נאָוועמבער 13
מיט אמתע שלאָפֿמיטלען געשלאָפֿן נאָרמאַל.
שלעכטע ידיעות פֿון ישׂראל: 16 פֿאַרוווּנדעטע פֿון „כאַמאַס‟־ראַקעטעס… און בתיה אונגאַר-סאַרגאָן און אַזוינע ווי זי האַלטן אין איין טענהן וועגן דער „אַכזריותדיקער אָקופּאַציע‟… אפֿשר זײַנען אָט די מענטשן פּשוט ניט מסוגל צו רעפֿלעקסירן און קעגנשטעלן די דערשײַנונגען? אַלנפֿאַלס איז זיי גרינג צו מישפּטן; זיי לעבן ניט אין שׂדרותּ.
און אין רוסלאַנד — אַ ווילקיר אָן אַ סוף און אָן אַ שיעור (אַפֿילו געגראַמט האָט זיך באַקומען!). אַן אַרבעטאָרין פֿון פֿסין איז אַכזריותדיק געממיתט געוואָרן פֿון אירע נאַטשאַלניקעס פֿאַרן אָפּזאָגן זיך אַוועקצוגיין פֿון דער אַרבעט. מ׳האָט זיי ניט באַשטראָפֿט, נאָר איר האָט מען טאַקע אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט. אין דער שטאָט פּערם האָט מען צוגעבונדן צו אַ סלופּ פּוטינס סטראַשידלע מיט אַן אויפֿשריפֿט: „מלחמה-פֿאַרברעכער‟!
רעפּעטירט אינעם מעטראָפּאָליטען־זאַל. הגם דער זאַל גופֿא איז אַ נישקשהדיקער, אָבער אַ האַלבע שעה פֿונעם האָטעל איז אַוודאי צו לאַנג…
ראָן ענטפֿערט נאָך אַלץ ניט. שוין כּמעט מיט אָנדערהאַלבן חדשים צוריק האָט ער מיר איבערגעשיקט זײַן „אָפֿענעם בריוו‟ צו אַנגעלע מערקעל, פֿאַרעפֿנטלעכט אין „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟ בשעת איר וויזיט אין ישׂראל; אינעם בריוו האָט ער אָנגעשריבן, אַז דאָס אונטערהאַלטן דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן מצד דײַטשלאַנד שטעלט אין סכּנה די נאַציאָנאַלע און זיכערהייט־אינטערעסן פֿון ישׂראל. כ׳האָב אים געפֿרעגט, פֿאַר וואָס זשע האַלטן די פֿירנדיקע ישׂראלדיקע מומחים אין די געביטן פֿון זיכערהייט און נוקלעאַרן וואָפֿן אונטער דעם דאָזיקן אָפּמאַך? כ׳האָב אים אויך איבערגעשיקט אַ לאַנגן אַרטיקל וועגן דעם… קיין ענטפֿער ניט באַקומען. דעם 1טן נאָוועמבער האָב איך אים ווידער געבעטן צו דערקלערן מיר דעם ענין — עד היום קיין ענטפֿער ניטאָ…

קאַרינאָטשקע האָט מיר איבערגעשיקט אַן אינטערוויו מיט ל. קאַצוואַ [1] וועגן די פּראָבלעמען פֿון לערנען געשיכטע אין די רוסלענדישע שולן. כ׳האָב געוויזן דעם אינטערוויו סודזוקי-סאַן. ער האָט אָנגעהויבן לייענען און תּיכּף געזאָגט: „יאָ, דאָ זאָגט מען אויך, אַז אַן איינהײַטלעכע געשיכטע איז שלעכט.‟ דערנאָך האָט ער דערציילט, אַז אין יאַפּאַן לייגט דער בילדונג-מיניסטעריִום פֿאָר די מלוכישע שולן פֿאַרשיידענע לערנביכער פֿון געשיכטע, און יעדע שול/יעדער לערער קאָן אויסקלײַבן; נאָר אַלע לערנביכער זײַנען אין די ראַמען פֿון איין און דער זעלבער אידעאָלאָגיע. וואָס שייך פּריוואַטע שולן, פֿינאַנסירט זיי די מלוכה אויך, דעריבער צעשיקט זיי דער מיניסטעריום בריוו, אין וועלכע עס זײַנען אויסגעלייגט די פּרינציפּן, בײַ וועלכע די שולן מוזן זיך האַלטן. דאָס מיניסטעריִום קאָן קאָנטראָלירן, צי אַ שול האַלט זיך בײַ די דאָזיקע פּרינציפּן און וועלכע לערנביכער זיי ניצט; דאָס מיניסטעריום קאָן אויך אָנשרײַבן דער שול: „מיר מיינען, אַז איר האַלט זיך ניט בײַ די פּרינציפּן, וואָס מיר האָבן אײַך רעקאָמענדירט. אויב איר וועט עס ווידער טאָן, וועלן מיר פֿאַרקירצן די פֿינאַנסירונג פֿון אײַער שול.‟
אינעם אינטערוויו דערמאָנט קאַצוואַ (און לויבט) מאַרק פֿעראָס [2] בוך, וואָס אַלאָטשקע האָט מיר געגעבן פֿאַר אַ מתּנה אויף מײַן געבוירנטאָג פֿאָריקן חודש. כ׳וועל מוזן עס לייענען, ווען כ׳וועל זיך אומקערן אַהיים.
נו, מאָרגן, סוף-כּל-סוף, קומט קאַרינאָטשקע… טשעכאָוו האָט געזאָגט: „פֿרויען אָן מענער וועלקן, און מענער אָן פֿרויען ווערן ווילד‟. כ׳ווייס ניט, צי כ׳בין באמת געוואָרן ווילד, נאָר אַ גאַנצער חודש זײַן אָנעם ווײַב איז אַוודאי ניט גוט.
נאָוועמבער 14
קאַרינאָטשקע איז געקומען און האָט אַלץ באַשײַנט… און ווען די געליבטע איז אין דער אוידיטאָריע, שפּילט זיך אַוודאי לגמרי אַנדערש, מחמת די מוזיק אַדרעסירט מען איר.
צום לעצטן מאָל האָב איך געשפּילט די אָפּטיילונג פֿון ראַכמאַנינאָווס פּרעלודיעס. די רע־מאַזשאָר־פּרעלודיע האָב איך געשפּילט ווי אַ געזעגענונג ניט אויף תּמיד: געטראַכט בשעתן שפּילן, אַז כ׳וועל נאָך ניט איין מאָל זיך אומקערן צו איר, ווי אפֿשר וועל איך ניט איין מאָל זיך אומקערן קיין רוסלאַנד, וואָרעם, האָפֿנטלעך, „איבערגיין וועלן די פֿינצטערע צײַטן‟, דער יונגער דור וועט, סוף-כּל-סוף, אויפֿשטיין און אַראָפּוואַרפֿן דעם גזלן מיט זײַן כּנופֿיא. דאָס לעבן דאָרט וועט ווערן פֿרײַ און מער יושרדיק… און אין דער סאָל־מינאָר־פּרעלודיע האָב איך געטאָן אַלץ, וואָס כ׳האָב געקאָנט (אין איין אָרט אַפֿילו געשפּילט אויף אַן אָקטאַווע נידעריקער, כּדי צוגעבן מער כּוח). כ׳וועל שיקן די רעקאָרדירונג צו מײַנע פֿרײַנד אין רוסלאַנד, כּדי זיי זאָלן זי איבערשיקן זייערע באַקאַנטע, וואָס גייען אויף מיטינגען: אפֿשר וועט מײַן מוזיק זיי צוגעבן התלהבֿות צום קאַמף (כ׳ווייס ניט, וואָס נאָך כ׳קאָן טאָן)? די מי־בעמאָל מאַזשאָר־פּרעלודיע איז אויך רוסלאַנד, נאָר אין אונטערשייד פֿון יענע אין רע־מאַזשאָר, זינגט זי ניט בקול-רם (אַ חוץ איין קולמינאַציע); זי איז מער איידל, און נאָך דער רעוואָלוציע אין דער סאָל־מינאָר־פּרעלודיע איז עס ווי אַן אַנטפּלעקונג פֿון אַ וווּנדערשיינעם באַפֿרײַטן לאַנד, וואָס מע דאַרף עס איצט היטן און כאָווען… דאָס אָבער זײַנען נאָר חלומות; די דאָ־מינאָר־פּרעלודיע קערט אונדז ווידער אום צו דער דראַמאַטישער ווירקלעכקייט. די סי־מינאָר־פּרעלודיע איז, ווי ראַכמאַנינאָוו אַליין פֿלעגט זאָגן, אַ צוריקקער. בעת כ׳האָב זי געשפּילט פֿאַראַיאָרן אין מאָסקווע אויפֿֿן קאָנצערט אין אָנדענק פֿון די דערהרגעטע זשורנאַליסטן, האָב איך געטראַכט: אָט האָב איך זיך אומגעקערט אין מײַן געבורטלאַנד, און נאָך אַזוי פֿיל יאָר איז עס ווידער געוואָרן דעספּאָטיש, מ׳הרגעט דאָ זשורנאַליסטן, כּבֿוד זייער אָנדענק… גלגל־החוזר… און הײַנט, ווי תּמיד, האָב איך זי געשפּילט, טראַכטנדיק, ווי מוראדיק און מרה-שחורהדיק איז איצט אין רוסלאַנד. די סאָל־דיִעז מינאָר־פּרעלודיע האָט זיך הײַנט באַקומען, ווי קיין מאָל פֿריִער: כ׳האָב ווי אימפּראָוויזירט (און אַלץ וועגן דעם זעלבן: „גאָט מײַנער, ווי טרויעריק איז אונדזער רוסלאַנד!‟). די רע־בעמאָל מאַזשאָר־פּרעלודיע אינעם סוף פֿון דער פּראָגראַם איז דאָס איינציקע, מסתּמא, וואָס איז גוט אין רוסלאַנד — די דאָרטיקע נאַטור: „און דו ביסט אַלץ דאָס זעלבע: וואַלד און פֿעלד, ביז ברעמען אַ געדעסנטע פֿאַטשיילע‟, „געבלענדט האָט די שקיעה, ווי גלאַנץ פֿון אַ קלינג‟… מ׳קאָן גאָרנישט ניט ענדערן, ס׳איז געבליבן בלויז באַוווּנדערן די פּרעכטיקע נאַטור…

ווידער כּמה-וכּמה מענטשן זײַנען געקומען נאָך אויטאָגראַפֿן. איינער פֿון זיי האָט געזאָגט אויף רוסיש: „חבֿר קיסין, אַ דאַנק הײַנט‟, — און דערנאָך אויף ענגליש: „ראַכמאַנינאָוו איז די רוסישע נשמה…‟.
נאָוועמבער 15
אײַנגענומען מעלאַטאָנין, נאָר אויפֿגעוואַכט פֿרי און מער ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן; אין לעצטן סך-הכּל געשלאָפֿן ווייניק.
איבערגעפֿאָרן אין יאַצוגאַטאַקע. ווי שיין איז דאָ! און די לופֿט איז אַזוי פֿריש! ממש אַן אָרט אַ גן-עדן! דער האָטעל איז אין וואַלד — כּמעט ווי אין „רוזע‟ [3]…
(און דאָ אויך עפֿענען זיך און פֿאַרמאַכן זיך די קלאָזעט-טעפּער אַליין. וועגן אַזעלכע „נסים‟ האָט מען אַוודאי אין „רוזע‟ אַפֿילו אין חלום ניט געקאָנט זען…)
נאָוועמבער 16
געוואָלט שלאָפֿן, געפּרוּווט אײַנשלאָפֿן ווערן אָן מעלאַטאָנין און ס׳האָט זיך ניט באַקומען. אײַנגעשלאָפֿן מיט מעלאַטאָנין בערך 2 אַ זייגער בײַ נאַכט. קאַרינאָטשקע האָט געשטעלט דעם וועקער אויף 8, כּדי צו פֿאַרכאַפּן דעם אָנבײַסן, איך האָב נאָך דעם מער ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן. אין לעצטן סך-הכּל געשלאָפֿן 6 שעה: פֿאַר מיר איז עס זייער ווייניק. אפֿשר הײַנט וועל איך סוף-כּל-סוף אײַנשלאָפֿן אָן רפֿואות?
אָ. האָט מיר אָנגעשריבן, אַז זי האָט מיט טרערן געהאַט געזען אַ טעלעוויזיע־סעריאַל וועגן די „פֿאַרשײַטע 1990ער‟: „ס׳איז וועגן אונדז אַלעמען, וואָס זײַנען געבליבן לעבן, ווען אלץ איז צו נישט געוואָרן. יעדערער לויט זײַנע מעגלעכקייטן. און דאָס איז פֿאָרגעקומען אונטער דעם קאָמוניסט יעלצינס דיבורים: „מיר׳ן אַרײַנשלאָגן דעם לעצטן צוואָק אין דער טרונע פֿון קאָמוניזם!‟ מ׳האָט אַרײַנגעשלאָגן דעם לעצטן צוואָק, און 60 מיליאָן זײַנען אַוועק אויפֿן הימל. כ׳האָב זי געפֿרעגט, וואָסערע 60 מיליאָן, און איבערגעשיקט איר אַן אויסצוג פֿון בוקאָווסקיס „דער מאָסקווער פּראָצעס‟ וועגן די 1990ער, כּדי זי זאָל פֿאַרשטיין, אַז אין דער אמתן האָט מען ניט בלויז ניט געבראַכט קאָמוניזם צו קבֿורה, נאָר אַפֿילו אים ניט דערהרגעט אויף אַן עכטן אופֿן. דווקא דאָס איז געווען די סיבה פֿון אַלע יענע צורות.
נאָוועמבער 17
ניין, ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן אָן מעלאַטאָנין (געלעגן און געפּרוּווט אײַנשלאָפֿן במשך פֿון דריטהאַלבן שעה). און ווידער אויפֿגעוואַכט אין זעקס שעה אַרום און מער ניט געשלאָפֿן…
געגאַנגען אויף אַ קאָנצערט פֿון יאַפּאַנישער פֿאָלקסמוזיק. במשך פֿון די ערשטע רגעס ממש געקליבן נחת: אמתע פֿאָלקסמוזיק, געשפּילט אויף פֿאָלקס-אינסטרומענטן אויפֿן פֿאָן פֿון אַ פּרעכטיקן פּייסאַזש הינטערן פֿענצטער… די רעשט פֿון דער ערשטער אָפּטיילונג אָבער האָט געקלונגען זייער מאָנאָטאָניש, אַפֿילו בעת מ’האָט געשפּילט שנעל און הויך. בשעתן אַנטראַקט האָט קאַרינאָטשקע געזאָגט, אַז אמתע פֿאָלקסמוזיק, בתוכם, למשל, רוסישע דאָרפֿסלידער, געזונגענע אויף אַן אויטענטישן אופֿן, „מיט מיאוסע שטימען‟, איז תּמיד מאָנאָטאָניש. די צווייטע אָפּטיילונג איז געווען מער פֿאַרשיידנאַרטיק (הגם ערטערווײַז אויך מאָנאָטאָניש), נאָר בפֿירוש ווייניקער אויטענטיש. כ׳האָב געפֿרעגט סודזוקי-סאַן, ווי אים איז געפֿעלן געוואָרן דער קאָנצערט, און ער האָט געענטפֿערט: „דעם אמת געזאָגט, אַ ביסל סקוטשנע, ווײַל ס׳איז געווען מאָנאָטאָניש.‟
שפּאַצירט הײַנט אין סך-הכּל איין שעה און 45 מינוט. אין אָוונט געהאַט שיאַצו־מאַסאַזש. אפֿשר כאָטש דאָס וועט מיר העלפֿן שלאָפֿן?
נאָוועמבער 18
סוף-כּל-סוף! הגם במשך פֿון עטלעכע שעהען האָב איך ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן, בין איך דערנאָך דאָך אײַנגעשלאָפֿן אָן שום רפֿואות! — צום ערשטן מאָל אין מער ווי אַ חודש… אַוודאי, געשלאָפֿן שלעכט און ווייניק, נאָר ניט ערגער ווי אין די צוויי פֿאָריקע נעכט.
דאָ איז באמת אַ מחיה, ממש אַ מעשׂהלע… גלײַך ווי בײַ מאָגילנערן [4]: „צו זיך דער שטרענגער אָסיען ציט/ מיט די ריאַבינען-הענגלעך מילדע,/ מיט אומבאַוווּסטע שפּורן-טריט/ פֿון די געהיימע חיות ווילדע,/ וואָס בלאַנקען פֿאַרביק אומעטום,/ ווי בלעטלעך בונטע אויף די וועלן./ ס׳קריכט אַ טומאַן פּאַמעלעך, שטום,/ ער האָפֿט די פּראַכט פֿון האַרבסט פֿאַרשטעלן…‟ (סודזוקי-סאַן זאָגט, אַז הײַנט אין דער פֿרי איז דאָ טאַקע געווען א טומאַן!).
סודזוקי-סאַן האָט דערציילט וועגן אינטערעסאַנטע זאַכן, וואָס ער האָט געהאַט געלערנט פֿון זײַן פּראָפֿעסאָר, אַ געוועזענעם מלחמה-געפֿאַנגענעם, וואָס האָט געשמאַכט עלף יאָר אין „גולאַג‟. ווײַזט זיך אַרויס, אַז סאָוועטישע יאַפּאַניש-ריידנדיקע ספּעציאַליסטן אין „גולאַג‟ פֿלעגן לייענען פּראָפּאַגאַנדיסטישע קורסן, וועלכע די יאַפּאַנישע מלחמה-געפֿאַנגענע זײַנען געווען מחויבֿ צו באַזוכן. די, וואָס האָבן אָפּגעגעבן די עקזאַמענס דערפֿאָלגרײַך, האָבן באַקומען אַ סך מער שפּײַז און גרינגערע אַרבעט. מחמת דעם האָבן אייניקע פֿון די מלחמה-געפֿאַנגענע זיך אומגעקערט אַהיים ווי איבערצײַגטע קאָמוניסטן. נאָך מער: מ׳האָט אַפֿילו געשיקט אייניקע פֿון זיי קיין יאַפּאַן מיט דער אויפֿגאַבע צו פֿאַרשפּרייטן דאָ קאָמוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע! יאָ, די גזלנים זײַנען געווען קלוג…
געלייענט באָריעס „ער, זי און א שעדעווער‟ — גאַנץ אַן אומגעריכטער סוף, וואָס איז דאָס פּינטעלע פֿונעם ווערק. און ס׳איז דאָ אַ גוט געשטאַלט: „אירע לאַנגע שוואַרצע האָר האָבן זיך צעשאָטן איבערן פּנים, פּונקט ווי מע וואָלט אויפֿן פּנים אירן אַרויפֿגעוואָרפֿן אַ געדיכטע נעץ, און מ׳האָט אין דער דאָזיקער נעץ געכאַפּט אַ פּאָר פֿאַרליבטע אויגן…‟
נאָוועמבער 19
ניט תּיכּף אײַנגעשלאָפֿן, נאָר דערנאָך, ווי אין דער פֿאָריקער נאַכט, געשלאָפֿן נאָרמאַל. אָן רפֿואות. סוף-כּל-סוף… מסתּמא (אַפֿילו בלי-ספֿק!) האָט די פֿרישע לופט געהאָלפֿן.
אויפֿן וועג קיין טאָקיאָ געלייענט באָריעס „אַ טעלעסקאָפּ און אַ פּאָרצעלײַענער אימפּעראַטאָר‟. זייער אַ גוטער סוף! א גוטער אופֿן צו פֿאַרענדיקן אַ מעשׂה. און בכלל איז די שפּראַך אין דעם ווערק מער אידיאָמאַטיש, ווי אין זײַנע פֿריִערדיקע דערציילונגען: „פֿון אַן אידעע ביז אַ טעלעסקאָפּ — איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג‟, „געלט… איז קײַלעכדיק‟, „אַ לעבעדיקע קאָפּיקע‟…
אין אָוונט איבערגעלייענט די ערשטע עטלעכע זײַטן פֿון האַלקינס „אויטאָביאָגראַפֿיע‟. אַ מין הנאה! לייען איך די דאָזיקע אויסגאַבעס און טראַכט: בײַ מײַן גאַנצן ביטול און שׂינאה צו קאָמוניזם, איז די פֿאָנעטישע אָרטאָגראַפֿיע אין ייִדיש אַזוי באַקוועמער און לאָגישער! יאָ, אין עבֿרית (ווי אין אַנדערע סעמיטישע לשונות) איז די שריפֿטלעכקייט אַ קאָנסאָנאַנטישע, דעריבער שרײַבט מען דאָרט אַנדערש, ווי מ׳רעדט אַרויס, — נאָר ייִדיש איז דאָך אַן אַנדער מין שפּראַך, ווען ס׳רובֿ ווערטער שרײַבט מען לויטן פֿאָנעטישן פּרינציפּ! פֿאַר וואָס זשע זאָל זײַן אַן אַנדער פּרינציפּ פֿאַר די ווערטער פֿון לשון-קודשדישן אָפּשטאַם, וועלכע באַטרעפֿן ווייניקער ווי 10% פֿון דער שפּראַך? מ׳שרײַבט דאָך דאָס וואָרט „באַלעבאָס‟ און זײַנע דעריוואַטן פֿאָנעטיש, איז פֿאַר וואָס זשע איז אַנדערש בנוגע די אַנדערע העברעיִזמען? אין דער רוסישער שפּראַך האָט מען ניט בלויז אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אויף דער גאָרער וועלט זיך אָפּגעזאָגט פֿון „יאַט‟ און „איזשיצע‟; און הגם די ערשטע האָבן עס געטאָן די באָלשעוויקעס, מאַכט ניט די אָפּוועזנהייט פֿון יענע בוכשטאַבן אין דער מאָדערנער רוסישער אָרטאָגראַפֿיע די שפּראַך מער „קאָמוניסטיש‟. פֿאַר וואָס זשע ניט מאַכן סוף-כּל-סוף די מאָדערנע ייִדישע אָרטאָגראַפֿיע לאָגישער און באַקוועמער פֿאַר אַלעמען? יאָ, משה טייף האָט אָנגעשריבן אין „גולאַג‟: „צי אפֿשר איז געטויט דער אמת אויף דער ערד, ווײַל איך האָב אים געשריבן מיט אַן „ע‟־יִן?!״ – נו, היות דער אויסלייג פֿונעם וואָרט „אמת‟ האָט אַזאַ מין באַטײַט אין אונדזער טראַדיציע, קאָן מען פֿאַר דעם און זײַנע דעריוואַטן מאַכן אַן אויסנאַם (פּונקט ווי ס׳איז דאָ אן אויסנאַם פֿאַרן וואָרט „באַלעבאָס‟). אפֿשר וועט ייִוואָ אַ מאָל אײַנפֿירן די נאַטירלעכע אָרטאָגראַפֿיע אין אונדזער וווּנדערשיינעם מאַמע-לשון?..
נאָוועמבער 20
געשלאָפֿן שלעכט: אײַנגעשלאָפֿן בערך 4 אַ זייגער, אויפֿגעוואַכט פֿרי און לאַנג ניט געקאָנט ווידער אײַנשלאָפֿן…
געטראָפֿן זיך מיט נאַקאַטאָ-סאַן [5] און זײַן ווײַב. געפּרוּווט אים פּרטימדיק אויספֿרעגן וועגן זײַן לעבנס-געשיכטע, נאָר באקומען אַ סך ווייניקער פּרטימדיקע ענטפֿערס. כ׳האָב פֿריִער ניט געוווּסט, אַז ער האָט געהאַט שטודירט פּאָליטאָלאָגיע און עקאָנאָמיק אין אוניווערסיטעט. וויסנדיק, אַז אין זײַן יוגנט פֿלעגט ער סימפּאַטיזירן די קאָמוניסטישע אידעען, האָב איך אים געפֿרעגט, צי זײַנע פּראָפֿעסאָרן האָבן אײַנגעפֿלאַנצט אין אים די דאָזיקע אידעען. כ׳האָב באַגלייט מײַן פֿראַגע מיט אַ לאַנגער טיראַדע, אַז ס‘איז אינטערעסאַנט, ווי מ׳האָט געלערנט פּאָליטאָלאָגיע אין יאַפּאַן אין די ערשטע נאָכמלחמהדיקע יאָרן, ווען דעמאָקראַטיע איז אַהער האָט נאָר געהאַט וואָס אָנגעקומען; אַז נאָכן קראַך פֿון קאָמוניזם זײַנען צווישן די לערערס פֿון די דאָזיקע דיסציפּלינען אין רוסלאַנד געווען כּלערליי מענטשן מיט כּל-המינים אָנשויונגען (און ס׳איז אַזוי עד־היום); אַז אין די קאָמוניסטישע צײַטן זײַנען אַוודאי אויך געווען פֿאַרשיידענע לערערס, הגם קעגנערס פֿון קאָמוניזם האָבן ניט געקאָנט אויסדריקן זייערע אָנשויונגען אָפֿן; אַז היות פֿאַר דער מלחמה איז אין יאַפּאַן געווען אַ רעכטע דיקטאַטור, זײַנען דעמאָלט מסתּמא געווען צווישן די לערערס אויך קעגנערס פֿונעם רעזשים (בתוכם אַפֿילו קאָמוניסטן)… כּל-זמן כ׳האָב גערעדט, האָט סודזוקי-סאַן געהאַלטן אין איין שאָקלען מיטן קאָפּ אויף „יאָ‟, נאָר נאַקאַטאָ-סאַנס ענטפֿער איז געווען אַ סך קירצער פֿון מײַנע „קלוגע חקירות‟. ער האָט פּשוט געזאָגט, אַז בשעת די לעקציעס פֿלעגט ער דערווידערן זײַנע פּראָפֿעסאָרן.
הגם זײַן פּנים האָט זיך ניט געענדערט, איז ער פֿאָרט אַ סך עלטער געוואָרן, בפֿרט אין די לעצטע יאָרן: די כּוחות און דער זכּרון זײַנען שוין גאָר אַנדערע…
דערנאָך האָב איך זיך געטראָפֿן מיט אַקי [6]. בײַ אים, אַדרבה, האָט זיך דאָס פּנים אַ ביסל (ניט קיין סך) געענדערט, נאָר די ענערגיע — הלוואַי אויף אַלע יונגע אַזוי, הגם ער’ז שוין אַלט 64 יאָר! אַקי האָט דערציילט, אַז ער האָט געהאַט געלעבט מיט זײַן איצטיקער משפּחה במשך פֿון 3 יאָר אויף סאַכאַלין, וווּ זײַן קאָמפּאַניע האָט אַרויסגעפּאָמפּעט נאַפֿט, און נאָך דעם במשך פֿון 7 יאָר — אין קאַזאַכסטאַן, וווּ מ׳האָט ארויסבאַקומען אוראַניום. כ׳האָב געזאָגט, אַז אין קאַזאַכסטאַן האָט מען אויך נאַפֿט, קופּער וכדומה. אַקי האָט געענטפֿערט: „יאָ, מ׳האָט דאָרט אַ סך, נאָר ס׳פֿעלט זיי שכל…‟
פֿאַרן שלאָפֿן איבערגעלייענט עטלעכע פּאַראַגראַפֿן פֿון משה בעלענקיס [7] אַרטיקל וועגן האַלקינען. ווי גוט האָט בעלענקי געשריבן, ווי שיין און רײַך איז געווען זײַן שפּראַך! איינס בין איך ניט בכּוח צו פֿאַרשטיין: ווי האָט אַזאַ מענטש, מיכאָעלסעס אַ חבֿר, אַ געוועזענער אַסיר פֿון „גולאַג‟, געקאָנט שרײַבן מסירות (זעט „ייִדישע גאַס‟ #1, 1993)?!
[1] לעאָניד קאַצוואַ (1957) — לערער, מחבר פֿון לערנביכער פֿון געשיכטע אין רוסלאַנד
[2] מאַרק פֿעראָ (1924) — פֿראַנצייזישער היסטאָריקער און פּעדאַגאָג
[3] „רוזע‟ — אַן אָרט אין מאָסקווער געגנט, וווּ ס׳האָט זיך אין די סאָוועטישע צײַט געפֿונען דאָס „שאַפֿעריש הויז פֿון קאָמפּאָזיטאָרן‟
[4] באָריס מאָגילנער (1920־2000) — ייִדישער סאָוועטישער פּאָעט
[5] נאַקאַטאָ-סאַן — דער גרינגער און לאַנג-יאָריקער שעף פֿון „דזשאַפּאַן אַרטס‟
[6] אַקי — סוועטלאַנעס מאַן
[7] משה בעלענקי (1910־1996) — ייִדישער סאָוועטישער שרײַבער, איבערזעצער, פֿאָרשער
המשך קומט