נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 17

ale fir
פֿון רעכטס: אַרמין עידהער, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, יעווגעני קיסין, באָריס סאַנדלער. פֿאָטאָ: מלך ווישוואַנאַט

ייִדישע פּאָעטן אין בערלין

אינעם פֿאַרגאַנגענעם חודש בין איך, לויט דער פֿאַרבעטונג פֿונעם פּאַעזיע־הויז אין בערלין, געפֿאָרן אַהין אויף דרײַ טעג זיך צו באַטייליקן אינעם פּאָעטישן אָוונט „ייִדישע דיכטונג‟. אַ חוץ מײַן ווייניקייט, האָבן זיך אין דעם אָוונט באַטייליקט גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, יעווגעני קיסין און דער פּראָפֿעסאָר פֿון זאַלצבורג אַרמין עידהער, וואָס האָט דעם אָוונט געפֿירט. ער האָט אויך איבערגעזעצט אויף דײַטש אַלע לידער, וואָס די פּאָעטן האָבן פֿאָרגעלייענט פֿאַרן עולם.

דער אָוונט פֿון ייִדישער פּאָעזיע איז פֿאָרגעקומען דעם 23סטן יאַנואַר און געווען דער דריטער, אָרגאַניזירט אין די ראַמען פֿון אַ ברייטערער באַקאַנטשאַפֿט מיט דער פּאָעזיע בײַ ייִדן אונטערן אַלגעמיינעם נאָמען „אויף דער גרענעץ — ייִדנטום און דיכטונג‟. דער ערשטער אָוונט, איז געווען מער אַ שמועס אַרום דער הײַנטיקער פּאָעזיע בײַ ייִדן; אינעם צווייטן אָוונט האָט פּראָפֿעסאָר יעקבֿ העסינג פֿונעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט — אַ מומחה אין דער דײַטש־ייִדישער ליטעראַטור — אָפּגעהאַלטן אַ לעקציע וועגן דעם ייִדיש־עלעמענט בײַ געוויסע העברעיִשע און דײַטש־ייִדישע פּאָעטן.

מיטן פּראָפֿעסאָר עידהער האָב איך זיך געזען דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער אין טשערנאָוויץ, בעת די אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם 110טן יאָרגאַנג זינט דער ערשטער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אין 1908. מיר האָבן דאַן נאָך ביידע נישט געוווּסט, אַז אין אַ קנאַפּן האַלב יאָר וועלן מיר ווידער האָבן די געלעגנהייט צו שפּאַצירן און רעדן וועגן אונדזערע ייִדישע ענינים, אָבער שוין אין בערלין. אמת, דער קאַלטער פֿײַכטער בערלינער טאָג האָט אונדז נאָך אַ קורצן שפּאַציר פֿונעם האָטעל ביז אַלעקסאַנדער־פּלאַץ אַרײַנגעטריבן אין אַ וואַרעמען און שיינעם רעסטאָראַן. און כאָטש טיי האָבן מיר געטרונקען נישט פֿון אַ סאַמאָוואַר, איז דער שמועס פֿאָרט געווען אַ געשמאַקער.

This slideshow requires JavaScript.

אַרמין האָט דערקלערט זײַן אָפּקלײַב פֿון די פֿאַרבעטענע פּאָעטן. יעדער פֿון אונדז דרײַ, לויט זײַן מיינונג, ציט אַן אייגענעם אייגנאַרטיקן פֿאָדעם אויף דער קאַנווע פֿון דער הײַנטיקער פּאָעזיע אויף ייִדיש. באמת, פֿאַר גיטל און מיר איז ייִדיש — די שפּראַך פֿון דער היים, פֿאַרבונדן נישט בלויז מיט משפּחה־דערמאָנונגען, נאָר מיט אייגענע איברעלעבענישן אויף ייִדיש. נישט ווייניק חלומות האָבן מיר געזען אויף מאַמע־לשון.

פֿאַר יעווגעני קיסין איז דאָס קומען צו ייִדיש פֿאַרבונדן דווקא מיט זײַנע קינדער־אײַנדרוקן. זײַן ייִדיש איז אַ „דאַטשע־לשון‟ פֿון באָבע־זיידע. אינספּירירט דורך זייער רעדן, אַז „דאָס קינד זאָל נישט פֿאַרשטיין‟, האָט קיסין, שוין אין זײַן דערוואַקסנקייט, אין אַ משונה־קורצער צײַט דערגרייכט צו אַ ממשותדיקער הייך אין פּאָעטישן וואָרט און געשטאַלט.

ווי געזאָגט, האָט דעם אָוונט געפֿירט אַרמין עידהער, וואָס האָט נאָך אַ קורצער שאַפֿערישער כאַראַקטעריסטיק פֿון יעדן גאַסט אָפּגעגעבן אונדז דעם „פּאָעטישן עמוד‟. אַוודאי, האָבן ס׳רובֿ פֿונעם עולם אין פּאָעזיע־הויז קיין ייִדיש נישט געקענט, אָבער די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן צו דעם אָוונט צוגעגרייט פֿאַר יעדן אַ בראָשור מיט איבערזעצונגען אויף דײַטש. דערצו האָט אַרמין זייער אַרטיסטיש פֿאָרגעלייענט ס׳רובֿ פֿון זײַנע איבערזעצונגען.

oylem

ס׳האָט זייער געפֿרייט, אַז צווישן די געקומענע צו הערן אַ ייִדיש וואָרט זײַנען געווען מענטשן פֿון ייִנגערן דור — ייִדיש־סטודענטן פֿון פּאָטסדאַם, צוזאַמען מיט זייער פּראָפֿעסאָרין, אַ גרופּע ייִדישע אַקטיאָרן, אין שפּיץ מיטן גוט־באַקאַנטן דניאל קאַהן, די פֿאָרשערין יאַנינאַ וווּרבס, וואָס איז ספּעציעל געקומען פֿון בערן, וווּ זי אַרבעט איצט; מוזיקער — זיי האָט געוויס מער צוגעצויגן די מוזיקאַלישע פּערזענלעכקייט פֿון יעווגעני קיסין. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך פֿראַגעס האָבן נישט אויסגעפֿעלט — סײַ צו יעדן גאַסט באַזונדער און סײַ צו אונדז אַלעמען.

kulturbrauerei-berlin-prenzlauer-berg-6
דער גרויסער הויף פֿון Kulturbrauerei

ס׳איז כּדאַי צו זאָגן עטלעכע ווערטער וועגן דעם אָרט, וווּ דער אָוונט איז פֿאָרגעקומען. דער פּאָעזיע־הויז איז אַ טייל פֿון דעם קולטור־קאָמפּלעקס, וואָס הייסט אויף דײַטש Kulturbrauerei און איז זייער פּאָפּולער צווישן די אײַנוווינער פֿון בערלין. אויפֿגעבויט פֿון רויטן ציגל סוף 19טן יאָרהונדערט, האָט מען דאָרט ביזן יאָר 1974 געמאַכט ביר. הײַנט קאָכט זיך אויף דעם גרויסן שטח אַ קולטור־לעבן — טעאַטער, קינאָ, מוזייען, קונסט־גאַלעריעס, טאַנץ־קלוב, פּאָעזיע־הויז וכדומה.

אַ באַזונדערער יישר־כּוח קומט די אָרגאַניזירער פֿון דער סעריע אָוונטן „אויף דער גרענעץ — ייִדנטום און דיכטונג‟ — אַ באַווײַז, אַז די ייִדישע פּאָעזיע פֿאַרנעמט הײַנט אַ בכּבֿודיק אָרט אויפֿן ברייטן פֿעלד פֿון אייראָפּעיִשער פּאָעזיע.

יאַנואַר 2019, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s