ווי ווערטער רופֿן זיך אָפּ (5)
יעדעס מאָל, וואָס איך בלעטער אויף אַ בוך פֿון מײַנעם אַ לאַנדסמאַן, אַן אָפּשטאַמיקן פֿון בעסאַראַביע, ווער איך באַלד פֿאַרכּישופֿט פֿון דער יאָדערדיקער בילדערישער שפּראַך, וואָס זיי צעשיטן זשמעניעסווײַז איבער זייערע ווערק. ניין, ס׳איז נישט קיין פּערל און בריליאַנטן, נישט קיין טײַערע שטיינער, נאָר סאַמעראָדנע זערנעס, געפֿאַלן אין דער פֿעטער פֿרוכפּערדיקער בעסאַראַבער ערד און פֿון דער ערד צום וואַרעמען הימל אויפֿגעגאַנגען.
אַזוי איז מיט מיר אויך געשען בשעתן לייענען לעצטנס די ביכער פֿון יאַנקל יאַקיר און זלמן ראָזענטאַל. יאַנקל יאַקיר איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל פּירליץ און ראָזענטאַל — אינעם שטעטל טעלענעשט, וואָס ביידע שטעטלעך געפֿינען זיך נישט ווײַט, איינס פֿונעם אַנדערן.
דאָסמאָל פֿאַרבעט איך אײַך אַרײַנצוקוקן אין יאַנקל יאַקירס בוך „אַ שליטן מיט ישובֿניקעס‟, דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1974.
פּאַדיען, פּיסלע(ס)
„עס איז שוין שטאָק נאַכט, ווען דער שליטן פֿאַרקערעוועט צו גיטל דער אַלמנה אין אײַנפֿאָרהויז. די רענדאַרעס קאָנען זיך גאָר נישט אָפּלויבן פֿון איר. זי איז אַן אָנגעקוואָלענע, גיטל, און אַ פֿעסטע און אַ גוטהאַרציקע. זעט נאָר, ווי זי פּאַדיעט עס אַרום זיי. זי קערט אָפּ דעם שניי פֿון פּעלצן. זי שלעפּט זיי אַראָפּ די פּיסלעס פֿון די פֿיס…‟
דאָס סלאַווישע וואָרט, „פּאַדיען‟, מיינט „פֿאַלן‟. אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ ייִדיש מויל, האָט עס באַקומען אַן אַרומנעמיקן פֿיגורעלן זין — זיך שפּרייטן פֿאַר עמעצן, באַדינען, יוצא זײַן.
בײַ אונדז אין דער היים האָב איך קיין מאָל נישט געהערט מע זאָל זיך באַנוצן מיטן וואָרט „פּיסלעס‟, וואָס מיינט, פּוישטן אָדער וואָליקעס. נאָך מער: יאַקיר אַליין שטעלט אַ „שטערנדל‟ לעבן דעם דאָזיקן וואָרט און דערקלערט עס אין זײַן פֿוסנאָטע ווי „וואַלענקעס‟, פֿאַרשטייענדיק אַליין, אַז נישט אַלע וועלן וויסן וואָס עס מיינט. אַגבֿ, דווקא דאָס רוסישע וואָרט, „וואַלענקעס‟, האָט מען באַנוצט אויך בײַ אונדז אין שטוב. מעגלעך, אַזוי האָט מען עס גערופֿן אין יאַקירס שטעטל, כאָטש פֿון בעלץ ביז פּירליץ איז אַ קאַצנשפּרונג.
וואָלויטשען זיך, פּריסיק
„אַזוי פֿיל יאָרן זײַנען שוין אַריבער און נאָך בריט זי דאָס געלעגער, ווי הייסע זשאַרענדיקע קוילן… און אין די וועסנענעכט לאָזט גיטל זיך נישט איין מאָל מיט די בערג און מיט די טאָלן, וואָלויטשעט זיך אין די גראָזן און שיט פּריסיק אויף אַלע סטעזשקעס…‟
און ווידער נאַשט יאַקיר פֿונעם סלאַווישן מקור — „וואָלויטשען זיך‟, מיינט, זיך שלעפּן, קאַטשען זיך, קײַקלען זיך — און דערקלערט עס מיט אַ פֿוסנאָטע. דאָס זעלבע מיטן וואָרט „פּריסיק‟, וואָס איז כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער מע קאָן עס כאָטש געפֿינען אין די ווערטערביכער.
פֿרעג איך זיך: שוין זשע וואָלטן זיך דאָ ערגער אַרײַנגעפּאַסט די מער ייִדישלעכע ווערטער?
גיטל, פֿרי געבליבן אָן דעם מאַן, גייט אויס פֿון בענקשאַפֿט און ליבע. צו לעשן איר ווײַבערישע היץ (פּריסיק) לאָזט זי זיך אויף דער פֿרײַ, אויף אומבאַקאָנטע סטעזשקעס. דאָס וואָרט „וואָלויטשען זיך‟ ווערט אין רוסיש פֿאַרטײַטשט ווי דאָס ייִדישע וואָרט „שליאָנדערן‟. יאַקיר באַנוצט זיך דאָ בכּיוון מיט די ווייניק־פֿאַרשפּרייטע און פֿאַרשטענדלעכע ווערטער, ווי געוואָלט פֿאַרמינערן די זינד פֿון דער פֿרוי, נעבעך.
אינטערעסאַנט, אַז יאַנקל יאַקיר, וואָס האָט גלענצנדיק געקענט רומעניש און איז לאַנגע יאָרן געווען אַ רומענישער זשורנאַליסט, האָט אין זײַן ייִדישער ליטעראַרישער שאַפֿונג בשפֿע זיך באַנוצט מיט סלאַוויש־שטאַמיקע ווערטער…
אין קומעדיקן נומער וועלן מיר ממשיך זײַן זיך צו פּאַסמאַקעווען מיט יאַנקל יאַקירס בעסאַראַבער ייִדיש.
לאַפּסוס־קאַקטוס