די געשיכטע פֿון ייִדן אין בעמען און מערן (3)

מיכאל דונאַיעווסקי

גזירות פֿון די קירך-ראַטן קעגן ייִדן, געטאָס…

ווי אין אַ סך אייראָפּיִשע לענדער, איז ביז אָנהייב 13טן י״ה אויך אין בעמען און מערן געווען דער יורידישער סטאַטוס בײַ ייִדן פֿאָרמעל אַ נאָרמאַלער. דער מצבֿ אָבער האָט זיך זייער שטאַרק פֿאַרערגערט נאָך דער זיצונג פֿונעם פֿערטן לוטעראַנער קירך-ראַט אין יאָר 1215, וואָס איז צונויפֿגערופֿן געוואָרן דורכן פּויפּס אינוצינט דעם דריטן (1198-1216). דער ראַט האָט באַשטימט און באַשטעטיקט אין גאַנצן אָפּזינדערן די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין די קריסטלעכע לענדער, וואָס איז צום ערשטן מאָל געווען דערקלערט נאָך אין יאָר 1179 דורך אַ פֿריִערדיקן קירך-ראַט, און דערמיט געהייסן אַלע ייִדן טראָגן אַ באַזונדערן סימן.

ferdinand 1
קיניג פֿערדינאַנד דער ערשטער

די ספּעציעלע סימנים האָבן געהאַט אין פֿאַרשיידענע לענדער און צײַטן גאָר משונה-מאָדנע פֿאָרמעס. די ייִדן האָבן געמוזט אומבאַדינגט אָנטאָן ספּעציעלע מלבושים (מאַנטלען, כּל-מיני מאָדנע היטלען, אַפֿילו גלעקלעך, געלע טורבאַנען אין מוכאַמעדאַנער לענדער און אַזוי ווײַטער); אָדער קאָלירטע סימבאָלן אויף בגדים (סטענגעס, געלע רעדלעך, רימענס…). גזירות וועגן כּלערליי באַזונדערע מלבושים און סימנים זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן זייער אָפֿט, צומאָל זענען די גזירות געווען פֿאַרבונדן מיטן שערן בערד און האָר אויפֿן קאָפּ. אַזעלכע גזירות זענען דערקלערט און באַשטעטיקט געוואָרן צו אָפֿט, דערפֿאַר לאָזט זיך מיינען, אַז די גזירות זענען אין דער אמתן ניט תּמיד מקוים געוואָרן…

די ייִדן האָבן זיך טאַקע באַמיט אויסצומײַדן די גזירות און צומאָל זענען זיי געווען אונטערגעשטיצט אויך דורך די מלוכה-אַמטן. צום בײַשפּיל, דער טשעכישער אַמט (דער הויפּט-מלוכה-אַמט אין בעמען) האָט אין יאָר 1551 געוואָנדן אַכט פֿונעם קיניג פֿערדינאַנד דעם ערשטן אויף דעם, אַז טראָגן דעם ספּעציעלן סימן איז זייער געפֿערלעך, ווײַל צוליב אים בלײַבן די ייִדן „אָפֿן פֿאַרן בייזן עמך‟. גזירות וועגן באַזונגערע סימנים פֿאַר ייִדן זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן אין טשעכישע לענדער נאָך צוויי מאָל, דהײַנו: אין דער צײַט פֿון מאַריע-טערעזיעס רעגירונג אין די יאָרן 1750 און אין 1760. זיי זענען אויך מבטל געוואָרן דורכן קיסר יוסף דעם צווייטן אין יאָר 1781, ווי ס׳האָט זיך דעמאָלט געדוכט — אויף אייביק… די נאַציסטן, ימח-שמם, האָבן די גזירות באַנײַט…

די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדן און ניט-ייִדן זענען געווען שטאַרק באַגרענעצט נאָך פֿון אָנהייב 13טן י״ה, און פֿלעגן פֿאָרקומען (אויסער דער רענעסאַנס-תּקופֿה), דער עיקר, אין מיסחר אָדער אין געריכט. דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג איז געווען פֿאַרווערט צו פֿירן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט ייִדן, זיי מקבל-פּנים זײַן אין די קריסטלעכע הײַזער, צי פֿאַרקערט, באַגריסט צו ווערן מצד די ייִדן אין די ייִדישע הײַזער. אינטימע באַציִונגען צווישן די ייִדן און ניט-ייִדן זענען באַשטראָפֿט געוואָרן מיט טויט.

sokhrim
ייִדישע סוחרים, 13טער י״ה

בערך פֿון 13טן י״ה אָן איז די ייִדן דערלויבט געוואָרן צו וווינען נאָר אין באַגרענעצטע פֿאַרמאַכטע „ייִדישע גאַסן‟ צי קליינע קוואַרטאַלן, וואָס זענען שפּעטער אָנגערופֿן געוואָרן געטאָס. אין געוויסע צײַטן און באַדינגונגען האָבן די ייִדן געקענט פֿאַרלאָזן די געטאָס, אָבער אַזאַ פּריווילעגיע פֿלעגט באַקומען נאָר אַ באַגרענעצטע צאָל אָנערקענטע ייִדן — די רײַכסטע סוחרים, דאָקטוירים, אויסערגעוויינטלעכע געלערנטע צי אויסגעצייכנטע בעל-מלאָכות. די אָפּזונדערונג פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין מערבֿ-און צענטראַל-אייראָפּע איז בהדרגה מבֿטל געוואָרן צום סוף 18טן י״ה. אין עסטרײַך, צו וועלכער בעמען און מערן האָבן אין יענעם פּעריאָד געהערט, איז די אָפּזונדערונג פֿאַקטיש אָנגעגאַנגען ביזן יאָר 1848.

לויט די קאַנאָן־געזעצן פֿון דער קאַטוילישער קירך זענען די ייִדן אין משך פֿון 12טן און 13טן י״ה אָנערקענט געווען ווי „שקלאַפֿן און תּפֿיסהניקעס פֿון דער רוימישער אימפּעריע‟; דערפֿאַר האָבן די ייִדן ניט געטאָרט נעמען אויף אַרבעט קריסטן, פֿאַרמאָגן באָדן, באַאַרבעטן ערד. די קריסטלעכע מיטל־עלטערלעכע סבֿיבֿה האָט צוגעטיילט די ייִדן, ווי דעם הויפּט-מקור פֿאַר זייער פּרנסה, זיך אָפּצוגעבן מיט וואָכערײַ, דאָס הייסט, אַנטלײַען געלט אויף פּראָצענטן. זיך אָפּגעבן דעדמיט איז די קריסטן פֿאַרווערט געווען. קיין אַנדערע מעגלעכקייטן צו ציִען פּרנסה זענען כּמעט ניט געווען. אין אַ סך מלאָכות זענען פֿאַר די ייִדן פּשוט פֿאַרווערט געווען… שפּעטער זענען פֿאָרט געציילטע מלאָכות דערלויבט געוואָרן, אָבער בלויז אין די מויערן פֿון דער געטאָ. קיין צוטריט צו קריסטלעכע פֿאַכצעכן האָבן די ייִדן ניט געהאַט. די סיטואַציע פֿון האַנדלען מיט סחורות האָט אין פֿאַרשידענע ערטער און תּקופֿות אויסגעזען אַנדערש, אָבער אין אַלגעמיין קען מען זאָגן, אַז די ייִדן האָבן געהאַט אַ רשות פֿרײַ צו האַנדלען מיט סחורות נאָר אין די געטאָס און אומעטום, וווּ זיי האָבן ניט פֿאָרגעשטעלט מיט זיך קיין קאָנקורענץ פֿאַר זייערע קריסטלעכע שכנים…

vikuekh
אַ רעליגיעזער וויכּוח צווישן די ייִדישע און קריסטלעכע געלערנטע

דער סטאַטוס פֿון ייִדן אין דער קריסטלעכער סבֿיבֿה האָט זיך אין גאַנצן געענדערט אין 13טן י״ה. די ייִדן זענען געוואָרן אין גאַנצן אַ באַזונדערע גרופּע פֿון דער באַפֿעלקערונג, וואָס איז געשטאַנען אויסער דער געזעלשאַפֿטלעכער היעראַרכיע אין יענער צײַט. זיי זענען געוואָרן אָפּגעשטויסן צום ראַנד פֿון דער געזעלשאַפֿט; געוואָרן „סערווי קאַמערע רעגיע‟ — שקלאַפֿן צי דינערס פֿון אַ קיניגס אַמט. די ייִדן האָבן לויטן געזעץ געהערט דירעקט צו אַ קיניג! זיי זענען געוואָרן ממש אָפּהענגיק פֿון דעם קיניגס ווילן. איצט איז נאָר דער קיניג געווען באַפֿולמעכטיקט צו טאָן אַלץ, וואָס ער האָט געוואָלט מיטן ייִדישן פֿאַרמעגן, עקזיסטענץ, רעכט צו וווינען און אַרבעטן, אַריבערציִען זיך אויף אַן אַנדער אָרט אָדער פֿאַרקערט, זיך באַזעצן, וווּ ער וויל. די ייִדן האָבן געמוזט צאָלן פֿאַר אַלצדינג, דער עיקר, פֿאַרן דערלויבן זיי זיך צו באַזעצן און אַ צוזאָג (!) פֿון אַ יורידישער באַשיצונג, וואָס איז תּמיד געווען צײַטווײַליק און אָפֿט — צו פֿאָרמעל. דער קיניג האָט געהאַט חזקה אויף ייִדן ווי אויף שלאָגן מינצן, שטײַערן פֿון בריק און וועגן, אַרויסבאַקומען אַרץ, קוילן, זילבער פֿון דער ערד…

און אויף אַזאַ אופֿן האָט דער קיניג באַהאַנדלט די ייִדישע באַפֿעלקערונג…

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s