די אָפּגעשטויסענע (7)

בערל קאָטלערמאַן

7

סעמענדזשי-כאַן האָט אַ פֿײַף געטאָן פּונקט אין דער רגע, ווען דער אַטאַמאַן קאַמישין האָט אויסגעשאָסן. פֿאַלנדיק, האָט דער מאָנגאָל נאָך באַוויזן צו באַמערקן ווי זײַנע מענטשן לויפֿן צו זייערע פֿערד. קאַמישין האָט זיך אַ וואַרף געטאָן צו די טאָרבעס, אָבער אין דעם זעלבן מאָמענט האָט אַ קורצער שמאָלער מעסער מיט אַ הילצערנעם הענטל זיך אַרײַנגעשטאָכן אים אין גאָרגל. אינעם לאַגער האָט זיך צעפֿלאַקערט אַ בלוטיקער שלאַכט. די מאָנגאָלישע שלאַכטמענער האָבן זיך געשלאָגט זייער ערנסט. דער רוים צווישן די בײַדלעך האָט זיך גיך פֿאַרפֿילט מיט טויטע קערפּער. נאָר די קאָזאַקן האָבן גענומען מיט זייער צאָל, און די מאָנגאָלן — איינער קעגן צוויי, האָבן זיך פּאַמעלעך צוריקגעצויגן קיין סטעפּ אַרײַן. די פֿאַרבליבענע קאָזאַקן האָבן זיי ניט אָפּגעלאָזט, נאָכגעפֿאָלגט מיט ווילדע געשרייען.

kotlerman-1
ערצבאַשעווסקי האָט נאָכגעקוקט נאָך דעם שלאַכט פֿון הינטער אַ גרויסן וואַלגערשטיין…

ערצבאַשעווסקי האָט נאָכגעקוקט נאָך דעם שלאַכט פֿון הינטער אַ גרויסן וואַלגערשטיין. קיין שום חשק אַוועקצושטאַרבן פֿאַר גאָרנישט האָט ער ניט געהאַט. דערווײַל איז געוואָרן פֿינצטער און, ווי תּמיד אין דער אָפֿענער סטעפּ, אויך קאַלט. ערצבאַשעווסקי האָט פֿאָרזיכטיק צוגעצויגן צו זיך דעם לאַנגן מאָנגאָלישן כאַלאַט אונטערגעשלאָגן מיט וואַטע, וואָס איז געלעגן לעבן זײַן מקום-מיקלט. מיטן עק אויג האָט ער באַמערקט עפּעס אַ באַוועגונג. ניט ווײַט אויף דער ערד האָט זיך גערירט אַ מענטש, אַרומכאַפּנדיק דעם קאָפּ מיט ביידע הענט. ער האָט זיך אויסגעדרייט צו די גאַלאָפּירנדיקע קאָזאַקן, אויפֿגעשטאַנען און פּלוצעם, מיט קאָמישע גענדז-טריט, זיך געלאָזט לויפֿן אין דער זעלבער ריכטונג. אַ מינוט שפּעטער האָט ער שוין געשלעפּט צוויי שווערע לעדערנע טאָרבעס.

ערצבאַשעווסקי האָט דערקענט אין דעם מענטשן דעם הײַנטיקן ייִד, וועלכן מ׳האָט בײַ טאָג געבראַכט קיין לאַגער. ערצבאַשעווסקי האָט זיך אויך אויפֿגעהויבן, אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף דער פּלייצע דעם וואַרעמען כאַלאַט און זיך אַרומגעקוקט. צוגעבונדן צו אַ בוים אין אַ צענדליק מעטער פֿון אים איז שטיל געשטאַנען אַ ווײַס פֿערדל. דאָס איז געווען קאַמישינס פֿערדל, ספּעציעל געבראַכט פֿון ערגעץ, נאָכמאַכנדיק דעם באַראָן פֿאָן-אונגערן, וועלכער האָט שטאַרק געהאַלטן פֿון ווײַסע פֿערד. ערצבאַשעווסקי איז אַרויף אויפֿן פֿערד און זיך געלאָזט נאָכיאָגן דעם ייִד. איינער פֿון די ראַנגלענדיקע שלאַכטלײַט האָט פֿון דער ווײַטנס דערזען אין דער מילכיקער לבנה-שײַן די צעפֿלויגענע פּאָלעס פֿון ערצבאַשעווסקיס כאַלאַט. אַ שרעקלעכער געשריי האָט צעריסן די נאַכט. דער מענטש האָט זיכער אָנגענומען דעם רײַטער פֿאַרן באַראָן, וואָס פֿלעגט תּמיד אַרומרײַטן, אָנגעטאָן אין אַן ענלעכן מלבוש.

אין דער זעלבער נאַכט האָט אין איינעם פֿון די אורטאָנען אויף דעם מאַנזשורער טראַקט זיך אָפּגעשטעלט אַ צוויי-פֿערדיקער וואָגן, אָנגעפֿירט פֿון אַ שטאַרק פֿאַרוווּנדעטן קאָזאַק מיט אַ בײַטש אין האַנט. דער קאָזאַק האָט ניט געהאַט קיין כּוח אַראָפּשטײַגן פֿונעם וואָגן און נאָר געבעטן וואַסער. אינעם וואָגן זײַנען געלעגן נאָך צוויי זײַנע חבֿרים, פֿאַרגאָסן מיט בלוט. אַלע, ווער ס׳איז געווען אינעם אורטאָן, האָבן אַרומגערינגלט דעם וואָגן, צווישן זיי אויך די בוריאַטן, וועלכע האָבן געאַרבעט מיט אַבֿרהם רבינאָוויטשן. זיי האָבן באַלד דערקענט דאָס האָב-און-גוטס פֿון זייער „נאָיאָן‟־בעל-הבית. דער קאָזאַק האָט ניט געקענט ענטפֿערן אויף קיין שום פֿראַגעס. ער האָט נאָר ווילד געדרייט מיט די אויגן, געזשליאָקעט וואַסער און געהאַלטן אין איין שטאַמלען: „באַראָן, באַראָן…‟

אויף מאָרגן האָבן די בוריאַטן זיך געיאַוועט אינעם נאָענטן מיליציע-אָפּטייל און אויסגעלייגט אַלע פּרטים, וואָס זיי האָבן געוווּסט וועגן דער פֿאַרשווינדונג פֿונעם סוחר רבינאָוויטש. אַ באַיאָרטער מאָנגאָלישער מיליציאָנער האָט פֿלײַסיק פֿאַרשריבן זייערע ווערטער אינעם רעגיסטער-בוך. ער האָט זיי צוגעזאָגט, אַז בײַ ערשטער געלעגנהייט וועט ער פּערזענלעך צופֿאָרן צו יענעם אָרט, וווּ די קאַמישינער האָבן פֿאַרכאַפּט מיט זיך דעם סוחר. אָפּגעבנדיק זייער בירגערישן חובֿ, האָבן די בוריאַטן זיך געלאָזט אין וועג אַהיים קיין מאַנזשוריע.

* * *

צוויי מיט אַ האַלב חדשים האָט גענומען בײַ ערצבאַשעווסקי צו דערגרייכן דעם אַזוי גערופֿענעם „אימפּעראַטאָרישן טראַקט‟, וואָס האָט פֿאַרבונדן די כינעזישע הויפּטשטאָט פּעקין מיט מוקדען, וווּ ס׳איז געווען באַגראָבן דאָס הייליקע געביין פֿון די טשינג-רעגירער — די פֿאָרשטייער פֿון דער לעצטער מאַנזשורער אימפּעראַטאָרישער דינאַסטיע פֿון כינע. פֿון דור צו דור, ביז די כינעזישע רעוואָלוציאָנערן האָבן זיי אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער פֿאַרבאָטענער שטאָט אין 1912, פֿלעגן די טשינג-רעגירער רעגולער עולה־רגל זײַן קיין מוקדען, און צוליב דעם האָט מען געהאַלטן דעם טראַקט אין אַ רעלאַטיוו גוטן צושטאַנד. אַזוי, אַז דער ווײַטערדיקער וועג פֿון ערצבאַשעווסקי איז שוין געווען אַ סך גרינגער.

אַמאָל צו פֿוס און אַמאָל אויף צופֿעליקע וואָגנס האָט ער אין אַ פּאָר טעג דערגרייכט מוקדען. דאָרטן האָט ער שוין גענומען אַ באַן פֿונעם דרום-מאַנזשורער אָפּצווײַג בײַ דער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן, וואָס האָט אים גיך געבראַכט קיין כאַרבין. פֿון כאַרבין איז ער תּיכּף-ומיד אָפּגעפֿאָרן קיין צפֿון-מיזרח. דעמאָלט האָט ער אָפּגעגאָלט זײַן שטאַרק פֿאַרוואַקסענע באָרד און פֿאַרביטן די כלאַמידע פֿונעם בודהיסטישן מאָנאַך, וואָס האָט אים געדינט אין משך פֿון אַ סך טעג ווי אַ קליידונג און אַ בעטגעוואַנט צוזאַמען, אויף כּמעט אַ נײַעם שוואַרצן קיטל פֿונעם אָנגעשטעלטן בײַ דער עקספּלואַטאַציע-קאָמפּאַניע. דעם קיטל, באַפּוצט מיט עקזאָטישע אײַזנבאַן-עמבלעמעס, דראַקאָנען און באַפֿליגלטע רעדער, האָט ער געקויפֿט בײַ אַ רוסישן שווינדלער ערגעץ אויף אַ באַן-סטאַנציע.

דעם גאַנצן פּלאַן האָט אויסגעאַרבעט אַבֿרהם רבינאָוויטש בעת יענער שרעקלעכער נאַכט. דער קאָרנעט האָט אים גיך נאָכגעיאָגט אין דער סטעפּ, און ווען יענער האָט אַרײַנגעצויגן דעם קאָפּ אין די אַקסלען, וואַרטנדיק אויף אַ טייטלעכער מכּה, האָט ערצבאַשעווסקי אויסגעשטרעקט זײַן האַנט און געהאָלפֿן אים אַרויפֿשפּרונגען אויפֿן פֿערד. נאָך דעם האָבן זיי זאַלבע־צוויי אָפּגעריטן עטלעכע וויאָרסט נאָכאַנאַנד, ביז דאָס פֿערד האָט זיך ממש באַדעקט מיט שוים. רבינאָוויטשעס פֿינגער האָבן זיך טייטלעך אַרײַנגענעגלט אין די שווערע טאָרבעס, און עס האָט אים גענומען אַ שטיקל צײַט זיי צעבייגן. די טאָרבעס זײַנען געווען פֿול אָנגעפּאַקט מיט גאָלדענע צאַרישע טשערוואָנצעס, מאַנזשורישע ליאַנען און כינעזישע דאָלאַרן.

ציטערנדיק פֿון קעלט און האָבנדיק מורא צעלייגן פֿײַער, האָבן זיי זיך גענומען צו באַטראַכטן זייער מצבֿ. דער גלײַכער וועג קיין מאַנזשוריע און ווײַטער קיין „אײַזנבאַן-פּאַס‟ איז געווען פֿאַרשלאָסן: די כינעזער האָבן געעפֿנט אַן עכטן „יאַגד-סעזאָן‟ אויף די געוועזענע אונגערנאָווצעס און געזוכט זיי אין יעדן מעגלעכן ווינקל. פֿון אַן אַנדער זײַט, וועלן די פֿאַרבליבענע נאָך דער שלאַכט קאַמישינער קאָזאַקן, ווי אויך די אונגערן-מאָנגאָלן, פֿריִער צי שפּעטער, זיך כאַפּן, אַז דאָס פֿאַרשווינדן געוואָרענע גאָלד איז ווי-ניט-איז פֿאַרבונדן מיטן נעלם ווערן פֿונעם געוועזענעם קאַפּעל-אָפֿיציר צוזאַמען מיטן ייִדישן סוחר. רכילותן ווערן פֿאַרשפּרייט אין סטעפּ אַ סך גיכער פֿונעם טעלעגראַף. שוין מאָרגן אין דער פֿרי וועט יעדער איינער אין דער סבֿיבֿה זוכן זיי… קיין צײַט צו טראַכטן איז כּמעט ניט געבליבן.

kotlerman 2
ווען דאָס פֿערד האָט אַ ביסל אָפּגעאָטעמט, האָבן זיי פֿאָרגעזעצט צו רײַטן…

די ערשטע אידעע, וואָס איז געקומען רבינאָוויטשן אין קאָפּ אַרײַן, איז געווען צו אינסצענירן זײַן אייגענעם טויט. דאָס רובֿ קאָזאַקן, וואָס האָבן אים געזען אינעם לאַגער, זײַנען שוין זיכער טויט. וועלן זיי, לכל־הפּחות, געווינען אַ ביסל צײַט. אויף אַ שכנותדיק בערגל האָט זיך אָנגעזען אַ קופּע ווײַסע ביינער פֿון יענע פֿילצאָליקע מענטשלעכע אָדער חיהשע ביינער, וואָס זײַנע געווען רײַך צעוואָרפֿן איבער די מאָנגאָלישע סטעפּן. מיטן שפּיץ־שטיוול האָט רבינאָוויטש צעגראָבן די מיאוסע קופּע ביז ער האָט זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ מענטשלעכן שאַרבן. מיט אַ גועל האָט ער אים אַרויסגעקײַקלט אין אַ זײַט. אין דער לבֿנה-שײַן האָט דער שאַרבן געשמייכלט צו אים מיט אַ שטשירענדיקן שמייכל. גלאָצנדיק מיט די אויגן אויפֿן שאַרבן אַ מינוט-צוויי, האָט רבינאָוויטש פּלוצעם אַרויסגעלאָזט אַ צופֿרידן געלעכטערל. דערנאָך האָט ער ברייט געעפֿנט זײַן מויל און מיט אַ לײַדנדיקער גרימאַסע עפּעס אַ זוך געטאָן דאָרטן מיט די פֿינגער. ערצבאַשעווסקי האָט ניט געקענט אָפּווענדן זײַן בליק פֿון דער מאָדנער טווּנג, פֿילנדיק אַן עקל און אַן אינטערעס אין דער זעלבער צײַט. די לבֿנה האָט באַשײַנט אַ גאָלדן צאָן-קריינדל אין רבינאָוויטשעס האַנט. ער האָט זיך אָנגעבויגן צום שאַרבן און אַרײַנגעשטעקט דאָס קריינדל צווישן דעם שאַרבנס אייבערשטער שורה ציינער.

ווען דאָס פֿערד האָט אַ ביסל אָפּגעאָטעמט, האָבן זיי פֿאָרגעזעצט צו רײַטן. לויט רבינאָוויטשעס אָריענטירן, האָבן ערצבאַשעווסקי און רבינאָוויטש זיך אומגעקערט צוריק צו דעם קערולען-טראַקט, אַן ערך אַהין, וווּ די קאַמישינער האָבן רבינאָוויטשן געהאַט אָפּגעשטעלט מיט די בוריאַטן-אולאַטשי אַ טאָג פֿריִער, אָבער ניט ממש דאָרטן. דאָרט האָט רבינאָוויטש אַנידערגעלייגט דעם שאַרבן צווישן נידעריקע פֿאַרשטויבטע קוסטן. דערנאָך האָט ער אויסגעטאָן זײַן אייבערשטע קליידונג און געבליבן אינעם ווײַסן מיט פּאַסן לײַבהעמד. מיט כּוח האָט ער אָפּגעריסן פֿונעם לײַבהעמדס אַרבל אַ ניט-גלײַך שטיקל, אַוועקגעוואָרפֿן עס אויף דער ערד, גוט אָנגעטראָטן אויף אים מיט קויטיקע שטיוול און געלאָזט ליגן אַזוי בײַם שאַרבן.

אַרויסנעמענדיק אַ ביסל געלט פֿון די טאָרבעס, האָבן זיי פֿאַרגראָבן די רעשט מיט די טאָרבעס אויף אַ געוויסן מהלך פֿונעם שאַרבן. אַזוי איז געווען אַ סך זיכערער. דערנאָך זײַנען זיי ביידע זיך אַרויפֿגעזעצט אויף קאַמישינס פֿערד, רבינאָוויטש הינטער ערצבאַשעווסקיס רוקן, און אָפּגעריטן עטלעכע שעה נאָכאַנאַנד אין דער דרומדיקער ריכטונג, אַרומפֿאָרנדיק יעדע פּאַסטעך-פֿײַערל אויפֿן וועג. איין מאל האָבן זיי זיך אָנגעשטויסן אויף אַ כאָפּטע נאָמאַדן, אָבער יענע זײַנען זיך צעלאָפֿן אין שרעק, ווען זיי האָבן דערזען אין דעם פֿאַררעטערישן קאַיאָר-ליכט אַ ריזיקן רײַטער אויף אַ ווײַסן פֿערד אין דער אָפֿיציר-קאַסקעט און מאָנגאָלישן כאַלאַט.

* * *

לויט רבי קיסינס עצה האָט רבי דײַנאָ ווידער צוגערופֿן צו זיך דעם עדות מנחם-מענדל טאָמאַשינסקי. ווי פֿריִער, איז דער סופֿר נפֿתּלי געזעסן מיט צוגעגרייטע פֿעדער און טינט בײַם רביס טיש.

— איז וואָס, רבי, — האָט געפֿרעגט טאָמאַשינסקי נאָך די ריטועלע פֿראַגעס וועגן זײַן נאָמען אד”ג, — האָט די אָרעמע פֿרוי נאָך אַלץ ניט באַקומען קיין היתּר?
— ס’מאַכט זיך ניט אַזוי שנעל. אַ מאָל בלײַבט די פֿרוי אַן עגונה יאָרן לאַנג, אויב ניט דאָס גאַנצע לעבן, אויב מע האָט ניט קיין קלאָרע סימנים פֿון איר מאַנס טויט. — רבי דײַנאָ האָט אָפּגעשטעלט טאָמאַשינסקיס אַרגומענט מיט אַ באַרויִקנדיקן זשעסט. — האָט ניט קיין מורא, אונדזער פֿאַל איז ניט אַזאַ קאָמפּליצירטער. זאָגט מיר נאָר, צי זײַט איר געווען באַקאַנט מיט יענעם רוסישן אינספּעקטאָר פֿון כײַלאַר, וואָס האָט אײַך דערציילט וועגן רבינאָוויטשעס טויט?
— באַקאַנט? ניין, כ’האָב אים געזען דעמאָלט צום ערשטן מאָל אינעם וואַגאָן-רעסטאָראַן אויפֿן וועג פֿון כאַרבין קיין מאַנזשוריע.
— און וואָס פּינקטלעך האָט ער אײַך דערציילט?
— נו, כ’האָב שוין איבערגעגעבן. ער האָט געהערט פֿון אַ מאָנגאָלישן מיליציאָנער, אַז מענטשן האָבן געזען, ווי די באַנדיטן האָבן דערהרגעט רבינאָוויטשן ז”ל.
— וויִאַזוי זשע איז דער שמועס געקומען צו רבינאָוויטשן?
— דער גוי האָט אַליין געפֿרעגט בײַ מיר, צי בין איך פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם. דערנאָך האָט ער אָנגעהויבן צו דערציילן וועגן פֿאָן-אונגערן און זײַנע ווילד-משוגענע הינט פֿון דער אַזיאַטישער דיוויזיע, וועלכע זײַנען על-פּי-נס אַנטלאָפֿן פֿון די רויטע, אָבער געכאַפּט געוואָרן פֿון די כינעזער ממש אויף דער גרענעץ. וועמען האָט מען צעשאָסן אויפֿן אָרט, וועמען אַרײַנגעוואָרפֿן אין תּפֿיסה און ווער האָט זיך אויסגעדרייט. דעמאָלט האָט ער דערמאָנט אויך רבינאָוויטשן; ער האָט אים, דאַכט זיך, אַ ביסל געקענט פֿון פֿריִער. „אָט, — האָט ער געזאָגט, — כ’האָב געהערט, אַז מע האָט אים דערמאָרדעט נעבעך ערגעץ אין מאָנגאָליע. אַפּנים די באַנדיטן פֿון אונגערן…‟ איך האָב צוגעשטימט, אַז כ’האָב אים גוט געקענט און אַז כ’האָב מורא, אַז ס׳איז חלילה אמת…
— הייסט עס, ער האָט אַליין אָנגעהויבן צו ריידן וועגן רבינאָוויטשן?
— סע זעט אַזוי אויס.
— ווער, זאָגט איר, איז דער מענטש?
— ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַן אײַזנבאַן-אינספּעקטאָר פֿון דער עקספּלואַטאַציע-קאָמפּאַניע. פֿאַרשטייט זיך, קיין מאַנדאַטן האָב איך ניט געפֿאָדערט פֿון אים.
— און זאָגט מיר נאָך, ביטע, צי דער מנוח… הייסט עס, אַבֿרהם רבינאָוויטש האָט געלעבט בשלום מיט זײַן ווײַב?
— אויף וויפֿל כ׳ווייס, יאָ. ער פֿלעג איר תּמיד ברענגען מתּנות, און אויך דעם זונעלע. בײַ אים אין דער היים בין איך געווען ניט זייער אָפֿט. כ’האָב שוין דערציילט, אַז קיין גרויסע פֿרײַנט זײַנען מיר ניט געווען.
— נו, שיין, — האָט פֿאַרענדיקט רבי דײַנאָ, — מער קיין פֿראַגעס.

ווען די טיר האָט זיך פֿאַרמאַכט נאָך טאָמאַשינסקי, האָט רבי דײַנאָ זיך געווענדט צום סופֿר נפֿתּלי און אַ פֿאָכע געטאָן מיט דער האַנט: שרײַבט. מיט אַ זיכערן קול האָט דער רבי אָנגעהויבן דיקטירן:

„די צווייטע עדות פֿונעם סוחר מנחם-מענדל טאָמאַשינסקי ווײַזט אָן, אַז דער רוסישער אינספּעקטאָר האָט זיך געפֿירט ווי מסל”ת, מסיח לפי תומו, און לויט דעם איז די פֿרוי רבֿקה רבינאָוויטש מותּרת אָן שום צווייפֿלונג…‟

רבי דײַנאָ האָט ווידער אַדורכגעקוקט דעם גאַנצן פּסק, וואָס האָט דערמאָנט דעם נוסח פֿונעם גרויסן רבֿ קיסין. אַלץ האָט אויסגעזען זייער לאָגיש און גוט אַרגומענטירט. עס האָט נאָר געפֿעלט עפּעס אַ „ווײַנשעלע‟, ווי עס פֿלעג זאָגן נאָך אין שקלאָוו זײַן באַליבטער לערער רבי פּסח פּרוסקין. רבי דײַנאָ האָט זיך פֿאַרטראַכט אויף אַ רגע און געבעטן דעם סופֿר צוגעבן נאָך איין זאַץ:

„די לײַדן פֿון אַן עגונה ברענגען אַ גרויסן שאָדן צו דער שלמות פֿון דער שכינה, און דער וואָס איז מתּיר איין עגונה, מאַכט אַ גרויסע מיצווה, ווי ער וואָלט געבויט אויף דאָס נײַ איינע פֿון די חורבֿות פֿון ירושלים…‟

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s