן. זיי האָבן ניט קיין סטאַציאָנאַרן טעאַטער. וועגן דעם באַאומרויִקן זיך ניט די „בירגערלעכע קרײַזן‟. דער אויפֿגעבלאָזענער אומרו, וואָס זיי ווײַזן יאָ אַרויס, איז וועגן אַ טעאַטער אין מאָסקווע, וועלכן זיי וואָלטן, ווען ער באַווײַזט זיך, גלײַך אַרײַנגעוואָרפֿן אין חרם אַלס אַ „ניט־ייִדישן‟ — אַ סאָוועטישן.

אין ניו־יאָרק זײַנען דאָ עטלעכע ייִדישע טרופּעס. דאָס זײַנען פֿרײַוויליקע ענטוזיאַסטן, וועלכע האָבן ניט גאָרנישט: ניט קיין לאָקאַלן, ניט קיין געלט, ניט קיין מלוכישע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע סובסידיעס, אַפֿילו קיין מעצענאַטן ניט… אין פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט איינער אַזאַ אידעאַליסט, דער רעזשיסאָר און שוישפּילער יעקבֿ רעכטצײַט געשאַפֿן אויף קאָאָפּעראַטיווע יסודות אַ „רעפּערטואַר־טרופּע‟. מיט געוויסן דערפֿאָלג האָט ער אין אַ ניט־צוגעפּאַסטן זאַל, וווּ סלופּעס פֿאַרשטעלן פֿונעם צושויער די קליינינקע בינע, באַוויזן קאָברינס „דער דאָרפֿס־יונג‟. איצט האַלט דער „רעפּ‟־טעאַטער בײַם צוגעמאַכט ווערן. עס שפּילט אַ מער גליקלעכע טרופּע — „די פֿאָקלסבינע‟. אַהין פֿאָרן מיר איצט.

— איז וווּהין פֿאָרן מיר?
— אויף איסט־בראָדוויי, 175.
— דאָרט איז דאָך אָבער די „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע…
— יאָ, טאַקע דאָרט, און דאָרט טאַקע, אין דער „פֿאָרווערטס‟־געבײַדע, שפּילט דער טעאַטער.

הער אַ מעשׂה. אַזוינס ספּעציעל צוטראַכטן איז אוממעגלעך. דעם ערשטן וויזיט, הייסט עס, שטעק איך אָפּ דעם „פֿאָרווערטס‟. ווען זיי ווייסן עס… אַך, ווען זיי ווייסן עס…

… דער גאַנצער קאָמפּלעקס קוקן טעאַטער איז, ווײַזט זיך אַרויס, דאָ גאָר אַן אַנדערער, ווי בײַ אונדז אין מאָסקווע. עס פֿעלט די פֿײַערלעכקייט פֿון אויפֿנעמען דעם צושויער. ס׳קאָן אַוודאי זײַן, אַז אַזוינס איז אין ניו־יאָרק צו מערקן בלויז בײַם ייִדישן טעאַטער, נאָר דאָס איז אַ קליינע טרייסט, און מיר האָט אין דער שטאָט פֿון רעקלאַמע געפֿעלט גראָד אויף דעם אָרט אין דעם מאָמענט אַ ביסעלע מערער שײַן, מערער יום־טובֿדיקייט. ס׳איז ניט געווען דער העל־באַלויכטענער אַרײַנגאַנג, די גערוימע פֿאָיע מיט שפּאַצירנדיקע פּאָרלעך, די פֿינקלענדיקע ליוסטרעס, אויסגעפּוצטע דילן, בופֿעטן און רייכער־צימערן. מיר זײַנען אויף אַן אייבערשטן עטאַזש דורכגעגאַנגען אין דער ברייט אַ קאָרידאָרל און, דערלאַנגענדיק די בילעטן, גלײַך אַרײַן מיט האַק־און־פּאַק מיט די מאַנטלען און מיט דער שטימונג פֿון דער גאַס, אין אַ טונקעלן, ענגן, גאָר קליינעם זאַל — אַזוינעם, וואָס בײַ אונדז, אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז אַזאַ פֿאַראַן אין יעדן אַנשטאַלט. דער עולם האָט, אונטערקרעכצנדיק, אַראָפּגענומען, טאַקע דאָ אין זאַל, די מאַנטלען און געלאָזט זיי ליגן אויף די קני אָדער אויף די ווענטלעך פֿון די שטולן. איך בין גרייט, ווי געזאָגט, אײַנשטימען, אַז וואָכעדיקע גרויקייט איז צו מערקן בלויז אין ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק, נאָר פֿון דעם ווערט דאָך ניט גרינגער, — אפֿשר נאָך אַפֿילו אַ ביסעלע אומעטיקער ווערט פֿון דעם אויף דער נשמה. אין מאָסקווע קומען ייִדן אין שענסטע קאָנצערט־זאַלן פֿון שטאָט — טשײַקאָווסקי־זאַל — הערן נחמה ליפֿשיצײַטען [2]. בנימין שוואַרצער [3] איז אַנומלטן אַרײַנגעגאַנגען אין רעדאַקציע „סאָוועטיש היימלאַנד‟ גלײַך נאָך אַ טורנע פֿון זײַן דראַמאַטישן קאָלעקטיוו איבער די מיטל־אַזיאַטישע רעפּובליקן. אויף מײַן פֿראַגע, אין וועלכע לאָקאַלן איז ער אַרויסגעטראָטן, האָט שוואַרצער, טראַכטנדיק, ווײַזט אויס, צעשטרייט וועגן עפּעס אַנדערס, אָדער, ריכטיקער גערעדט, ניט טראַכטנדיק וועגן דעם, וואָס פֿאַר אַ באַדײַטונגספֿולע ווערטער ער רעדט איצט אַרויס, געענטפֿערט:

— אין טאַשקענט… אין דער געבײַדע פֿונעם רעפּובליקאַנישן אַקאַדעמישן טעאַטער… טויזנט זעקס הונדערט ערטער…

דער קאָמיטראַגישער פּאַראַדאָקס באַשטייט דערין, וואָס אַרויסגייענדיק פֿונעם שטיקנדיקן זאַלכל פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, כאַפּט זיך אַרײַן דער פֿאַרשמײַעטער און פֿאַרשוויצטער אַנטי־סאָוועטישער זשורנאַליסט אין אַ צווייטן „רום‟ פֿון דעם זעלבן הויז און דראַקעט דאָרט אָן אַ מאַרק־פּאַמפֿלעט אויף די סאָוועטישע ייִדישע אַנסאַמבלען, וואָס טרעטן אין דער זעלבער מינוט אויף אין גרויסן פֿילהאַרמאָנישן זאַל, אין מאָדערנע טעאַטער־לאָקאַלן.

און דאָס איז בלויז די פֿאָרמעלע זײַט. איצט, נאָך דעם ספּעקטאַקל אין „פֿאָלקסבינע‟, אויג־אויף־אויג מיט זיך אַליין, טראַכט איך וועגן דעם, ווי מיר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרמינערן אָפֿטמאָל דעם באַדײַט פֿון אונדזער אייגן האָב־און־גוטס. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס דאַרפֿן געלויבט ווערן די סימפּאַטישע שוישפּילער פֿון דוד ליכטס טרופּע, וועלכע האָט מיט דערפֿינדערישקייט באַוויזן איינע פֿון לייוויקס שוואַכערע דראַמעס „מהרם פֿון ראָטענבורג‟. אָבער ס׳איז דאָך אַ פֿאַקט, אַז אין מאָסקווע וואָלטן די שטרענגע קאָמיסיעס ניט באַוויליקט צו קוואַליפֿיצירן אַזאַ טעאַטער ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלן. מע וואָלט געפֿאָדערט, אַז אין קאָלעקטיוו זאָל אײַנגעשטעלט ווערן אַן איינהײַטלעך ליטעראַריש לשון, אַז די שפּיל זאָל זיך באַפֿרײַען פֿון ליבהאָבערישער מליצהדיקייט און מעלאָדראַמע און — דאָס וויכטיקסטע — אַז די טרופּע זאָל האָבן איר סטיל, איר אייגענעם פּנים, זי זאָל געהערן צו אַ געוויסער שול פֿון סצענישער מײַסטערשאַפֿט.

מע זאָגט, אַז אין דוד ליכטס אַנסאַמבל האָט געשפּילט בלויז איין פּראָפֿעסיאָנעלער אַקטיאָר, די איבעריקע זײַנען ליבהאָבער. פֿרעגט זיך אָבער אַ קשא: אויב דאָס איז בײַ די ניו־יאָרקער ייִדן טעאַטער, פֿאַר וואָס זשע זײַנען מיר אַזוי שעמעוודיק און געהיט אָנצורופֿן מיטן נאָמען „טעאַטער‟ דעם מאָסקווער אַנסאַמבל פֿון הויכקוואַליפֿיצירטע „גאָסעט‟־אַקטיאָרן אונטער דער אָנפֿירונג פֿונעם פֿאַרדינסטפֿולן אַרטיסט פֿון דער רוסלענדישער פֿעדעראַציע בנימין שוואַרצער?

און ווײַטער: צי איז, למשל, דער ווילנער ליבהאָבער־קרײַז, וואָס האָט העכער הונדערט אָנטיילנעמער, ווערט אָנגעפֿירט פֿון אַ קוואַליפֿיצירטן פּראָפֿעסיאָנעלן רעזשי־מײַסטער און באַקומט מאַטעריעלע שטיצע פֿון די רעפּובליקאַנישע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, — צי איז דאָס זעלבסטעטיקער קאָלעקטיוו ווייניקער טעאַטער, איידער די „פֿאָלקסבינע‟? אמת, בײַ אונדז גיט מען ניט צו קיין באַדײַטונג, ווי אַזוי זיך אָנרופֿן, און אין אַמעריקע ווייסט מען אָט די קונץ. דאָס וואָלט געווען אפֿשר ניט אַזוי שטאַרק וויכטיק, ווען פּאָליטישע ספּעקוליאַנטן וואָלטן מיט דעם זיך ניט געניצט אין אַנטי־סאָוועטישע צילן.

[1] פּסח נאָוויק (1891־1989) — פּובליציסט, רעדאַקטאָר פֿון דער קאָמוניסטישער צײַטונג „מאָרגן־פֿרײַהייט‟
[2] נחמה ליפֿשיצײַטע (נחמה ליפֿשיץ, 1927־2017) — באַקאַנטע זינגערין פֿון ייִדישע לידער
[3] בנימין שוואַרצער (1892־1979) — ייִדישער סאָוועטישער אַקטיאָר און רעזשיסאָר

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s