נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 18

שלום־עליכם, סערווירט אין „שפּילצימער־טעאַטער‟

אין ניו־יאָרק פֿעלן, דאַנקען גאָט, נישט אויס אונטערנעמונגען סײַ דירעקט פֿאַרבונדן מיט ייִדיש, סײַ יענע, וואָס האָבן אַ געוויסן שײַכות מיט ייִדיש. איך וויל דאָ אין מײַנע פֿעברואַר־נאָטיצן זיך אַ ביסל גענויער אָפּשטעלן אויף דער פֿאָרשטעלונג פֿונעם The Playroom Theater, וואָס האָט צוגעצויגן מײַן אויפֿמערק, דהײַנו — „Tevye Served Raw Carnished wits Jews‟ — אויף ייִדיש וואָלט מען עס געקאָנט איבערזעצן בערך אַזוי: „טבֿיה, דערלאַנגט רויערהייט, באַפּוצט מיט ייִדן‟. אויב ווײַטער זיך האַלטן בײַ דעם קולינאַרישן נוסח, וואָלט מען געדאַרפֿט זאָגן, אַז אין דעם טעאַטראַלן „מאַכל‟ באַטייליקן זיך דרײַ „קעכער‟: שיין בייקער, יעלענאַ שמואלענזאָן און אַלען ריקמאַן, וואָס איז אויך דער „שעף־קעכער‟, אָדער ווי מע זאָגט אויף פּשוט מאַמע־לשון, דער קאָכלעפֿל (רעזשיסאָר) פֿונעם ספּעקטאַקל.

alan
אַלען ריקמאַן אין דער ראָלע פֿון טבֿיה

שוין פֿונעם נאָמען אַליין, ווערט קלאָר, אַז דער „הויפּט־אינגרידיענט‟ פֿון דעם געמיש איז טבֿיה דער מילכיקער, זײַן הויזגעזינד, ווי אויך אַנדערע טיפּן פֿון שלום־עליכמס ווערק, בתוכם מנחם־מענדל און זײַן פּלוניתטע, אײַזנבאַן־פּאַסאַזשירן און אַנדערע.

פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס אַראָפּברענגען ווידער טבֿיהן קיין ניו־יאָרק איז נישט קיין צופֿעליקע זאַך. נאָך דעם באַרימטן מיוזיקל „דער פֿידלער אויפֿן דאַך‟ איז טבֿיה דער מילכיקער פֿון אַנאַטעווקע געוואָרן אַ סימבאָל פֿונעם גאַנצן אייראָפּעיִשן ייִדנטום אין די אויגן פֿון אַמעריקאַנער און נישט נאָר אַמעריקאַנער. אַזוי אַז, אויב איר ווילט „פֿאַרנאַרן‟ דעם פּובליקום אין אַ ייִדישן טעאַטער, איז גענוג אים צו דערמאָנען דעם נאָמען טבֿיה, בפֿרט אין אַ קולינאַרישן קאָנטעקסט…

עס קאָן זײַן אַזוי און עס קאָן זײַן נישט אַזוי. דער אמת איז, אַז הײַנט מוז מען טאַקע כיטרעווען, כּדי אַרײַנצושלעפּן דעם עולם אויף אַ ייִדישער פֿאָרשטעלונג (כ׳רעד שוין נישט וועגן פֿאַרקויפֿן אַ ייִדיש בוך). צוליב דעם איז טאַקע אונדזער טבֿיה „אונטערגעטראָגן‟ געוואָרן דעם עולם סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש; און כ׳וויל באַטאָנען, אַז געטאָן איז עס געוואָרן מײַסטעריש אינעם אַלגעמיינעם גאַנג פֿון דער פֿאָרשטעלונג. די ענגלישע איבערזעצונג (אַדאַפּטירט און געמאַכט פֿון ריקמאַן און בייקער) פֿלעכט זיך אָרגאַניש צונויף מיט די ייִדישע דיאַלאָגן. נאָך מער: זיי דערמאָנען אַ סצענע, ווען צווישן דעם סוחר און קונה איז דאָ דער מעקלער, וואָס וויל יוצא זײַן פֿאַר ביידע צדדים און ערלעך פֿאַרדינען זײַנע פּאָר גראָשנס.

ס׳איז געווען אַ גלענצנדיקער רעזשיסאָרישער אײַנפֿאַל, גלענצנדיק אויסגעפֿירט אויף דער בינע. בכלל איז די גאַנצע פֿאָרשטעלוג, געבויט מיט מינימאַלע קינסטלערישע און טעכנישע מיטלען, פֿול מיט אָריגינעלע פּיטשעווקעס און טעאַטראַלע קונצן. יעדער פֿון די אַקטיאָרן שפּילט עטלעכע ראָלעס, וואָס מיינט, אַז אין עטלעכע ווײַלעס מוזן זיי נישט בלויז בײַטן די בגדים, נאָר „אויסטאָן פֿון זיך‟ איין געשטאַלט און „אָנטאָן‟ אַן אַנדער געשטאַלט.

 

This slideshow requires JavaScript.

ס׳איז קלאָר, אַז דער צענטראַלער העלד איז טבֿיה. ער איז דער הויפּט־אַקס, אויף וועלכן עס האַלט זיך די פֿאָרשטעלונג. אַלען ריקמאַן, וואָס שפּילט די דאָזיקע ראָלע, האָט געפֿונען זײַן אייגענעם נוסח, כאָטש אָפּרײַסן זיך פֿון דעם טעאַטראַלן טבֿיה־סטעריאָטיפּ, געשאַפֿן פֿון מאָריס שוואַרץ, איז גאָר נישט לײַכט. בפֿרט אַז די סצענעס, אײַנגעשלאָסן אין דער פֿאָרשטעלונג, זײַנען גענומען דווקא פֿון מאָריס שוואַרצס אינסצעניזאַציע פֿון „טבֿיה דער מילכיקער‟.

קאַליידאָסקאָפּיש קאָלירפֿול און פֿאַרשיידנאַרטיק ווערן אויסגעשפּילט די אַנדערע פּערסאָנאַזשן פֿון שלום־עליכמס ווערק — ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס זײַנען אינעם געשיכטע־פֿײַער פֿון 20סטן יאָרהונדערט שוין נישט איין מאָל פֿאַרברענט געוואָרן און דאָך, לעבן זיי יעדעס מאָל ווידער אויף צו דערמאָנען דער וועלט, אַז מיר זײַנען דאָ און וועלן זײַן דאָ מאָרגן אויך.

אין זײַן רעזשיסאָרישן קאָמענטאַר האָט אַלען ריקמאַן געשריבן, אַז „די פֿאָרשטעלונג ׳טביה, דערלאַנגט רויערהייט׳ איז אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס איז ווי צעשפּאָלטן אויף צוויי טיילן… איין טייל טראָגט אין זיך דעם ייִדישן שלום־עליכמדיקן הומאָר, וועלכער האָט אַרויסגעוויזן אַ גרויסע השפּעה אויפֿן אַלגעמיינעם אַמעריקאַנער הומאָר… דער צווייטער טייל, שילדערט די ביטערע דאָליע, וואָס די ייִדן אין צאַרישן רוסלאַנד, האָבן אויף זיך אויסגעפּרוּווט…‟ איבער אַ מיליאָן פֿון יענע ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט די אַלטע היים און זײַנען געקומען קיין אַמעריקע סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. נישט ווייניק מענטשן אין זאַל, וואָס זײַנען געקומען זען די פֿאָרשטעלונג, שטאַמען אָפּ פֿון יענע אימיגראַנטן.

וויל זיך טאַקע זאָגן, אַז דאָס טעאַטראַלע מאַכל איז געווען באַטעמט און געשמאַק. נאָך מער: דער עולם האָט געלעקט די פֿינגער און געהאַט אַ טאָפּלטן פֿאַרגעניגן: דאָס ערשטע מאָל — פֿונעם הערן ייִדיש און דאָס צווייטע מאָל — פֿונעם פֿאַרשטיין עס אויף ענגליש.

פֿעברואַר, 2019, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s