די אָפּגעשטויסענע (5)

בערל קאָטלערמאַן

5

דער כאַרבינער רבֿ אַהרן-משה קיסין האָט אויסגעדריקט מיט אָנגענומענע שיינע ווערטער זײַן אָפּשײַ דעם יונגן קאָלעגע, זאָל זײַן ליכט שײַנען. ער האָט זיך באַקלאָגט אויף קאָפּווייטיקן, וועלכע האָבן אַ ביסל אָפּגעלאָזט אין די לעצטע טעג, אָבער נאָך אַלץ געבן אים ניט קיין מעגלעכקייט זיך אַוועקזעצן און זיך פֿאַרטיפֿן אין דער פֿאָרשונג פֿון אַזאַ ערנסטן און פֿאַראַנטוואָרטלעכן ענין, ווי דאָס באַפֿרײַען אַן עגונה, וואָס פֿאָדערט אַ סך עיון און נאָך מער ישובֿ-דעת. „וואָס קען מען דאָ זאָגן?‟ — האָט ער געפֿרעגט רעטאָריש. — „אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר — מע טאָר ניט שווײַגן אין אַזעלכע גוואַלדיק וויכטיקע ענינים, כאָטש סע ווילט זיך שטאַרק. זאָלן מיר פֿאַרמאָגן דאָ אין אונדזערע תּחומים גרויסע גדולי-תּורה, וואָלט איך אַוודאי זיך אָפּגעהאַלטן פֿון אַרויסזאָגן מײַן חוות-דעת. נאָר ווײַט זײַנען מיר פֿון די תּורה-צענטערס אין רוסלאַנד און פּוילן, און ניטאָ צו וועמען זיך ווענדן מיט די האַרבע קושיות, אַזוי אַז איך פֿיל זיך מחוייב, נאָך אַ געוויסן עיון אין דער גמרא און אין די פּוסקים, צו באַהויפּטן אין דער שאלה. איך בעט נאָר אין מײַנע תּפֿילות, אַז דער אייבערשטער יתברך זאָל מיר אַרויסהעלפֿן נישט געשטרויכלט צו ווערן אינעם דבֿר-הלכה…‟

kotlerman - 1
לויט אָט די אַלע נימוקים, איז נישטאָ קיין שום מעגלעכקייט צו באַפֿרײַען די עגונה…

נאָך די־אָ ווערטער איז רבי דײַנאָ געוואָרן שטאַרק הייס. אויב דער בכּבֿודיקער רבֿ קיסין האַלט, אַז עס נייטיקט זיך דאָ אַן אמתער תּלמיד-חכם, טאָ ווי לעכערלעך האָט אים מסתּמא אויסגעזען זײַן, רבי דײַנאָס, עם-הארצישע לייזונג?

ווײַטער האָט דער רבֿ קיסין קורץ און תּמציתדיק פֿאַרסכהכּלט דעם גאַנצן מצבֿ פֿון דאָס נײַ:

„דער געוויסער אַבֿרהם בר”ב נטע רבינאָוויטש פֿון די מאַנזשוריער תּושבֿים, וואָס איז אַרויסגעפֿאָרן קיין מאָנגאָליע צוליב זײַן מיסחר, איז שוין נעלם אַרום דרײַ חודשים און ס’איז אַרויס אַ קול, אַז ער איז דערהרגעט געוואָרן אין מאָנגאָליע פֿון גזלנים, און וועגן דעם האָט דער חשובֿער רבֿ דײַנאָ נ”י אָפּגענומען עדות.

„ר’ מנחם-מענדל טאָמאַשינסקי האָט איבערגעגעבן, אַז זײַנע באַקאַנטע בוריאַטן האָבן אים דערציילט, ווי זיי האָבן געזען די גזלנים נעמען מיט זיך אַבֿרהם רבינאָוויטשן און דערנאָך האָבן זיי געזען די זעלבע גזלנים פֿאָרן אָן אים. דערווײַל זײַנען אָנגעקומען אויף יענעם אָרט די ברידער רובינטשיק, און די גזלנים האָבן געסטראַשעט זיי צו הרגענען, זאָגנדיק, אַז איינעם אַ ייִד האָבן זיי שוין דערהרגעט, און אַוועקגענומען זייער האָב-און-גוטס. די גזלנים האָבן מסתּמא געמיינט רבינאָוויטשן ר”ל, ווײַל קיין אַנדערע ייִדן זײַנען דעמאָלט ניט געווען אין יענע קאַנטן.

„ר’ טאָמאַשינסקי האָט געשיקט די בוריאַטן אויסצוזוכן דעם פֿאַרפֿאַלענעם. די בוריאַטן האָבן אים ניט געפֿונען, אָבער זיי האָבן געזען אויפֿן וועג אַ שאַרבן מיט אַ גאָלדענעם צאָן אין דער אייבערשטער שורה. נאָך דעם, ווי איינער אַ מאָנגאָל האָט אַרויסגעריסן דעם צאָן און אים איבערגעגעבן זייער אַ ׳צדיק׳, האָבן די בוריאַטן געבראַכט דעם שאַרבן ר’ טאָמאַשינסקין, שוין אָן אַ צאָן. ר’ רבינאָוויטש האָט טאַקע געהאַט אַ גאָלדענעם צאָן אין דער אייבערשטער שורה. און נאָך האָט איבערגעגעבן ר’ טאָמאַשינסקי, אַז פֿונעם רוסישן אײַזנבאַן-אינספּעקטאָר האָט ער געהערט, אַז יענער האָט געהערט פֿון אַ מאָנגאָלישן מיליציאָנער וועגן דעם מאָרד פֿון רבינאָוויטשן און אַז צוויי מאָנגאָלן האָבן געזען דעם מאָרד מיט זייערע אייגענע אויגן.

„דער צווייטער עדות, ר’ יקותיאל-יצחק פֿורסמאַן, האָט אויך געטענהט, אַז נאָך דעם, ווי די בוריאַטן האָבן דערציילט וועגן דעם שאַרבן, האָט מען געשיקט אַן אויטאָמאָביל מיט אַ שאָפֿער, כּדי אויסצופֿאָרשן דעם ענין. דער שאָפֿער האָט געזען דעם שאַרבן און לעבן אים אַ העמדאַרבל און אַ שטיקל שטאָף פֿון דעם זעלבן העמד. לויט ר’ פֿורסמאַן, איז עס דאָס זעלבע לײַבהעמד, וואָס איז געווען אויף רבינאָוויטשן פֿאַרן אָפּפֿאָרן אַהיים פֿון מאָנגאָליע, פֿון סעראַפֿינקע ווי אַלע אַנדערע זײַנע העמדער, מיט פּאַסן און קניפּלעך ווי אויף אַנדערע זײַנע העמדער. ער האָט אויך געהערט, אַז רבינאָוויטשן האָט מען געהרגעט אין מאָנגאָליע ווי אַ נקמה, ווײַל ער האָט זיך געמישפּט מיט עמעצן צוליב אַ טשערעדע שאָף, וואָס מע האָט בײַ אים אַוועקגעגנבעט פֿאַראַיאָרן. דאָס איז דער אינהאַלט פֿון די עדותן, וועלכע דער חשובֿער רבֿ דײַנאָ נ”י האָט אָפּגענומען…‟

רבי דײַנאָ האָט פֿאָרגעזעצט לייענען ווײַטער, און זײַן פּנים האָט זיך פֿאַרגאָסן מיט רויטס.

„דער חשובֿער רבֿ האָט באַגרינדעט זײַן היתּר אויפֿן סמך פֿונעם העמדאַרבל. סע לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל, אַז לפֿי אַזאַ סימן קען מען באַפֿרײַען אַן עגונה — דער „שולחן ערוך‟ פּסקנט פֿון אַ מעגלעכקייט, אַז אַ העמד קען מען אַנטלײַען. דער עדות האָט געטענהט, אַז ער האָט געזען רבינאָוויטשן אָנגעטאָן דווקא אין אַזאַ העמד פֿאַר זײַן אָפּפֿאָרן פֿון מאָנגאָליע אַהיים. אויב אָבער מיר וועלן אַפֿילו דערלאָזן, אַז באַלד נאָך דעם האָט רבינאָוויטש נישט איבערגעגעבן זײַן העמד צו אַן אַנדער מענטש, איז קיין וואָרט נישטאָ אין דער גמרא און בײַ די פּוסקים וועגן אַ געוויסער צײַט, וואָס שײַך די מעגלעכקייט פֿון אַנטלײַען. הייסט עס, אַז ס’איז דאָ אַזאַ מעגלעכקייט נאָך אַ סך צײַט, און נישטאָ נאָך אַ ביסל צײַט. לאָמיר אָבער דערלאָזן אַ סבֿרא, אַז קיין אונטערשייד, וויפֿל צײַט איז אַריבער, אַ סך צי אַ ביסל, איז נישטאָ, און אַז מע קען אַנטלײַען אַ העמד אין משך פֿון גאָר אַ קורצער צײַט.

„דער ׳נודע ביהודה׳ (ת’ ס’) דערקענט אַ חילוק צווישן פֿאַר שבת און נאָך שבת, ווײַל ס’איז נישט געווען אָנגענומען צו בײַטן אַ לײַבהעמד בעת שבת, אָבער אין אונדזערע טעג און אין היגע ערטער, איז נישטאָ אַזאַ חילוק, פֿאַרשטייט זיך, ווײַל ס’איז שוין לאַנג פֿאַרשפּרייט צו בײַטן העמדער בעת שבת גם כן.

„אַזוי, ווי מע זאָל ניט קוקן דערויף, פֿאַלט די מעגלעכקייט פֿון אַנטלײַען אָפּ נאָר דעמאָלט, ווען אַן עדות האָט פּערזענלעך דערקענט דעם אַרבל, אָדער דער אַרבל האָט געטראָגט אויף זיך אַ באַזונדערן סימן, ׳סימן מובֿהק׳. אונדזער עדות דערקלערט ניט, צי האָט ער דערקענט ממש דעם אַרבל, און עס גלייבט זיך קוים, אַז ער האָט פֿריִער געזען מיט זײַנע אייגענע אויגן אַ העמד, וואָס מע טראָגט אונטער אַלע בגדים און וואָס מע זעט נאָר בשעת שלאָפֿן; און אויך דעמאָלט וועט דאָס אויג ניט באַווײַזן צו זען עס פּרטימדיק. לויט אַלע סימנים, באַגרינדעט זיך דער עדות אויף דעם שטאָף, די פּאַסן און די קניפּלעך, וואָס איז גאָר נישט קיין זיכערער סימן, פּונקט ווי די פֿאַרבן, חוורי וסומקי — בלאַסע און רויטע, זײַנען תּמיד גערעכנט ווי שלעכטע סימנים.

„ווײַטער, דער אַרבל האָט זיך געפֿונען נישט אויפֿן טויטן, נאָר לעבן אַ שאַרבן. אין דעם ׳בית שמואל׳ (ק’ ט’) שטייט, אַז אויך אַזעלכע חפֿצים, וואָס מע אַנטלײַט נישט כּסדר, ווי אַ בײַטל צי אַ רינג, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ סימן-מובֿהק נאָר דעמאָלט, ווען מע געפֿינט זיי אויפֿן טויטן גופֿא, און נישט לעבן אים. עס שטייט וועגן דעם אין ׳גיטין׳. רש”י טײַטשט: ווען מע געפֿינט אַ ׳גט׳-בריוו בײַ עמעצן אין די זאַכן, וועט דער ׳גט׳ זײַן גילטיק נאָר ווען די זאַכן זײַנען געווען בײַ אים אין דער היים, און אויך אין דעם פֿאַל, אַז דער ׳גט׳ זאָל בשום אופֿן נישט ליגן לעבן די זאַכן. און ווען מע געפֿינט איידלשטיינער לעבן אַ בײַטל, טאָ לויט רש”י, געהערן זיי צו דעם בײַטל-אייגנטימער נאָר אויב זיי ליגן נישט ווײַט פֿון ד’ אמות. אין תּוספֿתּא שטייט בלויז איין אמה און נישט מער. און דאָך האָט אונדזער עדות גאָרנישט דערקלערט ווי ווײַט פֿונעם שאַרבן האָט מען געפֿונען דעם אַרבל.

„לויט אָט די אַלע נימוקים, איז נישטאָ קיין שום מעגלעכקייט צו באַפֿרײַען די עגונה, נאָר פֿאַרקערט — ס’איז אַסור, פֿאַרווערט. דערצו איז אַ העמד נישט קיין בײַטל און נישט קיין רינג, וואָס מע אַנטלײַט זיי נישט כּסדר. אַזוי אַז אַפֿילו וואָלט דער עדות דערקענט דעם העמד ממש, אָדער עס וואָלט געווען אַ סימן-מובֿהק אויף אים, טאָ אויך דעמאָלט וואָלט מען ניט געקענט זיך פֿאַרלאָזן אויף אַזאַ עדות אָדער עס אויסניצן ווי אַן אומדירעקטער סניף…‟

* * *

רבינאָוויטש האָט זיך צונויפֿגערעדט זיך טרעפֿן אין אַ וויאָרסט 50 פֿון אורגאַ מיט איינעם אַ רײַכן פֿי-סוחר, כּדי צו דערגאַנצן דעם אײַנקויף פֿון אַ גרויסער פּאַרטיע שאָפֿנפֿעל (רבינאָוויטש האָט שוין געהאַט אַ קליִענט אין ווערכנעאודינסק). די טרעפֿונג איז אַדורך מיט מזל־און־ברכה. דערצו האָט ער באַגעגנט ממש אין דער סבֿיבֿה אַ בן-עיר, איינער יקותיאל פֿורסמאַן, וואָס האָט צוגעזאָגט פּערזענלעך מיטברענגען די שאָפֿנפֿעל קיין מאַנזשוריע מיט זײַן קאַראַוואַן. עס איז פֿאַרבליבן רבינאָוויטשן צו פֿאַרענדיקן נאָך איין קליין געשעפֿטל און — אַהיים.

kotlerman-2
די רײַטערס האָבן זיך פּאַמעלעך דערנענטערט צום וואָגן…

ווי אַ באָנוס, איז דער מאָנגאָלישער פֿי-סוחר געווען גרייט אַרויסצוהעלפֿן רבינאָוויטשן אײַנשטעלן אַ קאָנטאַקט מיט געוויסע „קאַמישינער‟, אַ קאָזאַקישע מאה, וואָס האָט זיך אָפֿגעזונדערט פֿון דער פֿאָן-אונגערנישער אַרמיי און גענישטערט, דער עיקר, אויף דער גרענעץ צווישן דער אויסערלעכער און אינערלעכער מאָנגאָליע, זוכנדיק אַ צופֿעליקע „פּרנסה‟, באַפֿאַלנדיק סוחרים און רײַזנדערס. אין הסכּם מיט ענלעכע באַנדעס פֿלעגן די קאַמישינער אויסמײַדן מאַנזשוריע, וווּ עס האָבן פֿריִער באַלעבאַטעוועט די ממזרים פֿונעם אַטאַמאַן סעמיאָנאָוו און לעצטנס די כינעזער. רבינאָוויטש האָט געהאַט אַן ערנסטן פֿאָרשלאָג צו די קאַמישינער: אין די איצטיקע פֿינצטערע צײַטן וואָלט די באַנדע געקענט זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ בליִענדיקער שוץ-אונטערנעמונג. אַ חוץ דעם, מיט דער הילף פֿון דער באַנדע וואָלט רבינאָוויטש אײַנרעגולירט איינע אַ פּערזענלעכע צרה.

מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, סוף פֿעברואַר 1921, האָבן די אונגערן-מענטשן רעקוויזירט ניט ווײַט פֿון דער רוסישער גרענעץ אַ טשערעדע שאָף, וואָס האָט געהערט צו רבינאָוויטשן. אָפֿיציעלע בריוו מיט פּראָטעסטן, וואָס רבינאָוויטש האָט געשיקט קיין אורגאַ, האָבן זיך אומגעקערט מיט אַ צושריפֿט: „דער ענין האָט זיך פֿאַרמאַכט צוליב דער אָפּוועזנהייט פֿונעם געמאָנטן‟. לויט זײַנע קאַנאַלן האָט רבינאָוויטש אויסגעפֿאָרשט, אַז די רעקוויזיציע איז געווען אַ פּריוואַטע איניציאַטיוו פֿון איינעם אַ קאָזאַקישן אונטער-אָפֿיציר טאַפּכאַיעוו. יענער איז געווען אונטערגעוואָרפֿן פֿאָן-אונגערן, אָבער, ווי געוויינטלעך, האָט ער אומאָפּהענגיק געגוואַלדעוועט מיט זײַנע רויבער אויפֿן צפֿון פֿון דער אויסערלעכער מאָנגאָליע. לויט רבינאָוויטשס פּלאַן, וואָלט „זײַן‟ באַנדע „קידנעפּט‟ דעם פֿרעכן אונטער-אָפֿיציר און צוגעוואָרפֿן אים דירעקט צו די מאַכט-אָרגאַנען פֿון אורגאַ, כּדי פֿאָן-אונגערן, וואָס האָט פֿײַנט געהאַט זעלבסטשטענדיקע טריט אין זײַן אַרמיי, זאָל שוין אַרויסשלאָגן פֿון יענעם דאָס ביסל לעבן.

דרייענדיק אינעם קאָפּ פֿאַרשיידענע כיטרע פּלענער, האָט רבינאָוויטש ניט איבעריק גיך מאַנעוורירט מיט זײַן באַדעקטן וואָגן, אײַנגעשפּאַנט אין צוויי פֿעסטע פֿערדלעך, צווישן שטיינער און קאָלדאָבינעס פֿונעם מאַנזשורער טראַקט. ווי געוויינטלעך, האָבן אים באַגלייט דרײַ רײַטנדיקע „אולאַטשי‟ — באַוואָפֿנטע וועגווײַזער-בוריאַטן. אין אַזאַ שווערער צײַט האָט יעדער סוחר געמוזט זיך באַוואָרענען מיט אייגענע זיכערקייט-מיטלען. פּלוצעם האָבן רבינאָוויטשס געדאַנקען איבערגעריסן עטלעכע שיסערײַ-קלאַנגען. אַרויסרוקנדיק דעם קאָפּ פֿון אונטער דעם פֿאָרהאַנג, האָט ער באַמערקט אויפֿן וועג אַ רײַטנדיקער גרופּע פֿון אַן ערך פֿופֿצן מענטשן. די בוריאַטן האָבן זיך אָפּגעשטעלט און, אָפּהאַלטנדיק די טאַנצנדיקע פֿערד, גענומען עפּעס הייס אַרומריידן אויף זייער לשון. אַרויס פֿונעם וואָגן, איז רבינאָוויטש געבליבן שטיין זיך האַלטנדיק פֿאַר דעם וואָגנס הילצערנעם ווענטל, הינטער וועלכן עס איז געלעגן זײַן געטרײַע ביקס „דרײַלינייקע‟, פֿאַרדעקט מיטן פּעלץ.

די רײַטערס האָבן זיך פּאַמעלעך דערנענטערט צום וואָגן. לויט די אַרמיייִשע עלעמענטן אין זייער קליידונג איז געווען קלאָר, אַז זיי זײַנען געוועזענע רוסישע סאָלדאַטן. „ווער זענט איר?‟ — האָט מיט אַ טיפֿן באַס אַ שרײַ געטאָן איינער פֿון זיי, אַ באַבערדיקטער מאַנצביל אין אַ שעפּסענער פּאַפּאַכע, ברייטע גאַליפֿע-הויזן און אַן אָפּגעבליאַקעטעוון אָפֿיציר-קיטל מיט אָפּגעריסענע עפּאָלעטן. „פֿון מאַנזשוריע זענען מיר‟, — האָט געאײַלט צו ענטפֿערן רבינאָוויטש. „צי זענט איר פֿון די קאַמישינער?‟ — האָט ער צוגעגעבן מיט אַ געמאַכטער אינטאָנאַציע פֿון חשדנות און שׂימחה צוזאַמען.

דערווײַל זײַנען די אולאַטשי זיך צעגאַנגען אין די זײַטן, געבנדיק דעם וועג די רוסישע רײַטערס. „און אויב יאָ פֿון די קאַמישינער, טאָ וואָס?‟ — האָט זיך אומפֿרײַנדלעך אָפּגערופֿן דער באַבערדיקטער, דרייענדיק די לייצעס אין דער האַנט. „האָב איך טאַקע מיט אײַך געדאַרפֿט זיך טרעפֿן בײַ דאַווינדאַלן!‟ — האָט אָפּגעענטפֿערט רבינאָוויטש מיט אַ געמאַכט געלעכטערל. „ווער ביסטע?‟ — האָט נאָך אַלץ גראָבלעך פֿאָרגעזעצט זײַנע אויספֿרעגן דער באַבערדיקטער מיט דעם זעלבן דראָענדיקן טאָן. דערמיט האָט ער צוגעשאָקלט זײַנע שותּפֿים. יענע האָבן אָפּגעלאָזט די צוימען און געגעבן זייערע פֿערד צו פֿאַרזוכן די פֿאַרשטויבטע גראָזן בײַם ראַנד פֿונעם טראַקט. „כ’בין אַ סוחר, אַבראַם נאַטאַנאָוויטש רבינאָוויטש, כ’האָב אַ פּריוואַטע זאַך צו דעם אַטאַמאַן קאַמישין‟, — האָט רבינאָוויטש געענטפֿערט מיט שטאָלץ. „ווי זאָגסטע, נאַטאַנאָוויטש-רבינאָוויטש?.. ביסטע פֿאָרט פֿון די זשידעס? מיר האָבן אָקאָרשט געקוילעט איינעם אַזאַ‟.

די באַנדיטן האָבן זיך פֿרעך צעגאָגאָטשעט, נאָר רבינאָוויטש האָט זיך ניט פֿאַרלוירן: „כ’בין אַ רוסישער אונטערטאַן, געבוירענער אין מאַלאָראָסיע, כ’לײַד מיט דער גאַנצער נשמה פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿונעם היימלאַנד פֿון די רויטע נבֿלות‟. די באַנדיטן האָבן אויפֿגעהערט צו לאַכן און אַ קוק געטאָן אויף זייער הויפּט. יענער האָט אָפּגעשוויגן אַ ווײַלע און ענדלעך אַרויסגערעדט מיט חשיבֿות: „נו, קער אויף צוריק דעם וואָגן און, הײַדאַ מיט אונדז צום אַטאַמאַן. ס’איז ניט ווײַט. און די קאַסאָקע־לײַט, — ער האָט אַ פֿאָכע געטאָן מיט דער האַנט אין דער ריכטונג פֿון די בוריאַטן, — לאָז זיי פֿאָרן אַהיים. מיט אונדז, האָסטע דאָ ניט פֿאַר וועמען זיך שרעקן‟. די בוריאַטן האָבן אַ פֿרעגנדיקן קוק געטאָן אויף רבינאָוויטשן און, נאָך זײַן באַשטעטיקונג, בן-רגע זײַנען זיי נעלם געוואָרן אינעם שטויביקן וואָלקן.

רבינאָוויטש האָט פֿאַרראָכטן זײַן קאַרטוז און, ניט אײַלנדיק, זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן לעבן זײַן וואָגן, באַגלייט פֿונעם רײַטנדיקן באַבערדיקטן פּאַרשוין. „וואָס הערט זיך עפּעס אין אורגאַ?‟ — האָט ער אַ ביסל שפּעטער אַ פֿרעג געטאָן דעם מענטשן, קוקנדיק אין אַ זײַט און ניט אַרויסווײַזנדיק קיין איבעריקן אינטערעס. „ביסטע אַראָפּ פֿון הימל?‟ — האָט זיך גראָב אָפּגערופֿן דער קאָזאַק. „די רויטע האָבן פֿאַרכאַפּט אורגאַ, מיט דער הילף פֿון… נו, ווי הייסט ער, סוכעבאַטאָר מיט זײַנע ‘טאָוואַרישטשעס’…‟ — „אַזוי?..‟ — האָט זיך אין דער אמתן געחידושט רבינאָוויטש. — „און וווּ איז באַראָן פֿאָן-אונגערן?‟ — „דער טײַוול ווייסט וווּ ער איז… אַנטלאָפֿן! עס פּראַווען דאָרטן בײַ די רויטע דײַנע פֿרײַנט זשידעס, קענסט אויסקלערן בײַ זיי, — דער קאָזאַק האָט אַ שפּײַ געטאָן און געוואָרפֿן אַ פֿײַנטלעכן בליק אויף רבינאָוויטשן. „זיי האָבן שוין לאַנג געוואָלט מיט אים זיך אָפּרעכענען אין נאָמען פֿון דער רעוואָלוציע, פֿאַר זייערע אויסגעהרגעטע ברידער. נאָר יענער האָט באַשלאָסן נישט צו וואַרטן און, פֿיו, דער פֿויגל איז אַוועקגעפֿלויגן און ניט פֿאַרגעסן צופֿאַרכאַפּן מיט זיך די געלטער‟. — „וואָסערע געלטער?‟ — האָט מאַשינעל איבערגעפֿרעגט רבינאָוויטש, פּרוּוונדיק, ווי מעגלעך גיך, אַנאַליזירן די נײַע אינפֿאָרמאַציע. — „וואָסערע געלטער? דאָס גאַנצע גאָלד פֿון די אורגינער בענק‟.

די שטילקייט איז געשטאַנען אַ שטיקל צײַט, איבעררײַסנדיק זיך נאָר מיטן כראָפּ פֿון פֿערד און סקריפּ פֿון די וואָגן-רעדער. „און וווּ זײַנען די רויטע איצט?‟ — האָט נאָכאַמאָל אַ פֿרעג געטאָן רבינאָוויטש, פֿאַרגעסנדיק פֿון דער אָקאָרשטער סכּנה. „מסתּמא זוכן זיי נאָך אונגערן. ער איז זיכער אויפֿן וועג קיין מאַנזשוריע‟. דער באַנדיט האָט אַ ווײַלע געשוויגן און צוגעבורטשעט זיך אונטער זײַן נאָז: „און דער טראַקט קיין מאַנזשוריע איז דאָך נאָר איינער. נישטאָ מער אונדזער טײַערן פֿויגל וווּ זיך צו באַהאַלטן…‟

רבינאָוויטש האָט שוין זייער קלאָר געכאַפּט די גאַנצע מעשׂה.

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s