צוויי קליינע דערציילונגען

kalin-1

עמיל קאַלין

פֿליגלען

איך האָב דערזען שטיין אַ יונגער־מאַן בײַ אַ רונדיק טישל פֿון אַ קאַווע-הויז: אַ שלאַנקער, אַ הויכער, מיט אַ קאָפּ שוואַרצע האָר. געווען איז ער אָנגעטאָן אין אַ ווײַס העמד מיט קורצע אַרבל, קורצע מיליטעריש-גרינע הויזן און די פֿיס — באַרעמלט מיט צוויי פֿינקלענדיקע שוואַרצע סאַנדאַלן.

זײַנע הענט האָבן געפֿלאַטערט און פֿון זײַן מויל האָבן זיך אַרויסגעריסן עטלעכע הבֿרות — מעגלעך, שטיקער רייד, מעגלעך, אַ פּאָר צעקאַליעטשעטע ווערטער, ווי איינער רעדט פֿון שלאָף.

אַ מאַן מיט אַ פֿאַרקנייטשט פּנים און אַ קאָפּ זילבערדיקע האָר, וואָס איך האָב אים ביז אַצינד נישט באַמערקט, איז אויפֿגעשפּרונגען פֿון זײַן בענקל, צוגעגאַנגען צום יונגער־מאַן מיט זיכערע טריט און אַ כאַפּ געטאָן די פֿלאַטערדיקע הענט.

„קום, זיץ‟ — האָט ער רויִק באַפֿוילן און דער יונגער־מאַן האָט געפֿאָלגט, נישט אַרויסלאָזנדיק מער קיין וואָרט.

איך האָב געקוקט אויף זיי: אַ טאַטע און אַ זון.

דער טאַטע האָט צוגעטראָגן דאָס טעפּעלע קאַווע צום מויל, אָנגערירט עס מיט די ליפּן. איך האָב באַטראַכט זײַנע הענט: זיי ראַטעווען אָדער דרוקן אונטער? צי האָט דעם זונס פֿלאַטערן מיט די הענט געזאָלט מיינען דאָס פֿאָכען מיט די הענט פֿון אַ מענטש, וואָס ווערט דערטרונקען און פּרוּווט זיך האַלטן אויפֿן אויבערפֿלאַך? און אפֿשר זענען די הענט זײַנע גאָר פֿליגלען פֿון אַ פֿויגל, וואָס קלײַבט זיך פֿליִען העט ווײַט? און אפֿשר איז אים באַשערט זיך טאָפּטשען צווישן אונדז אויף דער ערד?

איך האָב געקוקט אויף דעם יונגער־מאַן און געווינטשט אים, ער זאָל געפֿינען זײַנע אמתע פֿליגלען און אַליין באַשליסן, וואָס מיט זיי צו טאָן.

chelovek-i-ego-sobaka

גלית

גלית — דעם נאָמען פֿונעם פּלישתּישן ריז, וואָס האָט געקעמפֿט מיט דוד-המלך, האָב איך געגעבן דעם מאָגער הינטעלע. כ׳האָב עס געפֿונען אויף דער שכנותדיקער גאַס.

לכתחילה, האָב איך בכלל נישט געוואָלט האָבן צו טאָן מיט אים. איך האָב גראָד דעמאָלט געהאַט נישט קיין קליין פּעקל צרות און, נאַטירלעך, זיך ניט געריסן צוצוגעבן צו דעם נאָך אַ פּעקעלע.

נאָר מײַנע זינדיקע אויגן אָדער גיכער דער שׂכל, וואָס איך פֿאַרמאָג נישט, האָבן מיך אַרײַנגעצויגן אין אַ נײַער פּאַסטקע. איך האָב ממש נישט געקאָנט אָפּרײַסן אַן אויג פֿון גליתן: איך האָב באַטראַכט זײַן שטויביקע פֿעל, די שטאַרצנדיקע ריפּן, די פֿאַרבלאָטיקטע קרומע פֿיסעלעך, די ווײַסע פֿלעקן אַרום דער מאָרדע…

דאָס אַלץ, ווי עס זאָל נישט זײַן, איז געווען נאָך צו דערלײַדן. אין יענער צײַט האָבן זיך אויף די בוקאַרעשטער גאַסן אַרומגעדרייט איבערגענוג היימלאָזע הינט. אָבער די טרויערדיקע שוואַרצע אויגן פֿון גליתן האָבן געקוקט אויף מיר אָנגעפֿילט מיט חכמה און רחמנות. דעם צער־בעלי-חיים איז נישט בײַצושטיין.

בין איך צוגעגאַנגען צו אים און ער האָט זיך תּיכּף געגעבן אַ לאָז צו מיר.
איך האָב אים אַ גלעט געטאָן איבערן קאָפּ און געפֿרעגט: „ווי קומסטו אַהער? פֿון וועמען ביסטו אַנטלאָפֿן? פֿון דער סעקורעטאַטע*?‟

דאָס וואָרט „סעקורעטאַטע‟ האָב איך שוין נישט אַרויסגערעדט, עס איז געבליבן שטעקן ערגעץ צווישן דעם מוח און די ליפּן. בעסער אַזוי, ווײַל ווי מע זאָגט: יעדער מויער האָט אַן אויער.

געווען איז דאָס אַ שטיקל צײַט נאָך דער רעוואָלוציע. די אַרמיי האָט שוין געפּאַקט טשאַושעסקו אין איינעם מיט זײַן פּלוניתטע, אים געמישפּט און שנעל אַרײַנגעשאָסן אַ קויל אין קאָפּ. דאָס האָט געזאָלט מאַכן אַ סוף צו דער „סעקורעטאַטע‟, און דאָך, איז די מורא נישט אָפּגעטראָטן.

איך האב גענומען גליתן צו זיך אַהיים, געקאָרמעט אים מיט וואָס עס איז מיר נאָר געקומען צו דער האַנט: אַ שטיקעלע ברינזע, אַ זויערע אוגערקע, אַ ריפֿטל מאַמעליגע. גולית האָט אַלץ אַרײַנגעשלונגען אין איין אויגנבליק און זיך צעלייגט אויפֿן אַלטן קיליעמל, וואָס איך האָב אים אויסגעשפּרייט לעבן דעם טעלעוויזאָר.

נאָך מיטאָג האָב איך אַרויסגעטראָגן פֿון דער שטוב אַ בענקל און עס געשטעלט אין דעם גערטנדל, וואָס האָט זיך ווילד צעוואַקסן צווישן די אַרומיקע הײַזער.

גולית איז געלעגן לעבן מיר, געלעקט מיט אימפּעט די לאַפּעס זײַנע און צומאָל אַרויסגעלאָזט אַ קוויטשיק האַווקעניש מעה בעל-הבית. איך האָב געפּרוּווט צו לייענען אַ צײַטונג, אָבער דער קאָפּ איז מיר נישט געלעגן דערצו. האָב איך גענומען דערציילן גליתן וועגן מײַן ווײַב פּערל, וואָס איז מסוכּן קראַנק. זי האָט געקראָגן יענע-מחלה, אַ ראַק, און זי ראַנגלט זיך מיטן מלאך-המוות. זי ליגט אין אַ זייער שלעכטן שפּיטאָל. טאָמער קלאָגט זיך עמעצער, אַז ס׳איז שמוציק, גיט מען אים באַלד אַ בעזען אין דער האַנט און גיי רוים און וואַש אַליין. געהערט נאָך אַזוינס אין אײַער לעבן?

די קראַנקן-שוועסטער זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט, געבן נישט קיין אַכט אויף די קראַנקע, בעטן נישט איבער די בעטן. דאַרף מען זיי גיבן אין האַנט אַרײַן, כּדי זיי זאָלן מאַכן אַ גרויסע טובֿה און איבערבעטן דעם געלעגער.

און גלית האָט אַלץ אויסגעהערט און געקוקט אויף מיר מיט קלוגע אויגן. ר’האָט אַלץ פֿאַרשטאַנען, כאָטש נישט אַרויסגעלאָזט קיין פּיפּס. אויף אים קען מען זיך פֿאַרלאָזן מיט פֿאַרמאַכטע אויגן.

צו מאָרגנס האָב איך אים גענומען אויף אַ שפּאַציר אין פּאַרק. ער האָט זיך צוגעשמעקט צו די ביימער, און איך האָב אים שטיל דערציילט וועגן דעם טאָג, ווען מע האָט מיך דעמאַסקירט בײַ דער אַרבעט. ס׳איז געווען אַ גרויסע זיצונג, אַלע אַרבעטער האָבן זיך באַטייליקט. מ׳האָט געמוזט.

דער שעף איז אויפֿגעשטאַנען און מיך אָפֿן באַשולדיקט אין סאַבאָטאַזש, דערמאָנט מײַן „נישט געזונטן‟ אָפּשטאַם, די שוועסטער, וואָס לעבט אין ישׂראל, דעם פֿעטער אין אַמעריקע… הלוואַי וואָלט ער כאָטש געשיקט פּעקלעך. וואָס האָב איך געקאָנט טאָן? האָב איך געמוזט דאָס אַלץ איבערקומען. בין איך געשטאַנען, ווי אַ בליץ וואָלט אין מיר געטראָפֿן, נישט געקענט און נישט געטאָרט פֿאַרלירן קיין וואָרט ניט.

כ׳קום צוריק אַהיים און זאָג פּערלען, אַז מ׳האָט מיר אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט. טוט זי זיך אַ כאַפּ פֿאַרן האַרץ; זאָגט, אַז ס’טוט איר וויי, ס’דריקט. איז געקומען צו אונדז דער דאָקטער, אַ ווײַטער קרובֿ און געזאָגט, אַז זי האָט גאָרנישט, נאָר זי דאַרף זיך אָפּרוען אַ פּאָר טעג.

שפּעטער, אַז איך האָב אים דערציילט וועגן איר ראַק, האָט ער מיר דערקלערט, אַז פֿון אַזאַ פּסיכאָלאָגישן שאָק נעמען זיך טאַקע די געפֿערלעכע קרענק. גיי ווייס, אפֿשר איז עס טאַקע אַזוי ווי ער זאָגט.

איך בין געווען פֿאַרטיפֿט אין די אייגענע מחשבֿות און נישט אַכטונג געגעבן אויף גליתן. פּלוצעם קוק איך זיך אַרום — גלית איז נישטאָ. איך רוף אים — „גולית, גלית!‟ — גאָרנישט. וווּ קען דאָס הינטעלע פֿאַרשוווּנדן ווערן אין אַזאַ קליינעם פּאַרק?

איך גיי אַרויס אויף דער גאַס, שרײַ אויס זײַן נאָמען. אַ פֿרוי שטעלט מיך אָפּ: „דאָס איז אײַער הונט דאָרט?‟ — און זי טײַטלט אויפֿן אָרט, וווּ ס׳איז געלעגן אין מיטן דער גאַס אַ הינטל. בלוט האָט גערונען פֿון זײַן מויל…

„אַן אויטאָ האָט אים איבערגעפֿאָרן‟ — זאָגט זי.

דאָס איז זיכער אַ שטיקל אַרבעט פֿון דער סעקוריטאַטע, בנאמנות…

ינואַר 2019, תּל-אָבֿיבֿ

*סעקורעטאַטע (רומ׳) — רומענישע זיכערהייט־אַגענטור

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s