מײַן פֿרײַנד באָריס דובאָסאַרסקי

סערגאָ בענגעלסדאָרף

 

מיט אַ יאָר צוריק איז געשטאָרבן מײַן נאָענטער פֿרײַנד, דער טאַלאַנטירטער קאָמפּאָזיטאָר און פֿידלער באָריס דובאָסאַרסקי. צום גרויסן באַדויערן, האָב איך נישט געקאָנט קומען אויף זײַן לוויה. אָבער דער געדאַנק, אַז כ׳מוז אים אָפּגעבן מײַן חובֿ, האָט מיך נישט אָפּגעלאָזט. הײַיאָר, צו זײַן ערשטן יאָרצײַט האָט זיך עס מיר אײַנגעגעבן; כ׳בין געקומען קיין קעשענעוו נישט בלויז צו באַזוכן דעם קבֿר פֿון מײַן פֿרײַנד, נאָר אויך דערציילן וועגן זײַן זעלטענעם טאַלאַנט און שאַפֿערישן בײַטראָג אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ, וואָס קומט פֿאָר אונטערן דעוויז — „איין וועלט, איין פֿאָלק, איין טאָג‟.

אין דער הויפּשטאָט פֿון מאָלדאָווע זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן איבער 300 פֿאָרשטייער פֿונעם לאַנד און אויסלאַנד. עס זײַנען פֿאָרגעקומען 17 לימודים אויף פֿאַרשידענע טעמעס, אָנגעפֿירט פֿון די לעקטאָרן, געקומען פֿון אַמעריקע, דײַטשלאַנד, ישׂראל, ווי אויך פֿון די אָרטיקע געלערנטע. די טעמע פֿון מײַן רעפֿעראַט איז געווידמעט געווען דרײַ קאָמפּאָזיטאָרן, וועלכע האָבן געלייגט דעם יסוד פֿון דער ייִדישער פּראָפֿעסיאָנעלער מוזיק אין מאָלדאָווע — זאבֿ ביטקין, זלאַטע טקאַטש און באָריס דובאָסאַרסקי.

אַ פֿראַגמענט פֿון מײַן אויפֿטריט, וווּ איך דערצייל וועגן מײַן פֿאַרשטאָרבענעם פֿרײַנד באָריס דובאָסאַרסקי, לייג איך פֿאָר די לייענער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟.

באָריס דובאָסאַרסקי: אַ שטיינדל אויף זײַן קבֿר

צום ערשטן מאָל האָט באָריס פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון ייִדישער מוזיק, פֿון ייִדישן טעאַטער, בעת ער איז נאָך געווען אַ סטודענט פֿון דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע. לערנענדיק זיך דאָרט ווי אַ פֿידלער, דערנאָך אינעם קלאַס פֿון קאָמפּאָזיציע, האָט ער זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם שאַפֿן דעם קעשענעווער ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער. פֿינף יאָר (1966־1971) האָט דער טעאַטער געטראָגן פֿרייד און שׂימחה די אָרטיקע ייִדן אין אַ צײַט פֿון ווילדן אַנטיסעמיטיזם.

בײַם אָנהייב האָט באָריס געשפּילט פֿידל אינעם טעאַטער־אָרקעסטער, אָבער גאָר אין גיכן איבערגענומען דאָס דיריגענט־שטעקעלע. צו יענער צײַט האָבן זיך אויך באַוויזן זײַנע ערשטע ייִדישע קאָמפּאָזיציעס, געשאַפֿן פֿאַר עטלעכע פֿאָרשטעלונגען: „זיאַמקע קאָפּאַטש‟ און „הערשעלע אָסטראָפּאָליער‟. די אַרבעט פֿאַרן טעאַטער האָט אים אַנטפּלעקט די שאַפֿונגען פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען.

sergo un dub
באָריס דובאָסאַרסקי (פֿידל) און סערגאָ בענגעלסדאָרף (פּיאַנע)

נאָך דעם ווי דער טעאַטער האָט זיך געשלאָסן, האָט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן אין מאָלדאַוויע קוים געזשיפּעט. די צײַטן האָבן זיך געביטן צום בעסערן, ווען ס׳האָבן אָנגעהויבן בלאָזן פֿון מאָסקווע די ווינטן פֿון דער אַזוי גערופֿענער „פּערעסטרויקע‟ (איבערבויוּנג). צו יענע יאָרן איז דובאָסאַרסקי שוין געווען צווישן די בעסטע פֿידל־פּראָפֿעסאָרן אין מאָלדאָווע. זײַן סטודענט פֿון דער מוזיק־אַקאַדעמיע, וווּ דובאָסאַרסקי האָט געאַרבעט, איז געווען צווישן די געווינער אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿידל־קאָנקורס אויפֿן נאָמען פֿון דוד אויסטרײַך. דער אַנסאַמבל „פֿידלערינס פֿון מאָלדאָווע‟, געשאַפֿן בײַ דער מוזיק־אַקאַדעמיע פֿון סטודענטקעס און גראַדואַנטקעס, אָנגעפֿירט פֿון דובאָסאַרסקין, איז אַרומגעפֿאָרן איבער אייראָפּע מיט קאָנצערטן. לאַנגע יאָרן האָט באָריס דובאָסאַרסקי געאַרבעט סײַ ווי אַ פּעדאַגאָג, סײַ ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר און סײַ ווי אַן אַלטיסט פֿונעם סטרונע־קוואַרטעט בײַ דער מאָלדאַווישער טעלעוויזיע.

וואָס שייך זײַן ייִדישער מוזיק, האָט באָריס אָנגעהויבן זײַן אַרבעט אויף דעם שטח פֿון באַאַרבעטן און אָראַנזשירן די ייִדישע פֿאָלקס־לידער: „בין איך מיר אַ שנײַדערל‟, „מחותּנים גייען‟, „פֿרײַטיק נאָכן קוגל‟, „הײַנט איז פּורים, ברידער‟; ווי אויך לידער אויף די טעקסטן פֿון דוד האָפֿשטיין און איציק פֿעפֿער. צווישן די אָריגינעלע ווערק זײַנע אויף ייִדישע טעמעס וואָלט איך אָנגערופֿן צוויי „טריִאָס‟ פֿאַר פֿידל, טשעלאָ און פֿאָרטעפּיאַנע, געווידמעט דעם אָנדענק פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען.

דער ערשטער „טריִאָ‟ איז אַ קאָנצערט־פּאַראַפֿראַז אויף די טעמעס פֿון גאָלדפֿאַדענס „כּישוף־מאַכערין‟. באָריס האָט דאָס ווערק געשאַפֿן אין 2001, ווען די ייִדישע געזעלשאַפֿט אין מאָלדאָווע האָט געפֿײַערט דעם 35סטן יאָרטאָג זינט ס׳איז געגרינדעט געוואָרן דער ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער, און דעם 30סטן יאָרצײַט נאָך ראובֿן לוין, דער גרונטלייגער און רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער.

dub un ser un zhos
טריאָ: באָריס דובאָסאַרסקי (פֿידל), סערגאָ בענגעלסדאָרף (פּיאַנע), יאָן זשאָסאַן (טשעלאָ)

ווי באָריס האָט מיר דערציילט, האָבן אים פֿאַרכאַפּט די דערמאָנונגען פֿון יענער צײַט און וועגן יענע וווּנדערלעכע ייִדישע מענטשן און ענטוזיאַסטן; עס זײַנען אויפֿגעקומען אין דער נשמה די באַקאַנטע מעלאָדיעס, געזונגען פֿון די הויפּט־פּערסאָנאַזשן: די מכשפֿה, מירעלע, האָצמאַך און אַנדערע. אין עטלעכע יאָר נאָך דעם, אין 2006, האָט באָריס געשאַפֿן זײַן „פֿאַנטאַזיע‟ פֿאַר אַ טריִאָ אונטערן נאָמען „פֿון גאָלדפֿאַדען‟. דאָס מאָל האָבן אים צוגעצויגן די מעלאָדיעס פֿון אַנדערע גאָלדפֿאַדענס טעאַטער־ווערק: „צוויי קוני־לעמל‟, „בר־כּוכבא‟, „שולמית‟, בפֿרט „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, „די שבֿועה‟ און דער מאַרש „אין בית־המיגדש‟, וואָס דובאָסאַרסקי האָט אים אַנטוויקלט ביז אַ גראַנדיעזן פֿינאַל פֿונעם גאַנצן „טריִאָ‟. צום ערשטן מאָל איז דער טריִאָ אויסגעפֿירט געוואָרן אינעם בעסטן קעשענעווער קאָנצערט־זאַל. געשפּילט האָבן: באָריס דובאָסאַרסקי (פֿידל), יאָן זשאָסאַן (טשעלאָ) און מײַן ווייניקייט (פֿאָרטעפּיאַנע).

מיט דעם „טריִאָ‟ זײַנען בײַ מיר פֿאַרבונדן אויך טרויעריקע דערמאָנונגען. פֿאַראַיאָרן, צום אָנדענק פֿון די מאָסקווער דערשאָסענע ייִדישע שרײַבערס דעם 12טן אויגוסט 1952, האָב איך פֿאָרגעלייגט מע זאָל שפּילן אין “לייוויק־הויז”, תּל־אָבֿיבֿ דובאָסאַרסקיס „פֿאַנטאַזיע‟. כ׳האָב אָנגעקלונגען באָריסן און אים פֿאַרבעטן קיין ישׂראל, ער זאָל זיך אין דעם קאָנצערט באַטייליקן. ער האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט, צוליב דעם שוואַכן געזונט און דער היץ, וואָס ער טראָגט שווער איבער. פֿון דעסטוועגן, האָט ער צוגעשיקט די נאָטן און זײַן „פֿאַנטאַזיע‟ איז געשפּילט געוואָרן און האָט זייער אויסגענומען בײַם עולם. זיך אומגעקערט פֿוןן תּל־אָבֿיבֿ אַהיים אין נהריה, האָב איך באַלד אָנגעקלונגען צו מײַן פֿרײַנד קיין קעשענעוו. קיינער האָט נישט געענטפֿערט נישט אויף זײַן היים־טעלעפֿאָן און נישט אויף זײַן מאָבילקע. דעמאָלט האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט אונדזערע אַלגעמיינע חבֿרים און זיך דערוווּסט אין דער טראַגישער בשׂורה. באָריס איז געגאַנגען צו דער אַרבעט און געפֿאַלן גלײַך אויף דער גאַס. ער האָט באַקומען אַ שטאַרקן קלאַפּ אין קאָפּ און איז אין שפּיטאָל, נישט קומענדיק צו זיך, געשטאָרבן.

posle konts
פֿון רעכטס: סערגאָ בענגעלסדאָרף, באָריס דובאָסאַרסקי, יאָן זשאָסאַן און נחום כאָש. נאָכן קאָנצערט אין בעלץ, 2004

כ׳וואָלט נישט געוואָלט פֿאַרענדיקן מײַנע דערמאָנונגען וועגן באָריס דובאָסאַרסקין אויף אַ טרויערדיקער נאָטע, בפֿרט אַז ער איז געווען אַ פֿריילעכער און וווילער מענטש, וואָס האָט געקאָנט מײַסטעריש דערלאַנגען אַ וויץ און אים אָפּשאַצן, דערציילט פֿון אַ צווייטן. ס׳איז געשען בעת די טעג פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק אין ביראָבידזשאַן. פֿון קעשענעוו ביז ביראָבידזשאַן איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג; עס ערשטע זײַנען מיר געפֿלויגן ביז מאָסקווע, דערנאָך ביז כאַבאַראָווסק און פֿון כאַבאָראָסווק ביז ביראָבידזשאַן מיטן אויטאָבוס 180 קילאָמעטער. אונדזער „טריִאָ‟ איז געפֿאָרן צוזאַמען מיטן מאָסקווער ייִדישן טעאַטער „שלום‟. אויסגעמאַטערט, זײַנען אַלע באַלד אײַנגעשלאָפֿן. איך בין געזעסן הינטן און אויך אַנטשלאָפֿן געוואָרן. אין אַ מאָמענט האָב איך זיך פּלוצעם אויפֿגעכאַפּט און דערזען אַ משונה־ווילד בילד: באָריס זיצט בײַם רודער און… שלאָפֿט. ווי אַזוי האָט זיך עס אַזוי באַקומען, האָב איך אין יענעם מאָמענט נישט געקאָנט באַנעמען — צו מיד און שלעפֿעריק בין איך געווען. דאָס אייציקע, וואָס האָט מיר אַ שלאָג געטאָן אין קאָפּ — נאָך אַ רגע — און דער אויטאָבוס וועט זיך איבערקערן. כ׳האָב אויסגעשריִען: „באָריס, וועק זיך אויף! באַלד וועט זײַן אַ קאַטאַסטראָפֿע!‟. פֿון מײַן היסטערישן געשריי האָט זיך אויפֿגעכאַפּט פֿונעם שלאָף נישט בלויז באָריס, נאָר דער גאַנצער אויטאָבוס. נאָך אַלעמען האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אַ סך אויטאָבוסן און אַנדערע אויטאָס זײַנען קיין ווײַטן־מיזרח געבראַכט געוואָרן פֿון יאַפּאַן און דער רודער איז בײַ זיי פֿון דער רעכטער זײַט. באָריס איז געזעסן לעבן דעם שאָפֿער פֿון דער לינקער זײַט, האָב איך געמיינט, אַז ער דרייט דעם רודער…

שוין אַ יאָר איז דורגעפֿלויגן זינט באָריס דובאָסאַרסקי איז נישטאָ. ער פֿעלט מיר זייער אויס, מײַן חבֿר. הער איך אָפֿט זײַנע ווערק, זײַן מוזיק — ער איז דאָרט פֿאַרבליבן אויף שטענדיק.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s