„אָקסימאָראָנען‟ פֿון סאָוועטישער ווירקלעכקייט

באָריס סאַנדלער

די דערשײַנונג פֿונעם וועלט־באַרימטן פּיאַניסט יעווגעני קיסין אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז נישט קיין קאַפּריז פֿון אַ גאָון. אין יענעם לאַנד, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן, האָט מען זיך מיטן ייִדישן ייִחוס נישט אַרומגעטראָגן. שוין גיכער, געמאַכט אַ שווײַג.

מעגלעך, אַז קיסין האָט זײַן נאַציאָנאַלע „אַנדערשקייט‟ דערפֿילט אַפֿילו פֿריִער, ווי זײַן מוזיקאַלישע אוניקאַלקייט. זומער אויף זײַן זיידע־באָבעס דאַטשע אונטער מאָסקווע פֿלעגט דאָס ייִנגעלע הערן, אַז דער זיידע מיט דער באָבען רעדן צווישן זיך אַנדערש, נישט ווי די טאַטע־מאַמע רעדן אין דער היים — אויף אַ מאָדנעם לשון. שפּעטער, אין דער שטוב־ביבליאָטעק, געפֿינט דער יונגער יעווגעני ביכער פֿון איינעם אַ שלום־עליכם. ווידער אַ מאָדנער נאָמען! ער לייענט די ביכער פֿאַרכאַפּטערהייט, פֿאַרשטייט זיך, אויף רוסיש; אָבער זײַן מוזיקאַליש אויער כאַפּט אין די רוסישע זאַצן אויף די אינטאָנאַציעס, וואָס ער האָט אַמאָל געהאַט געהערט אויף דער זיידע־באָבעס דאַטשע.

איך מיין, אַז די מוזיק פֿון ייִדיש־לשון האָט געבראַכט קיסינען צום דערלערנען די שפּראַך גופֿא. נאָך לאַנג פֿאַר דעם, וואָס קיסין האָט אָנגעהויבן שאַפֿן זײַנע אייגענע לידער, האָט ער שוין געקענט און דעקלאַמירט אויף אויסנווייניק צענדליקער לידער פֿון ייִדישע פּאָעטן. פֿון אָט דעם ציכטיקן ייִדישן פּאָעטישן קוואַל האָט ער געשעפּט בשפֿע סײַ דעם ניגון און סײַ די נשמהדיקייט.

קיסינס אייגענער פּאָעטישער קוואַל הייבט אָן שלאָגן נישט אַבי וווּ, נאָר גראַדע דאָרט, וווּ ער האָט דערפֿילט זײַן „אַנדערשקייט‟: „אויף דער דאַטשע איז ווי בײַ שוקשין*,/ אָבער פֿאָרט שלום-עליכמיש…‟ (מײַן באָבע־לשון). ער פֿאַלט צו אָט דעם קוואַל גיריק צו, ווי נאָך אַ לאַנגן נע־ונד איבער אַ נאַציאָנאַלן מידבר. אָפּגעפֿרישט די נשמה אין דער מיקווה פֿון צײַט, אַן אָנגעזעטיקטער מיט דער „אַנדערשקייט‟, הייבט פֿאַר אים אָן זיך אַנטפּלעקן דער נעכטן און דער הײַנט שוין גאָר אויף אַן אַנדער אופֿן:

אין מײַן נשמה, כּל־זמן איך וועל אָטעמען, וועט זיך אַלץ ציִען
יענע דערמאָנונג, ווי פֿריילעכע ייִנגעלעך פֿון אונדזער געסקע
האָבן געפֿונען אַן אײַזערנעם שטעקל און לוסטיק געשריִען
האָבן צו מיר: „מירן מאַכן פֿון דיר אַ שאַשליק פּאָ־יעוורייסקי!‟.
(די סימפֿעראָפּאָלסקי צווישנגאַס, 8)

ייִדיש איז אַ שפּראַך, וואָס ליגט נישט אין די ביינער; ייִדיש פֿאַרכאַפּט די גאַנצע נשמה. אַזוי איז אויך געשען מיט יעווגעני קיסין. ייִדיש איז שטענדיק אין אים. דאָס באַזיניקן און פּרוּוון צו באַנעמען ייִדיש אין זיך געפֿינען מיר אין אַ ריי זײַנע לידער: „שלום־עליכם אויף רוסיש‟, „ייִדישע ווערטער‟, „ייִדיש‟. ייִדיש און ייִדישע אוצרות, זײַנען ווי אַ מין צײַט־מכשיר, וואָס שנײַדט דורך די שיכטן פֿון היסטאָרישע תּקופֿות און פֿאַרבינדט דעם פּאָעט מיט זײַן פֿאָלק.

ווי שומרים, מיט מיר תּמיד זײַנען
די אותיות פֿירקאַנטיקע מײַנע./ 
ווי אַ פֿײַערזײַל איז יעדער אות 
אין/ דעם וועלטישן מידבר און נאַכט.
(אורבי עט אָרבי)

עס איז דאָ אַזאַ אויסדרוק: קוקן אויף דער וועלט מיט ייִדישע אויגן. פֿון קיסינס לידער, באַזונדערס, פֿון די ערשטע, שײַנט אַרויס די „פֿאַרייִדישטע‟ וועלט מיט אַלע אירע פֿאַרבן, קלאַנגען, ריחות, ווערטן… צו מאָל פֿעלן אים אויס ווערטער, נאָר נישט ליבע…

פֿון דער ייִדישער שפּראַכס אומגעהײַערע אוצרות/ 
נאָר אַ טייל גאָר אַ קליינעם באַהערש איך.
/ און פֿונדעסטוועגן, איז דאָרט אַן אוצר פֿאַר מיר יעדעס וואָרט…
/ און עס ווילט זיך מיר פֿילן זיי מיט אַלע חושים:
/ זיי אַרויסריידן, הערן, פֿאַרזוכן און קושן.
(ייִדישע ווערטער)

ייִדישע אַסאָציאַציעס פֿלעכטן זיך אַרײַן אינעם פּייסאַזש, אין דער מוזיק, וואָס ער שפּילט און שאַפֿט:

עס דרייט זיך אַ וואָרט נאָך אַ וואָרט —
און צוזאַמען מיט די יאָדלעס,
די בערג און דער לופֿט,
/ מיט דעם מורמלען
/ פֿונעם וואַסערפֿאַל קליינעם דערנעבן/ 
פֿילן אָן מײַן גאַנץ וועזן/ 
די ווערטער פֿון ייִדישער ליבע.
(אַ באַרג־שפּאַציר אין שווייץ)

אין זײַן בוך „זכרונות און מחשבֿות‟** ברענגט קיסין עטלעכע בײַשפּילן, ווען מוזיקאַלישע טעמעס בײַ בראַמס, שובערט, מוסאָרגסקי, שומאַן רופֿן בײַ אים אַרויס געוויסע פֿאַרבינדונגען מיט דער וועלט־ליטעראַטור בכלל און ייִדישן וואָרט בפֿרט. איך ברענג אַ קליינעם אויסצוג פֿון דעם בוך: „איין מאָל בשעתן רעפּעטירן אין טולוז דעם צווייטן פּיאַנע־קאָנצערט פֿון בראַמס, האָט בײַ מיר אין קאָפּ פּלוצעם אָנגעהויבן אויפֿצוקומען אַ ייִדישער טעקסט צו דער מוזיק פֿונעם אָרקעסטער־אַרײַנפֿיר צום דריטן טייל פֿונעם ווערק. זיך אומקערנדיק נאָך דער רעפּעטיציע אין האָטעל אַרײַן, האָב איך דעם טעקסט פֿאַרענדיקט און פֿאַרשריבן.‟ (זז׳ 116־117)
און אָט איז דער טעקסט:

פֿונעם הויכן הימל
קולער פֿון מלאָכים
האָבן זיך דערטראָגן שטיל…
ווי שיין!
געזונגען האָבן זיי פֿון אַדוני
און פֿון זײַן וועלט,
פֿון אונדזער לעבן און
פֿון צרות זײַנע,
און פֿון מזל, און פֿון ליבע…
בראַמס האָט זיי דערהערט —
און זייער שיינעם ניגון
האָט ער גלײַך פֿאַרשריבן,
אַלע זאָלן הערן עס און
טראָגן אייביק אין די הערצער…
ביסט געבענטשט,
הער גאָט אונדזערער,
מלך פֿון דער וועלט!

גאָט—מלאָכים—בראַמס—קיסין… זעט אויס, אַז די ייִדישע נשמה מאַכט נישט קיין פּשרות; דעמאָלט געשעט דער געבענטשטער צונויפֿשמאָלץ פֿון ניגון און וואָרט.

זײַן מוזיקאַלישע וועלט־אָנערקענונג, דערמעגלעכט אַרויסצוברענגען ייִדיש און די אוצרות פֿון ייִדישער פּאָעזיע צו דער וועלט. די ייִדישע אָנגעקניפּטקייט זײַנע געפֿינען מיר אין די לידער, אָנגעשריבן אין אָנדענק פֿון פּערזענלעכקייטן, וואָס זייער ייִדישן אָפּשטאַם האָבן זיי אַליין, אויב נישט פֿאַרשוויגן, איז פֿאַר אַ גרויסער מעלה נישט געהאַלטן. קיסין דערמאָנט עס זייער איידל און דעליקאַט:

אָך, ווי מוטיק און שטאַרק איז דײַן ייִדישע מאַמע:/ 
אי אין אָנהייב זי האָט דיך באַגײַסטערט
/ גיין אָן פּחד אויף יענעם געפֿערלעכן וועג,/ 
אי אַצינד, נאָך דײַן מאָרד,/ 
דורך דעם טרויער-וועג האָט זי געשפּאַנט אָן שום טרערן.
(אויפֿן טויט פֿון באָריס ניעמצאָוו)

אָדער די צוויי שורות פֿונעם ליד אויפֿן טויט פֿון דער גרויסער באַלערינע מײַע פּליסעצקאַיאַ:

און ס׳טראַכט זיך: וואָס וואָלט מאַרקיש אָנגעשריבן,
ווען ער וואָלט כאָטשבי איין מאָל זי דערזען?..

זיי ברענגען דאָך אונדז גלײַך צו מאַרקישעס פּאָעמע „צו דער ייִדישער טענצערין‟. זיי פֿאַרבינדן דעם גורל פֿון דער גרויסער טענצערין מײַע פּליסעצקאַיאַ מיטן גורל פֿון ייִדישן פֿאָלק.

אויפֿן וועג צו זײַנע אייגענע פּאָעטישע שאַפֿונגען האָט קיסין איבערגעדיכטעט אויף ייִדיש פּאָפּולערע סאָוועטישע זינגלידער פֿון זײַן יוגנט. ס׳האָט אויסגעזען ווי אַ מין שפּיל, אַ פֿאַרווײַלונג. אַגבֿ, האָט יעווגעני ליב בשעת אַ קערמישל צווישן אייגענע און פֿרײַנד צו זינגען זײַנע באַליבטע לידער, באַגלייטנדיק זיך אַליין אויף דער פּיאַנע. דער ייִדישער טעקסט צו די באַקאַנטע מעלאָדיעס האָט זיי צוגעגעבן אַ באַזונדערן חן, אָנגעפֿילט מיט אָט דער ייִדישער „אַנדערשקייט‟.

אָבער איין זאַך, זינגלידער, און גאָר אַן אַנדער זאַך איז צו פֿאַרמעסטן זיך איבערזעצן פֿון דער קלאַסישער וועלט־ליטעראַטור. קיסינען האָט עס נישט אָפּגעשטעלט; אַדרבה, אויפֿגערייצט זײַן שאַפֿערישן אַזאַרט, וואָס איז אַזוי אייגנטימלעך פֿאַר קיסינס נאַטור.

אויף ייִדיש, ווי באַוווּסט, זײַנען איבערגעזעצט די בעסטע מוסטערן פֿון דער וועלט־ליטעראַטור — פֿון „שיר־השירים‟ און „תּהילים‟ ביז וולאַדימיר וויסאָצקי, די באַרד־איקאָנע פֿון דער סאָוועטישער יוגנט אין די 1960־1970ער יאָרן. קיסין האָט אויף דעם פֿעלד אויך פֿאַרפֿלאַנצט זײַנע געראָטענע זוימען: פֿון וו. שעקספּיר, ש. רוסטאַוועלי און וו. וויסאָצקי.

*

אין איינער פֿון זײַנע ליטעראַרישע מיניאַטורן שרײַבט יחיאל שרײַבמאַן: „פּראָזע, זאָגט די וועלט, איז אויך פּאָעזיע. איך מיין, אַז פּראָזע איז עפּעס מערער. אויב ניט מערער, איז על־כּל־פּנים, הויך־פּאָעזיע.‟

איך וואָלט צו יחיאל שרײַבמאַנס ווערטער, איינעם פֿון די ראַפֿינירסטע סטיליסטן אין אונדזער ייִדישער ליטעראַטור, צוגעגעבן, אַז פּראָזע איז דער המשך פֿון פּאָעזיע. פּראָזע איז אַ גרויס פֿעלד, וווּ מע קען פֿאַרזייען אַלץ. מע דאַרף אָבער געדענקען, אַז כּדי דאָס פֿעלד זאָל געבן אַ גערעטעניש, מוז דער פּראָזע־שרײַבער, נישט ווייניקער פֿון אַ פּויער, פֿאַרגיסן שווייס און אַרײַנלייגן האָרעוואַניע.

אין דעם זין קאָן די האָרעוואַניע פֿון אַ פּראָזע־שרײַבער פֿאַרגלײַכט ווערן מיט דער האָרעוואַניע פֿון אַ מוזיקער. אויפֿן פּראָזע־פֿעלד, אַ חוץ טאַלאַנט, קומט מען מיט דער אייגענער לעבנס־דערפֿאַרונג. קיסין איז געבוירן געוואָרן אין אַ מאָסקווער ייִדישער היים. מאָסקווער ייִדן — איז אַ באַזונדערע עדה, וואָלט איך געזאָגט, וואָס האָט נאָך פֿון די צאַרישע צײַטן אָן, אַלע גזירות אויף ייִדן מצד דער מאַכט, אויסגעפּרוּווט די ערשטע. די סאָוועטישע מאַכט, וואָס שייך ייִדן, האָט דעם צאַרישן מינהג געירשנט. אַוודאי, נישט אַזוי אָפֿן און בולט, צוגעדעקט מיט דער פֿאַרלאַטעוועטער דעק פֿון „ברידערלעכער פֿרײַנדשאַפֿט פֿון אַלע סאָוועטישע פֿעלקער‟.

די פֿוילע אידעאָלאָגישע שטיק האָבן געצוווּנגען ס׳רובֿ סאָוועטישע ייִדן בכלל און די מאָסקווער ייִדן בפֿרט צו לעבן מיט אַ טאָפּלטער לאָיאַליטעט. דאָס מיינט חלילה נישט, אַז די ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן געפֿירט אַ לעבן, ענלעך צו די שפּאַנישע מאַראַנען. פּונקט ווי ס׳וואָלט געווען נאַריש צו טראַכטן, אַז אַלע סאָוועטישע ייִדן זײַנען געווען קאָמוניסטן. דער פּאַראַדאָקס פֿון דעם סאָוועטישן ייִד, ווי אַ מין פֿאַראַלגעמיינערטע געשטאַלט, באַשטייט אין דעם, אַז בײַ זײַן כּמעט גאַנץ רעליגיעז און נאַציאָנאַל־קולטורעל עם־הארצות, האָט ער געטראָגן טיף אין זיך דאָס אײַנגעפֿרוירענע „פּינטעלע ייִד‟. און ס׳איז גענוג געווען עס זאָל געשען אַ שטאַרקער אַל־נאַציאָנאַלער אויפֿברויז, ווי דאָס דאָזיקע „פּינטעלע ייִד‟ האָט באַלד זיך אָנגעהויבן צעשמעלצן און זיך צעגיסן און „פֿאַרסמען‟ דעם גאַנצן גוף.

אין גיכן נאָך דער מלחמה איז אַזאַ „אויפֿברויז‟ געשען נאָכן שאַפֿן מדינת־ישׂראל און דאָס אָנערקענען די ייִדישע מלוכישקייט מצד סטאַלינס רעגירונג. אַן אַנדער אַזאַ „אויפֿברויז‟, נאָר שוין אויפֿן שטח פֿון ייִדישער קולטור, זײַנען געווען די אויפֿטרעטן אין מאָסקווע פֿון די אַמעריקאַנער שוועסטער בערי. די קאָפּירטע פּלאַטן מיט זייערע לידער, קאָפּירט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אויף אַן אומלעגאַלן אַמאַטאָרישן אופֿן, האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד, פּונקט ווי שפּעטער — די פֿאַרווערטע „סאַמאיזדאַט‟־ליטעראַטור. נאָך די שרעקלעכע אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניעס: די אַרעסטן און טייטלעכע אורטיילן פֿון 1952, די אָבלאַוועס אויף די קאָסמאָפּאָליטן און „מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן‟, — האָבן די פּאָפּולערע ייִדישע לידער, געזונגען פֿון די שוועסטער בערי, געעפֿנט אַ קליין פֿענצטערל אין דער פֿרײַער וועלט אַרײַן.

דווקא פֿון דער מאָסקווער ייִדישער עדה זײַנען אַרויס די ערשטע דיסידענטן און „רעפֿוזניקעס‟; און מיטן דערשײַנען פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ — די ערשטע שפּראָצלינגען פֿון אַ נײַעם דור ייִדישע שרײַבערס.

נישט צופֿעליק איז איינער פֿון קיסינס העלדן, דער מאָסקווער „אָקסימאָראָן‟ סטאַסיק עטלער, פֿאַראינטערעסירנדיק זיך מיט ייִדיש, איז געקומען נאָך הילף דווקא אין רעדאַקציע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ (ייִדישער שייגעץ).

קיסינס ערשטע לעבנס־דערפֿאַרונגען זײַנען קודם־כּל פֿאַרבונדן מיט דער מוזיקאַלישער סבֿיבה, אין וועלכער ער איז געוואַקסן: די לערער און תּלמידים פֿון דער ספּעציעלער מוזיק־שול אויף גנעסינס נאָמען. די אַטמאָספֿער אין אַזאַ ספּעציאַליזירטער שול פֿאַר באַזונדערס־טאַלאַנטירטע קינדער איז אויף עטלעכע גראָד העכער, ווי אין אַ „נאָרמאַלער‟ שול; טאַקע ווײַל די תּלמידים אַליין טראָגן שוין פֿון קליינערהייט אָן דעם גאָב פֿון אַן אוניקאַלער „אַנדערשקייט‟. זייער „איך‟ איז זייער פֿילעוודיק און פֿאַרוווּנדלעך; זייער אויפֿנעמען דעם אַרום קומט פֿאָר דורך אַנדערע פּסיכאָלאָגישע קאַנאַלן און אַסאָציאַציעס.

אַזאַ באַזונדערס־טאַלאַנטירט ייִנגעלע שילדערט קיסין אין זײַן נאָוועלע „אין דער לײַבלעכער פֿרעמד‟. שוין דער נאָמען אַליין טראָגט אין זיך צוויי היפּוכדיקע באַגריפֿן פֿון „לײַבלעכקייט‟ און „פֿרעמדקייט‟; אַ צונויפֿשטויס פֿון נאָענטשאַפֿט און וואַרעמקייט, פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿרעמדקייט און קאַלטקייט. דער הויפּט־העלד, דאָס ייִדישע ייִנגעלע סאַשע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן לערנען פּיאַנע בײַ דער לערערין נינע ניקאָלאַיעוונע, האָט עס באַלד דערפֿילט:

בעת זײַן ערשטן לימוד מיט נינע ניקאָלאַיעוונאַ האָבן סאַשען באַהערשט געמישטע און אַפֿילו סתּירהדיקע געפֿילן. פֿון איין זײַט, איז אים גלײַך געפֿעלן געוואָרן איר קלינגעוודיקע שטים און אירע שלאַנקע פֿיס, וואָס האָבן אַרויסגערופֿן אין אים עפּעס אַן אומפֿאַרשטענדלעך, נאָר אָנגענעם געפֿיל; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט ער באַלד דערפֿילט, אַז דאָס איז טאַקע אַ זאַך אַן ערנסטע, אַז די לערערין זײַנע איז זייער אַ שטרענגע און פֿאַר קונדסערײַען וועט אין איר קלאַס בשום אופֿן קיין אָרט ניט זײַן.‟ (ז׳ 36)

די קאַלטע „פֿרעמדקייט‟ צעוואַקסט זיך און פֿאַרשטאַרקט זיך בשעתן לערנען זיך אין דער שול. אין די פּראָבלעמען פֿון דערוואַקסענע ווערן אַרײַנגעשלעפּט די קינדער; די מחיצה צווישן „לײַבלעכע‟ און „פֿרעמדע‟ ווערט גרעסער און בולטער. פֿרי הייבט דער העלד אָן צו פֿאַרשטיין, אַז נישט יעדער אמת, וואָס מע לערנט אין שול און וואָס מע הערט פֿון עלטערן און לערער, איז אמתדיק, בפֿרט ווען עס קומט צו ייִדן. דווקא אין שול באַקומען די תּלמידים די ערשטע לימודים פֿון אַ טאָפּלטער לאָיאַליטעט.

אַז אײניקע מענטשן האָבן פֿײַנט ייִדן — דאָס יאָ. נישט איין מאָל, נאָך אַ קינד, האָבן אים אַנדערע קינדער געגעבן צו פֿאַרשטיין, ווער ער איז; נאָר אַז ייִדן ווערן ניט אויפֿגענומען אין אייניקע הויכשולן און בכלל, אַז ניט אַלץ, וואָס מ׳שרײַבט אין די צײַטונגען איז אמת…‟ (אין דער לײַבלעכער פֿרעמד, ז׳ 39)

פֿאַרשטייט זיך, אַז וועגן וואָס קיסין זאָל נישט שרײַבן אין זײַנע פּראָזע־ווערק, בפֿרט אויב ס׳איז פֿאַרבונדן מיט מוזיק, רופֿט עס בײַם לייענער אַרויס דירעקטע אַסאָציאַציעס מיט זײַן אייגענעם לעבן. צו גרויס איז קיסין ווי אַ מוזיקאַלישע פּערזענלעכקייט, אַז זײַן טאַלאַנט פֿון אַ שרײַבער זאָל זײַן אָפּגעשאַצט אומאָפּהענגיק דערפֿון.

פֿון דעסטוועגן, נישט אַלץ, וואָס ווערט באַשריבן אין דער דערציילונג „אין דער לײַבלעכער פֿרעמד‟, איז געשען מיטן מחבר; ס׳איז נישט קיין אויטאָביאָגראַפֿיש ווערק, אָבער דער מחבר קען די סבֿיבֿה פֿון אינעווייניק, פּרטימדיק; און דאָס גיט אים די מעגלעכקייט צו זען דאָס גאַנצע בילד, געפֿינענדיק זיך אַליין בײַ דער זײַט. אויפֿן ראַנד פֿון צײַט און געשעענישן.

אַן אַנדער לירישע נאָוועלע, וואָס טראָגט דעם אַלגעמיינעם נאָמען „דער כּישופֿדיקער קרײַז‟, באַשטייט פֿון פֿיר מעשׂיות, וואָס קומען פֿאָר אין אַן אַנדער צײַט פֿון יאָר: ווינטער („און אין דרױסן איז געפֿאַלן אַ שניי‟), וועסנע („פֿרילינגדיקע שטורעמס‟), זומער („אויף דער פֿרײַער לופֿט‟) און האַרבסט („און דער קרײַז האָט זיך געשלאָסן‟). אין האַרבסט ווערט דער סעזאָן־ציקל און „דער כּישופֿדיקער קרײַז‟ פֿון די צוויי פֿאַרליבטע נשמות בשלום געשלאָסן. דער געבוי, די פֿאָרמע פֿון דער נאָוועלע גיט אונדז אַ רמז אויף די באַוווּסטע מוזיקאַלישע ווערק פֿון אַנטאָניאָ וויוואַלדיס און פּיאָטר טשײַקאָווסקיס „פֿיר צײַטן פֿון יאָר‟. אָבער נישט נאָר: די שטימונג, די פּסיכאָלאָגישע קאַנווע, די עמאָציאָנעלע אָנגעזעטיקטקייט פֿונעם פּראָזע־טעקסט רופֿט זיך איבער מיט די באַרימטע מוזיקאַלישע ווערק.

די באַקאַנטשאַפֿט פֿון די צוויי העלדן, וועניע און מאַרינע, קומט פֿאָר אין אַ שניייִקן
קאַלטן ווינטער. מאַרינע לעבט איבער אַ פּערזענלעכע דראַמע, און וועניע, באַזאָרגט מיט זײַנע סעקסועלע באַדערפֿענישן, קומט צו איר, ווי צו אַ פּראָסטיטוטקע… איך וויל זיך ווײַטער נישט אַרײַנלאָזן אינעם איבערדערציילן דעם אינהאַלט פֿון דער ראָמאַנטישער געשיכטע, אָבער אויך אין דעם ווערק איז קיסין געטרײַ זײַן „אַנדערשקייט‟; אויך אין דער קאַלעמוטנער אומרויִקער צײַט פֿון דער אַרומיקער ווירקלעכקייט, באַמיט ער זיך אויסצוזוכן אַ טראָפּן טרייסט און האָפֿענונג. אייגנטלעך, איז עס דאָך זײַן שליחות אין לעבן — צי ער טוט עס מיט זײַן שפּילן, צי מיט זײַן שרײַבן.

דאָס צענטראַלע ווערק אינעם בוך הייסט „אַ ייִדישער שייגעץ‟ — אַזוי איז אויך אָנגערופֿן געוואָרן דאָס גאַנצע בוך. נאָך פֿאַר דעם, ווי דער הויפּט־העלד פֿון דער נאָוועלע איז געבוירן געוואָרן, האָט מען אין דער משפּחה באַהאַנדלט זײַן נאָמען. ניין, די אַשכּנזישע טראַדיציע צו געבן אַ נאָמען נאָך דעם פֿאַרשטאָרבענעם קרובֿ, סאַמוּיִל, ווערט נישט צעשטערט; אָבער דאָס צופּאַסן דעם ייִדישן נאָמען (כאָטש סאַמויִל איז דאָך אויך אַדאַפּטירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן נאָמען שמואל) צו דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט מיינט דאָך, צו „פֿאַרדעקן‟ דעם ייִדישן ייִחוס, ער זאָל חלילה נישט שנײַדן דעם אויער.

„אַזוי האָט זיך באַוויזן אויף דער וועלט אַ נײַער אָקסימאָראָן, איינער פֿון כּמה־וכּמה אָקסימאָראָנען אין לעבן בכלל און אינעם סאָוועטישן לעבן בפֿרט: ׳סטאַניסלאַוו איזראַיִלעוויטש עטלער׳.‟ (ז׳ 54)

וואָס זשע מיינט עס, דאָס מאָדנע וואָרט, „אָקסימאָראָן‟? אַ פּאַראַדאָקס, אַ צונויפֿפּאָר פֿון היפּוכדיקע באַגריפֿן… אָט האָט דער פּאַראַדאָקס פֿון צונויפֿפּאָרן זאַכן, וואָס פּאָרן זיך נישט, באַגלייטן סטאַניסלאַוו (סטאַסיק) איזראַיִלעוויטש עטלער פֿון זײַנע ערשטע טעג אָן. ער איז געבוירן געוואָרן און וואַקסט אין אַ סאָוועטיש לאַנד, וווּ פֿון אַבסורדישע פּאַראַדאָקסן באַשטייט די גאַנצע סיסטעם — פֿון דער מאַכט ביז די עלעמנטאַרע מענטשלעכע צווישן־באַציִונגען.

אין דעם ווערק האָט זיך אויף אַ בולטן אופֿן אַנטפּלעקט קיסינס טאַלאַנט פֿון גראָטעסק און פּסיכאָלאָגישער איראָניע, אינטאָנאַציעס פֿון פּראָקאָפֿיעווס סאַרקאַסטישן נוסח. קיסין שילדערט דעם פּראָצעס פֿון ווערן אַן עכטער בירגער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. נישט סתּם אַ בירגער, נאָר אַ בירגער אַ ייִד. סטאַסיק הייבט פֿרי אָן פֿאַרשטיין דעם דאָזיקן פּאַראַדאָקסאַלן צונויפֿפּאָר. נאָך מער: ער ניצט אים הצלחהדיק אויס פֿאַר זײַנע אייגענע צילן. בפֿירוש זײַן ייִדישע „אַנדערשקייט‟ און אײַנגעבוירענע אײַנפֿאַלערישקייט דערמעגלעכט אים זיך „אויסדרייען‟ פֿון צווייפֿלהאַפֿטיקע און אומאָנגענעמע סיטואַציעס — פֿון קלענערהייט אָן ביז זײַן אויסרײַפֿן און ווערן אַ יונגער־מאַן.

הגם סטאַסיק עטלער איז עלטער פֿון זײַן מחבר, האָט קיסין געשענקט זײַן העלד נישט ווייניק שטייגער־פּרטים און שטריכן פֿון כאַראַקטער, אייגנטימלעך פֿאַרן דור יוגנטלעכע פֿון די 1960ער־1970ער יאָרן. אייגנטלעך, האָבן אַ סך ייִדישע משפּחות אין מאָסקווע געווינט צוזאַמען — די חתונה־געהאַטע קינדער מיט זייערע עלטערן; פֿאַרבראַכט דעם זומער אויף אַ דאַטשע, וווּ די אייניקלעך האָבן נישט ווייניק גענאַשט פֿון זייערע באָבע־זיידעס סײַ פֿון ייִדיש און ייִדישקייט, סײַ פֿון ייִדישע מאכלים און סײַ דעם ביטערן פֿאַרשטאַנד פֿון זייער ייִדישער אַנדערשקייט; פֿון געפֿינען אין דער שטוב־ביבליאָטעק די 6 בענד פֿון שלום־עליכמס געזאַמלטע ווערק, איבערגעזעצט אין רוסיש… פּונקט ווי קיסין אַ קינד, קומט סטאַסיקן אויך אויס צו באַקומען און אָפּענטפֿערן מיט ווערטער און מעשׂים אויף די אַנטיסעמיטישע באַליידיקונגען, וואָס עס קומט אים אויס אויסצוהערן אין הויף, אין שול און אין זײַן ווײַטערדיק לעבן.

קיסין האָט פּינקטלעך געטראָפֿן, שאַפֿנדיק די געשטאַלט פֿון זײַן הויפּט־העלד, אַז פֿון אַזעלכע סטאַסיק עטלערס זײַנען אין סוף 20סטן, אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט אַרויס סײַ די קעמפֿער פֿאַר אַ נײַ דעמאָקראַטיש רוסלאַנד און סײַ די חבֿרה ייִדישע אָליגאַרכן.

אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, כּדי צו פֿירן אַ „נאָרמאַל‟ לעבן, האָט מען געזאָלט געבוירן ווערן אַן אָקסימאָראָן, און כּדי נישט צו פֿאַרלירן דעם אייגענעם „איך‟, צו זײַן אַ „ייִדישער שייגעץ‟.

דער ייִדישער שרײַבער יעווגעני קיסין קומט אַרײַן אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור מיט פֿעסטע פּראָפֿעסיאָנעלע טריט און מיט זײַן אייגענעם סטיל און טעמע. דאָס ערשטע ביכל זײַנס איז דערצו אַ ממשותדיקער עדות.
געבענטשט זאָלן זײַן זײַנע טריט און מעשׂים אויף דעם נישט גרינגן וועג.

סעפּטעמבער, 2018, ברוקלין, ניו־יאָרק

*וואַסילי שוקשין (1929־1974) — סאָוועטישער רעזשיסאָר, אַקטיאָר, שרײַבער
**Евгений Кисин, Воспоминания и размышления. М.: Арт Волхонка

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s