צוויי הומאָריסטישע לידער

משה לעמסטער

ideas-05
די ליבהאָבערין פֿון קונסט

איך האָב זיך פֿאַרן מיידל באַרימט:
— אַ שטיבל, וואָס ניטאָ איז בײַ אַנדערע,
האָט אויסגעבויט אין שטעטל פֿאַר מיר
אַן אַרכיטעקט — אַ „מיקעלאַַנזשעלאָ‟!

איך האָב זיך פֿאַרן מיידל באַרימט:
— אַ „שאַגאַל‟ פֿון אונדזער געגנט,
האָט באַמאָלט אַ צימער פֿאַר מיר
מיט פּאָרלעך, וואָס פֿליִען און שוועבן.

איך האָב זיך פֿאַרן מיידל באַרימט:
— „סטראַדיוואַרי‟ — אים רופֿן די ייִדן,
האָט באַשאַפֿן אַ בעט פֿאַר מיר —
וואָס קאָן זינגען בײַ נאַכט, ווי אַ פֿידל.

זי האָט געזאָגט מיר מיט אַ ברען:
— איז קום זשע גיכער, ליבער,
צו דײַן „סטראַדיוואַרי‟־בעט,
אין „שאַגאַל‟־צימער
פֿון „מיקעלאַנדזשעלאָ‟־שטיבל!..

פֿון קונסט ווערט דאָס מיידל אַנטציקט…
אַ גאַנצע נאַכט האָט פֿאַר אונדז ווי אַ פֿידל
געזונגען דאָס בעט מוזיק
פֿון אַ „בעטהאָווען‟ אַ היגן…

mona liza

איך שאַף אַ שעדעווער

זיצן און קלערן בײַם טיש איז מײַן טבֿע:
— אַ קינסטלער, וואָס האָט טאַלאַנט און שׂכל,
קלער איך, קאָן באַשאַפֿן אַן אייביקן שעדעווער,
צום בײַשפּיל, אַ ווײַבל מיט אַ כיטרע שמייכל.

ער נעמט זײַן פּענדזל אין די געבענטשטע הענט
טונקט עס אײַן אין פֿילקאָלירטע פֿאַרבן…
און אָט באַווײַזט זיך אַ דזשאַקאָנדע אויף דער וועלט,
אויב ער, פֿאַרשטענדלעך, איז אַ לעאָנאַרדאָ!..

סע שטייען אויף מײַן טיש פֿיל פֿלעשער
מיט משקות שטאַרקע, פֿילקאָלירטע
כ’האָב הײַנט מיט וואָס מײַן דאָרשט צו לעשן —
פֿיל געטראַנקען געבויערענע פֿון ספּירטן.

כ’נעם אַ גרויסן כּוס, אַ האַלבן ליטער,
גיס אים אָן — פֿון יעדער פֿלאַש אַ ביסל:
רויטן ווײַן, גרינעם אַבסענט און די ליבע:
גאָלדענע ברענדי, כערעס, וויסקי,

שאַמפּאַניע, פּאָרטוויין, ליקער, וואָס איז ווײַס,
קאָניאַק, בראָנפֿן, ראָם, און קאַלוואַדאָס,
דזשין, טעקילע, און סאַקע פֿון רײַז…
גענוג, פֿול איז שוין מײַן גרויסער כּוס!

איך פֿאַרזוך… אַ שעדעווער! אַ שלונג איז דאָ,
און נאָך אַ שלונג, און נאָך און ווידער…
און פּלוצעם איך דערזע — אויף מיר פֿון סאַמע דנאָ
קוקט דזשאַקאָנדע מיט איר שמייכל כיטרע,

כ’טרינק אויס מײַן שאַפֿונג, נאַשנדיק פּאַמעלעך,
פֿיל זיך אָן מיט פֿונקען און מיט פֿײַער
דאָס בלוט אין מיר נעמט זיך זידן און קוועלן
די וועלט און דאָס לעבן ווערן ליבלעך און טײַער.

אַ מחיה! וואָס קאָן איך נאָך זיך איצטער ווינטשן?..
כ’טו אַ קוק אין שפּיגל… טפֿו אויף מײַנע שׂונאים!
פֿון דאָרטן קוקט אויף מיר לעאָנאַרדאָ דע ווינטשי…
מיט מײַן שיכּור שמייכל אויפֿן פּנים…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s