די אָפּגעשטויסענע (6)

 

kotlerman 4
די קאַזאַקן פֿון אַטאַמאַן קאַמישין אין שלאַכט…

בערל קאָטלערמאַן

6

אינעם לאַגער פֿון די קאַמישינער, וואָס האָט זיך צעלייגט אויפֿן שטיינערנעם סאָפּקע-שיפּוי, באַוואַקסן מיט שיטערלעכן וועלדל, האָט רעגירט אַן אַנאַרכיסטישע סומאַטאָכע. אַרום פֿופֿציק מענטשן, אָנגעטאָן אין פֿאַרשיידנמאַסטיקע מונדירן, אוניפֿאָרמעס און סתּם פּויערישע פּעלצלעך, זײַנען צעפּאָלאָשעט אַרומגעלאָפֿן צווישן אַ צענדליק אַרמיייִשע ברעזענטענע בײַדלעך. דער באַבערדיקטער פּאַרשוין האָט אַרײַנגעשטופּט רבינאָוויטשן אין איינעם פֿון די בײַדלעך.

אין מיטן דעם האַלב-פֿינצטערן רוים האָט זיך געהוידלט אַ האַמאַק מיט דער אַנטי-מאָסקיטער נעץ, צוגעטשעפּעט צו דער סטעליע. אינעם האַמאַק איז געזעסן דער אַטאַמאַן קאַמישין בכבֿודו־ובֿעצמו און טיפֿזיניק גערייכערט אַ ציגאַרקע. ער האָט פֿריילעך אַ קוק געטאָן אויף זײַנע געסט און, אויסהערנדיק דעם ענין, גרינגשעצעריש אַ פֿאָכע געטאָן מיט דער האַנט: „כ’ווייס, כ’ווייס, אָבער ניטאָ קיין צײַט איצטער, ברידערלעך…‟ אין דעם זעלבן מאָמענט האָט זיך דער אַרײַנגאַנג-פֿאָרהאַנג פֿונעם בײַדל ווידער געעפֿנט. אַ פֿאַרשטויבט און פֿאַרסאָפּעט קאָזאַקל האָט הייזעריק אַרויסגעגעבן: „סע דאַכט צאַך עמיץ קומט צו רײַטן… אַ 30-40 רערן, נישט מער‟.

* * *

אין פּרינציפּ, האָט דער רבֿ קיסין באַגיטיקט דעם געדאַנקען-גאַנג פֿון רבי דײַנאָ לגבי ניט-גילטיקייט פֿון די ברידער רובינטשיקס עדות, ווי אויך לגבי דעם גאָלדענעם צאָן. אויך לויט זײַן מיינונג, האָט דער צאָן געקענט דינען ווי אַ שטיקל תּירוץ, אַ „צד-היתּר‟, אין דער באַפֿרײַונג פֿון דער אָרעמער פֿרוי, הגם, ווי רבי דײַנאָ האָט בצדק באַמערקט שוין אין אָנהייב, קיין סימן-מובֿהק איז עס נישט געווען. ניט קוקנדיק דערויף, האָט ר’ קיסין עס נישט גערעכנט פֿאַר אַ שלעכטן סימן, „סימן-גרוע‟, נאָר פֿאַרן „סימן-אמצעי‟, אַ גענוגנדיקער סימן. דערבײַ האָט ער געטענהט, אַז דאָס, וואָס דער צאָן האָט זיך געפֿונען אין דער אייבערשטער שורה, איז דווקא אַ „צמצום-מקום‟, אַן אויסקלערונג, און לפֿי-כּך, לויט זײַן מיינונג, קען מען אָננעמען די-אָ עדות פֿאַר אַן אומדירעקטן סניף און אויסניצן עס צוזאַמען מיט אַנדערע סניפֿים פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון דער עגונה.

רבי דײַנאָ האָט אַפּגעאָטעמט גרינגער: אַזאַ מזל, אַז ער האָט ניט געאײַלט זעלבסשטענדיק צו פּסקענען אין דעם ענין! אָט איז זי, די חכמה פֿון דער תּורה! וויפֿל יאָר וועט עס נעמען בײַ אים פֿאַנאַנדערקלײַבן זיך אין די אַלע גרויסע און קליינע פּיטשעווקעס…

האַלטנדיק דעם גאָלדענעם צאָן פֿאַר אַ סימן-אמצעי, האָט ר’ קיסין באַהויפּטעט: צוזאַמען מיטן עדות־אָנווײַז, אַז מע האָט געפֿונען אַ טויטן צי אַ טייל פֿון אים רחמנא-לצלן אויפֿן וועג, וווּ עס איז געגאַנגען אַבֿרהם רבינאָוויטש, — קען מען באַפֿרײַען די עגונה לויט מנחם-מענדל טאָמאַשינסקיס עדות. יענער האָט דאָך געהערט פֿון אַ רוסישן אײַזנבאַן-אינספּעקטאָר, אַז אַ מאָנגאָלישער מיליציאָנער האָט אים דערציילט וועגן דעם מאָרד פֿון רבינאָוויטשן, וועלכן צוויי מאָנגאָלן האָבן געזען מיט זייערע אייגענע אויגן. דעם אמת געזאָגט, זײַנען די עדות פֿון די עכּו”ם, די געצנדינער וואָס גלייבן אין שטערן און מזלות, כּסדר פּסול פֿאַר דין-תּורה, אָבער נישט אינעם פֿאַל, ווען זיי ריידן „לפֿי־תּומו‟, אָן שום זײַטיקע מיינען. סע שטייט דאָך אין „שולחן ערוך‟ (י”ז): „אַ פֿרוי, וואָס איר מאַן איז אַוועק אין ווײַטע מדינות און מע האָט איבערגעגעבן, אַז ער איז געשטאָרבן, זאָל דער עדות זײַן אַ קנעכט צי אַ גוי אַ געצנדינער צי גראָד אַ משומד, וואָס איז כּסדר פּסול, איז זײַן עדות כּשר, אויב ער רעדט ‘לפֿי־תּומו’‟. אַזוי, אַז די קושיה וועט געלייזט ווערן, אויב דער רוסישער אינספּעקטאָר האָט גערעדט „לפֿי־תּומו‟. מיט דעם מאָנגאָלישן מיליציאָנער איז נישטאָ קיין פֿראַגע, ער האָט זיכער גערעדט “לפֿי־תּומו”, שמועסנדיק מיט אַ פֿרעמדן, ניט-פֿאַראינטערעסירטן מענטשן, דהײַנו מיט דעם אינספּעקטאָר. כּדי אויסצוקלערן, צי דער רוס איז געווען אויפֿריכטיק, מוז דער חשובֿער רבֿ דײַנאָ אויספֿרעגן ווידער דעם עדות מנחם-מענדל טאָמאַשינסקי: האָט דער רוס געענטפֿערט אויף אַ בכּיוונדיקער פֿראַגע וועגן רבינאָוויטשן אָדער ער האָט אַליין דערציילט פֿון אים. אויב מע וועט זען, אַז דער רוס האָט גערעדט „לפֿי־תּומו‟, טאָ אַפּשיטא קען מען די עגונה באַפֿרײַען אָן שום סניפֿים.

אויך דאָס, וואָס מע האָט גאָרנישט געהערט פֿון אַבֿרהם רבינאָוויטשן, וואָס האָט געלעבט מיט זײַן פּלוניתטע בשלום, אין משך פֿון ג’ חדשים, איז לויט אַ ריי אַחרונים „אומדנא־גדולה‟, גאָר אַ וויכטיקער אָנווײַז אויף זײַן טויט, באַזונדערס אין הײַנטיקע צײַטן, ווען ס’איז דאָ אומעטום פּאָטשטן און טעלעגראַפֿן, און מענטשן פֿאָרן אַהין און אַהער. און רש”י טײַטשט אויף אַזאַ פֿאַל: „אם הי’ חי הי’ בא — אויב ער וואָלט געווען בײַם לעבן, וואָלט ער זיכער צוריקגעקומען‟. אַפֿילו אויב ר’ טאָמאַשינסקי האָט געפֿרעגט דער ערשטער לגבי רבינאָוויטשן, און שוין דערנאָך האָט דער גוי אים דערציילט דאָס, וואָס ער האָט געהערט, אויך דעמאָלט איז דאָ דער יסוד צו פֿאַרפּשוטן דעם דין, ווײַל דער גוי האָט גאָרנישט געוווּסט פֿון דער קושיה צו באַפֿרײַען אַן עגונה. אין אַזאַ פֿאַל אָבער מוז מען פּרטימדיק באַהאַנדלען דעם ענין און מי שכוחו יפה להכריע יכריע — ווער ס׳האָט דאָס רעכט אַרויסצוגעבן דעם פּסק, דער וועט פּסקענען…

* * *

קאָרנעט [1] ניקאָלײַ ערצבאַשעווסקי איז אַרײַנגעפֿאַלן אין דער אַרמיי פֿון פֿאָן־אונגערן צוליב אַ צופֿעליקייט. ווען ער האָט נאָך געדינט אין דער שטאָט אָמסק בײַם אַדמיראַל קאָלטשאַק, דעם „הויפּט-רעגירער‟ פֿון דער זיך צעפֿאַלנדיקער רוסישער מלוכה, און אויך שפּעטער, בעת ער מאַרשירט מיט די רעשטלעך פֿון גענעראַל קאַפּעלס צעשמעטערטער אַרמיי אַרום דער אָזערע בײַקאַל, האָט ניקאָלײַ ערצבאַשעווסקי געהערט ווילדע ידיעות פֿון דער חיהשער אויפֿפֿירונג מצד דעם „שוואַרצן באַראָן‟ אין דאַוריע און אין אורגא. בעת יענעם בייזבאַוווּסטן שרעקלעכן בײַקאַלער „אײַזמאַרש‟ (וואָס וואָלט געווען בעסער אָנצורופֿן „ויברח-מאַרש‟) האָט דער קאָרנעט זיך געזעגנט מיט געוויסע אילוזיעס מכּוח „ערע-און-כּבֿוד פֿון דער רוסישער אַרמיי‟, אָבער צו דינען דעם באַראָן פֿאָן-אונגערן, אַפֿילו אומדירעקט, האָט ער געהאַלטן, אַז ס׳איז אַ נידעריקסטע מדרגה פֿאַר אַן אמתן רוסישן אָפֿיציר.

kotlerman 1
אויפֿן וועג האָבן די געוועזענע קאַפּעל-אָפֿיצירן זיך אָנגעשטויסן אויף אַ מענגע פּליטים

זײַענדיק שוין אין די זאַבײַקאַלער סטעפּן, ניט ווײַט פֿון דער מאָנגאָלישער גרענעץ, האָט אַ גרופּע געוועזענע קאַפּעל-אָפֿיצירן און ערצבאַשעווסקי בתוכם, געהערט וועגן די אומדערוואַרטע נצחונות אין דעם אַזוי גערופֿענעם מיזרח-טורקעסטאַן פֿון נאָך איין רוסישן „ווײַסן‟ גענעראַל, באַקטשיטש, וואָס זײַנע אָפּטיילונגען האָט מען פֿריִער אינטערנירט אויף צפֿון-מערבֿ כינע. דעם שטאַב האָט גענעראַל באַקטשיטש אַריבערגעפֿירט אין דער מערבֿ-מאָנגאָלישער שטאָט כאָווד, וווּהין די אויפֿגעמונטערטע אָפֿיצירן האָבן באַשלאָסן זיך אַדורכרײַסן דורך גאַנץ מאָנגאָליע, אַ מהלך פֿון אַרום 2,000 ק”מ.

אויפֿן וועג, שוין אויף דער מאָנגאָלישער זײַט, האָבן די געוועזענע קאַפּעל-אָפֿיצירן זיך אָנגעשטויסן אויף אַ מענגע פּליטים פֿון דרום. דאָס זײַנען געווען רוסישע קאָלאָניסטן, וואָס האָבן אָפּגעלעבט לאַנגע יאָרן אין מאָנגאָליע, געגרינדעט דאָרטן דערפֿער און פֿאַקטאָריעס, און איצט האָבן זיי געשטרעבט זיך אומקערן קיין מוטער-רוסלאַנד, אָפּצוזוכן פֿאַר זיך אַ מקום-מיקלט. מיט שרעק אין די אויגן האָבן די-אָ אָרעמע מענטשן דערציילט וועגן דעם, ווי אונגערנס משרתים פֿלעגן פֿאַרוואַנדלען אין אש-חורבֿות די רוסישע און מאָנגאָלישע ייִשובֿים, וואָס האָבן זיך אָפּגעזאָגט צושטעלן לויט דער ערשטער פֿאָדערונג „פֿרײַוויליקע‟ צו דער אַזיאַטישער אַרמיי פֿונעם „שוואַרצן באַראָן‟. בײַ אונגערן האָט מען געהרגעט אויך די נײַ-געקומענע פֿון רוסלאַנד „ווײַסע‟, וועלכע מע פֿלעגט פֿאַרדעכטיקן אין פֿאַרבינדונגען מיט די באָלשעוויקעס.

אַ פּאָר ערצבאַשעווסקיס מיטגייערס האָבן גלײַך זיך געלאָזט צוריק, אָבער דער קאָרנעט מיט אַנדערע קאָלעגעס האָבן באַשלאָסן בכל־אופֿן זיך אַדורכרײַסן צו באַקטשיטשן אומבאַמערקלעך פֿאַר אונגערנס יאַטן. דער שטח איז געווען גאָר פֿרעמד פֿאַר זיי, און ערגעץ אין דער סבֿיבֿה פֿונעם טײַך אָרכאָן האָבן זיי זיך אָנגעשטויסן אויף די קאָזאַקן פֿונעם אַטאַמאַן קאַמישין.

דער געוועזענער אָפּטייל-עלטסטער אין דער זאַבײַקאַלער קאָזאַקישער דיוויזיע, קאַמישין איז געווען אַ ווײַט ניט קיין נאַרישער מענטש מיט אַ ספּעציפֿישן הומאָר-חוש און נייגונג צו ברייטע זשעסטן. זײַענדיק פֿאָרמעל אונטערגעוואָרפֿן פֿאָן-אונגערן, פֿלעג ער גאַסטפֿרײַנטלעך אויפֿנעמען דעם באַראָנס שליחים, אָבער געהאַלטן האָט ער זיך פֿון זיי ווי מעגלעך ווײַטלעך. מיט פֿרייד האָט ער באַגריסט די געוועזענע קאַפּעל-אָפֿיצירן און פֿאָרגעלייגט זיי זיך אָנשליסן צו זײַנע כּוחות, אַרום הונדערט סאַבליעס. ערצבאַשעווסקיס גרופּע האָט באַשלאָסן אָפּצולייגן אַ ביסל די פּלענער זיך צו פֿאַראייניקן מיטן גענעראַל באַקטשיטש און פֿאָרט אָנגענומען קאַמישינס פֿאַרבעטונג, כאָטש געטאָן עס מיט אַ שווער האַרץ.

גאָר אינגיכן האָבן זיי פֿאַרשטאַנען, מיט וועמען זיי האָבן דאָ צו טאָן. דעם גאַנצן חודש מײַ 1921 זײַנען די קאַמישינער אָנגעפֿאַלן אויף די סוחרישע קאַראַוואַנען און זיך פֿאַרנומען מיט די אַזוי גערופֿענע „רעקוויזיציעס‟, אַנדערש געזאָגט, מיט פֿרעכער באַגזלונג פֿון מאָנגאָלישע אורטאָנען [2] און אײַמאַקן [3]. ביז איצט האָבן די גזלנישע אָנפֿאַלן ניט דערפֿירט צו קרבנות, וואָס האָט זייער געפֿרייט ערצבאַשעווסקי.

ס׳רובֿ קאַמישינער האָבן געחלומט דורכשמוגלען קיין מאַנזשוריע און זיך דאָרט באַזעצן אויף איינער פֿון די סטאַנציעס בײַ דער מיזרח-כינעזישער אײַזנבאַן. אַלע אָבער האָבן גוט געוווּסט, אַז די כינעזישע רעגירער, בייז אויף דעם מאַסנמאָרד פֿון זייערע סאָלדאַטן אין און אַרום אורגאַ, זוכן מיט ליכט זיך אָפּרעכענען מיט יעדן איינעם, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט אונגערן. דער וועג קיין רוסלאַנד איז אויך געווען פֿאַרשלאָסן: די פּראָסאָוועטישע פֿאָלקס־אַרמיי פֿון דער ווײַט-מיזרחדיקער רעפּובליק אונטער דער קאָמאַנדשאַפֿט פֿון וואַסילי בליוכער האָט ניט דורכגעלאָזט קיין שום מעגלעכקייט צו דערווײַזן מאָסקווע ווי פּרינציפּיעל איז זי אין איר געראַנגל קעגן די „ווײַסע‟.

אייניקע פֿון די קאַמישינער האָבן אויך געשמועסט וועגן אַנטלויפֿן קיין אינדיע דורך טיבעט, אָבער דער וועג אַהין איז געלעגן דורך דעם טייטלעכן מידבר גאָבי, וווּ די מענטשן האָבן ריזיקירט, באַזונדערס זומער־צײַט, פּשוט אַוועקצושטאַרבן אין די זאַמדן פֿון הונגער און דורשט. אַזוי אַז אי קאַמישינס מענטשן, אי ערצבאַשעווסקי מיט זײַנע פֿרײַנט איז געבליבן דערווײַל נאָר איין זאַך — איבערצוּוואַרטן עד יעבור זעם, ביז די צרות וועלן אַריבער, אויפֿן צפֿון-מיזרח כאַלכאַ, זיך האַלטנדיק ווײַט פֿון אַלע גרעסערע כּוחות: רוסישע, סאָוועטישע, כינעזישע און אַפֿילו די נײַ-אויסגעפֿורעמטע מאָנגאָלישע.

סוף יוני 21סטן איז אָנגעקומען אַ מאָדנער באַפֿעל פֿון אונגערן — זיך אָנשליסן צו זײַנע הויפּט-כּוחות פֿאַר דער אַמביציעזער קאַמפּאַניע אָנצוגרײַפֿן די „צעשטערערס פֿון רוסלאַנד‟. דער באַפֿעל האָט אויסגעזען ווי אַ קראַנקער אומזין. צווישן אַנדערע זאַכן, האָט דער באַראָן גערופֿן „אויסראָטן קאָמיסאַרן, קאָמוניסטן און ייִדן צוזאַמען מיט זייערע משפּחות‟.

kotlerman 2
דער באַראָן האָט גערופֿן „אויסראָטן קאָמיסאַרן, קאָמוניסטן און ייִדן צוזאַמען מיט זייערע משפּחות”…

קאַמישין האָט באַשלאָסן זיך צײַטווײַליק צוריקציִען דרום-צו. כּדי די אונגערן-מענטשן זאָלן אים ניט האָבן אומגעריכט, האָט ער געדאגהט צעשטעלן וואַכטן אויף אַלע ריכטונגען. לעצטנס, זײַנען צו אים דערגאַנגען די קלאַנגען וועגן אונגערנס מפּלה אין מיזרח-סיביר און זײַן כּוונה זיך אַדורכשלאָגן דורך מאָנגאָליע קיין מאַנזשוריע. די קאַמישינער האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז אַ צופֿעליקע טרעפֿונג מיט אונגערן קען זיך פֿאַרענדיקן זייער שלעכט און האָבן זיך געהאַלטן וואַך. זיי האָבן גענישטערט אין דער סבֿיבֿה, און בעת איינעם אַזאַ אויספֿלוג האָבן זיי אָנטגעראָפֿן אויף רבינאָוויטשס וואָגן. דער טאָג, ווען מע האָט געבראַכט צו שלעפּן רבינאָוויטשן אין אַטאַמאַן קאַמישינס לאַגער, איז געוואָרן פֿאַר דער באַנדע דער לעצטער.

מיט דער צײַט איז ערצבאַשעווסקין געוואָרן שווער אויפֿצושטעלן אין זכּרון די געשעענישן פֿון יענעם טאָג. אַלץ איז פֿאָרגעקומען גאָר האַסטיק. די זון האָט זיך שוין שקיעהדיק גענייגט צום מערבֿ, ווען אַ וועכטער האָט ראַפּאָרטירט וועגן דער דערנענטערונג פֿון עטלעכע צענדליקער רײַטערס. די קאַמישינער זײַנען זיך צעלאָפֿן צו זייערע שלאַכט-פּאָזיציעס, צוגעגרייט באַצײַטנס צווישן די וואַלגערשטיינער. די רײַטערס, ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, זײַנען געווען רעשטן פֿון דער מאָנגאָלישער מאה פֿון אונגערנס פּערזענלעכן שוצטייל. מע האָט זיי דערקענט לויט זייערע משונהדיק־לאַנגע כאַלאַטן מיט אַקסלבאַנטן, וועלכע ס׳האָט אויסגעטראַכט, לויט רכילותן, דער באַראָן גופֿא. פֿאָן-אונגערן אָבער האָט מען צווישן די רײַטערס ניט געזען. קאַמישין האָט איבערגעפֿירט דעם אָטעם און אײַנגעאָרדנט, אַז זײַנע קאָזאַקן זאָלן אָפּטרעטן פֿון די פּאָזיציעס.

די מאָנגאָלן זײַנען אַרײַן אין לאַגער. זיי זײַנען אַראָפּגעשפּרונגען פֿון די פֿערד און אָנגעהויבן דערציילן, אַז ווען די אַזיאַטישע אַרמיי האָט פֿאַרשפּילט אין די שלאַכטן מיט „רויטע‟, איז געשען אַן אויפֿשטאַנד און די אייגענע סאָלדאַטן האָבן געדראָט צו הרגענען אונגערן. יענער איז צום סוף אַנטלאָפֿן. מע זאָגט, אַז די רויטע האָבן אים שוין ערגעץ אַרעסטירט, אָבער קיינער ווייסט עס ניט אויף זיכער. וווּ איז געווען דעמאָלט די פּערזענלעכע מאָנגאָלישע מאה פֿון אונגערן, האָט קאַמישין ניט געוואָלט פֿרעגן. בײַ דעם פֿערדזאָטל פֿון סעמענדזשי-כאַן, דעם עלטסטן פֿון דער מאה, האָט ער באַמערקט צוויי גוט אָנגעשטאָפּטע לעדערנע טאָרבעס. סעמענדזשי-כאַן האָט אויסגעזען הויך און דיק, ווי דער יאַפּאַנישער סומאָ-ראַנגלער. אַ מאָל, אַזוי האָט מען דערציילט, האָט ער אַוועקגעלייגט מיט גאָלע הענט דעם באָגדאָ-כאַנס ליבלינג אונדור גאָנגאָר, אַ ריז פֿון אַכט פֿיס די גרייס. איצט האָט ער איבערגעכאַפּט קאַמישינס בליק. לויטן בליאַסק פֿון דעם מאָנגאָלס שוואַרצע אויגן איז קאַמישינען געוואָרן קלאָר, אַז יאָ, אָט איז דאָס…

צווישן די קאָזאַקן האָט מען שוין לאַנג זיך געשושקעט וועגן דעם רעקוויזירטן גאָלד פֿון די אורגינער בענק. לויט אייניקע ווערסיעס, וואָס האָבן געקלונגען ווי טיפּיש-אָריענטאַלישע מעשׂיות, האָט פֿאָן-אונגערן פֿאַרגראָבן דאָס גאָלד ערגעץ אויף דעם הייליקן באַרג באָגדאָ-אול אָדער פֿאַרבאַהאַלטן עס אַזש אויפֿן דנאָ פֿונעם טײַך אָרכאָן. אָבער ס׳רובֿ מענטשן האָבן זיך גענייגט צום געדאַנק, אַז דאָס גאָלד וואַרט אויפֿן באַראָן אין די כאַרבינער באַנקסייפֿן. ווי עס זאָל ניט זײַן, האָט קאַמישין איצט ניט געהאַט קיין ספֿק, אַז לכל־הפּחות אַ טייל פֿון די אוצרות געפֿינט זיך אין די טאָרבעס פֿון סעמענדזשי-כאַן.

המשך קומט

[1] קאָרנעט — אַ נידעריקער אָפֿיציר־טשין אין רוסישער אַרמיי
[2] אורטאָן — פּאָטשט־סטאַנציע
[3] אײַמאַק — מיינט, אַ געגנט, אַ גרופּע ייִשובֿים

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s