מיכאל דונאַיעווסקי
פֿערטער קאַפּיטל: ייִדן ווי „Servi camerae regis‟ (המשך)
דער דאָזיקער אויסטערלישער סטאַטוס פֿון ייִדן האָט געהערט צו איינעם פֿונעם קיניגס הויפּט-הכנסות-קוועלן, און דערפֿאַר איז עס געווען אין זײַן אינטערעס צו שאַפֿן אַ פֿרידלעכן צוזאַמענלעבן צווישן דער ייִדישער און קריסטלעכער באַפֿעלקערונג אין זײַן מלוכה. ייִדן, וואָס האָבן ניט געהאַט קיין רעכט פֿאַר זעלבסט-באַשיצונג (אַפֿילו ניט דערלויבט זיי צו טראָגן קיין געווער אין די געטאָס!), זענען אַריבער אונטער דער באַשיצונג פֿון דעם קיניג, אויב עס פֿלעגן אויסברעכן אויף זיי אַטאַקעס מצד דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג. דאָס איז טאַקע געווען נייטיק, ווײַל די ייִדן האָבן באַדאַרפֿט, דער עיקר, ציִען פּרנסה פֿון די געלט-הלוואָות, וואָס זיי זענען געצוווּנגען געווען צו געבן דורך די קריסטלעכע געזעצן. אַזאַ האַנדל, פֿלעגט, פֿאַרשטענדלעך, ווערן די סיבה פֿאַר שטענדיקע מחלוקתן. די קריסטלעכע באַפֿעלקערונג האָט עס געלייזט פּראָסט און פּשוט — מיט כּוח. די ייִדן פֿלעגן באַפֿאַלן ווערן, גערויבט און געהרגעט. צו מאָל האָבן פֿון די אָנפֿאַלן געליטן אויך שילן און בית-עולמס.
די דאָזיקע לאַגע האָט געצוווּנגען די קריסטלעכע הערשער, אײַנגעשלאָסן דעם פּויפּס, אַרויסצוגעבן אַ ריי געזעצן און פּריווילעגיעס, וועלכע האָבן געגעבן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג כּלערליי פֿרײַע רעכט — ממשיך צו זײַן מיט זייער ייִדישן גלויבן, ייִדישן לעבנס-שטייגער, ייִדישע מינהגים און אַן אַלגעמיינע יורידישע זיכערהייט.

ס׳איז זייער וויכטיק צו דערמאָנען דעם „ייִדישן געזעץ‟ פֿונעם קייסער פֿרידריך דעם צווייטן (1244), וואָס האָט באַשטימט דעם סטאַטוס פֿון ייִדן אין דער געזעלשאַפֿט און די פֿליכטן פֿון זייערע בעלי-חובֿות. דערצו — די צוויי „בולעס‟ פֿון דעם פּויפּס אינאָצענט דער פֿערטער (1254-1243), אַרויסגעגעבן אין צווישן 1247 און 1253 יאָרן. אין די דערמאָנטע דאָקומענטן איז בפֿירוש געשטאַנען, אַז מע טאָר נישט באַהאַנדלען די ייִדן דעספּאָטיש, צווינגען זיי צו שמד, ראַבעווען זיי, אָנפֿאַלן אויף זיי פֿיזיש, טייטן בשעתן דאַוונען און אין די שבתים, מחלל זײַן זייערע בית-עולמס. ס׳איז דאָ אַ מיינונג, אַז דעם פּויפּס „בולע‟ פֿון יאָר 1247 איז געווען דער ערשטער קירכע-דאָקומענט, וואָס האָט פֿאַרטיידיקט די ייִדן קעגן דער באַשולדיקונג אין עלילת-דם, און פֿאַרבאָטן זיי צו פּײַניקן, פֿאַרברענען און טייטן אָן אַ געריכט.
ווי אַ באַווײַז פֿון די דערמאָנטע פּאַפּירן און אַנדערע ווייניק באַוווּסטע פּריווילעגיעס פֿון ווענצעסלאַוו דעם ערשטן (1253-1230) האָט דער קיניג פּרזשעמיסל אָטאַקאַר דער צווייטער (1278-1253) אַרויסגעגעבן „סטאַטוטאָ יודעאַרום‟ (דער ייִדישער סטאַטוט). דער געזעץ איז דעמאָלט געוואָרן דער יסוד פֿאַר אַנדערע געזעצן וועגן ייִדן אין בעמען און מערן ביזן סוף פֿון 18טן יאָרהונדערט (!). טשיקאַווע איז, אַז דעם דאָזיקן געזעץ פֿון פּריווילעגיעס האָבן אויך איבערגענומען אייניקע קורפֿירסטן אין שלעזיען, און שפּעטער, אין יאָר 1264, האָט די פּוילישע כאַרטע פֿון באָלעסלאַוו דעם פֿרומען געעפֿנט די טירן פֿאַר די ייִדן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון די אַנטי-ייִדישע גזירות אין מערבֿ-אייראָפּע.
„סטאַטוטאָ יודעאַרום‟ האָט דערקלערט אין 32 קורצע פּאַראַגראַפֿן די גרונטיקע געזעצן, וואָס האָבן פֿעסטגעשטעלט די שטעלונגען צווישן ייִדן און דעם הערשער; באַגרענעצט זייערע קאָנטאַקטן מיט דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג און באַשטימט די פּרינציפּן, וועלכע זענען געווען גילטיק פֿאַר דער אויטאָנאָמיע פֿון ייִדישע געריכטן און בית-דינס אין די ייִדישע קהילות גופֿא. די פּריווילעגיעס האָבן קלאָר געמאַכט דעם סטאַטוס פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג: די ייִדן זענען גלײַך געוואָרן אונטערטאַנערס פֿונעם קיניג. דער קיניג האָט זיי גאַראַנטירט צו באַשיצן, צוגעזאָגט די פֿרײַהייט אין גלויבן און דערלויבט האַנדלען מיט געלט. פֿאַר דער צוגעזאָגטער באַשיצונג און פּריווילעגיעס האָט די ייִדישע קהילה געמוזט צאָלן דעם קיניג שטײַערן, דעקן אַנדערע הוצאָות, ווי אויך געבן הלוואָות.

פֿון „סטאַטוטאָ יודעאַרום‟ קומט אַרויס, אַז יעדער אָנפֿאַל אויף ייִדן צי אויפֿן ייִדישן פֿאַרמעגן איז געגליכן צום אָנפֿאַל אויפֿן קיניגס פֿאַרמעגן. עס באַשטימט, אַז אַ מענטש, וואָס וועט הרגענען אַ ייִד, וועט באַשטראָפֿט ווערן מיטן פֿאַרלירן זײַן אייגענעם האָב־און־גוטס. דער, וואָס וועט פֿאַרוווּנדיקן אַ ייִד צי שלאָגן אים, וועט באַצאָלן אַ הויכע שטראָף דעם קיניגס אַמט; דערצו וועט ער נאָך מוזן באַצאָלן דעם געליטענעם פֿאַרן פֿיזישן היזק. און אויב עמעצער וואָלט אוועקגעכאַפּט אַ ייִדיש קינד, וואָלט ער באַשטראָפֿט געוואָרן ווי אַ גנבֿ. פֿאַר פֿאַלשער באַשולדיקונג, אַז איינער אַ ייִד האָט געהרגעט אַ קריסטלעך קינד, וואָלט דער אָנקלאָגער באַקומען די זעלבע שטראָף, וואָס אַ ייִד, ווען ער וואָלט עס געטאָן, דהײַנו: פֿאַרלוירן דאָס פֿאַרמעגן און געבליבן אָן דעם קאָפּ. פֿאַר פֿאַרשוועכן ייִדישע בית-עולמס, למשל, מיט גזלנישער עקסהומאַציע פֿון אַ מת, האָט געדראָט טויט־שטראָף. פֿאַר פֿאַרשוועכן אַ שיל — געלט-שטראַף. אָטאַקאַרס פּריווילעגיעס האָבן דערמעגלעכט, אַז די ייִדישע סוחרים זאָלן קאָנען פֿרײַ אַריבערגיין די גרענעצן, געהייסן זיי צאָלן אַמט-אָפּצאָלן מיט געלט, באַשטימט דורך די כּללים פֿאַרן ייִדישן האַנדל, און לייזן מעגלעכע מחלוקתן.
אַ סך היסטאָריקער טענהן, אַז פּרזשעמיסל אָטאַקאַר דער צווייטער האָט זיך גוט באַצויגן צו ייִדן. פֿאַרשטייט זיך, אַז ער איז אויך געווען אַ בן-דור פֿון זײַן צײַט. ער און זײַנע נאָכפֿאָלגער האָבן אָפֿט געגעבן צו וויסן די ייִדן, אַז ייִדן זענען ניט פֿרײַ; זיי האָבן ניט קיין חזקה צו וווינען דאָ, און זיי קענען פֿאַרטריבן ווערן. מסתּמא איז אָטאַקאַר דער צווייטער טאַקע געווען אַ באַשיצער פֿון ייִדן, אָבער ער האָט עס ניט געטאָן צוליב זײַן ליבע צו ייִדן, נאָר צוליב זײַן ווילן צו האַנדלען יושרדיק אין זײַן מלוכה, ס׳זאָל זײַן די מאַכט פֿון געזעץ און גערעכטיקייט. זיכער איז, אַז פֿאַר אים און נאָך אים האָט אין בעמען און מערן קיינער פֿון די הערשער ניט געמאַכט פֿאַר די ייִדן אַזוי פֿיל ווי ער. אַ דאַנק אים, איז אין 13טן יאָרהונדערט געווען דער סטאַטוס פֿון ייִדן אין בעמען און מערן יורידיש מער פֿאַרזיכערט, ווי אין גאַנץ אייראָפּע.
די ייִדן זענען אים געווען גאָר דאַנקבאַר: געצאָלט אים זייער הויכע שטײַערן, אַ סך געשטיצט אין זײַנע מלחמות, ווי למשל, קעגן אונגערן; געאַרבעט אין די פֿינאַנציעלע מלוכה-אַמטן, און אויך אַרויסגעוויזן זייער געטרײַשאַפֿט צום הערשער אויף אַ סך אַנדערע אופֿנים.
המשך קומט