צו זײַן 120סטן געבוירן־טאָג (1899—1985)
לאה שלאַנגער
בולאָף איז איינער פֿון די גרעסטע און באַגאַבסטע אַקטיאָרן אויף דער וועלט. ער פֿאַרמאָגט אַלע קוואַליטעטן פֿון טעאַטראַלישקייט אין זײַן עצם־פּערזענלעכקייט. ער פֿאַרמאָגט די טראַדיציע פֿון דער באַרימטער קלאַסישער „קאָמעדיאַ דעל אַרטע‟, זײַן שפּילן איז פֿולקאָם ריטמיש. אַלץ אין אים שפּילט — זײַן קערפּער, זײַן פּנים, זײַן קול. די באַשרענקטע שטים זײַנע ברענגט אַרויס דעם טיפֿסטן געדאַנק פֿונעם וואָרט, וואָס דאַרף ווערן אַרויסגעזאָגט און ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ זעלטענער קאָמבינאַציע פֿון מוזיק און באַוועגונג. ער איז געבענטשט געוואָרן מיט דער וווּנדערלעכער אייגנשאַפֿט צו באַצויבערן דעם עולם. ער האָט אַ שאַגאַלישע קוואַליטעט צו שאַפֿן פֿון רעאַליטעט און פֿאַנטאַזיע אַן אייגנאַרטיקן בולאָף-סטיל. בולאָף איז אין פֿולן זין פֿון וואָרט אַ קינסטלער. אַ זעלטנהייט אין דער טעאַטראַלער וועלט.
האָראַלד קלורמאַן [1]
נאָך די ווערטער פֿון דעם גרעסטן און וויכטיקסטן טעאַטער־קריטיקער פֿון The Nation אין ניו־יאָרק, וואָלט איך אפֿשר באַדאַרפֿט שווײַגן, ווײַל אין די פּאָר שורות האָט האַראָלד קלורמאַן אויסגעדריקט אַלץ, און ס’אַ שאָד יעדעס איבעריק וואָרט. פֿון דעסטוועגן, ווי איינע צווישן די אַקטיאָרן, וואָס האָבן געשפּילט מיט יוסף בולאָפֿן אין ישׂראל — און איך האָב געשפּילט אין אַלע פֿאָרשטעלונגען, וואָס ער האָט אויפֿגעפֿירט אין ישׂראל, די פֿירנדיקע פֿרויען־ראָלן — דערלויבט מיר איבערצוגעבן אַ ריי וויכטיקע פּרטים, וואָס איז ווערט צו וויסן וועגן דעם גרעסטן ייִדישן שוישפּילער, וואָס איז אייגנטלעך אַליין די געשיכטע פֿונעם בעסטן ייִדישן טעאַטער.
יוסף בולאָף, געבוירן דעם 6סטן פֿעברואַר 1899, איז געווען אַ קינד פֿון אַ ייִדישער משפּחה, וואָס האָט געלעבט אין דעם אָרעמסטן שטאָט-טייל פֿון ווילנע, נאָווע-גאָראָד. דער קליינער יוסף איז געגאַנגען אין חדר, ווי אַלע ייִדישע קינדער, ער באַשרײַבט אַפֿילו זײַן רבי, וואָס האָט אים צוגעזאָגט, אַז אויב ער וועט זײַן אַ גוט קינד, לערנען תּורה, וועט ער ווערן אַ גאָון און אויפֿלעבן דעם גולם. אָבער אין דער ווירקלעכקייט איז ער געווען אַ קלוג, אינטעליגענט קינד, אַ זייער נײַגעריקער, און געזוכט ענטפֿערס אויף זײַנע פֿראַגן, וואָס קיינער האָט אים נישט געקאָנט ענטפֿערן.
שוין פֿון קינדווײַז אָן, איז יוסף געווען אַ שטיפֿער, מיט אַ רײַכער פֿאַנטאַזיע, זיך געחבֿרט מיט קינדער פֿון הויף אויפֿן אַלטן מאַרק-פּלאַץ אין ווילנע — אַן אָרט, וווּ מ׳האָט זיך געקאָנט דערוויסן וועגן אַלץ און וועגן אַלעמען. ער איז געווען אַ געבוירענער קינסטלער מיט אַ רײַכן דמיון.

אין 1915, בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען די דײַטשן זײַנען אַרײַן אין ווילנע, האָבן זיי דערמעגלעכט צו שאַפֿן אַ ייִדישן טעאַטער. אין דער דײַטשישער אַרמיי האָבן דאָן געדינט נישט ווייניק ייִדישע אָפֿיצירן, און מרדכי מאַזאָ און יעקבֿ שערמאַן, די גרינדער פֿונעם טעאַטער, האָבן זיך באַקענט מיט די דאָזיקע אָפֿיצירן, וואָס האָבן זיי געהאָלפֿן דעם טעאַטער שאַפֿן.
פּונקט דאַן האָט די משפּחה קאַדיסאָן, מיט די קינדער געמוזסט אין משך פֿון 24 שעה פֿאַרלאָזן קאָוונע, זײַנען זיי געקומען קיין ווילנע נאַקעט און באָרוועס. מאַזאָ און שערמאַן זײַנען געקומען צו לייב קאַדיסאָן און אים פֿאָרגעלייגט די אידעע, צו שאַפֿן אַ טעאַטער. אַזוי איז געבוירן געוואָרן די „ווילנער טרופּע‟.
לובאַ קאַדיסאָן־בולאָף, די טאָכטער פֿון לייב קאַדיסאָן און די פֿרוי פֿון יוסף בולאָף האָט מיר אַמאָל דערציילט, אַז די ערשטע רעפּעטיציעס פֿון דער „ווילנער טרופּע‟ זײַנען פֿאָרגעקומען אויפֿן בוידעם פֿון זייער שטוב אין נאָווע גאָרעד און אינעם הויף, וואָס מ’האָט גערופֿן קרומע-קאָפּס הויף.
לייב קאַדיסאָן איז געוואָרן דער דירעקטאָר, רעזשיסאָר און אַקטיאָר פֿונעם טעאַטער. די גאַנצע משפּחה קאַדיסאָן האָט געשפּילט: דער זון איציק, די טאָכטער לובאַ און אַז מ’האָט געדאַרפֿט — אויך לייבס פֿרוי חנה. „מײַן מאַמע, — האָט לובאַ זיך דערמאָנט, איז געווען די מוטער פֿון דער טרופּע — געקאָכט, געטיילט זיך מיט אַלץ מיט די אַקטיאָרן, געווען די קאַסירשע, דער באַנק פֿאַר די אַקטיאָרן‟.
מער ווייניקער אין יאָר 1918 איז בולאָף אַרײַן אין טעאַטער. וועדליק דעם ווי לובאַ האָט עס מיר דערציילט, איז עס פֿאָרגעקומען אַזוי:
אין אַ געוויסן טאָג איז אין טעאַטער געקומען אַ בחור. לייב קאַדיסאָן האָט אים געפֿרעגט: „יונגער־מאַן, ווער זענט איר?‟ — האָט אים בולאָף געענטפֿערט: „איך בין אַן אַקטיאָר!‟ — „וווּ שפּילט איר?‟ — „אין ערגעץ נישט…‟ — „וווּ וווינט איר‟ „דאָ…‟ (ער האָט טאַקע געוווינט אויף דער זעלבער גאַס) — „וואָס ווילט איר?‟ — „כ’וויל שפּילן טעאַטער?‟ — „איז קומט צו מיר אין אָוונט, — האָט געזאָגט קאַדיסאָן, — וועלן מיר זען.‟
בולאָף האָט זיך אַרײַנגעשטעלט צו דער צײַט, און די, וואָס האָט אים געעפֿנט די טיר, איז געווען לובאַ. זי איז דאַן געווען 14 יאָר אַלט, און בולאָף — מיט 7 יאָר עלטער. דאָס איז געווען זייער ערשטע באַגעגעניש, און פֿונעם ערשטן בליק האָט לובאַ פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז איר באַשערטער.
בולאָף איז אָנגענומען געוואָרן אין דער טרופּע. נאָך „דיבוק‟ איז פֿאַר אַלע געוואָרן קלאָר, אַז דאָס איז אַ גאָט געבענטשטער טאַלאַנט. די „ווילנער טרופּע‟ האָט געשפּילט דעם בעסטן רעפּערטואַר: אַנ-סקי, שלום־עליכם, ש. אַש, מ. גאָרקי, מאָליער, איבסען און דאָס גלײַכן. צווישן די אַקטיאָרן זײַנען געווען יוסף גרין, חנה בראָף, לובאַ קאַדיסאָן, יוסף בולאָף, שמואל אײַריס, יעקבֿ ראָטבאַום, מרים אָרלעסקאַ און אַנדערע.

בולאָפֿס בינע־טעטיקייט קאָן צעטיילט ווערן אויף 4 פּעריאָדן, אין וועלכע ער האָט געלעבט און געשאַפֿן: די תּקופֿה פֿון דער „ווילנער טרופּע‟, אין וועלכער ער איז געוואָרן דער פֿירנדיקער אַקטיאָר. שפּעטער — די יאָרן פֿון בולאָפֿס גאַסטראָלן אין רומעניע מיט אַ טייל פֿון דער „ווילנער טרופּע‟. אין רומעניע האָט בולאָף געשפּילט יוסף דימאָפֿס „דעם זינגער פֿון זײַן טרויער‟. דער קעניג קאַראָל מיט זײַן ווײַב, זײַנען געקומען זען דעם וווּנדער, ווי אַ ייִדישער אַקטיאָר שפּילט אויס די ראָלע. זיי זײַנען פֿאַרכּישופֿט געוואָרן, פּונקט ווי דער גאַנצער עולם, (אַגבֿ, איז דאָס געווען די ערשטע פֿאָרשטעלונג, אין וועלכער איך האָב מיט בולאָפֿן געשפּילט אין תּל-אָבֿיבֿ). רומעניע האָט אים הייס אויפֿגענומען, אָבער נאָך מער — ישׂראל (תּל-אָבֿיבֿ).
טאָמאַשעווסקי איז געקומען זיי צורעדן פֿאַרלאָזן רומעניע און פֿאָרן קיין אַמעריקע, אָבער בולאָף האָט עס אָפּגעוואָרפֿן; ער האָט נישט געגלייבט, אַז דער ניוואָ פֿון דער טרופּע איז פּאַסיק פֿאַר אַמעריקע. די „ווילנער טרופּע‟ האָט געהאַט איר אייגענעם סטיל, די שפּראַך איז געווען אויסגעהאַלטן אין וואָלינער דיאַלעקט, דער רעפּערטואַר איז געווען אויף אַ הויכן ניוואָ.
לובאַ איז געווען קנאַפּע 17 יאָר אַלט, ווען זיי האָבן אין רומעניע געשפּילט „די גרינע פֿעלדער‟ פֿון פּרץ הירשביין. אין דער דאָזיקער פּיעסע האָבן יוסף און לובאַ געשפּילט אַ פֿאַרליבט פּאָרל, וואָס האָט חתונה; און טאַקע אין דער פּיעסע האָבן זיי חתונה געהאַט אויף אַן אמתן. אויף דער כּתובה האָבן זיך אונטערגעשריבן אַלע אַקטיאָרן פֿון דער „ווילנער טרופּע‟.
מאָריס שוואַרץ, וואָס האָט אין 1927 געעפֿנט אין ניו־יאָרק זײַן „אַרט־טעאַטער‟ אויף דער 12טער גאָס און 2טע אַוועניו און געזוכט יונגע מענטשן, האָט זיך דערוווּסט פֿון מאַלי פּיקאָן און צילע אַדלער וועגן בולאָפֿן, וועלכן זיי האָבן געזען אין רומעניע. פּאַול מוני האָט פּונקט דאַן פֿאַרלאָזט דעם ייִדישן טעאַטער און איז אַרויף אויף דער ענגלישער בינע. האָט שוואַרץ אָנגעהויבן שיקן בריוו צו בולאָפֿן ער זאָל קומען קיין אַמעריקע. בולאָף האָט נישט געוואָלט, אָבער ער האָט געפֿילט, אַז די פּאָר מענטשן, וואָס זײַנען געבליבן מיט אים, אָרלעסקאַ, מאַזאָ, קוקן אויך אין יענער זײַט. דערצו האָבן לובאַס עלטערן און די שוועסטער שוין געהאַט געוווינט אין אַמעריקע; שוין אָפּגערעדט, אַז די לאַגע אין רומעניע איז מיט דער צײַט געוואָרן אַלץ ערגער און ערגער. בולאָף האָט נאָכגעגעבן. צווישן 1927 און 1928 האָבן יוסף און לובאַ פֿאַרלאָזט אייראָפּע.
געפֿאָרן זײַנען זיי מיט דער שיף. כּדי אַראָפּצוגיין פֿון דער שיף, האָט מען געמוזט באַצאָלן 50 דאָלאַר. זיי האָבן נישט געהאַט קיין גראָשן. שוואַרץ מיט חיים ערענרײַכן, דעם קריטיקער אין „פֿאָרווערטס‟, האָבן זיי אָפּגעוואַרט. אַלע פּאַסאַזשירן זײַנען אַראָפּ פֿון דער שיף, אָבער מ’זעט נישט די אַקטיאָרן. ערענרײַך איז אַרויף אויף דער שיף צו זען, וואָס ס׳איז געשען? (ווען לובאַ האָט מיר דאָס דערציילט, האָט זי שטאַרק געלאַכט). ער האָט באַצאָלט די 50 דאָלאַר און אַלץ איז דערליידיקט געוואָרן. מאָריס שוואַרץ, אַ הויכער שיינער מאַן, האָט דערזען די צוויי באַשיידענע קליינוווּקסיקע פּאַרשוינען, האָט ער זיי אָנגעקוקט און געזאָגט: „דאָס האָב איך אַראָפּגעבראַכט מײַנע סטאַרס, וואָס האָבן נישט אַפֿילו 50 דאָלאַר אַראָפּצוגיין פֿון דער שיף?! אַזעלכע צוויי קליינינקע מענטשעלעך…‟.
די געשטאַלטן פֿון יוסף בולאָף
בולאָף און לובאַ זײַנען געבליבן אין שוואַרצס טעאַטער אַ פּאָר יאָר. בולאָף איז נישט געווען צופֿרידן. ער האָט געוואָלט שפּילן זײַן רעפּערטואַר, אויך די שפּראַך האָט אים געקלונגען פֿאַלש. ער האָט זיך נישט געקאָנט צופּאַסן.
איין מאָל, אין דער פֿאָרשטעלונג „כּישוף־מאַכערין פֿון קאַסטיליע‟ פֿון שלום אַש, האָט בולאָף געשפּילט דעם פּויפּס. אויך אין דער ראָלע האָט ער דורך זײַן לעבנס-ווירדיקייט און ליבשאַפֿט דערוועקט בײַם עולם סימפּאַטיע. נאָכן לאַנגן מאָנאָלאָג זײַנעם, וווּ דער פּויפּס רעדט צו די צוויי געפֿאַנגענע פֿאַראורטיילטע ייִדן (געשפּילט האָבן די ראָלעס מאָריס שוואַרץ און צילע אַדלער), האָט בולאָף, אַראָפּגייענדיק פֿון דער בינע געמאַכט אַ באַוועגונג, ווי ער וואָלט געצלמט און געבענטשט נישט בלויז די פֿאַרפֿאָלגטע ייִדן, נאָר די גאַנצע מענטשהייט. דער עולם האָט עס דערפֿילט און שטורמיש אַפּלאָדירט. דאָס איז, זעט אויס, נישט געפֿעלן געוואָרן שוואַרצן.
אין טשיקאַגע איז געווען אַ געזעלשאַפֿט מיט אַן קרײַז טעאַטער־אַמאַטאָרן, האָבן זיי אָנגעשריבן צו בולאָפֿן, און בולאָף האָט באַשלאָסן צו פֿאָרן און אויפֿפֿירן מיט זיי וואָס ער וויל און פֿאַרשטייט. די בולאָפֿס האָבן דאָרט געוווינט בײַ עמעצן אין אַ קליינעם צימער, זיך געמאַטערט, אָבער בולאָף האָט געשפּילט זײַן רעפּערטואַר: „שבתי צבֿי‟ פֿון זשולאַווסקי, דימאָווס „דעם זינגער פֿון זײַן טרויער‟, דעם „קאַרגער‟ פֿון מאָליער וכדומה. דרײַ יאָר האָבן זיי דאָרט געאַרבעט.
דערנאָך פֿלעגן זיי פֿאָרן קיין בוענאָס-אײַרעס, וווּ בולאָף האָט געהאַט אַ גאָר גרויסן דערפֿאָלג. אַ באַזונדער קאַפּיטל אין בולאָווס טעאַטער־קאַריערע פֿאַרנעמען זײַנע גאַסטראָלן אין ישׂראל. ער האָט ליב געהאַט צו קומען קיין תּל־אָבֿיבֿ אויף אַ סעזאָן. דאָ האָט ער געפֿונען דעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם, וועלכער האָט נאָך געוווּסט, וואָס איז גוט טעאַטער און האָט ליב געהאַט אַזאַ טעאַטער.
בולאָף איז אין זײַן לאַנג-יאָריקער קינסטלערישער קאַריערע געווען דער איינציקער ייִדישער אַקטיאָר, וואָס האָט געשפּילט טעאַטער אַזוי, ווי מע שפּילט בײַ די אומות־העולם. ער איז געווען אַ ייִדישער און גלײַכצײַטיק אַן אוניווערסאַלער שוישפּילער. זײַן סצענישן טאַלאַנט כאַראַקטעריזירט גרויסע מײַסטערשאַפֿט פֿון קינסטלערישן וואָרט און אַ קאָלאָסאַלע בינע-טעכניק, וואָס האָט דערגרייכט ביז פּערפֿעקציאָניזם. ער איז געווען אַ ווירטואָז.

איך דערמאָן זיך אין דער גרויסער פֿאָרשטעלונג פֿון אַרטור מילערס „דער טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשער‟. בײַ אים איז די געשטאַלט פֿון ווילי לאָמאַן פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ טראַגי-קאָמישער פֿיגור, וואָס האָט, ווי עס שטייט אין דער פּיעסע: „אָפּגעלעבט 60 יאָר אין דער קאַפּיטאַליסטישער אַמעריקע און נישט באַמערקט, אַז צווישן די מעכטיקע ווענט קאָן מען אַפֿילו אַ בלימל נישט פֿאַרפֿלאַנצן…‟ אַרטור מילער אַליין האָט געזאָגט, אַז „קיינער פֿון די אַקטיאָרן אויף אַלע בינעס פֿון דער וועלט, האָט זיך נישט געקענט גלײַכן צו בולאָפֿן, אַזוי ווי ער האָט אַרויסגעבראַכט די געשטאַלט פֿון ווילי לאָמאַן.
בולאָף האָט אין ישׂראל אויפֿגעפֿירט אויך די פּיעסן: „דער זינגער פֿון זײַן טרויער‟, „דער קיביצער‟, „אַנאַ פֿראַנק‟, „די ברידער אַשכּנזי‟, „אַ גאַסט אין שטאָט‟, „דער פֿינפֿטער סעזאָן‟, טשעכאָווס איינאַקטערס, וווּ ער האָט באַוויזן, ווי מען שפּילט טשעכאָוון אויף ייִדיש, „טבֿיה דער מילכיקער‟. בולאָפֿס טבֿיה איז אַ ייִד, וואָס פּראָטעסטירט קעגן גאָט און קעגן דעם גאַנצן סדר-העולם (אין די אַלע פֿאָרשטעלונגען האָב איך געשפּילט די פֿירנדיקע פֿרויען־ראָלעס); די מוזיק צו דער פֿאָרשטעלונג „טבֿיה‟ האָט אָנגעשריבן יוסף קאַמינסקי.
אויף ענגליש האָט בולאָף צום ערשטן מאָל געשפּילט אין יאָר 1936, אינעם ענגלישן טעאַטער אויף בראָדוויי, דעם פּעדלער אין „אָקלהאַמאַ‟; דערנאָך אויך אין דעם פֿילם, ווי אויך אין אַנדערע פֿילמען. אויף בראָדוויי האָט בולאָף געשפּילט אין אַרטור מילערס פּיעסע „דער פּרײַז‟. ווען איך בין געווען צוגאַסט בײַ לובאַ אין ניו-יאָרק (זי איז געשטאָרבן אין 2006), האָט זי מיר דערציילט, אַז מ’שפּילט אויף בראָדוויי דעם „פּרײַז‟, און די צײַטונגען שרײַבן נישט אַזוי וועגן דעם אַקטיאָר, וואָס שפּילט איצט, נאָר זיי דערמאָנען בולאָפֿן, זײַן פֿאַרטײַטשן די הויפּט־קאָלע.
אין די פֿאָרשטעלונגען, אויפֿגעפֿירט אין ישׂראל האָט לאה שלאַנגער געשפּילט די פֿירנדיקע פֿרויען־ראָלעס
אַ באַזונדער קאַפּיטל איז בולאָפֿס רעציטאַציע־אָוונטן. ער האָט נישט דעקלאַמירט; דאָס איז געווען אַ גאַנצע פּיעסע. ער פֿלעגט אויסשפּילן אַ ליד, אַ דערציילונג. בײַ אים איז אַ ליד געוואָרן אַ גרויסע סצענישע שאַפֿונג.
בולאָף איז געווען נישט בלויז אַ געניאַלער מײַסטער אויף דער בינע, נאָר אויך אַ טאַלאַנטפֿולער שרײַבער. זײַן בוך „פֿון אַלטן מאַרק-פּלאַץ‟, וואָס איז דערשינען אין ייִדיש מיט 10 יאָר נאָך זײַן פּתּירה (פֿריִער איז עס אַרויס אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, שפּאַניש, רוסיש, אָבער אויף ייִדיש האָט עס אַבֿרהם סוצקעווער געדרוקט אין „די גאָלדענע קייט‟ מיט המשכים.
דאָס בוך איז פֿון אַ באַזונדערן זשאַנער און ווערט. עס נעמט אַרום די תּקופֿה פֿון זײַנע קינדער־יאָרן, ווען ער האָט זיך נאָך געשפּילט אויפֿן מאַרק־פּלאַץ בײַם מיסט־קאַסטן מיט קנעפּ, שטיינער, קאָרטן, און ענדיקט זיך בערך אין יאָר 1919.
ער האָט געהאַט אַ פֿאַנטאַסטיש רײַכן כּוח־הדמיון, אַ מויל אויף שרויפֿן, שנעלע אָריענטאַציע און דעציזיע, אַ געבענטשטן זכּרון; ער פֿלעגט אײַנזאַפּן און פֿאַרגעדענקען אַלץ (אויף דער עלטער האָט אים דער זכּרון פֿאַרראַטן. ער פֿלעגט מיר זאָגן: „זעסט, אָט די שורה האָב איך איבערגעחזרט טויזנט מאָל‟).
ווען בולאָף איז געשטאָרבן אין 1985, האָט לובאַ געפֿונען פֿאַרשריבענע צעטעלעך. ווײַזט אויס, ער האָט געהאַלטן בײַם אָנשרײַבן אַ צווייט בוך.
ער איז געווען אַ ציכטיקער אַרבעטער ביזן לעצטן טאָג. נישט אַרויסגעוואָרפֿן גאָרנישט — אָפּגעהיט יעדע רעצענזיע, יעדעס וואָרט. ער האָט געהאַט אַ סך פֿרײַנד אין ישׂראל — רעצענזענטן, זשורנאַליסטן, רעדאַקטאָרן פֿון ראַדיאָ און צײַטונגען, אַקטיאָרן, מיניסטאָרן… ער האָט באַקומען דעם מאַנגער־פּרײַז און אַנדערע אויסצייכענונגען.
אין 1993 איז אין בית־התּפֿוצות, תּל־אָבֿיבֿ, פֿאָרגעקומען אַ פֿאַרטיילונג פֿונעם פּרײַז אויפֿן נאָמען פֿון יוסף בולאָף. לובא איז געקומען פֿון ניו-יאָרק, עס זײַנען בײַגעווען וויכטיקע פּערזאָנען פֿון דער קולטור־ און קונסט־וועלט, ווי אויך פּאָליטיקער און פֿרײַנד. דעם פּרײַז האָט באַקומען דער טעאַטער-קריטיקער פֿון דער צײַטונג „האָרץ‟ מיכאל האַנדעלזאַלץ. איך האָב דעם אָוונט געפֿירט.
זײַן קאָפּ האָט זיך אים קיינמאָל נישט פֿאַרדרייט פֿון די גרויסע דערפֿאָלגן. ער האָט פֿײַנט געהאַט, אַז מ’האָט אים גערופֿן „סטאַר‟. „איך בין אַן אַקטיאַר, — פֿלעגט ער זאָגן, — נישט קיין ׳סטאַר׳‟.
איך מיט מײַן מאַן פֿלעגן נאָך דער פֿאָרשטעלונג באַגלייטן בולאָפֿן אין אַ קאַפֿע־הויז. ער האָט נישט געקאָנט שלאָפֿן, פֿלעגן מיר אָפּזיצן אַ האַלבע נאַכט, און הערן ווי ער דערציילט. אָבער קיינמאָל האָט ער נישט גערעדט וועגן זײַן קינדהייט און יוגנט; דאָס האָט ער געהאַלטן טיף אין זײַן נשמה, אָפּגעהיט יענע תּקופֿה אינעם זכּרון, ווי אַן אוצר. קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז דער גרויסער בינע־קינסטלער וועט זיך אַמאָל אַוועקזעצן און אַרויסברענגען אויף פּאַפּיר די דראַמע פֿון זײַן לעבן מיט אַזאַ רײַפֿער שרײַבערישער פּען, אויסשפּילן שטיקער זכרונות פֿון ייִדישן לעבן. זײַן בוך „פֿון אַלטן מאַרק־פּלאַץ‟ איז אַ דענקמאָל פֿאַר ווילנע.
און צום סוף ברענג איך ווערטער, וואָס בולאָף האָט געזאָגט וועגן זיך אַליין:
„כ׳האָב געשפּילט אין 226 פּיעסעס, אין אַן צאָל לענדער. ווען כ׳גיי אַרויס אויף דער בינע, ווייס איך, ווער איז דער מענטש, וואָס זיצט אין דער לעצטער ריי, איך פֿיל אים… כ׳האָב געהאַט אַ סך עגמת־נפֿש, אַ סך שׂימחה און אַ סך לעבנס…‟
אין 1964 איז אין תּל־אָבֿיבֿ אין „בית־התּפֿוצות‟ אַרויס זײַנס אַ קאַסעטע מיט רעציטאַציעס און פֿראַגמענטן פֿון פּיעסעס. נאָך זײַן פּתּירה דעם 27סטן פֿעברואַר 1985 האָט לובאַ צונויפֿגענומען אַלע זײַנע שריפֿטן, רעצענזיעס, פּיעסעס און אַוועקגעשענקט אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים און אין ייִוואָ.
[1] האָראַלד קלורמאַן (1901־1980) — באַקאַנטער אַמעריקאַנער רעזשיסאָר און טעאַטער־קריטיקער