אַזיאַטישער טאָגבוך (4) (אָנהייב: דעצעמבער־, יאַנואַר־, פֿעברואַר־נומערן)

‎khinezish shtetl
פֿאַרן אַרײַנגאַנג־טויער אינעם “כינעזיש שטעטל”. טאָקיאָ
נאָוועמבער 1

די זעלבע מעשׂה, ווי נעכטן: געוואָלט שלאָפֿן, גאָרנישט ניט אײַנגענומען — און ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן, ביז כ׳האָב ניט אײַנגענומען מעלאַטאָנין. אין לעצטן סך-הכּל געשלאָפֿן ווייניק.

כ׳טראַכט כּסדר וועגן די דרײַ אומגעקומענע ייִנגלעך אין עזה. צי איז דאָס געווען דער איינציקער אופֿן צו מאַכן אומשעדלעך זייערע באָמבעס? כ׳וועל פּרוּוון זיך דערוויסן.

איבערגעזעצט דעם רעשט פֿון בלאָקס [1] ליד:

די לאָנקע איז פֿאַרשלעפֿערט. איבער איר
אַן אומקרײַז נאָך אַן אומקרײַז מאַכט אַ גײַער.
די מוטער מיט איר קינד זיצט בײַ דער טיר
פֿון אָרעם שטיבל און איז זיך מצער:
„נאַ, זויג, אַלץ, וואָס איך האָב, וועל איך דיר געבן.
וואַקס אויס און זײַ געהאָרכזאַם דײַן גאַנץ לעבן.‟

מלחמה רעשט און מאַכט דאָס לעבן וויסט,
אין דערפֿער הייבט זיך אויף דער בונט און ברענט ער,
און דו, מײַן לאַנד, נאָך אַלץ דאָס זעלבע ביסט,
אין שיינקייט דײַנער אוראַלטער, פאַרוויינטער.
ווי לאַנג וועט זיך די מוטער זײַן מצער?
ביז וואַנען וועט אַרומשוועבן דער גײַער?

איבערגעשיקט עס באָריען.

נאָוועמבער 2

נו, ווי תּמיד, אײַנגענומען מײַן „פֿאַרקאָנצערט-קאָמפּלעקט‟ שלאָפֿמיטלען און סוף־כּל-סוף זיך אויסגעשלאָפֿן.

דער נײַער בראַזיליער פּרעזידענט וועט באמת איבערפֿירן זײַן אַמבאַסאַדע קיין ירושלים.

באָריע האָט באַגיטיקט מײַן איבערזעצונג. כ׳האָב אָנגעשריבן וועגן דעם ליד אייניקע מײַנע פֿרײַנד אין רוסלאַנד. אַ. האָט געענטפֿערט: „בײַ אונדז דאָ איז אַ פֿולשטענדיקער אַבסורד פֿון לעבן אויפֿן אויבערפֿלאַך און אַ געהיימע שטאַרקע קעגנזעצלעכע שטרעמונג אין דער טיפֿקייט.‟ באַגײַסטערט פֿון דעם, האָב איך געשפּילט די סאָל מינאָר־פּרעלודיע, און הײַנט האָט זיך באַזונדערס גוט באַקומען דער מיטלסטער עפּיזאָד: כ׳האָב, אַפּנים, זיך אײַנגעלעבט אין בלאָקס ליד, בשעתן איבערזעצן עס. אויך אין די פּרעלודיעס פֿון פֿאַ-דיעז־מינאָר, סי־מינאָר און סאָל-דיעז מינאָר האָב איך געטראַכט וועגן דעם: „און דו, מײַן לאַנד, נאָך אַלץ דאָס זעלבע ביסט אין שיינקייט דײַנער אוראַלטער, פֿאַרוויינטער‟ (דאָס זײַנען מסתּמא די בעסטע שורות אינעם ליד)…

נאָכן קאָנצערט זײַנען 384 מענטשן (יאָ, דאָ אין יאַפּאַן רעכנט מען אונטער!) געקומען נאָך אויטאָגראַפֿן, און אַ סך האָבן געבעטן איך זאָל אונטערשרײַבן מײַן בוך.

svetlana
אויפֿן קבֿר פֿון סוועטלאַנע. דאָ געפֿינען זיך אַ סך רוסישע קבֿרים…
נאָוועמבער 3

געמוזט אײַנפּאַקעווען דעם טשעמאָדאַן, געלייגט זיך שלאָפֿן שפּעט און דעריבער געשלאָפֿן ווייניק…

געגאַנגען מיט סודזוקי-סאַן אויפֿן צווינטער פֿאַר אויסלענדער, וווּ סוועטלאַנע [2] איז באַגראָבן. דאָ געפֿינען זיך אַ סך רוסישע קבֿרים… נאָך דעם באַזוכט ממש אַ פּרעכטיקן פּאַרק, וואָס הייסט סאַנקייען־גאָרטן. אַ מין שיינקייט (אַגבֿ איז סודזוקי-סאַן אויך געווען צום ערשטן מאָל!) דאָרט פּראַוועט מען חתונות: מיר האָבן געזען זעקס יונגע פּאָרפֿעלקער (איינער פֿון די חתנים איז געווען אַ ים-מאַן). דערנאָך שפּאַצירט אינעם „כינעזישן שטעטל‟…

אויפֿן וועג קיין טאָקיאָ פֿאַרבײַגעפֿאָרן כּל-המינים פֿאַבריקן: אַ כעמישע, אַ נאַפֿט-איבעראַרבעטנדיקע, אַ בראָוואַרניע…

אַ. און איך האָבן זיך איבערגעוואָרפֿן מיט נאָך עטלעכע בריוו. זי שרײַבט, אַז סע וואַקסט אַ טיפֿע אומצופֿרידנקייט אין רוסלאַנד, אַז ס׳איז אויסגעוואַקסן גאָר אַן אַנדער יוגנט, אַ פֿרײַע און אַ „ניט-געשמיסענע‟, און דער עיקר — די אַזוי גערופֿענע „פּשוטע מענטשן‟, וואָס פֿלעגן אונטערהאַלטן „דעם, וואָס זײַן נאָמען זאָל ניט דערמאָנט ווערן‟, — האָבן אויך אָנגעהויבן עפּעס פֿאַרשטיין. אָך, אַבי נאָר מנוּוולים מכּל־הסאָרטן (שוואַרץ-מאהניקעס, קאָמוניאַקעס וכדומה) זאָלן ניט פֿאַרפֿירן די דאָזיקע יונגט אויף קרומע וועגן!

ק. אַדרבא שרײַבט, אַז ס׳איז „אַ ליד אויף תּמיד‟. זי האָט ספֿקות וועגן דעם כּוח פֿון דער שטרעמונג…

נאָוועמבער 4 

אײַנגענומען מעלאַטאָנין. תּיכּף אײַנגעשלאָפֿן. אויפֿגעוואַכט פֿרי. לאַנג ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן. דערנאָך פֿאָרט געשלאָפֿן אַ ביסעלע און געזען משונהדיקע חלומות. נו, אין סך-הכּל אויסגעשלאָפֿן זיך.

שפּאַצירט במשך פֿון 20 מינוט אינעם היביִיאַ־פּאַרק. דאָרטן אין דער אוידיטאָריע אויף דער פֿרײַער לופֿט איז פֿאָרגעקומען אַ גרויסע (מיט אַ סך מענטשן) פּראָפֿפֿאַראיין-אונטערנעמונג צו פֿאַרבעסערן די מי-באַדינגונגען און קעגן די „מלחמה-ענדערונגען‟ אין דער קאָנסטיטוציע.

הײַנט איז די סטודיע, וווּ איך אַרבעט, געווען אָפֿן בלויז ביז 7 אַזייגער, דעריבער וועל איך זיך לייגן שלאָפֿן פֿרי און אײַננעמען אַליוו PM, כּדי מאָרגן אָנהייבן רעפּעטירן פֿרי.

נאָוועמבער 5

ניט תּיכּף אײַנגעשלאָפֿן און אויפֿגעוואַכט אויף אַ האַלבער שעה פֿריִער פֿונעם וועקער. מסתּמא אַכט שעה בין איך געשלאָפֿן, אפֿשר אַפֿילו אַ ביסל מער, נאָר נאָך אַליוו האָב איך במשך פֿונעם גאַנצן טאָג געפֿילט זיך שלעפֿעריק, און דאָס האָט געשטערט דער אַרבעט.

סודזוקי-סאַן האָט געזאָגט, אַז ס׳איז זייער שווער זיך צונויפֿריידן מיט די רוסן: מ׳האָט זיך שוין געהאַט לאַנג צונויפֿגערעדט וועגן אַ סעריע אויפֿטרעטונגען פֿון אַ יאַפּאַנישער באַלעט-טרופּע אין שטאָט וולאַדיוואָסטאָק אין יאַנואַר קומענדיקן יאָר — און איצט, ווען ס׳זײַנען געבליבן בלויז דריטהאַלבן חדשים, ווײַזט זיך פּלוצעם אַרויס, אַז אינעם טאָג, ווען מ׳האָט פֿאַרפּלאַנירט צוגרייטן די בינע פֿאַר דער צווייטער פּראָגראַם און זי רעפּעטירן, וועט די בינע זײַן פֿאַרנומען, מחמת די רוסלענדישע רעגירונג האָט באַשלאָסן דורכצופֿירן דאָס קומענדיקע יאָר ווי „אַ טעאַטער יאָר‟. די ערשטע אונטערנעמונג וועט זײַן דווקא אין וולאַדיוואָסטאָק אין אָט דעם סאַמע טאָג. כ׳האָב אים געפֿרעגט, צי איצט איז אויך אַזוי שווער האָבן צו טאָן מיט די רוסן, ווי אין סאָוועטישע צײַטן; ער האָט געענטפֿערט: „כּמעט דאָס זעלבע, סײַדן אַ ביסל גרינגער געוואָרן‟.

כ׳האָב ניט געוווּסט, אַז אין וולאַדיוואָסטאָק איז פֿאַראַן אַ פֿיליאַל פֿונעם מאַריִיִנסקי טעאַטער [3]. סודזוקי-סאַן האָט געזאָגט, אַז ס׳איז פֿאַראַן נאָך איינער — אין וולאַדיקאַווקאַז. כ׳האָב אים דערקלערט דעם אָפּשטאַם פֿון די ביידע נעמען.

sankeyer gortn
אינעם סאַנקייער גאָרטן אין יאָקאָהאַמע
נאָוועמבער 6

נו, ווידער אײַנגענומען מײַן „שלאָגלערישע דאָזע‟ שלאָפֿמיטלען און זיך אויסגעשלאָפֿן. ווען זשע וועל איך קאָנען שלאָפֿן אָן טאַבלעטקעס? כ׳לייג די גאַנצע האָפֿענונג אויף יאַצוגאַטאַקע [4].

סאַנטאָרי־האָל איז פּרעכטיק, ווי תּמיד. אין דער ערשטער ריי, אין סאַמע מיט, זײַנען געזעסן צוויי אַלטיטשקעס, און ווען כ׳בין אַרויס אויף דער בינע, האָבן זיי, באַגריסנדיק מיך, ווי געצויגן זיך אַנטקעגן. זיי האָבן דערזען, אַז כ׳האָב זיי באַמערקט, און זײַנען בפֿירוש צופֿרידן געבליבן. נאָכן קאָנצערט האָבן זיי זיך אויך ווי געצויגן צו מיר, און איינע פֿון זיי האָט עטלעכע מאָל אויסגעשריגן (כ׳האָב עס ניט געהערט אינעם רעש פֿון די אַפּלאָדיסמענטן, פּשוט געזען, ווי אירע ליפּן באַוועגן זיך) „בראַוואָ!‟. אַפֿילו מײַן „דאָדעקאַפֿאָנישער טאַנגאָ‟ איז זיי געפֿעלן געוואָרן!

בשעתן שפּילן דעם דריטן טייל פֿון דער סאָנאַטע האָב איך געטראַכט וועגן דעם מיידל פֿון אינדאָנעזיע, וועלכע מ’האָט געקעפּט אין סאַודיע. נאָך דעם האָב איך געשפּילט דעם פֿינאַל אינעם זעלבן גײַסט (זייער דראַמאַטיש), און מחמת דעם האָט ער זיך באַקומען אויף אַ גאָר אַנדערן ניוואָ, ווי פֿריִער.

אין אָנהייב פֿון שומאַנס פּיעסע „חלומות‟ האָב איך זיך דערמאָנט אין שיקע דריזס „בערעלע שלאָפֿט‟. נאָכן קאָנצערט האָבן ניהיי און אַנדערע מיר געזאָגט, אַז זיי איז זייער געפֿעלן געוואָרן די פּיעסע אין מײַן אויספֿיר און אַז „חלומות‟ זײַנען טאַקע געווען אמתע חלומות. אַוודאי, ווייסן מיר ניט, וואָס קינדער אויף אַן אמתן זעען אין זייערע חלומות… כ׳בין אָבער זיכער, אַז אין דער צוקונפֿט וועט מען דערפֿינדן מכשירים, וועלכע וועלן עס ווײַזן.

מ׳וויל אָרגאַניזירן דאָ אַ פֿעסטיוואַל לכּבֿוד מײַן 50־יאָריקן יובֿל אין דרײַ יאָר אַרום. כ׳האָב קיין קאָנקרעטן ענטפֿער ניט געגעבן, נאָר געזאָגט, אַז אויב מיר וועלן עס טאָן, וועל איך קאָנען עס טאָן בלויז נאָך מײַן געבוירן־טאָג, מחמת אין מײַן פֿופֿציקסטן געבוירן־טאָג וויל איך זײַן מיט מײַן מאַמען, און זי, צום באַדויערן, וועט שוין ניט קאָנען קומען קיין יאַפּאַן (הגם זי וואָלט עס זייער געוואָלט). דעם אמת געזאָגט, אויף מײַן 50־יאָריקן יובֿל וויל איך שפּילן אין ירושלים. מ׳לייגט עס מיר ניט פֿאָר, וועל איך עס אַליין פֿאָרשלאָגן, אויף אַ ישׂראלדיקן אופֿן.

אַ סך פּחדנישע ידיעות האָב איך געפֿונען הײַנט: פֿון די 96 דעלעגאַציעס אינעם מענטשנרעכט-ראַט פֿון „אונאָ‟ האָבן 75 געלויבט סאַודיעס מענטשנרעכט פּאָליטיק (בתוכם די פּאַלעסטינישע, די כינעזישע, די ווענעסועלישע און אַזוי ווײַטער) — גלײַך נאָך דעם, ווי מ׳האָט געקעפּט דאָרט דאָס אינדאָנעזישע מיידל! אָך, צי וועלן אַמאָל די אינדאָנעזיער, בפֿרט דעם מיידלס משפּחה און פֿרײַנד, עפּעס אָפּלערנען דערפֿון… אפֿשר דעמאָלט וואָלטן זיי סוף-כּל-סוף פֿאַרשטאַנען, ווער זייערע אמתע פֿרײַנד זײַנען (און אינדאָנעזיע איז דאָך דאָס סאַמע פֿילבאַפֿעלקערטע מוסולמענישע לאַנד אין דער וועלט)…

פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט נתּניהו געגעבן אַ „גרינע גאַס‟ פֿאַרן געזעץ וועגן טויטשטראָף פֿאַר טעראָריסטן… אפֿשר וואָלט מען געקאָנט אָרגאַניזירן אַ קאָלעקטיוון פּראָטעסט-בריוו מצד די אָנגעזעענע ישׂראלים (אַזעלכע, ווי שטשאַראַנסקי און אַנדערע)? אין אַזאַ בריוו וואָלט מען געקאָנט זאָגן, אַז די טויטשטראָף פֿאַרקלענערט ניט דעם טעראָריזם, נאָר איז עובֿר די ייִדישע ווערטן, וועלכע אונדזערע אָבֿות (רבי עקיבֿה און אַנדערע) האָבן פּראָקלאַמירט נאָך מיט 2000 יאָר צוריק. כ׳וועל פּרוּוון זיך פֿאַרבינדן מיט עמעצן וועגן דעם.

70% רוסלענדער האָבן גאָרנישט ניט געהערט וועגן די פּײַניקונגען אין דער יאַראָסלאַווער קאָלאָניע. מײַן באַלדיקע אומגעזאַמטע רעאַקציע איז: און וואָס שייך די אַנדערע 30%? וואָס טוען זיי? נאָר אָט האָט די געזעלשאַפֿט אויף הענרי דזשעקסאָנס נאָמען פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַריכט, לויט וועלכן ענגלאַנד און לאָנדאָן בפֿרט איז ממש אָנגעפּיקעוועט מיט רוסלענדישע שפּיאָנען… אין ענגלאַנד ווייסט מען דאָך אַלץ וועגן דעם, וואָס ס׳טוט זיך אין רוסלאַנד! וואָס זשע קאָן מען נאָך דעם פֿאָדערן פֿון די, וואָס לעבן ד אָ ר ט ? יאָ, עס זײַנען תּמיד און אומעטום געווען אַ סך ממזרים און פּשוט מענטשן אָן פּרינציפּן.

אין מיאוסע צײַטן לעבן מיר… קאַרינאָטשקע, אַנטוישט פֿון דעם אַלעמען, האַלט, אַז מ׳דאַרף, לויט וואָלטערן, פּשוט „קולטיווירן דעם אייגענעם גאָרטן‟, — און בײַ מיר אין מײַן „אײַפֿאָן‟ געפֿינט זיך אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון האַלקינס ליד:

„ביז דורכגיין וועט דער שטורעם — בלײַב פֿאַרשטעלט‟.
אַזוי, געדענק איך, ערגעץ שטייט געשריבן.
נאָר רופֿט מיר אָן דאָס אָרט אויף גאָר דער וועלט,
רוף אָפּ זיך דער, וואָס האָט זיך דאָרט פֿאַרקליבן
און רויִק אין באַהעלטעניש געבליבן.

זאָל זײַן, דײַן צעלט שטייט אָפּ אַ שאָס די ווײַט
פֿון מענטשן-רעש, צי גאָר אויף מילי-מײַלן, —
די שטילקייט וועט מיט דיר זיך קנאַפּ פֿאַרווײַלן,
אויף אויפֿטרייסלען פֿון צעלט די שוואַכע זײַלן.

און ווי דער ים, וועט די פֿאַרגעסנהייט
מיט איין פֿאַרפֿלייץ באַווײַזן אָפּצוּווישן
דײַן רו, דײַן דו, און שטעלן זיך צעווישן
וועט קיינער, קיינער… און אָנשטאָט אַ צײַט
פֿאַרגעסן גאָר די וועלט, איר רעש ניט הערן —
וועסטו בײַ דײַן געצעלט פֿאַרגעסן ווערן.

כ׳ווייס ניט, וואָס איך קאָן טאָן, נאָר כ׳בין זיכער, אַז אויב מע וויל עפּעס טאָן און מ׳איז אינערלעך גרייט צו דעם, וועט אַזאַ געלעגנהייט קומען. מ׳דאַרף נאָר זײַן גרייט.

נאָוועמבער 7

אײַנגענומען מעלאַטאָנין און געשלאָפֿן אפֿשר כּמעט 8 שעה נאָכאַנאַנד. צום באַדויערן, ווען איך שלאָף ווייניקער פֿון 8 שעה, איז מיר שווער צו אַרבעטן פֿולווערטיק.

פֿאַרן גיין אַרבעטן האָב איך שפּאַצירט במשך פֿון 20 מינוט אינעם היביִיאַ־פּאַרק. ס׳איז וווּנדערלעך: גאָר ניט קיין גרויסער פּאַרק — און אַזוי פֿיל שיינע ווינקעלעך דאָרטן…

במשך פֿון כּמעט פֿיר שעה געלערנט שאָפּענס 24סטן עטיוד. אַ מסוכּן שווערע פּיעסע איז עס, אַוודאי! מ׳דאַרף אים שפּילן, כּל-זמן כ׳בין נאָך ניט צו אַלט…

נאָך דער אַרבעט בין איך געגאַנגען איבער מאַגאַזינען. געקויפֿט זיך דרײַ פּאָר שיך אויף פֿאַרשיידענע סעזאָנען. די איצטיקע שיך זעען שוין אויס אָפּגעטראָגן. געקויפֿט אויך אייניקע זאַכן פֿאַר דער מאַמען לויט איר בקשה. „שיין איז גינזע אָוונטצײַט‟!

נו, די דעמאָקראַטן האָבן באַקומען אַ מערהייט אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס. איצט וועלן זיי קאָנען פֿאָדערן, אַז טראַמפּ זאָל ווײַזן זײַנע שטײַערן-דעקלאַראַציעס, און דאַן וועלן מיר סוף-כּל-סוף אַלץ וויסן…

templ
אָסאַקאַ, דער אוראַע־פּאַרק און דער יאָסאַקאַ־טעמפּל

נאָוועמבער 8

אײַנגענומען מעלאַטאָנין, אײַנגעשלאָפֿן נאָך 1.30 אַזייגער, אויפֿגעוואַכט 8.30 און מער ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן… געטרונקען אַ סך טיי במשך פֿונעם טאָג (און אַפֿילו אַ ביסל קאַווע).

איבערגעפֿאָרן קיין אָסאַקאַ. איצט פֿאַרנעמט די נסיעה בלויז דריטהאַלבע שעה (600 קילאָמעטער!). אַ סך כינעזער געזען דאָ אינעם האָטעל: סײַ מיטאַרבעטער, סײַ געסט.

געאַרבעט עטלעכע שעה אינעם אַרטיסטן-צימער. דאָרט, אַז מע גייט אַרײַן אינעם טואַלעט, עפֿנט זיך דאָס דעקל פֿונעם קלאָזעט-טאָפּ אַליין, און אַז מע מאַכט איין טראָט אַוועק פֿונעם קלאָזעט-טאָפּ — פֿאַרמאַכט זיך דאָס דעקל אַליין!

פֿאַרבראַכט דעם אָוונט מיט סטיוון [5]. איצט וועל איך אײַננעמען אמתע שלאָפֿמיטלען, כּדי זיך אויסשלאָפֿן און קאָנען מאָרגן אַרבעטן נאָרמאַל.

אָסקאַר ראַבין [6] איז געשטאָרבן… כּבֿוד זײַן אָנדענק!

נאָוועמבער 9

געשלאָפֿן אַ סך. רעפּעטירט אויף דער בינע. אַ מין וווּנדערלעכער זאַל איז דאָ! אַפֿילו בעסער ווי סאַנטאָרי־האָל! בשעת אַ הפֿסקה שפּאַצירט כּמעט פֿערציק מינוט אינעם אוראַע־ און באַזוכט דאָרט דעם סינטאָיִסטישן טעמפּל יאַסאַקאַ.

נאָוועמבער 10

געשלאָפֿן גוט מיט מײַן געוויינטלעכן „פֿאַרקאָנצערט-קאָמפּלעקט‟, הגם נאָך דעם, אַפֿילו פֿאַרן קאָנצערט, האָט זיך מיר געוואָלט שלאָפֿן.

דער עולם דאָ איז אַוודאי מער טעמפּעראַמענטפֿול, ווי אין טאָקיאָ (ווי אומעטום אין דער וועלט: וואָס מער דרום-צו, אַלץ מער זײַנען די מענטשן טעמפּעראַמענטפֿולער); אַפֿילו נאָכן ערשטן נאָקטיורן האָט מען אַפּלאָדירט, און נאָכן פּאָלאָנעז איז כּמעט דער גאַנצער עולם אויפֿגעשטאַנען.

דרײַ הונדערט מענטשן זײַנען געקומען נאָך אויטאָגראַפֿן. איינער פֿון זיי, מיט די ווערטער (אויף ענגליש) „אַ מתּנה פֿאַר אײַך‟, — האָט מיר דערלאַנגט אַ בוך אויף יאַפּאַניש. יאָ, אַז מ׳האָט מוחות אין תחת איז ניטאָ וואָס מקנא צו זײַן… אַ סך זײַנען געקומען מיט מײַן בוך.

נאָוועמבער 11

אײַנגענומען מעלאַטאָנין, גיך אײַנגעשלאָפֿן, נאָר אויפֿגעוואַכט פֿרי (אָבער ס׳איז צו שפּעט אײַנצונעמען אַן אַנדער טאַבלעטקע מעלאַטאָנין) און לאַנג ניט געקאָנט ווידער אײַנשלאָפֿן, בלויז אַ ביסעלע געשלאָפֿן דערנאָך…

פֿאַרבראַכט עטלעכע שעהען אויף דער טעריטאָריע פֿונעם אָסאַקאַ־שלאָס. ס׳איז ממש אַ מחיה פֿאַר די, וואָס האָבן ליב געשיכטע! און דאָ, אין אונטערשייד פֿון רוסלאַנד, זאָגט מען דעם אמת וועגן זייער געשיכטע; אָט, למשל, וואָס און ווי ס׳ווערט דערציילט אין דער שטענדיקער עקספּאָזיציע פֿונעם שלאָס וועגן טאָיאָטאָמי הידעיאָשיס [7] קאָרעיִשער קאַמפּאַניע: „די אַגרעסיווע אַרײַנדרינגונג בראָש מיט הידעיאָשי האָט אויסגעמוטשעט די קאָרעיִשע באַפֿעלקערונג. דער גענאָציד פֿונעם קאָרעיִשן פֿאָלק, בתוכם ציווילע אײַנוווינערס, ווי אויך דאָס פֿאַרכאַפּן ערבֿניקעס, האָט געלאָזט אַ טיפֿן ווייטיק אין זײַן נשמה…‟.

אויפֿן וועג קיין טאָקיאָ געלייענט דעם רעשט פֿון באָריעס ליברעטאָ. כ׳וועל זיך זייער סטאַרען צו טאָן עפּעס נאָכן אומקערן זיך אַהיים קומענדיקן חודש; אייניקע אידעען האָבן אָנגעהויבן קומען תּיכּף, בשעתן לייענען.

נאָוועמבער 12

געשלאָפֿן זייער שלעכט, הגם אײַנגענומען מעלאַטאָנין צוויי מאָל: פֿאַרן לייגן זיך שלאָפֿן און ווען כ׳האָב אויפֿגעוואַכט אין מיטן דער נאַכט.

אַ. האָט מיר איבערגעשיקט אַן אינטערוויו מיטן פּראָפֿעסאָר פֿון „מגימאָ‟ [8] וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו וועגן דעם, אַז עס וואַקסט אַן אומצופֿרידנקייט מצד דעם פֿאָלק צוליב דער פּענסיע-רעפֿאָרם, ווי עס האָבן בולט געוויזן די וואַלן און פּראָטעסטן מיט צוויי חדשים צוריק. אַפֿילו אין „מגימאָ‟, הייסט עס, זײַנען פֿאַראַן מענטשן מיט אַ גראָדן שׂכל!

[1] אַלעקסאַנדר בלאָק (1889־1921) — רוסישער פּאָעט, דראַמאַטורג, איבערזעצער
[2] מײַן איבערזעצערין אין יאַפּאַן סוף 1980ער – אָנהייב 1990ער יאָרן
[3] מלוכישער אַקאַדעמישער מאַריִיִנסקי טעאַטער — טעאַטער פֿון אָפּערע און באַלעט אין סאַנקט־פּעטערבורג
[4] יאַצוגאַטאַקע — אַ קוראָרט אין די בערג
[5] סטיווען איסערליס — אַ באַרימטער וויִאָלאָנטשעליסט (אַן אָפּשטאַמלינג פֿון רמ׳׳א)
[6] אָסקאַר ראַבין (1928־2018) — סאָוועטישער און פֿראַנצייזישער מאָלער
[7] טאָיאָטאָמי הידעיאָשי (1536־1598) — יאַפּאַנישער פּאָליטישער און מיליטערישער טוער
[8] „מגימאָ‟ — מאָסקווער מלוכישער אינסטיטוט פֿון אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s