דער אַזיאַטישער טאָגבוך (2)

(אָנהייב: דעצעמבער־נומער, 2018)

יעווגעני קיסין

אָקטאָבער 19

אײַנגענומען אַ שלאָפֿמיטל און צוגעגרייט מעלאַטאָנין אויף יעדן פֿאַלס. ווידער אויפֿגעוואַכט 6.30, אײַנגענומען מעלאַטאָנין — און ער האָט ניט געהאָלפֿן. כ’בין געלעגן אין בעט עטלעכע שעהען און מער ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן…

פּוטין דראָט שוין מיט נוקלעאַרן וואָפֿן ווי אַן ענטפֿער אויף אָנווענדן קעגן רוסלאַנד און אויך קעגן זײַנע אַליִיִרטע (אינטערעסאַנט, ווער זאָל דאָס זײַן?) ניט בלויז נוקלעאַרע, נאָר אויך אַנדערע מינים וואָפֿנס. און טערעזע מעי האַלט שוואַך, זי קאָן ניט דראָען מיט נוקלעאַרן וואָפֿן ווי אַן ענטפֿער אויף אָנווענדן וואָפֿן פֿאַר מאַסן-פֿאַרניכטונג אויף דער בריטישער טעריטאָריע! צי פֿאַרשטייען הײַנטיקע מערבֿדיקע פּאָליטיקער בכלל, אַז „דער וואָלפֿהונט איז גערעכט, נאָר דער מענטשנפֿרעסער — ניט [1]‟?

מאַשע האָט איבערגעשיקט פּרעכטיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ניקאָלינאַ גאָראַ [2]. אַ מין שיינקייט! נו, פֿאַר וואָס איז אין אַזאַ וווּנדערשיינעם לאַנד פֿאַראַן אַזוי פֿיל טינוף?! עכ-כ-ך…

אין אָוונט האָב איך זיך געטראָפֿן מיט יואַן פּוען, זײַן מאַמען און דער באַרימטער טײַוואַנישער טעלעוויזיע־לייטערין סיסי טשען. געהאַט אן אינטערעסנאַטן שמועס מיט איר וועגן נאַציאָנאַליזם, וואָס איז געווען די טעמע פֿון איר דיסערטאַציע (איר עצה-געבער איז געווען האָבסבאַום [3]); זי האַלט עס פֿאַר כּמעט דעם גרעסטן בייז אויף דער וועלט. צווישן אַנדערע זאַכן, האָט זי געזאָגט, אַז די איצטיקע טײַוואַנישע רעגירונג איז זייער נאַציאָנאַליסטיש, און קאָן נאָר ריידן וועגן לינקע זאַכן, כּדי צוציִען אויף זייער צד באַשטימטע קרײַזן וויילערס; אויף אַן אמתן זײַנען אין טײַוואַן קיין לינקע ניטאָ. ווען איך האָב געפֿרעגט, ווי אַזוי קאָנקרעט אַנטפּלעקט זיך דער דאָזיקער נאַציאָנאַליזם, האָט זי געזאָגט, אַז די מאַכט האָט פֿײַנט אַזעלכע מענטשן ווי יואַן פּו, מחמת זײַן משפּחה שטאַמט פֿון כינע.

און אַוודאי אַלע (אי נעכטן, אי הײַנט) ריידן וועגן דזשאַמאַל כאַשאָגיס אַכזריותדיקן מאָרד…

הײַנט איז גאַליטשעס [4] 100־יאָריקער יובֿל. כּבֿוד זײַן אָנדענק…

mit karina-2
יעווגעני מיט זײַן פֿרוי קאַרינע. האָנג־קאָנג, קאָנצערט־זאַל

אָקטאָבער 20

אײַנגענומען אַ גרויסע דאָזע שלאָפֿמיטלען און סוף–כּל–סוף געשלאָפֿן נישקשה…

בכלל איז דער קאָנצערט דורכגעגאַנגען גוט, מיר האָט זיך גוט געשפּילט. שומאַנס סאָנאַטע האַלט אין איין וואַקסן אויף דער בינע. בשעתן שפּילן דעם דריטן טייל, האָב איך געטראַכט וועגן כאַשאָגין; וואָס זאָלן ניט געווען זײַן אונדזערע חילוקי-דעות בנוגע ישׂראל, אַזאַ מין טויט ווינטשט מען באמת אַפֿילו קיין שׂונא ניט (און דערצו, לויט די אַראַבישע סטאַנדאַרטן, איז ער דאָך געווען אַ פּראָגרעסיווער). אין ראַכמאַנינאָווס רע מאַזשאָר־פּרעלודיע האָב איך זיך דערמאָנט אין די פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס מאַשע האָט נעכטן איבערגעשיקט; און אין דער סאָל מינאָר־פּרעלודיע — ס׳וואָלט זיך פֿאָרט געוואָלט, זייער געוואָלט האָפֿן, אַז ס׳וועט נאָך זײַן דאָרט אַ רעוואָלוציע… יאָ, בעת מע שפּילט ראַכמאַנינאָוו, ווערט מען פֿאַרזונקען אין רוסלאַנד, אַפֿילו אויפֿן אינדזל טײַוואַן.

נאָכן קאָנצערט איז געווען אַ וועטשערע מיט די ספּאָנסאָרן, מאַן–און–ווײַב. זיי האָבן אַ געשעפֿט אין וויעטנאַם: זיי באַזאָרגן מיט אינפֿראַסטרוקטור די „פֿרײַע מיסחר־זאָנע‟ אין דער שטאָט האָ טשי מין, געשאַפֿן לויט דער טײַוואַנישער מאָדעל (דאָ האָבן אַזעלכע זאָנעס עקזיסטירט מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, ווען ס׳האָבן אויסגעפֿעלט אַרבעטס–ערטער). אין יענער זאָנע שטעלן די וויעטנאַמישע אַרבעטער צונויף ראָווערס, זיימאַשינען, רערן; מע נייט דאָרט אויך חתונה–קליידער. זייערע (די ספּאָנסאָרס) קינדער האָבן זיך געלערנט אין וויעטנאַם אין אַן אַמעריקאַנער שול, און איצט לערנען זיי זיך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זיי האָבן מיר דערציילט, אַז אין טײַפּיי זײַנען פֿאַראַן עטלעכע אַמעריקאַנער שולן פֿון פֿאַרשיידענע ניוואָען, ווי אויך אַן אינטערנאַציאָנאַלע שול מיט אַ גרויסן בריטישן אָפּטייל און קלענערע פֿראַנצייזישע און דײַטשישע אָפּטיילן.

גוטע ידיעות פֿון פֿינלאַנד: מ׳האָט פֿאַרמישפּט צו תּפֿיסה און גרויסן געלט–שטראַף פּראָ־רוסלענדישע פּראָפּאַגאַנדיסטן פֿאַר רודפֿן יעסיקע אַראָ, די פֿינישע זשורנאַליסטקע, וואָס האָט געשריבן וועגן די פּראָ–קרעמלישער „טראָלן–פֿאַבריק‟. בראַוואָ, יעסיקע! בראַוואָ, פֿינער! אַבי נאָר אַנדערע מערבֿדיקע מלוכות זאָלן נאָכפֿאָלגן דעם משל, און וואָס גיכער: צו פֿיל טינוף האָט זיך שוין פֿאַרשפּרייט און זיך צעגאַרטלט איבער דער וועלט.

און סנאָודען האָט דערקלערט, אַז ער פֿילט זיך ניט פֿאַרזיכערט אין רוסלאַנד. דער ממזר האָט עס כּשר פֿאַרדינט!

דער שעף פֿון דער שווייצערישער זיכערהייט–דינסט האָט באַטאָנט די אַקטיוויזאַציע פֿונעם רוסלענדישן שפּיאָנאַזש אין לאַנד. אַ גרויסער סורפּריז… יאָ, מיט נייטראַליטעט קאָן מען זיך פֿון גזלנים ניט פֿאַרטיידיקן.

אָקטאָבער 21

כ׳האָב געמוזט אײַנפּאַקעווען די טשעמאָדאַנעס און צוליב דעם געלייגט זיך שלאָפֿן 2 אַ זייגער בײַ נאַכט; אײַנגענומען מעלאַטאָנין און אויפֿגעוואַכט צען מינוט צו אַכט… יאָ, אין מײַנע יאָרן צו פֿאָרן אויף גאַסטראָלן אַליין (באַזונדערס אויף לאַנג) איז שוין ניט אַזוי גרינג, ווי פֿריִער. קאַרינאָטשקע האָט מיר נעכטן געזאָגט, אַז זי וועט מסתּמא קאָנען קומען דעם 13טן אָדער 14טן נאָוועמבער.

img_8096
מיט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון די קאָנצערטן אין האָנג־קאָנג

אָנגעקומען קיין האָנג־קאָנג. אין אָוונט איז פֿאָרגעקומען אַ טרעפֿונג מיט סטודענטן אינעם אוניווערסיטעט. אַלע, דוכט זיך, זײַנען געבליבן זייער צופֿרידן. איינע אַ סטודענטקע האָט מיר נאָך דער טרעפֿונג געזאָגט, אַז הערן מײַנע רעקאָרדירונגען העלפֿט איר קאָנצענטרירן זיך בעסער אויף אירע שטודיעס. איך האָב געפֿרעגט, וואָס זײַנען אירע שטודירט? האָט זי געענטפֿערט: קאָנסטרוקטאָר–אינזשענירונג. וועלכע רעקאָרדירונגען מײַנע האָט זי ליב צו הערן? מאָצאַרטס סאָנאַטע מיט מאַרטע אַרגעריך. געווען דאָרט אויך אַ רוסישער בחור, וואָס שטאַמט פֿון טשוּוואַשיע. ער האָט זיך געלערנט אין מאָסקווע און שטודירט דאָ פּאָליטאָלאָגיע און געשיכטע, פֿאַרנעמט ער זיך דאָ מיט כינע און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

האָנג־קאָנג איז, ווי תּמיד, שיין (אויף אַ מאָדערנעם אופֿן, הגם עס טרעפֿן זיך דאָ און דאָרט אַלטע אייראָפּעיִשע בנינים — סימנים פֿונעם קאָלאָניאַלן עבֿר) און דושנע. אַ סך הויכע בנינים — ניט בלויז מחמת דעם מאַנגל אין לאַנד, נאָר אויך, ווי מ׳האָט מיר דערקלערט, ווײַל מע פֿאַרבאָט צו בויען אויף די טעריטאָריעס פֿון גרינע פּאַרקן. כ׳האָב געפֿרעגט וועגן דער בריק, וווּ היימלאָזע מענטשן וווינען; בערך מיט אַ חודש צוריק האָב איך וועגן דעם געזען אַ ווידעאָ–רעפּאָרטאַזש. מ’האָט מיר דערציילט, אַז די באַפֿעלקערונג דאָ האַלט אין איין וואַקסן (זינט 1998 קומען אַהין 150 מענטשן פֿון כינע יעדן טאָג; אפֿשר אַפֿילו נאָך מער, מחמת ס׳איז שווער צו קאָנטראָלירן), די אינפֿלאַציע איז זייער הויך, די פּרײַזן אויף וווינונגס–ערטער און סחורות — ווי אין לאָנדאָן, די דירות זײַנען זײער קליין (אַזש 10 קוואַדראַט–מעטער דער שטח), דעריבער זײַנען אין האָנג־גאָנג דאָ אַ סך אָרעמע־לײַט און היימלאָזע…

כ׳האָב באַקומען אַן עלעקטראָנישן בריוו מיט דער ידיעה, אַז יאַנסאָנס [5] וועט ניט קאָנען קומען קיין יאַפּאַן און קאָרעע, מחמת ער האָט געהאַט עפּעס אַן אינפֿעקציע אין די לונגען און וועט ניט באַווײַזן געזונט צו ווערן ביז סוף נאָוועמבער, נאָר ס׳וועט אים פֿאַרבײַטן מעטאַ [6].

אָקטאָבער 22

נעכטן האָב איך געוואָלט שלאָפֿן במשך פֿונעם גאַנצן טאָג, פֿאַרן שלאָפֿן גאָרנישט ניט אײַנגענומען, און ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן ביז 8 אין דער פֿרי. אַ שאָד, וואָס אַזוי פֿיל צײַט ווערט געפּטרט צוליב דעם…

געלייענט אין The Forward אַן אַרטיקל פֿון אַן אַמעריקאַנער ייִדישער סטודענטקע, וואָס פֿילט זיך אויפֿן קאַמפּוס פֿון איר אוניווערסיטעט ווי צווישן צוויי פֿײַערן, ווײַל זי איז סײַ קעגן BDS, סײַ באַציט זיך קריטיש צו דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. אַלץ וואָלט געווען נישקשה, נאָר אינעם סוף פֿונעם אַרטיקל לייען איך: „די אָקופּאַציע איז ניט קיין ׳נייטיק בייז׳, נאָר אַן אַכזריותדיקע, זעלבסטרויִנירנדיקע און סכּנהדיקע פּאָליטיק און סיסטעם, וואָס זײַנען עובֿר אונדזערע עיקרדיקע ייִדישע ווערטן.‟ ווי זשע זעט זי ניט, אַז די דערפֿאַרונג פֿונעם לעצטן פֿערטל יאָרהונדערט האָט ווידער און אָבער געוויזן (באַזונדערס בולט נאָכן אַוועקגיין פֿון עזה), אַז די טעריטאָריעלע־הנחות סטימולירן נאָר דעם פּאַלעסטינער טעראָר?! מע קאָן אַרגומענטירן (ווי דערשאָוויץ), אַז גלײַך נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה וואָלט געווען קליגער אַוועקצוגיין פֿון די ייִשובֿים אויף די פֿאַרכאַפּטע טעריטאָריעס, ווי ס׳האָט דעמאָלט פֿאָרגעלייגט יגאל אלון; מע קאָן קריטיקירן די בויוּנג פֿון ייִדישע ייִשובֿים אויף די טעריטאָריעס; מע דארף קריטיקירן (און באַשטראָפֿן) די ישׂראלדיקע מיליטער־לײַט, וואָס פֿירן זיך אויף שלעכט בנוגע אַראַבער אויף די קאָנטראָל-דורכלאָז-פּונקטן; מע דאַרף קריטיקירן דעם פֿאַקט, אַז אין ישׂראל עקזיסטירט ניט קיין אינסטיטוט פֿון וועלטלעכע חתונות, און אַז רעליגיע איז ניט אין גאַנצן אָפּגעטיילט פֿון דער מלוכה; דאָס „נאַציאָנאַלע מדינה-געזעץ‟ און דאָס פֿארקויפֿן געווער צו אַזערבײַדזשאַן וכדומה. נאָר וואָס שייך דער אָקופּאַציע פֿון פּאַלעסטינישע אַראַבער — מע דאַרף ניט זײַן „אומפּראָגרעסיוו‟, כּדי צו זען און אָנערקענען, אַז במשך פֿון די לעצטע פֿינף און צוואַנציק יאָר, יעדעס מאָל, ווען ישׂראל האָט געמאַכט, אָדער מסכּים געווען צו מאַכן און פֿאָרגעלייגט טעריטאָריעלע הנחות, האָבן די אַראַבער געענטפֿערט מיט טעראָר — אי נאָכן שליסן דעם ערשטן „אָסלאָ־אָפּמאַך‟ (און בשעת דער גאַנצער צײַט, וואָס „עבֿדוה‟ איז דעמאָלט געבליבן בײַ דער מאַכט), אי נאָכן אונטערשרײַבן דעם „ווײַ ריווער אָפּמאַך‟, אי נאָך די אונטערהאַנדלונגען אין קעמפּ־דייוויד אין 2000, אי נאָכן אַוועקגיין פֿון לבֿנון און עזה! דאָס זײַנען דאָך פֿאַקטן, וואָס, ווי יעדער פֿאַקט, דאַרפֿן זיי אָנערקענט ווערן און ניט געענדערט ווערן דערפֿון, צי מ׳איז אַ רעכטער אָדער אַ לינקער, אַ „פּראָגרעסיווער‟ אָדער אַ „רעאַקציאָנער‟. יאָ, די טעריטאָריעלע הנחות צו עגיפּטן האָבן געבראַכט שלום, אָבער מיט די פּאַלעסטינישע אַראַבער קומט עס פֿאָר פֿאַרקערט. עס גייט דעריבער לחלוטין ניט אין דער „בלינדער שטיצע פֿון אַלץ, וואָס ישׂראל טוט‟; עס גייט אין דעם, אַז די אָקופּאַציע, צום גרויסן באַדויערן, איז באמת אַ נייטיק בייז. אַגבֿ, איז זי — מיט אַלע אירע אומאָנגענעמלעכקייטן — אַ קלענער בייז אויך פֿאַר די פּאַלעסטינישע אַראַבער, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן אַליין ניט איין מאָל זיך מודה געווען, אַז דווקא אונטער דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע האָבן זיי געהאַט געלעבט בעסער, ווי אונטער זייער אייגענער מאַכט. דעריבער איז עס אַ גרויסער שאָד (און שאָדן), וואָס דעם דאָזיקן אמת זעען ניט אויך אַזעלכע מענטשן, ווי יענע סטודענטקע, וואָס איז בפֿירוש אַן ערלעכער און דענקענדיקער מענטש און האָט אויף אַן אמתן ליב ישׂראל. דעריבער טאַקע דאַרף מען האַלטן אין איין ריידן וועגן דעם עפֿנטלעך, דערקלערן עס, כּל-זמן מע איז בכּוח עס צו טאָן…

אָקטאָבער 23

אײַנגענומען אַ שלאָפֿמיטל און געשלאָפֿן נישקשה. כ׳האָף, אַז מאָרגן וועל איך זיך סוף-כּל-סוף אויסשלאָפֿן אויף אַן ערנסטן אופֿן, מחמת כ׳פֿיל זיך ניט גוט, און עס שטערט דער אַרבעטן…

געפֿונען אויף דער אינטערנעץ דעם ווידעאָ–רעפּאָרטאַזש וועגן דעם „מיטינג פֿון פֿאָרשטייער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟ אין 1942, וווּ מאַרקיש רעדט אויף ייִדיש (קאַרינאָטשקע האָט מיר דערציילט נעכטן וועגן דער דאָזיקער רעקאָרדירונג). אין אונטערשייד פֿון מיכאָעלסן און ערענבורגן, וואָס זייער אופֿן פֿון ריידן איז זייער געמאָסטן, רעדט מאַרקיש ביז גאָר שנעל און היציק, וואָס זאָגט אַוודאי אַ סך וועגן זײַן פּערזענלעכקייט. אַן אינטערעסאַנטער פּרט — מיכאָעלס זאָגט דאָרט: „ייִדן פֿון ענגלאַנד! אײַער גרויס דעמאָקראַטיש לאַנד…‟ — זעט אויס, בשעת דער מלחמה האָט מען געמעגט אַזוי ריידן.

אויף דער נאַכט האָב איך זיך געטראָפֿן מיט אַנאַבעלען און ענדריון. זיי האָבן צוגעזאָגט צו אָרגאַניזירן אָנהייב דעצעמבער אַ פֿולע פּראָגראַם פֿון אָנקוקן די טשיקאַוועסן פֿאַר מיר און קאַרינאָטשקען. כ׳האָב געפֿרעגט בײַ ענדריון וועגן זײַנע אָנשויונגען ווי אַן עקאָנאָמיסט. ער האָט געענטפֿערט, אַז זײַענדיק אַ סטודענט אין די סוף 1960ער יאָרן (ניט בלויז בשעת דער לינקער סטודענטישער באַוועגונג אויפֿן מערבֿ, נאָר אויך דעמאָלט, ווען אין גריכנלאַנד איז די כונטע געקומען צו דער מאַכט), איז ער תּחילת געווען אַ לינקער, נאָר נאָכן באַזוכן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אין שײַכות מיטן אָנשרײַבן זײַן דיסערטאַציע, האָט ער זיך פֿאַרליבט אין יענעם לאַנד און פֿײַנט באקומען קאָמוניזם — און דאָס האָט אים אויסגעהיילט פֿון זײַן לינקיזם; אַז דעם מאַרק מיט זײַנע געזעצן איז ניט צו פֿאַרבײַטן. ער (ענדריו) האָט פֿײַנט אַ גרויסע רעגירונג און איר אַרײַנמישונג אין עקאָנאָמיע; זאָלן זײַן גענוג סאָציאַלע באַדינגונגען, נאָר ניט צו פֿיל פֿילאַנטראָפּיע. ער האָט מיך געפֿרעגט וועגן מײַנע פּאָליטישע אָנשויונגען, און איך האָב געזאָגט, אַז איך בין ניט קיין רעכטער און ניט קיין לינקער, כ׳בין אַן איבערצײַגטער אָנהענגער פֿון פֿרײַהייט און דעמאָקראַטיע.

אָקטאָבער 24

 אָך, ווי איך האָב הײַנט „געשלאָגן‟ פּוטינען און זײַן כּנופֿיא מיט ראַכמאַנינאָווס סאָל מינאָר־פּרעלודיע! אַ שאָד, וואָס נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן איך עס טאָן… און דער מיטלסטער עפּיזאָד: „ווי לאַנג וועט זיך די מוטער זײַן מצער? ביז וואַנען וועט אַרומשוועבן דער גײַער?‟ [7].

נעכטן פֿאַרן לייגן זיך שלאָפֿן האָב איך אײַנגענומען מײַנע געוויינטלעכע „פֿאָרקאָנצערט‟־שלאָפֿמיטלען און סוף–כּל–סוף, זיך אויף אַן אמתן אויסגעשלאָפֿן.

כ׳האָב געפֿונען אויף דער אינטערנעץ דעם באַריכט פֿון Human Rights Watch וועגן די ווילקירלעכע אַרעסטן און פּײַניקונגען מצד דער מאַכט פֿון דער פּאַלעסטינישער אויטאָנאָמיע און „כאַמאַס‟. אַוועקגעשטעלט דעם באַריכט אויף מײַן וועבזײַט. זאָל מען טראַכטן (אויב, אַוודאי, מ׳איז מסוגל צו טראַכטן), צי מ׳דאַרף אָנערקענען פּאַלעסטינע ווי אַ מלוכה, און צי די וועלט נייטיקט זיך אין נאָך איין מלוכה פֿון אַזאַ מין.

און לעת–עתּה איז אַטדעקט געוואָרן, אַז אין אַן אַנדער מלוכה, וואָס איז בפֿירוש אָנערקענט פֿון דער גאַנצער וועלט און איז אַ שטענדיקער מיטגליד פֿונעם זיכערהייט–ראַט בײַ דער „יו־ען‟, אַז אין איינער פֿון אירע תּפֿיסות האָט מען געפּײַניקט די תּפֿיסהניקעס דורך פֿאַרגוואַלטיקן זיי מיט אַ „שוואַברע‟ — אַ שטעקן צו וואַשן דעם דיל, און דעם אַרײַנטרײַבן נאָדלען אונטער די נעגל. דערצו שאַנטאַזשירט מען זיי: „אָדער דו וועסט געבן די נייטיקע באַווײַזן, אָדער מירן פֿאַרגוואַלטיקן דײַן מוטער און ווײַב.‟ (דאָס איז אַנומלט געשען אין אַ קראַסנאָיאַרסקער תּפֿיסה). און די מאַכט־פֿאָרשטייער אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד אָדער לייגן פֿאָר דורכצופֿירן די יערלעכע אַקציע אין אָנדענק פֿון די קרבנות פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס עטוואָס ווײַטער פֿונעם שטאָט–צענטער (אין מאָסקווע און טאַמבאָוו), אָדער זאָגן זיך בכלל אָפּ צו קאָאָרדינירן אָט די אַקציע מיט די אָרגאַניזאַטאָרן (אין שטאָט קאָמסאָמאָלסק). „גײַסטיקע בינדפֿעדעם‟ [8]… „אַ קינדס טרערעלע‟… [9]
עס דערמאָנט זיך מאַיאַקאָווסקיס: „כאַפּט אײַך דער טײַוול — איר, קינסטלער און שרײַבער,/ וואָס זעען די מיאוסקייט מיט אויגן מיט צוויי —/ און שרײַבן וועגן שיינקייט און לירישן וויי.‟

המשך קומט

דערקלערונגען:

[1] „דער וואָלפֿהונט איז גערעכט, נאָר דער מענטשנפֿרעסער — ניט‟ — אַן אויסדרוק פֿון אַ. סאָלזשעניצינס העלד פֿונעם ראָמאַן „אין קרײַז דעם ערשטן‟
[2] ניקאָלינאַ גאָראַ — אַ דאַטשע־ייִשובֿ אונטער מאָסקווע
[3] עריק האָבסבאַום (1917־2012) — ענגלישער היסטאָריקער
[4] אַלכּסנדר גאַליטש (1918־1977) — אמתער נאָמען גינזבורג. רוסישער פּאָעט, דראַמאַטורג, מחבר און זינגער פֿון אייגענע לידער.
[5] מאַריס יאַנסאָנס — דיריגענט
[6] זובין מעטאַ — דיריגענט
[7] „ווי לאַנג וועט זיך די מוטער זײַן מצער? ביז וואַנען וועט אַרומשוועבן דער גײַער?‟ — אַ ציטאַט פֿון אַ. בלאָקס אַ ליד
[8] „גײַסטיקע בינדפֿעדעם‟ — וו. פּוטינס אויסדרוק, וואָס ווערט פֿאַרטײַטשט ווי „ווערטן, וועלכע פֿאַראייניקן רוסלאַנד אין איין גאַנצקייט‟.
[9] „אַ קינדס טרערעלע‟… — פֿאַרשפּרייטער אויסדרוק פֿון פֿ. דאָסטאָיעווסקי

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s