יעווגעני קיסין
(אָנהייב: דעצעמבער־, יאַנואַר־נומערן)
אָקטאָבער 25
געלייגט זיך שלאָפֿן 1.20 בײַ נאַכט, אָנגעשטעלט דעם וועקער אויף 10.30 און אײַנגענומען מעלאַטאָנין; אויפֿגעוואַכט 7.15 און אײַנגענומען נאָך איין פּיל. אין לעצטן סך–הכּל בין איך אפֿשר געשלאָפֿן 8 שעה; נאָר כ׳פֿיל זיך סײַ־ווי ניט אויסגעשלאָפֿן… געטרונקען אַ סך טיי בשעתן פֿליִען קיין סעול. פֿונדעסטוועגן, מיין איך, האָב איך זיך סוף–כּל–סוף אַדאַפּטירט צו דער נײַער צײַט–זאָנע.
אויסגעלערנט נאָך עטלעכע פּאַראַגראַפֿן פֿון ראַבינאָוויטשס אַרטיקל.
אָקטאָבער 26
אײַנגענומען אַליוו PM און ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן. מיט העכער צוויי שעה שפּעטער אײַנגענומען מעלאַטאָנין, אָבער נאָך לאַנג ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן. אפֿשר הערן אויף צו ווירקן די שלאָפֿמיטלען — אַזוינס איז מיר גוט באַקאַנט…
די פֿרוי, וואָס באַגלייט מיך דאָ, האָט מיר געוויזן זייער אַ בילדערישן באַרג (בפֿרט איצט, אָסיען-צײַט) און אויף אים, ניט ווײַט פֿונעם קאָנצערט-זאַל, שטייט דער פּרעכטיקער דאַעסונגסאַ־טעמפּל. לעם טעמפּל, צווישן אַנדערע זאַכן, פֿאַרקויפֿט מען אויך כּשרן קונזשוט-אייל!

פֿאַרבראַכט דעם אָוונט מיט צוויי פֿרויען פֿונעם אָרטיקן מענעדזשמענט. זיי האָבן דערציילט, אַז טשונג [1] פּרוּווט שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטן קאָרעיִשן אָרקעסטער (פֿון מוזיקאַנטן סײַ פֿון דרום־קאָרעע, סײַ פֿון צפֿון־קאָרעע), און געפֿרעגט, צי איך וואָלט געוואָלט שפּילן מיט אַזאַ אָרקעסטער. כ׳האָב געענטפֿערט, אַז מ׳דאַרף זען, וואָס וועט זיך באַקומען פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט, מחמת אויב די מאַכטהאָבערס פֿון צפֿון־קאָרעע וועלן דערלויבן צו שאַפֿן אַזאַ אָרקעסטער, וועלן זיי טאָן אַלץ, כּדי אויסצוניצן דעם אויפֿטו אין זייערע אינטערעסן. כ׳האָב דערקלערט, אַז אויב אַפֿילו אַזאַ אָרקעסטער וועט אויפֿטרעטן אין אַנדערע לענדער, וועלן אים דאָרט בלי-ספֿק באַגלייטן צפֿון־קאָרעיִשע אַגענטן. ס׳איז זייער צווייפֿלהאַפֿטיק, אַז ס׳וועט זײַן דערלויבט די צפֿון־קאָרעיִשע מוזיקאַנטן צו קאָנטאַקטירן מיט זייערע דרומדיקע קאָלעגעס; אַז אפֿשר וועט מען מוזן אונטערקויפֿן די דאָזיקע אַגענטן… אָבער אַפֿילו כאַבאַר וועט גאָרנישט ניט גאַראַנטירן, מחמת ס׳רובֿ מענטשן, וועלכע אַרבעטן אין אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס זײַנען געמיינע לײַט… ס׳האָט אויסגעזען, אַז די פֿרויען האָבן עס פֿאַרשטאַנען, הגם, ווער ווייסט? ס׳רובֿ מערבֿדיקע מענטשן זײַנען פּשוט ניט מסוגל צו פֿאַרשטיין אַזעלכע זאַכן אין דער פֿולער מאָס, ווײַל עס שטימט ניט מיטן נאָרמאַלן, ציוויליזירטן מענטאַליטעט. און דווקא צוליב דער זעלבער סיבה קאָנען אַ סך מערבֿדיקע מענטשן ניט פֿאַרשטיין און אָנערקענען דעם פֿאַקט, אַז טעריטאָריעלע הנחות מצד ישׂראל לטובֿת די פּאַלעסטינישע אַראַבער, מאַכן נאָך גרעסער די סכּנה, מחמת זיי פֿאַרקלענערן ניט, נאָר פֿאַרקערט, סטימולירן דעם טעראָריזם…
קאַראַטשענצאָוו [2] איז געשטאָרבן… כּבֿוד זײַן אָנדענק, אַ מערקווירדיקער אַקטיאָר געווען!
און אין אַמעריקע שיקט מען אַליין-געמאַכטע באָמבעס צו אָנגעזעענע דעמאָקראַטן און טראַמפּס קריטיקער. אַזוינס, אויף וויפֿל איך געדענק, איז דאָרט נאָך ניט געווען. דערלעבט…
אָקטאָבער 27
אײַנגענומען אַנדערע שלאָפֿמיטלען, ווי אויך וואַלעריאַנקע, און געשלאָפֿן גוט.
שפּאַצירט אַ האַלבע שעה מיט דער פֿרוי, וואָס באַגלייט מיך דאָ, אַרום דעם קאָנצערט–זאַל. דאָרטן געפֿינען זיך אויך: אַן אָפּערע–טעאַטער, אַ קאָנסערוואַטאָריע, אַ בילדונג–צענטער פֿון טראַדיציאָנעלער קאָרעיִשער מוזיק, אַ ספּציעלער קאָנצערט–זאַל פֿאַר טראַדיציאָנעלער קאָרעיִשער מוזיק, אַ טראַדיציאָנעלער קאָרעיִשער טעאַטער, אַ קלאַסישער דראַמאַטישער טעאַטער, אַ ספּעציעלער בנין פֿאַר רעפּעטיציעס פֿונעם קאָרעיִשן נאַציאָנאַלן אָרקעסטער… הײַנט איז געווען אַ זוניקער טאָג (הגם אַ קאַלטער). אַ מחיה!

די אַלטע שטאָט געפֿינט זיך, צום באַדויערן, אַ האַלבע שעה פֿאָרן מיטן אויטאָ סײַ פֿון מײַן האָטעל, סײַ פֿונעם קאָנצערט-זאַל, דעריבער האָב איך נאָך ניט באַוויזן זיך אַרויסרײַסן אַהין. אפֿשר ערבֿ מײַן קאָנצערט אין סוף נאָוועמבער, ווען כ׳וועל שפּילן דאָ מיטן אָרקעסטער ליסטס קאָנצערט…
מײַן באַגלייטערין האָט דערציילט, אַז מ׳פֿירט איבער די הויפּטשטאָט אין סעדזשאָנג, מחמת סעול איז געוואָרן זייער געדיכט-באַפֿעלקערט און טײַער (הגם סינגאַפּור, וווּ זי וווינט איצט, איז אַ סך טײַערער).
אויסגעלערנט ראַבינאָוויטשס אַרטיקל ביזן סוף.
אָקטאָבער 28
אײַנגענומען מײַן „פֿאַרקאָנצערט-קאָמפּלעקט‟ פּילן און געשלאָפֿן גוט, כאָטש ניט תּיכּף אײַנגעשלאָפֿן…
ווי תּמיד דאָ, האָט מיך דער עולם ניט אָפּגעלאָזט פֿון דער בינע. כ׳האָב געמוזט שפּילן 8 ביסן (די לעצטע 4 — ניט פּלאַנירטע). און דערנאָך, במשך פֿון אַ שעה מיט אַ פֿערטל, האָב איך געחתמעט מײַנע קאָמפּאַקטלעך, פּראָגראַמלעך און ביכער (אַ סך מענטשן האָבן געקויפֿט מײַן בוך).

די מוראדיקע ידיעה פֿון פּיטסבורג… כּמעט אַלע זקנים, בתוכם אַ פֿרוי פֿון זיבן און נײַנציק יאָר, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן… אין טײַוואַן, בשעתן שפּילן דעם דריטן טייל פֿון שומאַנס סאָנאַטע (דער אָנהייב און סוף קלינגען ווי אַ טרויער־מאַרש), האָב איך געטראַכט וועגן דעם מאָרד פֿון איין מענטשן — כאַשאָגי, — וואָס איז געשען מיט עטלעכע טעג פֿריִער; הײַנט, בשעתן שפּילן דעם זעלבן טייל, האָב איך געטראַכט, אַז אויף יעדן קאָנצערט איז דאָ וועמענס אָנדענק צו באַערן, ווײַל אַזוי פֿיל בלוט ווערט כּסדר פֿאַרגאָסן אויף דער וועלט. אומגעקערט זיך אינעם האָטעל נאָכן קאָנצערט, האָב איך זיך דערוווּסט וועגן דעם, וואָס ס׳איז געשען אין פּיטסבורג…
פּוטין העכערט דעם פּענסיע-עלטער, און אין דער זעלבער צײַט טיילט ער אויס פֿאַר קובע אַ קרעדיט אויף 50 מיליאָן דאָלאַר, זיי זאָלן אײַנקויפֿן רוסלענדישע מיליטערישע טעכניק (בתוכם טאַנקן!). צי ווייסן די רוסלענדער וועגן דעם?
און אין דער שטאָט קאַזאַן האָט מען פֿאַרן בנין פֿונעם שטאָטראָט אַוועקגעשטעלט „מצבֿות‟ פֿאַר די קרבנות פֿונעם רעזשים: דער יוסטיץ, די פֿרײַע וואַלן, דער אומאָפּהענגיקער פּרעסע, דער פֿרײַהייט פֿון וואָרט, דער קאָנסטיטוציע…
אָקטאָבער 29
סוף-כּל-סוף, בין איך געשלאָפֿן לאַנג, אײַננעמענדיק בלויז איין פּיל פֿון מעלאַטאָנין!..
דורכגעלייענט דעם אָנהייב פֿון באָריעס ליברעטאָ. אַזאַ שיר לכּבֿוד ייִדיש! — ממש ביז טרערן… כ׳וועל טאָן אַלץ, וואָס איז אין מײַנע כּוחות. אַזאַ מיוזיקל וועט אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש (און דורך דעם — אין דער ייִדישער געשיכטע).
אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד זײַנען פֿאָרגעקומען פּראָטעסט-דעמאָנסטראַציעס „פֿאַר אײַערע און אונדזערע קינדער‟. אין מאָסקווע און פּעטערבורג האָט מען פֿאַרהאַלטן העכער 50 מענטשן, אין די אַנדערע שטעט איז אַלץ אַדורך רויִקער. אויך מיט עטלעכע טעג צוריק האָט מען אין קאַזאַן דערלויבט אַוועקצושטעלן יענע סימבאָלישע מצבֿות גלײַך פֿאַרן בנין פֿונעם שטאָטראָט. דורכצופֿירן אַזאַ זאַך אין מאָסקווע, וואָלט געווען אוממעגלעך. שוין זשע זײַנען די מאַכטהאָבערס אין פּראָווינץ מער ליבעראַל? אַ חידוש…
אַ מיטגליד פֿונעם אָרגאַניזיר־קאָמיטעט פֿון „רוסישן מאַרש‟ האָט געמאָלדן, אַז „די אויפֿגאַבע פֿון די נאַציאָנאַליסטן איז צו שאַפֿן אַ נײַע באַוועגונג, געגרינדעט אויף די אידעאַלן פֿון פֿרײַהייט און דעמאָקראַטיע‟ — ממש ווי מע זינגט אין יענעם חסידישן ליד: „ניסים, ניסים, ניסים, ניסים, ניסים אָן אַ שיעור‟…
אָנגעקומען קיין יאַפּאַן אויף אַ חודש.
ניהיי [3] האָט דערציילט, אַז דער אימפּעראַטאָר האָט בדעה אַוועקצוגיין אויף פּענסיע, אַזוי אַז אין קומענדיקן יאָר וועט זיך אָנהייבן אַ נײַע תּקופֿה.
סודזוקי-סאַן [4] האָט דערציילט וועגן דעם לגמרי נײַעם פֿענאָמען אין דער יאַפּאַנישער געשיכטע: די הײַנטיקע יוגנט וויל ניט אַרבעטן. די שוואַרצע אַרבעט אין לאַנד פֿילן אויס די כינעזער און וויעטנאַמער, וואָס קומען אַהין ווי סטודענטן און פֿאַרבלײַבן דאָ אומלעגאַל (אַ סך פֿון די דאָזיקע וויעטנאַמער הייבן אָן שפּעטער פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאַרברעכערישער טעטיקייט: גנבֿות וכדומה), — און די היגע יונגע־לײַט זײַנען געוואָרן פֿויל און לעבן אויפֿן חשבון פֿון זייערע עלטערן.
כ׳האָב סוף-כּל-סוף אָנגעשריבן אַניען. זי האָט תּיכּף געענטפֿערט, אַז ס׳איז אַ טעקסט פֿון רעמאַרקס [5] אַ ראָמאַן (וואָס איך האָב ניט געלייענט), און איר טאָכטער האָט פּשוט ניט געטראַכט וועגן דעם, ווי אַזוי יענער פּאַסאַזש קלינגט הײַנט; אַוודאי וועט זי אים אַרויסוואַרפֿן. דערנאָך האָט קאַרינאָטשקע מיר דערקלערט, אַז די גאַנצע פּיעסע איז אָנגעשריבן אויפֿן יסוד פֿון רעמאַרקס ראָמאַן (זי האָט אים אויך ניט געלייענט).
אָקטאָבער 30
אײַנגענומען מעלאַטאָנין. זיך אויפֿגעכאַפּט 4.15, אין אַ שעה אַרום ווידער אײַנגענומען מעלאַטאָנין, אָבער נאָך לאַנג ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן…
שוין אַ האַלבער חודש זינט מיר האָבן זיך צעשיידט מיט קאַרינאָטשקען. נאָך אַ האַלבן חודש צו וואַרטן…
הײַנט וועט די מאַמע אין ניו־יאָרק פֿאָרן צום טאַטן אויפֿן בית-עולם…
מ׳האָט אויפֿגעבויט אַ סך נײַע בנינים: צווישן מײַן האָטעל און דער סטודיע, וווּ איך אַרבעט, צווישן מײַן האָטעל און גינזע [6], און אַפֿילו אויף גינזע גופֿא. סודזוקי-סאַן האָט געזאָגט: „במשך פֿון פֿיר יאָר בין איך ניט געווען אויף גינזע — און גלײַך ווי געקומען פֿון אַ פּראָווינץ!‟. אין טײַפּיי זעען אַ סך מאָדערנע בנינים אויס מיאוס; אין סעול זײַנען זיי אַלע געמאַכט פֿון אַ גוטן מאַטעריאַל, ניטאָ קיין קאָנדיציאָנערן אָדער דראָטן אין דרויסן; און אין טאָקיאָ זײַנען די בנינים ממש שיין!

נעכטן, פּרוּוונדיק אַרײַנשטעקן דעם שנור פֿונעם עלעקטרישן גאָלמעסערל אין דער ראָזעטקע, האָב איך אים איבערגעבראָכן (די ראָזעטקע איז געווען אַ ביסל ברייטער). הײַנט בין איך געגאַנגען מיט סודזוקי-סאַן אין אַ גרויסן אוניווערמאַג. דאָרטן האָט כּסדר געקלונגען אַ ווײַבעריש קול, וואָס האָט רעקלאַמירט פֿאַרשיידענע סחורות אויף יאַפּאַניש, קאָרעיִש און כינעזיש; סודזוקי-סאַן האָט דערקלערט, אַז אַ סך קאָרעיִשע און כינעזישע טוריסטן קומען צו באַזוכן יאַפּאַן. די כינעזער קויפֿן דאָרט אײַן מעדיקאָמענטן און קאָסמעטיק. געזען דאָרטן אויך דרײַ רוסן: מסתּמא, אַ מוטער מיט צוויי קינדער פֿון אַ יאָר צוואַנציק. אויף גינזע האָב איך געזען צוויי רוסישע פֿרויען פֿון מיטעלע יאָרן מיט בולטע סימנים אויף די פּנימער פֿון פּלאַסטישער כירורגיע; די עלטערע פֿרוי האָט געשלעפּט גאָר אַ גרויסן טשעמאָדאַן אויף רעדערלעך. מחמת דעם, וואָס נאָכן אײַנקויפֿן אַ נײַעם שנור האָב איך געמוזט אַרויסוואַרפֿן דעם אַלטן, האָב איך צום ערשטן מאָל באַמערקט, אַז אויף די גאַסן דאָ איז לחלוטין ניטאָ קיין מיסטקעסטלעך. סודזוקי-סאַן האָט דערקלערט, אַז מ׳האָט זיי אַוועקגענומען פֿון די גאַסן נאָך אין די 1980ער יאָרן, מחמת די טעראָריסטן פֿלעגן אין זיי אַרײַנלייגן באָמבעס.
סודזוקי-סאַן האָט אויך דערציילט, ווי בשעת דער אָלימפּיאַדע אין סעול אין 1988, ווען עס זײַנען ניט געווען קיין דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און דרום־קאָרעע, האָט דער באַלעט פֿונעם „באָלשוי טעאַטער‟ און אַ סאָוועטישער אָרקעסטער אויפֿגעטראָטן אין סעול אין די ראַמען פֿון דער אָלימפּיאַדע, און „דזשאַפּאַן אַרטס‟ האָט געהאָלפֿן צו אָרגאַניזירן יענע אונטערנעמונגען. דעריבער האָט ער, סודזוקי-סאַן, איבערגעזעצט אויף די טרעפֿונגען פֿון די סאָוועטישע טשינאָווניקעס פֿונעם קולטור-מיניסטעריום און די פֿאָרשטייער פֿונעם אָלימפּישן אָרגקאָמיטעט, וועלכע זײַנען געווען מענטשן פֿונעם פֿאַרמלחמהדיקן דור און האָבן גערעדט יאַפּאַניש בעסער ווי די יאַפּאַנער.
אין בראַזיל איז אַצינד אַ נײַער פּרעזידענט, וואָס די רעכטע מאַסן-מעדיאַ האַלט אים פֿאַר אַ „רעכטן‟, און די לינקע — פֿאַר אַן „עקסטרעם רעכטן‟. ער איז אַן אָנהענגער פֿון ישׂראל. די בראַזיליער ייִדן מיינען אַפֿילו, אַז ער וועט איבערפֿירן די אַמבאַסאַדע קיין ירושלים. יאָ, אין „אינטערעסאַנטע‟ צײַטן לעבן מיר…
אַ סך מענטשן באַשולדיקן טראַמפּן אין דער פּיטסבורגער הריגה. העכער 70 טויזנט דאָרטיקע ייִדן האָבן געחתמעט אַ בריוו מיט אַזאַ מין מעלדונג: „אונדזער ייִדישע געמיינדע איז ניט די איינציקע גרופּע, וואָס איר האָט אַרויסגעשטעלט ווי אַ צילברעט.‟. נו, אויב צו זײַן יושרדיק, איז דאָס אַוודאי צו פֿיל, הגם אין אומדירעקטן זינען איז דער תּוך פֿון די באַשולדיקונגען פֿאַרשטענדלעך.
אָקטאָבער 31
געוואָלט שלאָפֿן. גאָרנישט ניט אײַנגענומען, און ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן. געמוזט אײַננומען מעלאַטאָנין און געשלאָפֿן בעסער, ווי נעכטן, הגם כ׳פֿיל זיך ניט-אויסגעשלאָפֿן…
אַבאַס און קאָ. האָבן באַשלאָסן אויפֿהערן צו אָנערקענען ישׂראל און בטל מאַכן אַלע אָפּמאַכן מיט דער ייִדישער מלוכה; און דער אָמאַנער סולטאַן רופֿט צו אָנערקענען ישׂראל!..
כ׳האָב שפּאַצירט במשך פֿון 20 מינוט אינעם היביִיאַ־פּאַרק. געזען אַ מאַניפֿעסטאַציע קעגן די ענדערונגען אין דער קאָנסטיטוציע, וואָס אַבע וויל מאַכן און וואָס וואָלטן דערמעגלעכט יאַפּאַן צו פֿירן מלחמות מיט אַנדערע לענדער. סודזוקי-סאַן האָט דערקלערט, אַז אַבע וויל מאַכן די דאָזיקע ענדערונגען מחמת די טעריטאָריעלע שטרײַטן מיט רוסלאַנד, כינע און דרום־קאָרעע. די פֿרוי, וואָס האָט געהאַלטן די רעדע פֿאַר די דעמאָנסטראַנטן, איז געווען פֿון אַ יאָר פֿערציק, נאָר כּמעט אַלע צוהערער זײַנען געווען באַיאָרטע. זיי זײַנען געזעסן אויף דער ערד, און בײַ אַ סך (אויב ניט בײַם ס׳רובֿ) פֿון זיי, ווי אויך בײַ אייניקע פֿון די אָנוועזנדיקע זשורנאַליסטן, זײַנען געווען מאַסקעס אויף די פּנימער.
אין אָוונט זײַנען מיר געקומען צו פֿאָרן קיין יאָקאָהאַמע. דאָ איז שיין!
המשך קומט
דערקלערונגען:
[1] טשונג — קאָרעיִשער דיריגענט און פּיאַניסט
[2] ניקאָלײַ קאַראַטשענצאָוו (1944־2018) — סאָוועטישער און רוסלענדישער טעאַטער־ און קינאָ־אַקטיאָר
[3] ניהיי — דער איצטיקער שעף פֿון „דזשאַפּאַן אַרטס‟, מײַן מענעדזשמענט אין יאַפּאַן
[4] סודזוקי-סאַן — מײַן לאַנג־יאָריקער איבערזעצער אין יאַפּאַן
[5] עריק מאַריאַ רעמאַרק (1898-1970) — דײַנטשישער שרײַבער
[6] גינזע — אַ צענטראַלער ראַיאָן אין טאָקיאָ