אידיאָמאַטישע געפּאָרטע ווערטער
דאָס לעצטע מאָל האָבן מיר גערעדט וועגן אידיאָמאַטישע געפּאָרטע ווערטער, ווי למשל אַ כמאַליע און אַ סמאַליע, קלעמעניש און בענקעניש, געוואַרט און געשמאַכט, וכדומה. יעדעס וואָרט באַזונדער האָט זײַן אייגענעם זין, אָבער צונויפֿגעפּאָרט שאַפֿן זיי אַ פֿאַרשטאַרקטן בילדערישן באַטײַט, דהײַנו: אַ כמאַליע און אַ סמאַליע . „כמאַליע‟, מיינט, אַ שטאַרקע קלאַפּערײַ און „סמאַליע‟ — אַ פֿלאַם, אַ היץ. צונויפֿגעבראַכט צוזאַמען ווערט געשילדערט אַ בילד פֿון אַן אָנגעגליטער לופֿט, אָט־אָט וועט אויסברעכן אַ שרעקלעכע שׂרפֿה.
געשמאַכט, מיינט, אָפּגעקומען [אין תּפֿיסה]. צונויפֿגעבראַכט צוזאַמען ווערט געשילדערט אַ בילד פֿון אַ לײַדנדיקן פּאַרשוין, וואָס איז פֿאַרשפּאַרט, אויסער זײַן ווילן, און גייט אויס פֿאַר בענקשאַפֿט.
קלעמעניש, מיינט, עס דרוקט, עס פּרעסט, עס זויגט [אונטערן האַרץ].
בענקעניש, מיינט, מאַטערן, מוטשען זיך.
צונויפֿגעבראַכט צוזאַמען ווערט געשילדערט אַ בילד פֿון אַ מענטש, וואָס געפֿינט זיך נישט קיין אָרט, נעמט זיך אַרויס די נשמה.
אין דער פֿאָלקס־שפּראַך זײַנען אויך פֿאַראַן „געפּאָרטע ווערטער‟, וואָס נאָר איין וואָרט האָט אַ זין; דאָס צווייטע (און צומאָל אויך אַ דריט וואָרט) איז ווי צוגעטשעפּעט צום ערשטן מיט אַ גראַם. למשל: גראַם־שטראַם, משל־קאַפּאָשל, איילעך־מלך, האָצע־קלאָצע, גאָגל־מאָגל, ציגעלע־מיגעלע…
דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן, אין זײַן מיניאַטור „אָץ־קוצץ־לשון‟ באַשרײַבט דעם אויסדרוק ציגעלע־מיגעלע־ריגעלע אַזוי:
כ׳פֿאַרמאַך די אויגן, און אויף די ליפּן שוועבט מיר אַ שורה: ציגעלע־מיגעלע־ריגעלע… איין וואָרט נאָר איז דאָ פֿאַרשטענדלעך. די איבעריקע צוויי זײַנען אויסגעטראַכטע, געמאַכטע, „קאַלעך־ווערטער‟. נאָר כ׳דערזע מײַן מאַמען זיצן לעבן מײַן וויגל. כ׳דערפֿיל די שטערן, וואָס קוקן אַרײַן צו מיר דורכן פֿענצטער, איבער פֿאַרלאַטעטן פֿירהענגל. כ׳שלאָף אײַן, און עס קומט מיר צו חלום דאָס קלאָר־ווײַסע ציגעלע. עס בוצקעט זיך מיט מיר און עס לאַשטשעט זיך צו מיר…
אין דער קינדער־שאַפֿונג פֿלעגט זיך עס טרעפֿן אויף שריט און טריט. כּמעט יעדער נאָמען פֿלעגט געפּאָרט ווערן מיט אַ געגראַמט וואָרט, בפֿרט, בשעתן רייצן זיך איינער דעם צווייטן: „לייזער־גלייזער‟, „משה־קוישע‟, „חיים־מים‟, „רבֿקה־פּיפּקע‟, „לאהקע־שלייקע‟, „איציק־שפּיציק‟ און אַזוי ווײַטער.
מע קאָן עס אויך געפֿינען אין די קינדער־לידעלעך. איך געדענק נאָך פֿון מײַנע קינדער־יאָרן צוויי פֿון אַזעלכע קינדער־לידעלעך.
איילעך־מלך
קאַטשקע־דריילעך,
מיר אַן עפּל דיר אַ פֿלוים,
פֿליט אַרײַן אַ פֿליג אין מויל.
און דאָס צווייטע:
עלע, מעלע, יאָסטע —
וויפֿל פֿייגל האָסטע(ו)?
פֿייגל האָבן מיר צוויי
מיר זאָלן זײַן פֿאַר זיי.
נישט לאַנג צוריק האָב איך אין יאַנקל יאַקירס אַ דערציילונג אָנגעטראַפֿן אויף אַזאַ בעסאַראַבער קינדער־לידעלע, וואָס זיכער געהערט עס צו דער צײַט פֿון דער אַזוי גערופֿענער „פֿעברואַר־רעוואָלוציע‟ (1917), ווען דער קייסער ניקאָלײַ האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון זײַן טראָן.
לאַכט, קינדערלעך, לאַכט,
כ׳האָב אײַך אַ גוטע בשׂורה געבראַכט:
דער קייסער ניקאָלײַ
האָט זיך אָנגעגעסן מיט מאַלײַ [אַ פּויעריש דאַר ברויט, געמאַכט פֿון פּאַפּשוימעל],
האָט אים געכאַפּט דער מאָגן,
האָט ער זיך געמוזט אָפּזאָגן!…
אין פֿאָלק איז אָבער אויך פֿאַרשפּרייט געוואָרן אַ מין בכּיוון־אומפֿאַרשטענדלעכע שפּראַך, אָדער צוליב אָפּלאַכן אַ פּראָסטאַק, אַרויסשטעלן אויף חוזק, אַנדערש געזאָגט, „קאַלעכן‟, פֿאַרשמירן די אויגן; אָדער צוליב דעם, אַז אַ פֿרעמדער, נישט פֿון „דײַן בראַנזשע‟ זאָל נישט קאָנען פֿאַרשטיין וואָס מע רעדט.
אַזאַ פּלאַפּלערײַ האָט מען גערופֿן „קוידערוועלש־לשון‟, אָדער ווי שרײַבמאַן רופֿט „אָץ־קוצץ־לשון‟. באַזונדערס איז אַזאַ לשון געווען פֿאַרשפּרייט צווישן די חבֿרה אַקטיאָרן אָדער קלעזמאָרים, מיט איין וואָרט, בײַ דעם באָהעם־עולם.
ווי אַ מענטש, וואָס האָט זיך געדרייט לאַנגע יאָרן צווישן די מוזיקאַנטן, בתוכם ייִדישע, ווייס איך אַ היפּש ביסל ווערטער פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם „לאַבוך־לשון‟. דאָס וואָרט אַליין „לאַבוך‟, מיינט, אַ מוזיקער; דעריבער קלינגט דאָס שפּילן מוזיק, ווי „לאַבעווען‟. שפּײַז — „בערליאָזש‟, גיי אַוועק! — „שטעל רגלים!‟, אַ מיידל — „טשוּוויכע‟, אַ בחור — „טשוּוואַק‟, געלט — „באַשלי‟, אַ חלק פֿונעם געלט — „באַזש‟…
צום סוף פֿון דער הײַנטיקער נאָטיץ קער איך זיך ווידער אום צו שרײַבמאַנס מיניאַטור „אָץ־קוצץ־לשון‟. ער שרײַבט:
חבֿרה אַקטיאָרן, פֿאַרשלעפּטע קרענק, פֿלעגן אַרײַנכאַפּן הינטער די קוליסן אַ יאָלד, אַ פֿאַרערער פֿון טאַלאַנט, האָט מען אים, למשל, פּלוצעם געטאָן אַ פֿרעג אַן ערך אַזוי־אָ: „איר האָט זיך שוין הײַנט מעלאַוואַכאַקיסטן געטאָן?‟ יענער פֿלעגט שטיין בלײַבן געפּלעפֿט פֿון דעם דאָזיקן שווערן קאָדערישן וואָרט, מיינען, אַז עס איז נישט פֿאַר זײַנע ציין, אַז ער האָט דאָ אפֿשר פּשוט עפּעס נישט דערהערט, פֿלעגט מיט אויסגעשטאַרצטע אויגן אַ געשריי טאָן: „וואָס, וואָס?‟, און די אַקטיאָרן לעבן די שפּיגלען האָבן, קלעפּנדיק די בערד, געקאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער.
אײַ, וווּ נעמט מען הײַנט אַזעלכע חבֿרה ייִדישע אַקטיאָרן?
לאַפּסוס־קאַקטוס