מיכאל דונאַיעווסקי
צווייטער קאַפּיטל
דער מצבֿ פֿון ייִדן אַרום דעם ערשטן קרייצצוג
דער מצבֿ פֿון די ייִדן אין בעמען און מערן איז געווען ביז דעם ערשטן קרייצצוג, קען מען זאָגן, גאָר פּאָזיטיוו. ס׳קען זײַן צוליב דעם, ווײַל ער איז כּמעט ניט געווען רעגלאַמענטירט.
ווי ווײַט מיר ווייסן, זײַנען די פֿריִערדיקע געזעצן פֿאַר פֿרעמדע תּושבֿים אין בעמען געווען באַשטעטיקט פֿונעם מלך ווראַטיסלאַוו דעם צווייטן (1061-1092) סוף 11טן י״ה, וווּ ער האָט געגעבן דאָס רעכט פֿאַרן פּראָגער דײַטשישן ייִשובֿ.
די שוואַכע פּאָליטישע באַשיצונג פֿון ייִדישע תּושבֿים האָט זיך בולט אַטפּלעקט בעת די קרייצצוגן. לכתּחילה איז זייער צוועק געווען צו באַפֿרײַען ישוס קבֿר אין ארץ־ישׂראל פֿון די מוכאַמעדאַנערישע הענט. אָבער שוין אין דער צײַט פֿונעם ערשטן קרייצצוג זײַנען געשען רציחות און פּאָגראָמען אויף כּמעט אַלע ייִדישע קהילות, וווּ די קרייצטרעגער זײַנען אַדורך. די סיבה דערצו איז געווען אַ טריוויאַלע; ס׳האָט זיך צווישן זיי פֿאַרשפּרייט אַ מיינונג, אַז ס׳איז ניט כּדאָי צו פֿאָרן אַזוי ווײַט, אַזש קיין פֿאַלעסטינע, ווען ישוס רוצחים זײַנען דאָ נאָענט פֿון זייער היים. אָפֿט מאָל האָט מען געקאָנט הערן: צו הרגנען לכל-הפּחות איין ייִד דאַרף מען נישט פֿאָרן קיין פֿאַלעסטינע. האָט זיך דאָס ייִדישע בלוט געגאָסן אין אייראָפּע.

ווען דער קיסר פֿון דײַטשישער אימפּעריע הענריך דער פֿערטער, וואָס איז אין יענער צײַט געווען אין איטאַליע, האָט זיך אומגעקערט אַהיים, האָט ער געהייסן געהעריק צו פֿאָרשן דעם ענין, און דערלויבט די בגוואַלד געשמאַדטע ייִדן זיך אומקערן צו יהדות.
פֿון דעם טשעכישן מיטלאַלטערלעכן קראָניקער קאָסמאַ ווייסן מיר, אַז דער ערשטער קרייצצוג איז געווען פֿאַר ייִדן אַ חורבן, דער עיקר, אין בעמען (פּראָג) און מערן (אַ ייִדישער ייִשובֿ אין ברין). אין יאָר 1096 איז אין פּראָג פֿאָרגעקומען אַ שרעקלעכער פּאָגראָם. ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן איינער פֿון די פּראָגער ייִדישע ייִשובֿים. די קרייצטרעגער האָבן געצוווּנגען די ייִדן זיך צו שמדן — „שמד צי טויט‟ — אויפֿן סמך פֿון דעם דעוויז האָבן זיי געהרגעט די, וועלכע האָבן ניט מסכּים געווען זיך צו שמדן. זיי האָבן גערויבט און געגנבֿעט, און אַפֿילו פֿאַרכאַפּט די ייִדן אין קנעכטשאַפֿט. קיינער האָט די ייִדן ניט געהאָלפֿן; געשוויגן האָבן כּמעט אַלע, אַ חוץ עטלעכע בישאָפֿן. ס׳איז אָבער וויכטיק צו באַטאָנען, אַז מיט אַ שווײַגנדיקער הסכּמה פֿונעם קיסר הענריך דער פֿערטער, האָבן די ייִדן זיך קעגנגעשטעל און געטייט אַרום 200 פּאָגראָמשטשיקעס.
אין יאָר 1096 איז די שׂינאה פֿון די קרייצטרעגער אין פּראָג געפֿאַלן אויף אַ פֿרוכטבאַרן באָדן. ווען די קרייצטרעגער האָבן זיך נאָך צוויי טעג ראַבעווען און הרגענען צוריקגעצויגן און די געשמדטע ייִדן האָבן זיך געוואָלט אומקערן צו זייער ייִדישער אמונה, האָבן זיי געמוזט אויסשטיין אַ סך צרות פֿון דער גוייִשער סבֿיבֿה און מלוכה-אַמטן. דער קיסר פֿון דער דײַטשישער אימפּעריע, הענריך דער פֿערטער, האָט טאַקע דערלויבט די ייִדן זיך אומקערן צום ייִדישן גלויבן, אָבער דער טשעכישער מלך ברעטיסלאַוו האָט אויפֿגענומען זייער שמד ווי גאָטס ווילן, וואָס איז אוממעגלעך צו ענדערן.
די מורא פֿאַר אַ נײַעם פּאָגראָם האָט געטריבן די ייִדן פֿון בעמען צו אַנטלויפֿן בסוד. געווען אַפֿילו אַזעלכע, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן אַריבערציִען קיין פּוילן, אונגערן און מסתּמא אויך אין מערן. דאָס איז געוואָרן אַ תּירוץ פֿאַרן טשעכישן מלך אָנצופֿאַלן אויף ייִדן אָן רחמנות. ברעטיסלאַווס זעלנער זײַנען אָנגעפֿאַלן אויף ייִדישע הײַזער אין פּראָג אין 1098, אָפּגענומען אַלץ, וואָס ס׳האָט געהאַט אַ ווערט און איבערגעלאָזט נאָר ווייץ, אַז ייִדן זאָלן אין גאַנצן ניט אויסגיין פֿאַר הונגער… דער קראָניקער קאָסמאַ שרײַבט וועגן יענע רציחות: „אָ, וויפֿל געלט האָט מען אין יענעם טאָג, נעבעך, אָפּגענומען בײַ ייִדן. אַזוי פֿיל פֿאַרמעגן איז ניט געווען אַפֿילו אין דער פֿאַרברענטער טרויע!‟ ער האָט אויך פֿאַרשריבן ברעטיסלאַווס אַרגומענטן פֿאַר דער קאָנפֿיסקאַציע:

„דאָס פֿאַרמעג פֿון ייִדן געהערט זיי ניט (ניט געקוקט דערויף, וואָס אין יענע צײַטן זײַנען די ייִדן נאָך געווען פֿרײַ). עס געהערט צום לאַנד, וווּ זיי האָבן דאָס פֿאַרמעגן געשאַפֿן…‟
מיט אַנדערע ווערטער — צום מלך! פֿונעם 13טן י״ה איז די דאָזיקע שטעלונג אַרײַן אין קאָדעקס פֿון געזעצן.
וואָס ס׳איז טשיקאווע: די דאָזיקע שטעלונג איז פֿאַרשפּרייט צווישן ניט ווייניק ניט-ייִדן אין אייראָפּע ביז הײַנט צו טאָג, אָבער מיט איין אונטערשייד, אַז דאָס מאָראַלישע רעכט צו פֿאַראייגענען דאָס ייִדישע פֿאַרמעגן האָט דאָס פֿאָלק, צווישן וועלכן די ייִדן לעבן.
אויך בעת די שפּעטערדיקע קרייצצוגן, ניט געקוקט אויף די פֿאַרווערן און וואָרענונגען פֿון קריסטלעכע רעליגיעזע און וועלטלעכע אויטאָריטעטן, האָט מען די ייִדן ווײַטער געהרגעט און געצוווּנגען צום שמד. די אידעיִשע מאָטיווירונג פֿאַר פּאָגראָמען קעגן ייִדן אין 12טן און 13טן יאָרהונדערט האָט זיך צעשפּרייט אויף נײַע טענות און באַשולדיקונגען, דהײַנו: אויסער דער טראַדיציאָנעלער פֿאַלשער באַשולדיקונג אין ישוס טויט און אַז די ייִדן זײַנען דער מקור פֿון דער שוואַרצער מגיפֿה, און סמען אָפּ די ברונעמס צי קריסטלעכע מענטשן גופֿא, — האָבן זיך צוגעגעבן נײַע פֿאַלשע באַשולדיקונגען. די ייִדן זײַנען געווען באַשולדיקט אין מחלל זײַן פֿון „האָסטיע‟ (אַזאַ מין ביסקוויט, וואָס סימבאָליזירט ישוס לײַב אין אַ קאַטוילישער תּפֿילה), אין באַשמוציקן די סימבאָלן פֿון קריסטלעכן גלויבן, אין עלילת-דם…
ניט געקוקט אויף דעם, אַז קעגן די דאָזיקע פֿאַלשע באַשולדיקונגען זײַנען במשך פֿון הונדערטער יאָרן אַרויסגעטראָטן ניט ווינציק קריסטלעכע טעאָלאָגן און אַפֿילו אייניקע פּויפּסן (אָפֿיציעל האָט עס געמאַכט דער פּויפּס אינאָצענט דער פֿערטער), זענען זיי ממשיך צו עקזיסטירן בסוד צי אָפֿנטלעך ביזן הײַנטיקן טאָג.