לאה שלאַנגער
ווי כ’האב שוין געשריבן אין איינעם פֿון מײַנע אַרטיקלען, זעט מען בפֿירוש אַ נײַע באַציִונג צו דער ייִדישער ליטעראַטור און קונסט בײַ אונדז אין לאַנד. דער נײַער דור איז דווקא פֿאַראינטערעסירט צו שעפּן פֿון די ייִדישע אוצרות — דראַמאַטורגיע, פּאָעזיע, פּראָזע. אָבער ווי זאָגט מען: „בעסער שפּעטער איידער קיין מאָל נישט‟.
נאָך די אויפֿפֿירונגען פֿון שלום אַש, יעקבֿ גאָרדין, איציק מאַנגער, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, דעם דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן אַבֿרהם סוצקעווער און זײַנע שאַפֿונגען קאָן מען איצט זען אויף דער העברעיִשער בינע פֿונעם „גשר‟־טעאַטער די פּיעסע „העבד‟ — לויט יצחק באַשעוויס-זינגערס בוך „דער קנעכט‟. דאָס איז אַ נײַע אַדאַפּטאַציע פֿאַר דער בינע, מיט אַ נײַעם רעזשיסאָרישן קוק פֿון דעם קינסלערישן לייטער און רעזשיסאָר יעווגעני אַריה.

ס’איז נישט לײַכט צו אַדאַפּטירן אַ ראָמאַן פֿאַר דער בינע, דערצו נאָך פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער, וועגן דער תּקופֿה פֿון 17טן יאָרהונדערט אין באָגדאַן כמיעלניצקיס צײַטן. אַ טעאַטער האָט זײַנע געזעצן. די פֿאָרשטעלונג דאַרף באַפֿרידיקן אונדז וויזועל און פֿאָנעטיש, ס’הייסט, זײַן אינטערעסאַנט פֿאַרן אויג און דײַטלעך פֿאַרן אויער. יעווגעני אַריה מיט זײַן אַנסאַמבל האָבן עס אונדז צוגעשטעלט אַזוי, ווי באַשעוויס-זינגער האָט זיי געשילדערט אין זײַן בוך. דער הויפּט־העלד פֿונעם ראָמאַן, דער קנעכט יעקבֿ זעט אינעם ראָמאַן אויס אַזוי: „אַ הויכער, אַ גלײַכער מיט בלויע אויגן, לאַנגע ברוינע האָר, אַ ברוינע באָרד, גייט באָרוועס, אין לײַנענע הויזן, וואָס האָבן דערגרייכט ביז די קנעכלען, אין אַ זשופּיצע פֿול מיט ריסן און לאַטעס און אַ שעפּסן היטל. דאָס פּנים בלאַס‟. און אַזאַ האָבן מיר געזען אויף דער בינע דעם אַקטיאָר ישׂראל (סאַשאַ) דעמידאָוו אין דער ראָלע פֿון יעקבֿ דעם קנעכט.

דעמידאָוו איז אַן אייגנאַרטיקער, טאַלאַנטירטער אַקטיאָר, איינער פֿון די פֿירנדיקע אַקטיאָרן אין „גשר‟־טעאַטער פֿון סאַמע אָנהייב אָן. צווישן יעקבֿן און דער קריסטין וואַנדאַ (לענאַ פֿרײַפֿעלד) פֿלעכט זיך אויס אַ גרויסע ליבע, ממש ווי עס שטייט אין „שיר־השירים‟: “עזה כּמוות אַהבֿה‟ (שטאַרק, ווי דער טויט, איז די ליבע).
אויב מיט איין וואָרט וועלן איבערגעבן וועגן וואָס עס איז די פֿאָרשטעלונג, וואָלט מען געדאַרפֿט זאָגן — וועגן אַ גרויסער אוממעגלעכער ליבע. די דאָזיקע ליבע איז מקריבֿ דעם מענטשלעכן פֿאַנאַטיזם סײַ בײַ קריסטן און סײַ בײַ ייִדן. ווי עס זאָגט אין דער פֿאָרשטעלונג וואַנדאַ: „צום סוף זײַנען מיר פֿרעמדע אומעטום, סײַ בײַ אונדז און סײַ בײַ אײַך‟. די גרויסע ליבע ברענט נישט אינעם פֿײַער פֿון די שרעקלעכע פּאָגראָמען אויף ייִדן, וועלכע זײַנען ממשיך געווען אויף פֿאַרשידענע אופֿנים אויך שפּעטער, ווי מיר ווייסן.

און דאָס וויכטיקסטע, וואָס עס בלײַבט נאָך דער פֿאָרשטעלונג: זי צווינגט אונדז זיך אַרומקוקן אינעם הײַנט און זיך פֿאַרטראַכטן וועגן דעם מאָרגן.
צי איז מיר די פֿאָרשטעלונג געפֿעלן געוואָרן? יאָ און ווידער — יאָ! ס’איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו זען אַ ספּעקטאַקל, וואָס איז געמאַכט מיט שׂכל, מיט אַ כּוונה, מיט אַ טעאַטראַלער קולטור, מיט אַ גוטן אַנסאַמבל אַקטיאָרן. קיין צופֿעליקער פּרט איז דאָרט נישטאָ — אַלץ איז דורכגעטראַכט: די דעקאָראַציעס, די קאָסטיומען, דער אויסוואַל פֿון די אַקטיאָרן, וואָס אייניקע פֿירן אויס עטלעכע ראָלעס. כ’וואָלט געראָטן גיין און זען די פֿאָרשטעלונג.
עס איז כּדאַי צו וויסן, אַז די פֿאָרשטעלונג „העבד‟ האָט יעווגעני אַריה שוין געהאַט אויפֿגעפֿירט אין זײַן טעאַטער אין יאָר 2002. זי איז דעמאָלט געשפּילט געוואָרן איבער 300 מאָל און געוואָרן איינע פֿון די וויכטיקסטע פֿאָרשטעלונגען אינעם רעפּערטואַר פֿון „געשר‟־טעאַטער. זי האָט באַקומען 5 פּרײַזן פֿון דער ישׂראלדיקער טעאַטער־אַקאַדעמיע, אויך פּרעזענטירט ישׂראל אין די וויכטיקע טעאַטערס איבער דער וועלט — אין אַמעריקע, רוסלאַנד, עסטלאַנד, לעטלאַנד און אַנדערע לענדער. דאָס מאָל האָט די פֿאָרשטעלונג באַקומען אַ נײַע אַדאַפּטאַציע.

אין שײַכות מיט דער האָפֿענונג, אַז די ייִדישע קולטור־אוצרות וועלן אַרויסרופֿן אַלץ מער און מער אינטערעס, וויל איך דערציילן אַ געשיכטע, וואָס ס׳האָט מיר דערציילט באַשעוויסעס זון, ישׂראל זמיר, אַליין אַ שרײַבער און איבערזעצער אויף העברעיִש, — איז ער געפֿאָרן אויף זײַן פֿאָטערס לוויה. בשעת־מעשׂה האָט ער געטראַכט, וואָס וואָלט זײַן פֿאָטער געוואָלט, ער זאָל זאָגן אינעם הספּד. געוויס, דער פֿאָטער וואָלט געזאָגט: „זאָג גאָרנישט, אָבער אויב דו ווילסט שוין יאָ עפּעס זאָגן, איז דערצייל אַ מעשׂה. מענטשן האָבן ליב מעשׂיות.‟
און אָט איז די מעשׂה:
„אין אַ טאָג האָבן מיר, מײַן פֿאָטער און איך, שפּאַצירט אויף בראָדוויי און דער פֿאָטער, ווי געווענטלעך, האָט געוואָרפֿן קערלעך פֿאַר די טויבן. פּלוצים איז צו אונדז צוגעקומען אַ פּאָליציאַנט און געזאגט: ׳הער, ס’איז נישט דערלויבט פֿאַרמיסטיקן די גאַס!’ — , דאַן האָט מײַן פֿאָטער געזאָגט: ׳אַדוני פּאָליציאַנט, ס’איז קאַלט און די הונגעריקע טײַבעלעך באַהאַלטן זיך אויף די דעכער, וווּ ס’יאָגט אַ ווינט, מיט דער האָפֿענונג, אַז עמעצער וועט זיך מרחם זײַן און זיי אָנקאָרמען. ווער ווייסט, אפֿשר אינעם קומענדיקן גילגול וועלן מיר ביידע צוריק קומען אין געשטאַלט פֿון הונגעריקע טויבן. דער פּאָליציאַנט האָט אויף אונדז אַ קוק געטאָן, מ’האָט געזען, אַז פֿריִער האָט ער זיך קיין מאָל נישט געטראָפֿן מיט אַזאַ אויסטײַטש. ׳אָבער ס’איז קעגן דעם געזעץ׳, — האט ער געזאָגט. מיר זײַנען אַוועק. אויף צו מאָרגן זײַנען מיר צוריק געקומען צום זעלבן אָרט. דער פֿאָטער האָט זיך ארומגעקוקט צי עפּעס אַ פּאָליציאַנט זעט נישט; און ווען דאָס זעקל איז געוואָרן ליידיק, איז פֿונעם באַר אַרויס דער זעלבער פּאָליציאַנט. צוגעלאָפֿן צו מײַן פֿאָטער, האָט ער פֿון דער קעשענע אַרויסגענומען דאָס בוך „די שפּעטע ליבע‟ און געבעטן: ׳הער זינגער, קאָנט איר מיר עס אונטערשרײַבן?..׳ מיט פֿאַרוווּנדערונג האָט מײַן פֿאָטער עס שנעל אונטערגעשריבן. אויב א ניו-יאָרקער פּאָליציאַנט בעט בײַ אַ ייִדישן שרײַבער אַן אויטאָגראַף איז נאָך אַלץ דאָ אַ האָפֿענונג‟ — האָט פֿאַרענדיקט זמיר.